בלאט 1 פון 1
גילוי חדש, שיחה מרביה"ק מסאטמאר זי"ע בתולדות אביו הקדוי"ט
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 15, 2010 10:00 am
דורך צעיר באלפי ישראל
כעת י"ל הכרך הה' של ה"שובבי"ם תורות" הנפלאים הנדפסים בשפת אידיש, אשר מי שטעם טעם הקריאה והעיון בזה [בלי קשר לשמיעס הטעיפס] לא גומר עליו את ההלל, דיבורים נפלאים במקורם ובתבניתם בכסף נבחר לשון צדיק כפי שיצאו מפום ממלל רברבן מרן זי"ע, אשר אינו דומה להמעיין בדברים שנכתבו לפי סגנון הכותבים [בלי לגרוע מעבודתם החשובה] לבין הרואה את הדברים במקור, והרבה לשונות נפלאות אשר א"א להעתיקם בלה"ק.
אוי, אוי, כמה ווארעמקייט, נעימות, מתיקות, בזה, אשר באורם נראה אור [והייתי מייעץ להמו"ל למכרם בכל הבתי מדרשות של חסידי סאטמאר בלי קשר להיכן הם שייכים, ולדעתי יקפצו עליה זביני]
וכעת י"ל הכרך החדש וסופו נדפס שיחה ארוכה ונפלאה מאד שהיה לו למרן זי"ע בעת הילולת אביו הקדושת יו"ט זי"ע במיאמי יצ"ו, אשר היא שיחה מלאה תוכן רב, ובמיוחד לחובבי תולדות הצדיקים, ומובטחני אשר הקוראים בכאן ימצאו בו ענינים נכבדים במאד, וכל הממשמש בה ימצא בה טעם.
ויש בהם הרבה ענינים נפרדים בפני עצמם השוים דיון כאן
פרטים נפלאים בזמן וסדר פטירת אביו
הקורות אותו בימי המלחמה
אודות איינשטיין
ועוד ועוד
עיי"ש ותמצא בהם נועם
לכו וראו אור כי טוב
וחמרא למרא וטיבותא לשקייא האברך החשוב ר' אביגדור שלום בר"מ שווארץ הי"ו מקר"י העוסק בלי ליאות בהפצת המעיינות.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 15, 2010 10:10 am
דורך ברוקלין
אודות איינשטיין? וואס זאגט רביה"ק וועגען דעם?
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 15, 2010 10:33 am
דורך גראדער
צעיר טייערער, קודם כל יישר כח פאר די נייעס, נאר איין קלייניגקייט, די תורות זענען דאך געדרוקט אויף אידיש, און אז דו רעדסט דערפון מוז דאך זיין אז דו באזיצט די אידישע שפראך, למה נגרע, פארוואס דיין ארטיקל דא שרייבסטו אויף לשה"ק?
דרך אגב, זענען די שיחות פון מרן זי"ע ביים סוף פון ספר אויף אידיש אדער אויף לשה"ק?
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 15, 2010 12:06 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
השיחות הם באידיש כלשונו הטהור, כמובן.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 17, 2010 12:21 pm
דורך farshlufen
מיר האבן זיך איינגעהאנדעלט דעם באנד [ה'] דער שמועס איז זעער אונטערעסאנט, מיר האבן שוין אביסעלע געלייענט.
ווער איז דאס דער "מינקאווער רב" וועמען דער רבי דערמאנט אז ער איז געוועזן אויפן צוג?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 17, 2010 1:01 pm
דורך אלף בית
עס איז דא אויף אויף טעיפ? אדער נאר אויף העתקה?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 8:11 am
דורך מיללער
תשוח"ח להרב החבר החדש הצב"י על אדיבתו בדבר הגילוי הנפלאה, מיר האבן דעם שבת דורכגעלייענט דעם שמועס פונעם רבי'ן ז"ל, פלאי פלאים, וויאזוי מ'זעהט דעם 'רב גוונין' פון א מענטש וועלכער האט אלץ פארשטאנען און געוואוסט.
מיר וועלן ברענגען אביסל אינטערעסאנטע פרטים וואס איז אונז געווען אינטערעסאנט, אבער פארשטייט זיך אז עס איז כדאי אריינצוקוקען אליינס במקור טהור צו זעהן די הייליגע שפראך.
א. דער ערשטער חלק רעדט דער רבי פון די ימים האחרונים בצל אביו מרן הקדושת יו"ט, דער רבי רעדט מיט א פארשטאנד בעניני רפואה איבער די הארץ קראנקהייט וואס דער קדושת יו"ט האט געהאט, און וויאזוי אין יענע צייטן איז נישט געווען קיין 'קארדיאגראם' בלשונו, ממילא האט מען נישט פונקטליך געוואוסט דערוועגן.
דער רבי רעדט איבער'ן קדושת יו"ט'ס רייכערען ציגארען און פייפס, און אנדערע מערקווידיגע פרטים, בתוך הדברים רעדט דער רבי וועגן די פטירה פון בעלזא רב ר' יהושע'לע און שפעטער איבער זיין הספד אין קראלי אויף ר' ישכר דוב מבעלזא ועוד.
ב. והוא החשוב בעיני ביותר, דעם רבינ'ס דעטאלירטע איינצעלהייטן איבער ימי עניו ומרודו בשנות הזעם, גולה אחר גולה, נסים גלוים, די באקאנטע מעשה פון 'רואה ואינו נראה' וויאזוי דער רבי פארציילט דאס מיט אזא פשטות, די נסים מיט די דיוקנא קדישא, דער נס ווי דער פריץ האט זיך פונקט געביטען און אזוי ארום פריי-געלאסזט דעם רבי'ן, דער גאנצער סומטאכע מיט די באן קיין שווייץ פון בערגן-בעלזן, מיט עטליכע מאל וואס מען האט דאס כמעט געשיקט קיין אוישווייץ.
און ווידער שיינט ארויס דעם רבינ'ס קענעטעניסען, פון די מאפע, די עניני תכסיסי מלחמה ועוד ענינים נפלאים, דער רבי פארציילט איבער זיין דרשה אינמיטן די מלחמה ווי ער האט פארגעזאגט דריי ענינים וואס עס וועט ארויסקומען פון די קריג און ליידער אלע דריי זענען מקוים געווארן, הפלא ופלא.
ג. עס קוקט אויס אביסל געשניטען, אבער עפעס איז דא דארט א רעדע איבער די מדינה מיט זייערע אגיטאציעס ארויפצושלעפן יעדן איד קיין אר"י, עפעס רעדט מען פון אשקלון און אנדערע ישובים ווי דער רבי רעדט ברייט ארום איבער די מדינה'ס מהלכים וכדו'.
ד. איין פאראגראף דערמאנט איינער דעם אלבערט איינשטיין און דער רבי בייזערט זיך אז ער איז טאקע געווען א גרויסער מאטעמאטיקער און פיליזאף אבער בעניני הווית עוה"ז איז ער געווען א טיפוש און א כופר בעיקר, דער רבי ווייזט אן אויף זיין וואונטש צו לאזן פארברענען זיין קערפער לאחר מיתתו, און צום סוף פירט דער רבי אויס 'האסט נישט בעסערס פון וועם צו שמועסן?!'
"נא ווער איז א בעל מנגן, זינגט איינער 'מכתם לדוד' דאכציך ס'איז קאפיטל ט"ז......."
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 8:53 am
דורך ברוקלין
איינשטיין האט טאקע נישט פארשטאנען געוויסע אנדערע ענינים, למשל ער איז א געווען א גרויסע סאציאליסט, אין זייער א ליבאראלער מענטש.
איינשטיין איז טאקע געווען אן אפיקורס, אבער נישט קיין כופר בעיקר (אטיעסט), ער האט געהאלטען (דורך פילאזפיע) אז עס מיז זיין א באשאפער פאר די וועלט, ווייל עס איז זייער קאמפלאצירט, אין מיט א מורא'דיגע סדר.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 9:03 am
דורך farshlufen
מיללער:
ג' איז דער מדובר לכאורה פארשטענדליך.
ד' דער רבי פרעגט "וואס האבן זיי געזען אין זיין מוח וויפל ער איז געשלאפן?".
טעות [בידך]: דער רבי זאגט קאפיטל
ט"ז.
אלף בית האט געשריבן:עס איז דא אויף אויף טעיפ? אדער נאר אויף העתקה?
ר' שמואל ישעי' זז"ג האט דאס אויף א שובבים דיסק [#2] און עס ווערט פארקויפט פאר א 25 טאלער.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 9:04 am
דורך יוסלמאן
אלף בית האט געשריבן:עס איז דא אויף אויף טעיפ? אדער נאר אויף העתקה?
ביי אונז אין ספרים געשעפט ליגט א סי די אריינגעקלעפט אינעם דעקל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:54 am
דורך מיללער
פארשלאפן,
פון וועם איז דער מדובר אין 'אשקלון'?
ביסט גערעכט מיטן 'מיין' טעות, אתקנני.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 12:01 pm
דורך שטארק זיך
אודות איינשטיין:
ס'איז פאראן א באקאנטער בילד פון אימ'ן ווי ס'צונג זיינער איז ארויסגעשטעקט, לאכט נישט פון מיר, לאכט ענדערש פון אים.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 3:11 pm
דורך מאקאווער
אודות איינשטיין
כהאב פונקט לעצטע וואך געהערט אויפן האטליין פון נטרונא זייער אן איטרעסאנטער אנאליז און באריכט איבער דעם שטעלונג פון איינשטיינען כלפי די ציוניסטישע מדינה.
אט איז דער נומער
718
873
0055 דאן דרוקט נומער איינס דערנאך נומער פינעף דערנאך נומער 55 די באריכט איז געווען אינמיטן די וואך פון פרשת וארא
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 3:42 pm
דורך מאקאווער
סדארף צו זיין צענדליגער אויב נישט הונדערטער צו אפי' מער.
טעיפס פון שמועסן פונעם רבין ז"ל די חברה האבן עם ממש נישט געלאזט אליין אפי' אינעם אינעווייניגסטן שטוב בחדרי חדרים איז שוין געווען אינטערגעשטעלט טעיפס
ר' נתן יוסף זצ"ל האט אמאל פארציילט אז די רבי האט עם אמאל אריינגערופן אינעווייניג כמיין אינעם שלאף צימער די רבי האט עפעס געוואלט איבערשמועסן א וויכטיגן ענין
אינמיטן רופט זיך די רבי אן צו רנ"י זוך אויף דעם בענדל (אזוי האט מען אמאל גערופן א טעיפ)
שוין ער זוכט און זוכט און טרעפט נישט גארנישט. זאגט עם די רבי זיך נאכאמאל גוט אונטער די שאפע אויכעט זעט אויס די רבי האט גוט געקענט זיין עמך. און ער האט נישט געוואלט מזאל אפכאפן דעם שמועס. און ער האט נאכאמאל געזוכטאון ער האט עס טאקע געטראפן אונטער א שאפע א קליינעם טעיפרעקארדער. א טייערער ארטיקל בימים ההם
ווי ווייט איך ווייס איז דא א ים מיט רעקארדירטע שמועסן פונעם רבין ובתוכם אסאך ווי ער שמועסט טאקע מיט ר' נתן יוסף'ן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 9:32 am
דורך ברוקלין
דוד בן גריון האט געאפערט פאר איינשטיין צי זיין די ערשטע פרעזידענט פין מדינת ישראל, ער האט נישט געוואלט. ער האט געזאגט אז די יודישע פאלק צייכענט זיך אויס אין חכמה, ערפינדיגען, אין נישט אין מלחמה.
בכלל - ווי שוין דערמאנט פריער - איז ער געווען זייער א ליבעראלער מענטש אין געהאלטען אז עס טאר נישט זיין קיין עקסטערע מדינה פאר יעדע פאלק. (די עכטע עקסטרמע ליבראלען וואלטען געוואלט אז די גאנצע וועלט זאל זיין איין מדינה).
----------------
איך האב נעכטען אבסיעל געקיקט די ח"ת פין רבין זי"ע. אין איינשטיין איז אויפגעקימען אויפען שמועס ווען איינער האט זיך אנגעריפען, אז איינשטיין האט געזאגט אז ווי מער ער זעט די קאמפלצירטקייט פין די וועלט, אין אז עס איז דא א מורא'דיגע סדר אין אלע זאכען, מאכט עם ער זאל זיך האלטען קליין.
איינשטיין האט געזאגט:
Every one who is seriously involved in the pursuit of science becomes convinced that a spirit is manifest in the laws of nature--a spirit vastly superior to that of man, and one in the face of which we with our modest powers must feel humble. In this way the pursuit of science leads to a religious feeling of a special sort
אויף דעם האט רביה"ק געזאגט אז מברענגט זיך נישט קיין ראיה נאר פין א גדול בישראל להבדיל, ובפרט ער איז געווען א כופר (בתורת משה) ח"ו. די רבי דריקט זיך אויס אינטערסאנט (בערך אזוי): אונז האבען עם נישט געקענט, אבער איז געווען א טיפש אויך וכו'.
איינשטיין (וואס איז אויפגעוואסען אין א פרייע שטוב) איז געווען די בחינה ווי אריסטו - וואס אויף זיי שטייט אין אלשיך הק', רם על כל "גוים" ה' על "השמים כבודו", מי "כה' אלקינו המשפילי לראות בשמים וארץ".
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 1:33 pm
דורך בחורהזעצער
שטארק זיך האט געשריבן:אודות איינשטיין:
ס'איז פאראן א באקאנטער בילד פון אימ'ן ווי ס'צונג זיינער איז ארויסגעשטעקט, לאכט נישט פון מיר, לאכט ענדערש פון אים.
עס צו זעהן קוקטס אויף מיין אוועטער.
די מעשה מיט דעם איז געווען אז רעפארטערס זענען געקומען אים בעטן צו אינטערוויוען, און ער האט נישט געהאלטן דערביי, אבער זיי האבן נישט געהאלטן ביים אויפגעבן, אזוי אינמיטן די טענה'ריי האט איינשטיין ארויסגעשטעקט זיין צונג, און זיי האבן פון דעם געכאפט א בילד און פובליצירט אין די צייטונגען, ותהום כל העיר.