בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 14, 2010 9:59 am
דורך יוסלמאן
א גרויסן ישר כח פאר די גבאים פארן אפטיילן דעם אשכול (ווי אונז זעמיר אומשולדיג געגאנגען פתיחה) למשפחת הסופרים, ובתוכם רבנים גאונים צדיקם [מפורסמם] זכותם יגן עלינו.

ס'דא א ספר משפחת סופרים (?), תולדת משפחת הסופרים, וואס דער זעלביר ר' פישל סופר זז"ג האט איבערגעדרוקט בערך אנטערהאלבען יאר צוריק, דאכט זיך אז דער ילקוט סופר האט עס געשריבן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 14, 2010 10:09 am
דורך מאטעס
אפשר מיינט איר דאס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 14, 2010 10:40 am
דורך גבאי ביהמד
היות דער סיסטעם לאזט דערווייל נישט צושטעלן קיין בילדער האבן מיר צוגעשטעלט פון אנהייב פון דעם אשכול, עטליכע תגובות מיט בילדער פון רבנים צאצאי משפחת סופר, להגדיל האשכול ולהאדירה.

יישר כח פאר א באשטייערער, תזכו למצוות

בתודה והוקרה,
הגבאי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 14, 2010 2:32 pm
דורך נשמה
מילער
נאך א פונקט פון קען צוגעגעבן ווערן פארוואס גרויסע רבנים זענען אמאל נישט אזוי מפורסם וואו אנדערע, ווייל זיי האבן נישט אנגעפירט בישיבה. רוב פון די אונגארישע וואס דו רעכנסט אויס זענען געווען תופסי ישיבה, און זייערע תלמידים רעדן פון זיי, ס'איז געווען אזעלכע רבנים אין קליינע דערפעלעך פון קוים אפאר מנינים וואס האבן איבערגעלאזט תלמידים וואס קאכן זיך אין זיי די נעקסטע זיבעציג יאר, אשטייגער ווי פאיער רב און דער וויטקער רב ז"ל.
איך האלט אויך אז ביי א גרויס חלק פון אונזער ציבור איז מער באקאנט אונטערלענדישע רבנים ווי אויבערלענדישע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 14, 2010 4:47 pm
דורך ליפשיץ
איך זע די וויכוחים גייען אהין און צוריק. איך וואלט מסביר געווען הרב מיללער'ס פראגע אין קורצן, כזה:

אמת, הרב שישא האט רעכט איבער די נכדי החת"ס אז זיי זענען געווען מער מפורסם צוליב זייער רבנות שטוהל בעיר פרעשבורג, וואס דאס זעלבסט ברענגט פרסום. אבער די פראגע איז פארוואס טאקע האט זיך נישט אפגעפונען דאס זעלביגע ביי די נכדי המחנה חיים למשל?

דער מחנה איז לכולי עלמא געווען אן אדם הגדול בענקים און מפורסם יתר על כמה, און צוגאב איז ער געווען רב אין עיר הבירה פעסט. פארוואס טאקע האבן צאצאיו אחריו נישט ממלא מקומו געווען אין פעסט? ס'איז קלאר אז ווען דאס וואלט פאסירט וואלטן זיי געווען מפורסם נאך צו יעדער צייט ווי דער שבט סופר למשל.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 15, 2010 7:55 am
דורך שישא
ליפשיץ האט געשריבן:דער מחנה איז לכולי עלמא געווען אן אדם הגדול בענקים און מפורסם יתר על כמה, און צוגאב איז ער געווען רב אין עיר הבירה פעסט. פארוואס טאקע האבן צאצאיו אחריו נישט ממלא מקומו געווען אין פעסט? .


די סיבה דערפון איז לכאורה, צוליב די אויסערגעווענדליכע שארפקייט פונעם מחנה חיים, האבן די ראשי הקהילה שוין נישט געוואלט הערן פון אויפנעמען א זוהן.
יענער צייט איז טאקע ארויסגעקומען בריוון פון אסאך גדולי ישראל לטובת דעם זוהן (כמדומה ר' יעקב שלום בעמח"ס תורת חיים) אז מען דארף אים אויפנעמן, און אז קיין אנדערער רב טאר נישט משיג גבולו זיין, געדרוקט סוף ספר ישבב סופר עמ"ס סנהדרין, און טאקע צוליב דעם איז גאר אלאנגע תקופה דערנאך נישט געווען קיין מרא דאתרא און פעסט, בערך 10 יאר, ערשט דערנאך האט מען דארט אויפגענומען ר' קאפל רייך זצ"ל.
נאך האב איך געהערט אמאל אז די ראה"ק האבט געטאנעט אז דער מחנה חיים אליין שרייבט אין א תשו' אז עס איז נישט דא קיין ירושה ביי רבנות.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 15, 2010 8:22 am
דורך יוסלמאן
בלטערענדיג אין משפחת סופרים האמיר געזעהן אז ווען הגה"ק רבי חיים איז נסתלק געווארן און מ'האט אים געפירט קיין פרעשבורג כידוע, האט די חב"ק אים געוואלט לייגן בתוך אנשים פשוטים מטן אמתלא אז ער האט נישט געוואוינט אין שטאט. איז זיין ידיד הגאון בעל נהרי אפרסמון געפארן קיין פרעשבורג משתדל זיין ביי די חב"ק, ער האט געזעהן אז ס'גייט נישט האט ער געבעטן מ'זאל אים לייגן לעבן די נפלים זאגענדיג אז פונקט ווי זיי לא טעמו טעם חטא אזוי קען מען אויך זאגן אויפ'ן מחנה חיים. און זיי האבן אים טאקע געלייגט ביים עק און שפעטער איז ס'פלאץ טייער געווארן און ת"ח ובני תורה האבן דארט געקויפט חלקות.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 15, 2010 8:54 am
דורך יוסלמאן
כ'ווייס נישט וואס די הגדרה מפורסם מיינט, אבער לגבי ספרים איז משפחת הסופרים אויפ'ן אויבן-אן, א שטיקעל רשימה מספריהם:

הגאון ר' נפתלי בהר"ר פישל, אב"ד פעטשי-ניידארף,
מטה נפתלי ב' חלקים, בני נפתלי, גבול בני נפתלי, שער נפתלי, בית אפרים, לקוטי בית אפרים ממטה נפתלי, מטה נפתלי וליקוטי בית אפרים.

הגאון ר' חיים בהר"ר פישל, אב"ד פעסט,
שו"ת מחנה חיים, דברי שערי חיים עה"ת, שערי חיים על נ"ך, תהלים שערי חיים, דרשות תורת חסד, קול סופר על משניות, פלס חיים עמ"ס גיטין, שערי חיים על דיני מחלל שבת, אשכול הסופר גל אגדות הש"ס, מכתבי ק"ן סופר.

הגאון ר' אחעזר זוסמאן בהר"ר פישל, אב"ד פאקש,
ילקוט אליעזר על ערכים, דמשק אליעזר עה" ומועדים, תהלים ילקוט אליעזר, דרשות מלאה הקטורת, ספר המקנה על קנינים, עט סופר על סוגיות הש"ס, קומטרס אבן הסגולה.

הגאון ר' יואל אונגאר, חתן בעל ילקוט אליעזר,
שו"ת ריב"א.

הגאון ר' משה בהר"ר יעקב שלום, אב"ד טיסא פירעד,
מהר"ם סופר.

הגאון ר' יעקב שלום בהר"ר חיים, ראב"ד פעסט,
תורת חיים על שו"ע אורח חיים.

הגאון ר' יוסף צבי בהר"ר חיים, אב"ד שאמשאן,
תולדות סופרים.

הגאון ר' ישראל מרדכי אפרים פישל בהר"ר אליעזר זוסמאן, אב"ד שארוואר,
זכרון אפרים עה"ת.

הגאון ר' יוסף לייב בהר"ר אליעזר זוסמאן, אב"ד פאקש,
ילקוט סופר עה"ת, ליקוטי סופר על תרי"ג מצות.

הגאון ר' יהודה בהר"ר אליעזר זוסמאן, אב"ד אראד,
שבחי סופר, מטה יהודה על מדרש מספר.

הגאון ר' שמואל בנימין בהר"ר אליעזר זוסמאן, אב"ד דערעטשקע,
שו"ת דברי סופרים, דברי סופרים על תהלים.

הגאון ר' שמואל רייניטץ חתן הר"ר משה סופר, אב"ד פעטערוואשאר,
עוללות אפרים.

הגאון ר' אברהם יעקב בה"ר אפרים, אב"ד טעט,
משפחות סופרים.

הגאון ר' מנחם בהר"ר אפרים, אב"ד מאראש-ווארשארהעלי,
שו"ת מנחם משיב.

הגאון ר' יצחק צבי בהר"ר אפרים, אב"ד טעמעשוואר,
שו"ת מספר הסופר.

הגאון ר' אליעזר ישראל מרדכי אפרים פישל בהר"ר אברהם יעקב, אב"ד מיישא,
זכרון סופרין על הש"ס ושו"ע.

(גענומען פון ספר משפחת סופרים, ולכאו' איז דא נאך)

פארעפענטליכט: שבת ינואר 16, 2010 10:54 pm
דורך שישא
יוסלמאן האט געשריבן:גענומען פון ספר משפחת סופרים, ולכאו' איז דא נאך


מן הסתם מיינסו "תולדות סופרים", ווי די אויבערדערמאנטע לינק.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 17, 2010 5:48 pm
דורך בןהרחמן
שישא האט געשריבן:בלעטערינג אינעם ספר (כפי מסת הפנאי) קוקט מיר אויס אז עס איז נישט געווען א קירבות משפחה צווישען די משפחת סופרים און משפחת החת"ס, זיי זענען אלע געווען נאר תלמידים, איז דאס טאקע אזוי?


נשמה האט געשריבן:אזוי איז עס טאקע, די פרעשבורגע סופרים, מיט די פראנקפורטע סופרים זענען נישט קיין קרובים, אבער די אלע פרעשבורגע סופרים די זיידעס מיט די אייניקלעך האבן אלע געלערנט ביים חתם סופר און זוכה געווען צו א געוואלדיגע קירבות.


למעשה האט זיך דער קשר אנגעהויבן נאך פריער פון פרעשבורג, אזוי ווי דער תולדות סופרים ברענגט אז דער זיידע פון ר' פישל מפ"ב (אבי אביו ר' זוסמאן אליעזר סופר) רבי אפרים אשכנזי האט געלערנט אינאיינעם מיט רבי נתן אדלער אין פראנקפורט ביים פני יהושע, ר' זוסמאן איז שפעטער געגאנגען לערנען אין טיסמעניץ ביי רבי משולם איגרא, און דערנאך זיך געצויגן קיין פרעשבורג, און ער האט דארט אויך גע'שתד'לט מען זאל דארט אויפנעמען ר' משולם איגרא אלץ רב, קומט אויס אז דער שייכות האט זיך נאך אנגעהויבן טאקע אין פראנקפורט ווי אויך איז משפחת ר' זוסמאן סופר נאך געווען אין פרעשבורג פריער פונעם חת"ס, און אויפן עצה פון ר' נתן אדלער איז ר' פישל סופר געגאנגען לערנען ביים חתם סופר ווען ער איז נאך געווען רב אין מאטערסדארף, זעה דא מתחת לקו.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 8:03 am
דורך יוסלמאן
שישא האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:גענומען פון ספר משפחת סופרים, ולכאו' איז דא נאך


מן הסתם מיינסו "תולדות סופרים", ווי די אויבערדערמאנטע לינק.


ניין, כ'מיין משפחת סופרים, חיבר הגאון ר' אברהם יעקב בה"ר אפרים, אב"ד טעט.

מאיזה סיבה שהוא האמיר נישט געקענט עפענען דעם לינק פון היבראו בוקס וואס מאטעס האט געברענגט (כ'קען נאכאלץ נישט), אבער וואס איך האלט אין די האנט הייסט משפחת סופרים נישט תולדות.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 9:57 pm
דורך שאץ מאץ
ר' שמואל פריינד ז"ל'ס ווייב(די מוטער פון העסקן ר' יעקב ישראל - ק"י) איז א סופר אייניקל ווייסט איינער פון וועמען, איז זי אפשר א טאכטער פונעם טעט'ה רב דאס מיינט א שוועסטער מיט מרת ראטה אשת ר' שמואל יצחק?...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 7:13 am
דורך מיללער
שאץ,
אז איך געדענק גוט איז זי שוין אן אייניקל פונעם טעטה'ער רב און א ניכטע פון רש"י ראטה, ווייל דער טעטה'ער רב האט געהאט צוויי זיוויגום און מרת ראטה איז מזוו"ש.

-

אז מדערמאנט נכדי ר' פישל מפרעשבורג, האב איך געזעהן אינעם ניי ערשינענעם ספר 'סופר המלך' ווי ער רעכנט אויס די אייניקלעך ששימשו ברבנות, איז פארהאן דארט איינער ר' משה ב"ר עמרם פישער מיינק (פון שטאט יינק) וועלכער איז געווען רב אין די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם אייניקל, ווען איז ער געקומען קיין אמעריקא, וואס איז געווען די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, צו עקזעסטירט נאך אזא קהילה, איז פארבליבען פון אים ערליכע דורות אא"וו?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 10:33 am
דורך שישא
מיללער האט געשריבן:אז מדערמאנט נכדי ר' פישל מפרעשבורג, האב איך געזעהן אינעם ניי ערשינענעם ספר 'סופר המלך' ווי ער רעכנט אויס די אייניקלעך ששימשו ברבנות, איז פארהאן דארט איינער ר' משה ב"ר עמרם פישער מיינק (פון שטאט יינק) וועלכער איז געווען רב אין די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם אייניקל, ווען איז ער געקומען קיין אמעריקא, וואס איז געווען די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, צו עקזעסטירט נאך אזא קהילה, איז פארבליבען פון אים ערליכע דורות אא"וו?


איך האב געטראפן אז ער איז שפעטער געווארן רב אין קהל בני משה דעטרויט, עי' בקובץ אפריון שנת תרפ"ד כמה חידו"ת ממנו.
ווער עס האט אינפארמאציע איבער אים אין שיקאגא קען זיך אנריפען.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 10:37 am
דורך שישא
מיללער האט געשריבן:שאץ,
אז איך געדענק גוט איז זי שוין אן אייניקל פונעם טעטה'ער רב און א ניכטע פון רש"י ראטה, ווייל דער טעטה'ער רב האט געהאט צוויי זיוויגום און מרת ראטה איז מזוו"ש.


הייסט'עס אז ר' שמואל פריינד אין געווען א נעפיו פון ר' שמואל יצחק ראטה?, דאס איז שוין א חידוש.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 11:23 am
דורך מיללער
שישא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אז מדערמאנט נכדי ר' פישל מפרעשבורג, האב איך געזעהן אינעם ניי ערשינענעם ספר 'סופר המלך' ווי ער רעכנט אויס די אייניקלעך ששימשו ברבנות, איז פארהאן דארט איינער ר' משה ב"ר עמרם פישער מיינק (פון שטאט יינק) וועלכער איז געווען רב אין די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם אייניקל, ווען איז ער געקומען קיין אמעריקא, וואס איז געווען די אונגארישע קהילה אין שיקאגא, צו עקזעסטירט נאך אזא קהילה, איז פארבליבען פון אים ערליכע דורות אא"וו?


איך האב געטראפן אז ער איז שפעטער געווארן רב אין קהל בני משה דעטרויט, עי' בקובץ אפריון שנת תרפ"ד כמה חידו"ת ממנו.
ווער עס האט אינפארמאציע איבער אים אין שיקאגא קען זיך אנריפען.


אין 'תולדות סופרים' וועלכע איז געדרוקט געווארן בשנת תשכ"ג ווערט ער שוין דערמאנט לאחר פטירתו, און אויך אז ער איז געווען רב אין דעטראיט, ווי אויך ווערט דארט דערמאנט זיין ברודער 'הקצין ר' יעקב שלום פישער מדעטרויט' נאך בחייוו, און נאך א ברודער ר' יואל חיים פישער רב בארה"ב.

ווי עס שיינט האט די משפחה געהאט עטליכע מיטגלידער ברחבי ארה"ב אין די בראשית יארען און פאר אונז וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסען ווי די אייניקלעך האלטן היינט.

ווידער בנוגע ר' משה'ס רבנות אין שיקאגא האב איך געטראפן אין
אוצר ישראל בערך 'שיקאגא' ווי ער דערמאנט די קהילה 'אגודת אחים אנשי אונגארן' נוסדה בשנת 1884-תרמ"ד,ובערך בשנת 1903 תרס"ג האבן זיי גערופען ר' משה פישער צו ווערן רב, דאס איז באמת גאר פרי פאר אן אונגארישער רב צו קומען קיין אמעריקא.

ווי עס קומט מיר אויס איז ר' משה אריבער בשנת תרפ"ג קיין דעטרויט צו די דערמאנטע קהל בני משה, וועלכע איז געווען באקאנט אלס די 'אונגארישע שוהל' דארט.

דא איז פארהאן א בילד פון ר' משה (נישט ווי איך האב זיך געראכטען).

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 12:48 pm
דורך farshlufen
דא זע איך אז רבי משה איז געווען רב אין די בני משה קהלה ביז 1948.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 4:20 pm
דורך בןהרחמן
עס איז געווען נאך א ברודער פון די פישער משפחה בני ר' עמרם (שהי' חתן ר' זוסמאן סופר בעל עט סופר ושא"ס), ער האט געהייסן ר' מרדכי אפרים פישל פישער וואס ער איז געווען רב אין שאראש-פאטאק 32 יאר ביז תש"א, איך געזעהן אמאל ערגעץ באשריבן איבער איהם אז ער איז געווען א שטארק חשובער רב און האט כל ימיו שטארק מלחמה געהאלטן מיט די פרייע און מתחדשים, ער האט געהאט א גוטן פעדער און שפראך. אויך האב איך אמאל געזעהן ביי איינעם א בילד פון זיין מצבה אין שאראש-פאטאק.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 6:21 pm
דורך שישא
ס'איז דא א ספר "עטרת עקיבא" 2 בענדער, ארויסגעקומען און די לעצטע 5 יאר, דארט איז זייער שיין באשריבען די גאנצע פישער פאמיליע, אייניקלעך פון ר' עקיבא פישער אב"ד טעט, אבי ר' עמרם הנ"ל, מיט בילדער און אלעס ארום, איינער דא האט עס אפשר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 28, 2010 4:48 pm
דורך מיללער
נחמן נתן האט געשריבן:פון ר. צו ל.: רבי יונתן שטייף זצ"ל; רבי נתן שיק ז"ל; הגה"צ רבי זוסמאן סופר זצ"ל הי"ד ראב"ד בודאפעסט (חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי קאפל רייך זצ"ל – אב"ד בודאפעסט); רבי צבי יהודה שטייף (בן רבי יונתן) ז"ל הי"ד; (דער לעצטער:) אומבאקאנט.


כ'האב יעצט באמערקט אז ר' נחמן נתן האט געשריבען "הגה"צ רבי זוסמאן סופר זצ"ל הי"ד ראב"ד בודאפעסט (חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי קאפל רייך זצ"ל – אב"ד בודאפעסט)" און קיינער האט אים נישט אויסגעבעסערט מן הסתם מחמת חוסר ידיעה, דעכר בילד איז פון ר' מרדכי אפרים פישל זוסמאן-סופר ז"ל ראב"ד פעסט ומלפנים אב"ד טשוס הנקרא בפי כל 'דער טשוזער רב' חיבר ספר עטרת פ"ז.

דער טשוזער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' קאפל רייך, אבער ער איז נאך אוועק פאר די קריג, א' דר"ח אייר תש"ב, זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט די קריג און האבן געדרוקט זיין חיבור הנ"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 3:05 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:ר' אליעזר זוסמאן סופר מפאקש בעמח"ס המקנה, ילקוט אליעזר, עט סופר ושא"ס ב"ר מרדכי אפרים פישל סופר סת"ם מפרעשבורג ש"ץ אצל מרן החת"ס זצ"ל.



דער ילקוט אליזער האט געהאט א זוהן ר' שמואל בנימין אב"ד דערעטשקע ז"ל, וועכלער איז צווישען אנדערע געווען דער פאטער פון ר' נפתלי שרגא פייוול סופר ע"ה וועלכער איז נפטר געווארן אינגערהייט איבערלאזנדיג אינגע יתומים, צווישען זיי האחים החשובים הזקינים הרה"ח ר' משה סופר הי"ו (אבי הרב מבואנעס-איירוס שליט"א ואחיו) והרה"ח ר' אליעזר זוסמאן סופר הי"ו מקר"י.

איך האב געטראפן א בילד פון די מציבה פון ר' נפתלי שרגא פיוול הנ"ל, גאר מערקווידיג איז די פאקט אז זיין טאטענס נאמען ווערט כלל נישט דערמאנט ובפרט אז ער איז געווען א רב ובנש"ק, והוא פלאי.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 10, 2010 9:46 pm
דורך שאץ מאץ
טאקע א חידוש, אפשר איז עס ערגעץ אונטערוועגנס ס'איז נישט געוועהן ווער ס'זאל זיך מטפל זיין מיט אים צו שרייבן אויף די מציבה דאס גאנצע יוחס,
.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 14, 2010 4:29 pm
דורך בןהרחמן
מיללער האט געשריבן:איך האב געטראפן א בילד פון די מציבה פון ר' נפתלי שרגא פיוול הנ"ל, גאר מערקווידיג איז די פאקט אז זיין טאטענס נאמען ווערט כלל נישט דערמאנט ובפרט אז ער איז געווען א רב ובנש"ק, והוא פלאי.



אין וועלכע ביה"ח איז דאס?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 14, 2010 5:54 pm
דורך נודע למשגב
שישא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:שאץ,
אז איך געדענק גוט איז זי שוין אן אייניקל פונעם טעטה'ער רב און א ניכטע פון רש"י ראטה, ווייל דער טעטה'ער רב האט געהאט צוויי זיוויגום און מרת ראטה איז מזוו"ש.


הייסט'עס אז ר' שמואל פריינד אין געווען א נעפיו פון ר' שמואל יצחק ראטה?, דאס איז שוין א חידוש.


די טעטה'ער רב איז געווען א איידעם ביי זיין פעטער הגאון הצדיק ר' משה אברהם סופר זצ"ל פון טשארנא בן גאב"ד פאקש איז דאס געווען זיין ערשטע אדער צווייטע זיווג?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 17, 2010 1:20 pm
דורך farshlufen
שאץ מאץ האט געשריבן:ר' שמואל פריינד ז"ל'ס ווייב(די מוטער פון העסקן ר' יעקב ישראל - ק"י) איז א סופר אייניקל ווייסט איינער פון וועמען, איז זי אפשר א טאכטער פונעם טעט'ה רב דאס מיינט א שוועסטער מיט מרת ראטה אשת ר' שמואל יצחק?...

זע דא: