ר' ישראל אבוחצירא דער באבא סאלי און גדולי החסידות

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

ר' ישראל אבוחצירא דער באבא סאלי און גדולי החסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

היינט ה' שבט איז דו זעקסט און צוואנציג'סטע יארצייט זייט דו הסתלקות פון הגה"ק רבי ישראל אביחצירא זי"ע אן אייניקעל צום אביר יעקב זי"ע און לכשעצמו גאר א קדוש וטהור ווי אידישע קינדער פון אלע שיכטען און קרייזען האבען ביי עם געפונען דאס פלאץ.
ס'איז באקאנט דו הערצה וואס אסאך גדולי ישראל האבען געהאט מיט'ן באבא סאלי און מיט בנו בכורו דעם באבא מאיר הגם ער איז געווען מחכמי ספרד.
א פרייד וועט זיין טאמיר דו חברים וידידים דאהי וועלען ארויף שריפטן זייערע ידיעות איבער דעם פרק ותהי להם לזכות.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ארויף שריפטן
, וואס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

וואס איז דער באדייט פונעם ווארט "סאלי"?

-------------------------------------
די יא"צ איז ד' שבט
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

סאלי בלשון ערבי=צלי בלשון הארמי = תפילה/בקשה בלשון הקודש
ויתכן כי גם בלשון הערבי זה נכתב בצ' רק שהם מבטאים את זה כס'
(ומענין לענין, מילתא דבדיחותא מר' יוסף גוטפרב מזכרון מוישה, שיוסף הצדיק נתן סימן לאחיו שהוא יוסף 'כי "פי" המדבר עליכם' דהיינו אז ער איז נישט קיין אראבער ער זאגט "פי" און נישט "בי"..)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דער ספינקא רבי רי"י ווייס זצ"ל האט געהאט א זון וואס איז אוועק אין א עקסידענט אינעם טאג פון די לוי' פון באבי סאלי, פארנדיג צו די לוי', אבער כמדומה האלטן זיי די יארצייט ה' שבט, ווייזט אויס אז ער איז הערשט אוועק א טאג שפעטער...

איינער ווייסט מער פרטים?
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א געמאלן בילד פון באבי סאלי
1
אטעטשמענטס
031231_004441-83_7576.jpg
031231_004441-83_7576.jpg (23.29 KiB) געזען 4288 מאל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נאך א געמאלן בילד (ס'וקט אויס ווי נאר די בעקראונד איז געמאלן די עצם בילד איז אמת'דיג

2
אטעטשמענטס
031231_004454-86_9032.jpg
031231_004454-86_9032.jpg (25.64 KiB) געזען 4283 מאל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

באבא סאלי בימי נעוריו
אטעטשמענטס
1452.jpg
1452.jpg (22.93 KiB) געזען 4267 מאל
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:דער ספינקא רבי רי"י ווייס זצ"ל האט געהאט א זון וואס איז אוועק אין א עקסידענט אינעם טאג פון די לוי' פון באבי סאלי, פארנדיג צו די לוי', אבער כמדומה האלטן זיי די יארצייט ה' שבט, ווייזט אויס אז ער איז הערשט אוועק א טאג שפעטער...

איינער ווייסט מער פרטים?
.

צוריק פארענדיג פון די לויה, נאך דריי אינגעלייט ספינקא חסידים זענען ל"ע אין דעם פאטאלן צו-זאם-שטויס אום-געקומען.
ועמך כולם צדיקים
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

דעם שבט הלוי האט גאר גאר שטארק געהאלטן פון באבא סאלי און פון בנו באבא מאיר, ווי כ'סדר פלעגט גיין צו זיי און זיך נעמען א ברכה ביי זיי.
דער באבא מאיר איז אוועק בחיי אביו
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

צו רביה"ק מ'סאטמאר האט ער אויך געהאט א שטארקע הערצה כידוע.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שאץ מאץ האט געשריבן:דער ספינקא רבי רי"י ווייס זצ"ל האט געהאט א זון וואס איז אוועק אין א עקסידענט אינעם טאג פון די לוי' פון באבי סאלי, פארנדיג צו די לוי', אבער כמדומה האלטן זיי די יארצייט ה' שבט, ווייזט אויס אז ער איז הערשט אוועק א טאג שפעטער...

איינער ווייסט מער פרטים?
.

איך האב אליינס געהערט פון א היימישע איד פון ניו יארק וואס איז געווען נאנט ביי באבא סאלי זי"ע, אז עטליכע טאג פאר באבא סאלי איז נפטר געווארן איז דער איד געווען באזוכן ביי אים, און באבא סאלי איז געווען זייער צוטראגן און געוויינט אן אויפהער, פארפירענדיג אז ס'איז דא א שרעקליכע גזר דין, ער האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס ער מיינט און וואס ער זאגט, אבער מען האט געהאלטן אין איין הערן פון אים די ווערטער אז ער בעט אז "נאר 4 זאלן גיין און נישט מער".

נאך עטליכע טעג אויפן וועג אהיים פון זיין לוי' איז געשעהן די שרעקליכע עקסידענט וואס האט יעדן אויפגעשוידערט, אין וועלכע 4 מענטשן זענען טראגיש אומגעקומען רח"ל, אבער עטליכע זענען יא געראטעוועט געווארן, האט ער דעמאלטס פארשטאנען אויף וואס דער צדיק האט איינגעריסען, ויהי לפלא.

איך האב פארגעסן די נעמען פון די וואס זענען דעמאלטס אוועק ל"ע, אבער די זוהן פון הרב ווייס (וואס איז נאך געווען א קינד צו א יונג בחור) איז ארויס לעבעדיג פון דארט בניסי ניסים.
---
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

היינט די יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

שויתי השם לנגדי תמיד
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

די בבא סאלי און בפרט זיין הייליגע זון בבא מאיר האבן זייער ליב געהאט די ספרי ברסלב, ווי איך ווייס ערשט האנטיג. ער האט זייער מחזק געווען מקורבים וואס האבן געהאט שוועריקייטן ווען זיי האבן געוואלט מקורב ווערן צו ברסלב. ווי אויך איז נישט אראפ די ליקוטי מוהר''ן משלחנו פון בבא מאיר (צדיקים נסתרים בדור האחרון ח''ב). אויך האט בבא סאלי געזאגט אז ר' נחמן און ר' נתן האבן א גרויסע חלק אין די גאולה (המעלה העליונה פסח). און נאך אסאך.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3049
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

מאטעס האט געשריבן:סאלי בלשון ערבי=צלי בלשון הארמי = תפילה/בקשה בלשון הקודש
ויתכן כי גם בלשון הערבי זה נכתב בצ' רק שהם מבטאים את זה כס'
(ומענין לענין, מילתא דבדיחותא מר' יוסף גוטפרב מזכרון מוישה, שיוסף הצדיק נתן סימן לאחיו שהוא יוסף 'כי "פי" המדבר עליכם' דהיינו אז ער איז נישט קיין אראבער ער זאגט "פי" און נישט "בי"..)


סאלי כמו שראלי אצלינו.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=322

א בריוו פון ליובאוויטשער רבי צו עם (וואס דער באבא סאלי געווען שטארק בקשר מיט דעם רבי'ן)
- אז ער זאל בלייבן אין ארץ הקודש, וואו דארטען וועט ער קאנען משפיע זיין אויף די ספרדישע אידן מערער.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=190
דא איז א בריוו דער רבי האט עם געשיקט ווען ער איז געקומען קיין ארץ ישראל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

מיט האדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל.
לעילא ולעילא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

לכבוד הילולא קדישא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעילא ולעילא »

קולו בקודש-חנוכה
https://drive.google.com/file/d/1Cp1uUA ... sp=sharing

יו-טוב נישט ערלויבט
לעילא ולעילא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

הייליגע בבא סאלי מיטן הייליגע לעלובע רבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעילא ולעילא »

ידוע די שטראקע קשר
אטעטשמענטס
ברכת משה-בבא סאלי.PNG
ברכת משה-בבא סאלי.PNG (243.82 KiB) געזען 1777 מאל
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

איך נעם נישט נאמנות וואס איך גיי שרייבען אבער כך שמעתי
א) ווען הרה"ק מסאטמאר איז געווען אין פראנקרייך (וועלעכע יא? ) איז בבא סאלי געקומען צו די רבי די רבי האט געהאלטען אנהייב שחרית ווען ער איז אריינגעקומען האט די רבי מרגיש געווען די רבי האט זיך געגעבין א דרייאויס אין געפרעגט ווער סאיז אריינגעקומען
ב ) רבי יענקעלע מפשעווארסק איז געפארען צו בבא סאלי האט אים רבי איציקעל געזאגט ער זאל אים פרעגען וואס ער האלט איבער הרה"ק סאטמער אין לויט דעם וועט ער וויסען אויב ער איז א ערליכע איד ווען ער איז געקומען האט ער אים געפרעגט האט בבא סאלי געענפירט קדוש קדוש קדוש
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

לעילא ולעילא האט געשריבן:קולו בקודש-חנוכה
https://drive.google.com/file/d/1Cp1uUA ... sp=sharing

יו-טוב נישט ערלויבט

ברכת המזון פון באבא סאלי זצ"ל:
http://kore.co.il/viewArticle/59709
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

בשבילי נברא האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:דער ספינקא רבי רי"י ווייס זצ"ל האט געהאט א זון וואס איז אוועק אין א עקסידענט אינעם טאג פון די לוי' פון באבי סאלי, פארנדיג צו די לוי', אבער כמדומה האלטן זיי די יארצייט ה' שבט, ווייזט אויס אז ער איז הערשט אוועק א טאג שפעטער...

איינער ווייסט מער פרטים?
.

איך האב אליינס געהערט פון א היימישע איד פון ניו יארק וואס איז געווען נאנט ביי באבא סאלי זי"ע, אז עטליכע טאג פאר באבא סאלי איז נפטר געווארן איז דער איד געווען באזוכן ביי אים, און באבא סאלי איז געווען זייער צוטראגן און געוויינט אן אויפהער, פארפירענדיג אז ס'איז דא א שרעקליכע גזר דין, ער האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס ער מיינט און וואס ער זאגט, אבער מען האט געהאלטן אין איין הערן פון אים די ווערטער אז ער בעט אז "נאר 4 זאלן גיין און נישט מער".

נאך עטליכע טעג אויפן וועג אהיים פון זיין לוי' איז געשעהן די שרעקליכע עקסידענט וואס האט יעדן אויפגעשוידערט, אין וועלכע 4 מענטשן זענען טראגיש אומגעקומען רח"ל, אבער עטליכע זענען יא געראטעוועט געווארן, האט ער דעמאלטס פארשטאנען אויף וואס דער צדיק האט איינגעריסען, ויהי לפלא.

איך האב פארגעסן די נעמען פון די וואס זענען דעמאלטס אוועק ל"ע, אבער די זוהן פון הרב ווייס (וואס איז נאך געווען א קינד צו א יונג בחור) איז ארויס לעבעדיג פון דארט בניסי ניסים.


היינט געזעהן איבער הרב מרדכי אליהו זצ״ל
מעשה מפטירת הבבא סאלי: כך היה גם בפטירתו של הבבא סאלי עליו השלום. הבבא סאלי נפטר בשעה שמונה בבוקר. באותו יום בשעה שבע יצא מורנו הרב זצ''ל מביתו בירושלים והגיע לנתיבות מיד עם יציאת נשמתו של הבבא סאלי. כולם היו באותה שעה משותקים בעקבות הפטירה של הבבא סאלי, והרב אליהו הוציא את התכריכים שהיו מוכנים אצלו במכונית ומיד ניגש לטפל בטהרה של אותו צדיק, שעשאה במו ידיו, והכין את כל הדרוש לקבורה. לשאלה כיצד ידע את רגע הפטירה להגיע בדיוק באותה שעה, לא ענה הרב. אבל אחרי שנים סיפרה הרבנית שליט''א כי הבבא סאלי הודיע לרב אליהו שלושה חודשים קודם פטירתו כי יש גזירה על עם ישראל והוא מוסר את נפשו למען הסר הגזירה מישראל. באותו מעמד הודיע הבבא סאלי לרב אליהו על תאריך הפטירה וציווהו על סדר הטהרה הנכון. עוד מסר לו באותו מעמד כמה וכמה סודות חשובים שאיננו יודעים מהם. וכך ידע הרב את יום הפטירה של אותו צדיק.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נורא נוראות, זיעועכי"א
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:ב ) רבי יענקעלע מפשעווארסק איז געפארען צו בבא סאלי האט אים רבי איציקעל געזאגט ער זאל אים פרעגען וואס ער האלט איבער הרה"ק סאטמער אין לויט דעם וועט ער וויסען אויב ער איז א ערליכע איד ווען ער איז געקומען האט ער אים געפרעגט האט בבא סאלי געענפירט קדוש קדוש קדוש


געזען דעם שבת אין די קונטר' פון הרב מארגנשטערן, ווי ער פארציילט די מעשה בתוספות נופך.

פאר ער איז געפארן איז ר' יענקעלע ז"ל אריין נעמען רשות פונעם שווער, אלס תלמיד מובהק פונעם שווער האט ער נישט געוואלט פארן אן רשות, האט איהם ר' איציקל ז"ל - וועלכע האט נאכנישט געהאט געהערט פון די באבא באלי - אנגעזאגט איהם צו בודק זיין אין 3 זאכן:
א, וויאזוי ער איז זהיר אין נטילת ידים
ב, זיך נאכפרעגן איבער די צניעות פון די רעביצען
ג, זיין מיינונג איבער דעם סאטמאר רב

און אויף אלע דריי האט ער געפעסט די טעסט (כביכול).

און ווען ער האט איהם געפרעגט איבער די סאטמאר רב, האט ער גענטפערט 'קדוש קדוש קדוש'

נאך ווערט דארט צוגעברענגט אז ווען ער האט גענדיגט לערנען דעם ספר ויואל משה האט ער געמאכט א סעודות סיום און געזאגט אז אין הימל פסק'נט מען ווי די ויואל משה
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”