בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 12:51 pm
דורך סיגוט
מאקאווער האט געשריבן:ווייסט איינער ביי וועם ר' יעקב שלום סופר זצ"ל בעל תורת חיים בן המחנה חיים איז געווען א איידעם?

כפי ידיעתי האט זיין שווער געהייסן קרויס - אין איינע פון די הקדמות באדאנקט ער זיך פאר זיין שוואגער הנגיד ר' משה קרויס מניר מאדע (מנו"כ שם) אויך א שוואגער לימא פריעד. אין ניר מאדע האט געוואינט א משפחה קרויס ווייסט איינער מער פרטים איבער די נאמען פון ר' יעקב שלום'ס שווער?

כפי ידיעתי איז דאס די משפחת קרויז פון משפחת הרב מאודווארי וראצפערט

אויך איז דא א משפחת קרויס אין ב"ב נכדים מהנ"ל

אויך איז דא אין וומ"ס הר"ר פנחס קרויס פון צעהלים ער האט געהאט א ברודער ר' שאול יחזקאל קרויס אייניקלעך פון א זון פון יעקב שלום'ס שווער

עכ"פ קען איינער געוואויר ווערן דעם נאמען פון חותן הבעל תו"ח?
תודה למפרע

געהערט פון א' מהמשפחה איז משפחת קרויז אודווארי נישט פון די משפחה.
און אז דער שווער פון תורת חיים האט כמדומה געהייסן ר' נפתלי הערש קרויס פון אוהעל וואו דער קאשויער רב הגה"ק רבי שאול בראך און דער נירמאדע רב רבי שמואל בראך זענען געווען איידעמער ביי אים.
אין קדויו"ט החדש איז דא געדרוקט דריי בריוו צו ר' לייבוש קרויס פון אוהעל דאס איז געווען אויך זיין זון.
האחים קרויס ע"ה הנ"ל ואחותם אשת הרה"ח ר' אברהם ברוך בראווער ע"ה זענען בני ר' זאב ב"ר ישעי' ב"ר נפתלי הערש קרויס הנ"ל.
ר' חיים קרויס מב"ב (מו"ל כמה ספרים חשובים) איז א זון פון ר' ישעי' הי"ד ברודער פון האחים קרויס הנ"ל.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 7:32 pm
דורך יארצייטן
סיגוט האט געשריבן:געהערט פון א' מהמשפחה איז משפחת קרויז אודווארי נישט פון די משפחה.
און אז דער שווער פון תורת חיים האט כמדומה געהייסן ר' נפתלי הערש קרויס פון אוהעל וואו דער קאשויער רב הגה"ק רבי שאול בראך און דער נירמאדע רב רבי שמואל בראך זענען געווען איידעמער ביי אים.
אין קדויו"ט החדש איז דא געדרוקט דריי בריוו צו ר' לייבוש קרויס פון אוהעל דאס איז געווען אויך זיין זון.
האחים קרויס ע"ה הנ"ל ואחותם אשת הרה"ח ר' אברהם ברוך בראווער ע"ה זענען בני ר' זאב ב"ר ישעי' ב"ר נפתלי הערש קרויס הנ"ל.
ר' חיים קרויס מב"ב (מו"ל כמה ספרים חשובים) איז א זון פון ר' ישעי' הי"ד ברודער פון האחים קרויס הנ"ל.


שלום עליכם הרב מסיגוט

כפי ידיעתי איז משפחת קרויז מאודווארי\ראצפערט יא פון די זעלבע משפחה נאר פון אביסל העכער

אחים ר' שאול יחזקאל ע"ה ולהבחל"ח ר' פנחס נ"י ולהבחל"ח אשת רא"ב בראווער ואשת הרב מפאקש זענען בני ר' זאב קרויס מסענפעטער ב"ר ישעי' קרויס מניר מאדע בן הרבני הנגיד נפתלי הירצקא קרויס מניר מאדע בן הרבני הנגיד חיים אליעזר קרויס שהי' תלמיד מהר"ם בנעט

און ר' חיים אליעזר הנ"ל האט געהאט דריי זון איינער נפתלי הירצקא הנ"ל און א זון ר' אתמר אפרים קרויס (ווארשיינער (קיש ווארשייני) בגלילות איהעל) וואס משפחת אודווארי זענען מצאצאיו און אויך איז דער אלטער מאטעסדארפער רב ר' שמואל זצ"ל'ס פאטער געווען אן איידעם ביי ר' אברהם מנחם קרויס א זון פון ר' איתמר אפרים הנ"ל און נאך א דריטער ברודער דוךצעך מיר ר' מאיר קרויס (ווארשיינער)

און ר' נפתלי הערצקא הנ"ל איז געווען דער שווער פון ר' יעקב שלום סופר זצ"ל בעל מחנה חיים מפעסט עטליכע ראיות דערצו

דער תורת חיים באדאנקט זיך אין איינע פון די הקדמות פאר זיין שוואגער הרבני הנגיד ר' משה קרויס גיסי מניר מאדע און אויף זיין מציבה אין נירמאדע שטייט משה בן ר' נפתלי הערצקא (נפטר בשנת תש"ג בן צ"ג שנה) - אשת ר' יעקב שלום האט געהייסן רבקה בת ר' נפתלי הרצקא (אזוי שטייט אינעם פנקס פון בודא) ר' יעקב שלום האט געהאט א זון ר' נפתלי הערצקא - לכאורה נאך זיין שווער (לכאורה איז נישט מעגליך אז ר' שאול בראך איז געווען א שוואגער מיט ר' יעקב שלום ווייל ר' שאול בראך'ס ווייב האט אויך געהייסן רבקה)

אינעם ספר ישבב סופר פון ר' יעקב שלום אויף מסכת סנהדרין זעי איך אויך אז זיי שרייבן אזוי ווי מיר אין זיינע תולדות

בשנת תרל"ז נשא אשה מרת רבקה ע"ה, בתו של נגיד ומוקיר רבנן, אשר השיא בנותיו לתלמידי חכמים מפורסמים, ה"ה הרבני הנכבד ר' נפתלי הרצקא קרויס ז"ל מניר-מאדע וכו'


לכאורה איז ר' נפתלי צבי פון אויהעל מיט ר' נפתלי הרצקא פון ניר-מאדע צוויי באזונדערע מענטשן קען זיין אז ער איז א זון פון איינע פון די ברודערס פון ר' נפתלי הערצקא - כזעי אין שאול בחיר ה' שטייט אז ער איז געווען א תלמיד פון ר' שמעון סופר מקראקא

וצריך עוד לברר הדבר כשמלה

פאר מער קענט איר מיר קאנטאקטן אויף אימעיל

galitziya.mail@gmail.com

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2012 7:42 pm
דורך מאקאווער
יארצייטן האט געשריבן:
בשנת תרל"ז נשא אשה מרת רבקה ע"ה, בתו של נגיד ומוקיר רבנן, אשר השיא בנותיו לתלמידי חכמים מפורסמים, ה"ה הרבני הנכבד ר' נפתלי הרצקא קרויס ז"ל מניר-מאדע וכו'


לכאורה איז ר' נפתלי צבי פון אויהעל מיט ר' נפתלי הרצקא פון ניר-מאדע צוויי באזונדערע מענטשן קען זיין אז ער איז א זון פון איינע פון די ברודערס פון ר' נפתלי הערצקא - כזעי אין שאול בחיר ה' שטייט אז ער איז געווען א תלמיד פון ר' שמעון סופר מקראקא

וצריך עוד לברר הדבר כשמלה

פאר מער קענט איר מיר קאנטאקטן אויף אימעיל

galitziya.mail@gmail.com


קוק טאקע אין שאול בחיר ה' אז ר' שאול בראך'ס רביצין האט געהייסן רבקה טאקע א קושיא - נו וויאזוי פארענטפערט מען דא דעם פלאנטער? אויך זעי אין חכמי טראנסילוואניה אז ר' שאול'ס שווער האט געהייסן נפתלי צבי - אפשר איז נפתלי הערש מיט הערצקא די זעלבע זאך? אבער ווי קומט אז ביידע רעביצינס האבן געהייסן רבקה ? א חוץ אז ר' שאל'ס ווייב האט געהאט אן אנדערן נאמען און הנ"ל איז א טעות? אפשר איז ר' נפתלי הערצקא געווען א קוזין מיט ר' נפתלי הערש? אינטערעסאנט אז ביידע זענען געווען נגידים און ביידע האבן גענומען איידימער בחורים תלמידי חכמים מפורסמים?? וצ"ע

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 10, 2013 1:34 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:פון ר. צו ל.: רבי יונתן שטייף זצ"ל; רבי נתן שיק ז"ל; הגה"צ רבי זוסמאן סופר זצ"ל הי"ד ראב"ד בודאפעסט (חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי קאפל רייך זצ"ל – אב"ד בודאפעסט); רבי צבי יהודה שטייף (בן רבי יונתן) ז"ל הי"ד; (דער לעצטער:) אומבאקאנט.


כ'האב יעצט באמערקט אז ר' נחמן נתן האט געשריבען "הגה"צ רבי זוסמאן סופר זצ"ל הי"ד ראב"ד בודאפעסט (חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי קאפל רייך זצ"ל – אב"ד בודאפעסט)" און קיינער האט אים נישט אויסגעבעסערט מן הסתם מחמת חוסר ידיעה, דעכר בילד איז פון ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן-סופר ז"ל ראב"ד פעסט ומלפנים אב"ד טשוס הנקרא בפי כל 'דער טשוזער רב' חיבר ספר עטרת פ"ז.

דער טשוזער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' קאפל רייך, אבער ער איז נאך אוועק פאר די קריג, א' דר"ח אייר תש"ב, זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט די קריג און האבן געדרוקט זיין חיבור הנ"ל.

הרב ר' פישל מבראנזוויל חבר מערכת מורשת חכמי אמעריקא, שטעלט צו דעם פאלגנדען בילד, דאס בילד איז פון בודאפעסט אינעם קוזינצי שוהל ביי א מסיבת הכנסת ספר תורה, עס ווערן געזעהן אויפן אויבן-אן פון לינקס צו רעכטס:
דער דערמאנטער טשוזער רב ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן ראב"ד בודאפעסט, ר' אברהם פרוידיגער פון די ראה,ק אין בודאפעסט און הג"ר קאפל רייך אב"ד בודאפעסט (דער ערשטער רעכטס איז מר. בעלא ווייס דער נדבן פונעם ס"ת)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2014 1:21 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:דער בילד איז פון ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן-סופר ז"ל ראב"ד פעסט ומלפנים אב"ד טשוס הנקרא בפי כל 'דער טשוזער רב' חיבר ספר עטרת פ"ז.

דער טשוזער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' קאפל רייך, אבער ער איז נאך אוועק פאר די קריג, א' דר"ח אייר תש"ב, זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט די קריג און האבן געדרוקט זיין חיבור הנ"ל.


מציבת הגרמא"פ זצ"ל על הביה"ח בעיר בודא (קרעדיט; יציב פתגם)
בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 10:54 am
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:
שישא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אז מדערמאנט נכדי ר' פישל מפרעשבורג, האב איך געזעהן אינעם ניי ערשינענעם ספר 'סופר המלך' ווי ער רעכנט אויס די אייניקלעך ששימשו ברבנות, איז פארהאן דארט איינער ר' משה ב"ר עמרם פישער מיינק (פון שטאט יינק) וועלכער איז געווען רב אין די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם אייניקל, ווען איז ער געקומען קיין אמעריקא, וואס איז געווען די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, צו עקזעסטירט נאך אזא קהילה, איז פארבליבען פון אים ערליכע דורות אא"וו?


איך האב געטראפן אז ער איז שפעטער געווארן רב אין קהל בני משה דעטרויט, עי' בקובץ אפריון שנת תרפ"ד כמה חידו"ת ממנו.
ווער עס האט אינפארמאציע איבער אים אין שיקאגא קען זיך אנריפען.


אין 'תולדות סופרים' וועלכע איז געדרוקט געווארן בשנת תשכ"ג ווערט ער שוין דערמאנט לאחר פטירתו, און אויך אז ער איז געווען רב אין דעטראיט, ווי אויך ווערט דארט דערמאנט זיין ברודער 'הקצין ר' יעקב שלום פישער מדעטרויט' נאך בחייוו, און נאך א ברודער ר' יואל חיים פישער רב בארה"ב.

ווי עס שיינט האט די משפחה געהאט עטליכע מיטגלידער ברחבי ארה"ב אין די בראשית יארען און פאר אונז וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסען ווי די אייניקלעך האלטן היינט.

ווידער בנוגע ר' משה'ס רבנות אין שיקאגא האב איך געטראפן אין
אוצר ישראל בערך 'שיקאגא' ווי ער דערמאנט די קהילה 'אגודת אחים אנשי אונגארן' נוסדה בשנת 1884-תרמ"ד,ובערך בשנת 1903 תרס"ג האבן זיי גערופען ר' משה פישער צו ווערן רב, דאס איז באמת גאר פרי פאר אן אונגארישער רב צו קומען קיין אמעריקא.

ווי עס קומט מיר אויס איז ר' משה אריבער בשנת תרפ"ג קיין דעטרויט צו די דערמאנטע קהל בני משה, וועלכע איז געווען באקאנט אלס די 'אונגארישע שוהל' דארט.

דא איז פארהאן א בילד פון ר' משה (נישט ווי איך האב זיך געראכטען).


פרטים על ר' משה [יהודה] פישער ב"ר עמרם מיינק:
http://www.agudasachimnsc.org/history/i ... tory3.html

בילד
Rabbi Moses Yehudah Fisher was born into a scholarly family in Paks, Hungary. His father was Rabbi Amram Fisher, Rabbi Amram Fisher was born in 1853 to his father Rabbi Akiva Fisher, a student of the Chasam Sofer. He studied by his father, by Rabbi Oinchos Elya Ostreicher – Ozlreiner (the Dayan of Oyven Yashan), by Rabbi Dr. Azriel Hildesheimer, by Rabbi Avraham Eliezer Zev Alt (Rabbi of Kobersdorf), Rabbi Chaim Tzvi Monheimer (Rabbi of Ungvar), and by the Shevet Sofer. He was the son-in-law of Rav Eliezer Zusman Sofer, Rabbi of Halash and Paks. After his marriage in 1873, he became a Dayan in Halash with his father-in-law and in 1878 was appointed to head the Beis Din of DenDek. In 1879 he was appointed as head of the Beis Din of Yanak. There he remained until his passing on 18 Nissan 1925, buried in Yanak. In 1966, his bones were exhumed and reinterred in Jerusalem on Har Hamenuchos. He wrote Divrei Amram, included in the back of his father’s book Ateres Akiva.

His sons were:

Rabbi Mordechai Efraim Fishel Fisher, head of the Beis Din of Sharash – Potok and a student of the Shevet Sofer,
Rabbi Yosef Betzalel Fisher, Rabbi of Vochterlitz,
Rabbi Moses Fisher, our Rabbi,
Rabbi Akiva Fisher, Dayan in Kin-Sent-Miklos and a student of the Daas Sofer,
Rabbi Simcha Yoel Fisher who was Rabbi in Deva and Chicago at Congregation Ohavah Tzedek on Claremont Avenue.
His son-in-law was Rav Elozor Singer, a Dayan in Rima Sambat and a student of the Daas Sofer.

Rabbi Moses Fisher studied under Rabbi Yeshaya Zilberstein, the Dayan of Viatzen, and under his grandfather Rabbi Eliezer Zusman Sofer, the Dayan of Paks.

In 1895 our congregation contacted the great Rabbi Simcha Sofer, known as the Shevet Sofer of Pressburg, Bratislava, to provide our Synagogue with a full-time Rabbi. Rabbi Sofer found no one who was more suitable and competent for this post than his pupil Rabbi Moses Fisher, on whom he had conferred ordination. The Rabbi was welcomed at a festive gathering to Agudas Achim. Speakers included his father, Rabbi A. Fisher, Rabbi Dr. Felsenthal of Oak Park Temple, and Rabbi Abraham Braude of Congregation Anshe Shalom.

Rabbi Fisher devoted all of his time to the task of improving and consolidating our congregation and the greater Jewish community of Chicago. Thanks to his active work, the congregation soon began to grow, and in 1903 its membership built a large synagogue on Marshfield Avenue and Polk Street.

At that time, when Chicago Jewry was just beginning to grow and expand, Rabbi Fisher participated in the development of Orthodox Jewry in the city, helping with all his energy and sincerity to strengthen it and to direct the course of those institutions which sought to administer to those who were deficient in Jewish faith and Jewish knowledge.

Rabbi Fisher was instrumental in founding the Home for the Aged, of which he was the director, the Federated Charities, for which he also acted as director, the Mount Sinai Hospital, Hebrew Theological College, and other institutions. In addition to these great causes, he devoted a large part of his time to Adas Bnai Yisrael, an Orthodox youth organization, the goal of which was to attract the Jewish youth to the Jewish people and Jewish traditions. Rabbi Fisher was also a participant in the Zionist movement.

Not only a Hebrew sage but a man of considerable secular knowledge as well, Rabbi Fisher was a scholar in the best sense of the term. He was a very prominent civic leader, helped build this community and contribute a great deal to its development rendering great services in every field of communal life. Always a conscientious man, he had a serious attitude towards work In 1923 Rabbi Fisher left Chicago to become Rabbi of Congregation Bnai Moshe in Detroit which he served until his passing.

In an article in the Daily Jewish Courier, a Yiddish newspaper printed in Chicago, Rabbi Fisher told reporters that “I regret that I must leave the Jewish community of Chicago, which has many large Jewish institutions. I refer particularly to the Hebrew Theological Seminary, where I had hoped to educate my children. I envy the rabbis and civic leaders who are privileged to continue their work for Jewish knowledge. I hope that G-d will give me an opportunity to build such institutions in my new circle of influence.”

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 1:27 pm
דורך יציב פתגם
מיללער האט געשריבן:הרב ר' פישל מבראנזוויל חבר מערכת מורשת חכמי אמעריקא, שטעלט צו דעם פאלגנדען בילד, דאס בילד איז פון בודאפעסט אינעם קוזינצי שוהל ביי א מסיבת הכנסת ספר תורה.
בילד

עס ווערן געזעהן אויפן אויבן-אן פון לינקס צו רעכטס:
דער דערמאנטער טשוזער רב ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן ראב"ד בודאפעסט, ר' אברהם פרוידיגער פון די ראה"ק אין בודאפעסט און הג"ר קאפל רייך אב"ד בודאפעסט (דער ערשטער רעכטס איז מר. בעלא ווייס דער נדבן פונעם ס"ת)

קוקט נישט אויס ווי הג"ר קאפיל רייך מבודאפעסט זצ"ל

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 11:33 am
דורך למעלה משבעים
דאס איז א בילד פון די מציבה פון הגאון רבי אליעזר זוסמאן סופר אב"ד האלאש ופאקש:
viewtopic.php?p=296072#p296072

ולידו מצבת בנו רבי יוסף לייב סופר זצ"ל:
viewtopic.php?p=354600#p354600

קליקט דערויף צו פארגרעסערן.
IMG_20140708_0020.jpg


ייש"כ רב מיללער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 11:42 am
דורך שמן למאור
למעלה משבעים האט געשריבן:
ייש"כ רב מיללער.


און יישר כח למעלה.

גאר א קלארע בילד.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 2:16 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:ר' אליעזר זוסמאן סופר מפאקש בעמח"ס המקנה, ילקוט אליעזר, עט סופר ושא"ס ב"ר מרדכי אפרים פישל סופר סת"ם מפרעשבורג ש"ץ אצל מרן החת"ס זצ"ל.

בילד


אן אדווערטייזמענט אויף דייטש איבער דעם פרישן באנד פון "ילקוט סופר" אויף; ברית מילה, פדיון הבן און בר מצוה וואס איז ערשינען דורכן' דערעטשקא רב זצ"ל, געדרוקט אין א דייטש-אידישן צייטונג