הגה"צ ר' יעקב קראנץ זצ"ל - "דער דובנער מגיד". י"ז טבת תקס"ה
פארעפענטליכט: שבת ינואר 09, 2010 6:00 pm
הגה"צ ר' יעקב קראנץ זצ"ל - "דער דובנער מגיד". י"ז טבת תקס"ה
ר' יעקב קראנץ, דער מגיד משרים באקאנט אלס "דער דובנער מגיד", איז געבוירן אין זשעטל, ווילנער גובערניע, אין יאר תק"א. ער איז געווען א יחסן, אפשטאמענדיג פון רבנים און גאונים, סיי פון זיין פאטער'ס און סיי פון זיין מוטער'ס צד. זיין פאטער הרב ר' זאב איז געווען דער רב אין זשעטל, און ביז די אכצן יאר האט ער טאקע געלערנט תורה ביים טאטן. דאן איז ער געפארן קיין מעזריטש און דארט געלערנט. עס איז נישט באקאנט טאמער ער האט דארט געהאט א רבי'ן.
לערנענדיג אין דארטיגן בית מדרש איז ער שנעל געווארן פאפולער אין שטאט, און בחורים, לומדים און פשוטע בעלי בתים פלעגן זיך זעצן ארום זיין טיש. ווער עס האט אים געפרעגט א פשט אין גמרא, און ווער האט סתם געלעכצעט צו הערן א גוט ווארט. שפעטער, אז עס איז געווארן א געשטופעריי ארום זיין מקום קבוע, האט מען אים געבעטן ער זאל מוחל זיין רעדן פון די בימה כדי אלע זאלן אים קענען הערן. אזוי ארום האט ער אנגעהויבן זיין קאריערע אלס מגיד, פאר וועלכן ער איז באקאנט און באליבט עד היום ביים אידישן פאלק. אזוי ווייט, אז ווען עמיצער זאגט נאר, "דער דובנער מגיד האט אמאל געזאגט"... שפיצט יעדער אן מויל און אויערן אויפצוכאפן די שיינע משלים!
נאר זיינע ערשטע דרשות פאר'ן עולם אין מעזריטש, האט מען אים אויפגענומען אלס מגיד מישרים, און ער האט אנגעהאלטן דעם אמט פאר צוויי יאר. פון דארט האט מען אים אויפגענומען אין שטאט זאלקאווע אלס מגיד, און דערנאך אין דובנא וואו ער האט מעורר געווען אידישע קינדער פאר אכצען יאר. דאן איז זיין נאמען באקאנט געווארן איבער'ן וועלט אלס "דער דובנער מגיד", און ער איז שוין פארבליבן מיט די נאמען כאטש ער האט שפעטער געדינט אלס מגיד אין פארשידענע שטעט און געדרש'נט אין תפוצות ישראל.
פון דובנא איז ער געפארן קיין ווילנע אויפ'ן בקשה פונעם הייליגן ווילנער גאון זי"ע. אויפ'ן וועג האט מען אים פארבעטן אין שטאט וולאדאווי ער זאל דארט ווערן מגיד. ער איז טאקע געווען דארט במשך איין יאר, דערנאך איז ער געווען מגיד אין חעלם פאר צוויי יאר. פון דארט איז ער געפארן קיין זאמושטש (אדער זאמאשץ), וואו ער איז שוין פארבליבן גאנצע פופצן יאר ביז זיין פטירה, כאטש ער איז אינדערצווישן צוריקגעפארן קיין מעזריטש פאר עטליכע מאנאט.
דער דובנער מגיד, ווי אנדערע מגידים אין זיין צייט, איז אויך שטענדיג ארומגעפארן אין ארומיגע שטעט מעורר זיין אידישע קינדער תשובה צו טוהן.
אין זיין פאך איז ער געווען דער יחיד מומחה. אלס א געוואלדיגן אראטארישן קראפט, מיט זיינע אינהאלטסרייכע דרשות, אויסגעצירט מיט הערליכע משלים - גענומען פון טאג טעגליכן לעבן - האבן אידן איבעראל זיך דערקוויקט מיט זיין מגידות. אלס מגיד האט ער נישט פרובירט איבערצושרעקן די אידן און זיי סטראשען מיט שבעה מדורי גיהנום אזוי ווי אנדערע מגידים אין יענע צייט, נאר זיי געוויזן די שיינקייט פון תורה און אידישקייט, ווי גוט און וואויל עס איז צו זיין א ירא שמים, אן עובד השם. דערצו האט ער געשילדערט מיט רייכע פארבן די מדות פון מענטשן, און דערביי ארויסגעברענגט אלע ערליי פאזיטיווע און נעגאטיווע זיטן, פון וועלכע יעדער האט שוין איינגעזעהן מרת נפשו, און נתעורר געווארן לתשובה.
זיינע וואונדערבארע משלים זענען אויך א רייכע באטראג צום אידישן ליטעראטור, אפמאלנדיג מיט לעבעדיגע פארבן דאס אידישע לעבן פון אמאל. לערנענדיג זיינע ספרים באקומט מען דרך אגב א קלארע באגריף ווי אזוי אונזערע זיידעס האבן געלעבט אין דער אלטער היים, אייראפע פון אמאל. מיר זעהן פאר זיך בחוש די ראשי הקהל און פרנסים, מלמדים און זייערע באהעלפערס מיט די תלמידים, בעלי עגלה און אכסניות, יונגע לייט און לייפציג'ע סוחרים, ישוב'ניקעס און ארענדארן, רייכע אידן און אנזעצער, ישיבה בחורים און רבנים, אא"וו.
צוליב זיין פאפולאריטעט, האבן אנדערע מגידים "גענאשט" פון זיינע משלים און תורות, אבער נישט אלע זענען נזהר געווען נאכצוזאגן בשם אומרו. ווען דער דובנער מגיד האט אפגעראכטן גלות אזוי ווי דער שטייגער ביי צדיקים פון אמאל, איז אים אפט אויסגעקומען צו הערן אין שטאטישע שוהל'ן אזעלכע דרשות, אין וועלכע ער האט דערקענט זיינע אייגענע סחורה...
נישט נאר עמך אידן האבן אים ליב געהאט, נאר גרויסע רבנים האבן זיך מיט אים משתעשע געווען אין לערנען. דער ווילנער גאון זי"ע האט פון אים שטארק געהאלטן, אזוי ווייט, אז ער האט אים געבעטן ער זאל אים מוסר זאגן. מען דערציילט אז אנפאנג האט ער נישט געוואלט זאגן מוסר פאר'ן גאון, אבער אז דער גאון האט אים שטארק געבעטן, האט ער אים געזאגט אז זיין צידקות האט א שטיקל חסרון, ווייל ער זיצט אפגעזונדערט פון מענטשן. וואלט ער געווען א מעורב בין הבריות, און דאך אזא צדיק, וואלט ער דערגרייכט נאך גרעסער.
לויט א צווייטע גירסא האט דער דובנער מגיד אזוי געזאגט: "וואלט איר ארומגעפארן און געוואנדערט אויפ'ן וועלט אזוי ווי איך, גערעדט מיט אלערליי מענטשן און דאך געבליבן דער זעלבער, אט דאס וואלט טאקע געווען א קונץ!"
דערויף האט דער הייליגער גאון געענטפערט כלאחר יד: "נו, בין איך נישט קיין קונצן מאכער..."
ווי שטארק דער ווילנער גאון האט פון אים געהאלטן און געשעצט, קען מען זעהן פון זיינע בריוו צום דובנער מגיד. אין איין בריוו וואס דער גאון שרייבט אין תקנ"א:
שלום רב לאו"נ ה"ה הרב המופלא ומופלג בתורה, המפורסם לשבח, כבוד מוהר"ר יעקב מ"מ דק"ק דובנא.
אחרי דרישת שלום כמשפט לאהובי, אבקשה את שאהבה נפשי שיבא אצלי...
א צווייטע בריוו פון גאון געשריבן אין שנת תקו"ן תפלתי (תקנ"ו).
שלום רב לאהובי ידידי ... אספרה נא לידידי כעל גמולות אשר גמלני ה' ברב טובו, חלץ נפשי מתחלואות קשות, הפליא לעשות עמדי, יבוא ידידי לביתי ואל יאחרו פעמיו להשיב רוחי, ולהשתעשע אתי כפעם בפעם... דברי אהובו נאמנו המצפה על ביאתו לשלום.
זיין דרך איז געווען, אז אנקומענדיג אין שטאט האט ער קודם געהאלטן עטליכע לייכטע דרשות, דורכגעפלאכטן מיט שיינע דרושים און משלים און צומאל א מילתא דבדיחותא. אזוי האט ער אריינגעברענגט א יו"ט'דיגער שטימונג אין שטאט. דער עולם האט זיך פשוט מחי' געווען מיט זיינע רייד, כמים קרים על נפש עיפה. די לעצטע דרשה איידער'ן אוועקפארן, איז שוין אבער געווען פון אן אנדער סארט. דא האט אסאך מוסר געזאגט און געוועקט די הערצער פון אידישע קינדער אז זיי זאלן זיך אומקערן צום טאטן אין הימל. מיט די דרשה האט ער אזוי געריהרט דעם עולם צו תשובה, אז עס פלעג זיך גיסן טייכן טרערן פון די צוהערער.
אין די הקדמה פון ספר המדות פון דובנער מגיד, באשרייבט דער מסדר הספר, הרה"ג ר' אברהם בעריש פלאם זצ"ל, דער מגיד משרים פון לובלין (אזוי ווי ער ווערט באטיטל'ט אין שעה הספר), די געוואלדיגע עבודת השם פון דובנער מגיד.
ער פלעג אויפשטיין חצות יעדן נאכט [אויך שב"ק און יו"ט], גיין אין שוהל אפגעראכטן תיקון חצות מיט בכיות. דאן האט ער געלערנט ביז קרוב לאור הבוקר, געגאנגען אין מקוה, אנגעטוהן טלית ותפילין, און עס געטראגן ביז נאך מנחה. שחרית האט ער געדאוונט כוותיקין. טראץ דעם וואס ער איז געווען א גרויסער געבוי, האט ער געדאוונט איינגעבויגן אין דרייען ביז סוף דאווענען. די בענקל וואס איז געשטאנען פארנט פון אים ביי מזרח וואנט איז שטענדיג געווען דורכגעווייקט נאס פון טרערן.
געהאט האט דער מגיד אן אינטערסאנטער מנהג: יעדן טאג אינמיטן לערנען מיט די ישיבה, האט ער זיך אויפגעשטעלט, צוגעגאנגען צום עמוד אויף וועלכן עס איז געלעגן א כל בו סידור, און געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים מיט גרויס געוויין. דאן איז ער צוריקגעגאנגען און פארגעלערנט דעם שיעור קבוע אין טור. אזוי יעדן טאג. יעדער האט זיך געוואונדערט איבער דעם מנהג. פארוואס דער טעגליכער געוויין? ווען ער איז אוועק פונעם וועלט, האט דער שמש פון ביהמ"ד זיך אנגערופן מיט א מעשה'לע, און געזאגט אז דאס קען זייט פשט.
און אזוי האט ער דערציילט: דער מגיד האט אים געבעטן ער זאל אים קומען דערציילן יעדעס מאל וואס עס מאכט זיך טרויערדיגע געשעהנישן אין שטאט. וויבאלד זאמושטש איז געווען אן עיר ואם בישראל, האט אוודאי נישט געפעלט קיין צרות. איז דער שמש טאקע יעדן טאג געקומען דערציילן: דא איז א איד קראנק געווארן, דא געפינט זיך א מקשה לילד, וכדו' אלע צרות נעבעך. דערפאר האט דער מגיד טעגליך פארגאסן טרערן און תהילים געזאגט, אינזין האבענ'דיג דערביי די שטאט'ס מענטשן.
דער דובנער מגיד איז אויך געווען א תופס ישיבה און מרביץ תורה אין די שטעט וואו ער האט געהאלטן דעם פאסטן פון מגיד מישרים. זעלבסטפארשטענדליך אז זיין לערנען איז געווען העכסט אינטערסאנט, ווען ער האט די שווערסטע תוספות'ן געגעבן צו ערקלערן כדרכו בקודש - מיט א משל...
ער האט אויך אויסגעלערנט די פאך פאר אנדערע, און זיך אפילו אראפגעלאזט צו קינדער ווען ער האט דערקענט אז זיי וואקסן א לייט. ווען דער גאון ר' שלמה קלוגער איז נאך געווען א בר-מצוה-בחור'ל און געלערנט אין זאמאשטש ביים גאון ר' יוסף האכגעלערענטער (בעל משנת חכמים זצ"ל), האט דער מגיד געלייגט אן אויג אויף אים, און מיט אים געמאכט א שיעור אין ספרי אגדה ודרוש. יעדן ערב שבת האט ער מיט אים געלערנט מדרש רבה, תנחומא, ילקוטים און נאך. אזוי ארום האט ער אריינגעברענגט אינעם יונגן גאון א געשמאקט אין דברי אגדה, און שוין דאן אים אויסגעלערנט ווי צו האלטן דרשות. דער בראדער רב איז טאקע שפעטער באוואוסט געווארן, אויסער זיין גאונות, אויך אלס זעלטענער נואם בחסד עליון – א כשרון אין וועלכען דער דובנער מגיד האט געהאט א גרויס חלק.
דער לובלינער מגיד דערציילט ווי אזוי דער דובנער מגיד האט מיט זיין שטארקן כח פון מדמה זיין מילתא למילתא מתיר געווען אן עגונה, ווען ער האט מיט א משל לעכטיג געמאכט די אויגן פאר'ן גאון בעל נטע שעשועים - דער רב פון שטאט בוטשאטש מיט זיין בי"ד: "אור כי יהל נגדיהם והתיר את העגונה, וכלם חתמו את עצמם על ההיתר."
איבער דעם געוואלדיגן כח פון דובנער מגיד מעורר צו זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, דערציילט דער לובלינער מגיד א מורא'דיגע מעשה. ווען ער איז געווען אין לעמבערג אין יאר תקצ"ז ביים דרוקן דעם דובנער מגיד'ס ספר, "אהל יעקב" אויף סדר שמות, האט אים דערציילט דער לעמבערגער רב, הרה"ג מו"ה יעקב אורנשטיין זצ"ל מח"ס ישועות יעקב, אז יונגערהייט האט ער געלערנט מיט דעם דובנער מגיד. וגופא דעובדא הכי הוה:
אין זיינע יונגע יארן איז ער געזעסן אויף קעסט ביי זיין שווער דער גביר ר' הירש וואהל ז"ל פון יערוסלאוו, באקאנט אלס ר' הירש מייצעס. זיין חברותא איז געווען דער גאון ר' הירשעלע, שפעטער רב אין באנהארד זצ"ל. ווען דער דובנער מגיד איז געקומען קיין יערוסלאוו, האט ר' הירש וואהל אים אריינגענומען צו זיך אין שטוב, און דער מגיד איז געזעסן א גאנצן טאג און געלערנט אין חדר מיוחד פון די צוויי חברים. יעדן טאג האט ער געזאגט א דרשה אין שוהל, און די צוויי יונגע גאונים זענען געגאנגען הערן זיינע דרשות, אויסער דעם וואס זיי האבן פון אים געלערנט א גאנצן טאג און כמעט א גאנצע נאכט.
נאך אן ערך דריי וואכן וואס דער דובנער מגיד איז געווען אין שטאט און האט שוין געפלאנט אוועקצופארן, האט ער געזאגט פאר דעם ישועות יעקב און זיין חברותא, אז אויף צומארגנס זאלן זיי נישט קומען אין שוהל צום דרשה, נאר בלייבן לערנען אינדערהיים. ווען זיי האבן אים געפרעגט מה היום מיומים, האט ער קודם נישט געוואלט זאגן. ענדע האט ער זיי געזאגט אזוי: "די לעצטע דרשה אין שטאט, זאגט איך אלעמאל א שטארקע מוסר דרשה מעורר צו זיין אידישע קינדער, און יעדער איינער וואס איז דארט מוז וויינען. און וויבאלד ענק זענען איידעלע מענטשן רכי המזג, (קינדער פון רייכע שטיבער), האב איך מורא עס זאל אייך פשוט נישט שאדן צום געזונט."
זיי האבן זיך אבער אויסגעלאכט, און געזאגט אז ער זאל נישט זארגן. זיי וועלן נישט וויינען.
"אבער נאך מנחה, ווען דער צדיק איז ארויף אויפ'ן בימה," דערציילט דער גאון ר' יעקב אורנשטיין, "תיכף ווען איך האב נאר געזעהן זיין צורה, האט מיר באפאלן א שרעק און ציטער, אז איך האב אנגעהויבן וויינען נאך איידער ער האט אויפגעמאכט זיין הייליג מויל. מיין חבר (דער גאון ר' הירשעלע), האט זיך אבער גע'עקשנ'ט מיט אלע כוחות און זיך איינגעהאלטן במשך א פערטל שעה פון וויינען. דאן האט ער אבער אויסגעפלאצט אין אזא ביטער געוויין, אז ער איז דערפון קראנק געווארן פאר בערך דריי מאנאטן!"
איידער זיין פטירה האט דער דובנער מגיד אויף זיך עדות געזאגט, אז זינט ער איז געווארן אכצן יאר אלט איז נישט אריבער אויף אים אפילו איין נאכט אז ער זאל פארשלאפן חצות, און אז ער האט געפאסט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. ווען עס איז אויסגעפאלן נאענט צו ערב ראש חודש, האט ער געפאסט א הפסקה פון צוויי טעג.
ווי דערמאנט פריער האט דער דובנער מגיד אויסגעלעבט אין זאמושץ זיינע לעצטע פופצן יאר. ושם מנוחתו כבוד.
נוסח המצבה:
יבא יעקב שלם לפ"ק
הדרשן הגדול המפורסם אשר שמעו הלך בכל המדינות. לפניו לא היה ואחריו לא יקום כמהו איש אשר רוח אלקים דובר בו. מ"ו ר' יעקב מגיד מ' דפה בן מ"ו ר' זאב ז"ל
זיינע ספרים:
• אהל יעקב, על התורה
• קול יעקב, על חמש מגילות
• כוכב מיעקב, אויף הפטרות
• אמת ליעקב, על הגדה של פסח
• ספר המדות, די איינציגסטע ספר וואס דער דובנער מגיד האט יא אליין אויסגעשטעלט מער-ווייניגער אויף א סדר לויט שערים. דער מסדר לדפוס הרה"ג ר' אברהם בעריש, האט דא צוגעלייגט א ספר שיורי המדות, וואו ער האט אריינגעשטעלט תורות פון דובנער מגיד געמישט מיט אייגענע דברי תורה, און אויך געשריבן א הקדמה מיט די תולדות המחבר דערין, אין א שיינע מליצה'דיגע שפראך, מיט א פארצייטישע לשון חכמים.
• משלי יעקב, א ליקוט פון אלע משלים פון אהל יעקב און קול יעקב - ע"י הרב משה נוסבוים ז"ל.
דער דובנער מגיד זעלבסט האט בחייו נישט געדרוקט זיינע ספרים. זיי זענען געדרוקט געווארן דורך זיין זון ר' יצחק, מ"מ אין מעזריטש, און טייל ע"י מו"ה אברהם בערוש פלאהם זצ"ל, מגיד מישרים דק"ק פיעטראקאוו, שעברעשין, מעזריטש, לובלין יצ"ו.
אין שער בלאט פון ספר המדות רופט מען אים "תלמידו הרב המגיד" וכו', ווי אויך אין שער בלאט פון זיין אייגן ספר "שמן המור" ווערט ער אנגערופן "תלמידו ומסדר ספרי אהל יעקב וספר המדות של רב האי גאון-האגדה רבינו יעקב מדובנא זצ"ל." לכאורה האט ער אבער קיינמאל נישט געקענט פערזענליך דעם דובנער מגיד, ווייל ער איז קוים אלט געווען צען יאר אין מעזריטש, ווען דער דובנער מגיד איז אוועק אין זאמושטץ.
וויבאלד אבער ער האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש במשך לאנגע יארן אויסצוארבעטן און שרייבן די ספרים פון דובנער מגיד, און זיי ברענגען לאור הדפוס, האט די וועלט אים אנגענומען אלס זיינ'ס א תלמיד מובהק.
ווידער אין ספר עין המים, א הספד אויף ר' עקיבא אייגער, שרייבט ר' אברהם בעריש: ע"ד מ"ש מו"ר זלה"ה (בקול יעקב קל"ה ב') בבאור מאמר חז"ל רגלוהי דבר נש אינון ערבין. די טייער ווארט געפינט זיך ווירקליך אין ספר קול יעקב פון דובנער מגיד. זעהן מיר דאך אז ער האט אים אנגערופן מורי ורבי זלה"ה. קען זיין אז דערפאר האט ער זיך באטראכט אלס תלמיד פון דובנער מגיד טאקע צוליב דעם אייגענעם סיבה, נאכדעם וואס ער האט אזוי פיל כוחות משקיע געווען אין זיינע ספרים, כאטש ער האט אים נישט קענען-געלערנט בחיים חיותו.
עס איז אנגענומען אין די וועלט אז פאר דעם לובלינער מגיד (ווי מען רופט אים אין שער פון ספר המדות) קומט די הויפט דאנק פאר די אומשאצבארע אוצר, די טייערע ספרים פון דובנער מגיד וועלכע מיר האבן היינט. דער דובנער מגיד האט נאר אראפגעשריבן גאר בקיצור זיינע רייד אין העפטעס און בויגנ'ס, פאר זיך אליין לזכרון.
לויט געוויסע מיינונגען האט ר' אברהם בעריש געטראפן טייל פון זיינע ווערק אין מעזריטשע ביהכנ"ס, אין גניזה און אנדערע מקומות, און מיט'ן רשות פון דובנער מגיד'ס זון ר' יצחק, האט ער זיי קלאר מסדר געווען און געדרוקט. זאל אים טאקע די זכות ביישטיין.
אין הקדמה צום ספר המדות שרייבט הרב פלאהם: גם בעיניך ראית החבורים היקרים אשר כבר יצאו לאור, ספר הנכבד קול יעקב על חמש מגילות אשר יצא לאור ע"י בנו הרב מו"ה יצחק קראנץ ז"ל. וספר אהל יעקב על סדר בראשית והחלק השני על סדר שמות אשר בניתי ואשר נטעתי אני בעניי. כי כתבי הרב נ"ע אין להם סדרים ולא כתב אותם כמשפט מחבר ספר להוציאו לאור. אבל רשם הדברים למזכרת עצמו ולא העלה על הכתב רק לקוטים מאמרים נפרדים לא קרב זה אל זה. ובחסד עליון ב"ה נטיתי ידי על הלקוטים ההם, ועשיתי להם סדר נכון לסמוך מאמר אל מאמר לענוד ענין אל ענין בהוספת הערות וקישורי הענינים עד כי חברתי ב"ה מהלקוטים ההם ב' חלקי אהל יעקב. ועיני נשואות וצופות לאל גומר עלי שיעזרני בחסדיו לגמור ולהשלים החבור הנחמד הזה על כל חמשת חלקי התורה.
זעהט דאך אויס פון דא אז ער איז דער וואס האט עס מסדר געווען.
ווייטער זעהן מיר אין שער בלאט פון ספר אהל יעקב, די ערשטע מהדורא (תק"צ יוזעפאף), שרייבט זיין זון ר' יצחק וועגן די כתבים פון טאטן: ..הנם טמונים בתוך האהלי, בין מכתבי חמד אשר הניח אא"מ... ואנכי בנו הצעיר יצחק קראנץ, אשר נקראתי לשבת על כסא אבי, על גפי מרום המגידות דק"ק מעזריטש העליזה, לקטתי זה שנים מבין המכתבים ההם, וחברתי ספר קול יעקב, ועתה העיר ה' את רוחי לחבר את האהל הלזה מיריעות מכתביו נטוי על סדר התורה, ישרים יחסו בו...
זענען מיר דא אין א קלעם: ווער איז דער מסדר און מלקט פון דעם ספר אהל יעקב?
נאר די קשיא ווערט באלד פארענטפערט ווען מען קוקט אביסל ווייטער אין די הקדמה פון ספר אהל יעקב, געשריבן דורך זיין זון ר' יצחק. ער שרייבט דארט אז ער האט טאקע צוגעזאגט ביים דרוקן דעם ספר קול יעקב על חמש מגילות אז ער וועט באלד דערויף מלקט זיין דעם טאטנ'ס חידושים על התורה, אבער ער האט נישט באוויזן אנצוקומען דערצו, "כי הכביד עלי משא הטורח כתרוני עסקים שונים, סבבוני מניעות רבות מאורעות ופגעי הזמן..." ביז דער באשעפער האט אים צוגעפירט אויף א רואיגע פלאץ, דעם מגידות פאסטן אין מעזריטש אויפ'ן פלאץ פון זיין פאטער. דא האט ער זיך גענומען צו די ארבעט מסדר צו זיין די ספר, און ער האט עס איבערגעשריבן דורך "איש מהיר ומבין ה"ה האברך הישר הרבני מהור"ר אברהם דוב ני' מילידי קהלתנו..
ולשונו נעים וצח כאשר עיני הקורא יחזו מישרים, הוא כתב על הספר כאשר מלאתי לו בפי ובשפתי בע"ה. כי מכתבי מר אבי ז"ל הנם כתובים בתכלית הקיצור ככותב רק למזכרת עצמו." אט די זעלבע ווערטער, "למזכרת עצמו", שרייבט אויך ר' אברהם דוב אין הקדמה פון ספר המדות אזוי ווי מיר האבן פריער געברענגט.
עכ"פ זעהן מיר פון דא, אז ר' יצחק קראנץ, דער זון פון דובנער מגיד, האט מסדר געווען לדפוס דעם ספר אהל יעקב, און ר' אברהם דוב האט טאקע אריינגעלייגט דערין א שטארקע ארבעט אזוי ווי ער זאגט "אשר בניתי ואשר נטעתי אני בעניי." ר' אברהם דוב האט אבער נישט געטראפן די תורות פון דובנער מגיד אין שוהל אדער גניזה אזוי ווי אנדערע זאגן, נאר עס באקומען אין האנט אריין פון ר' יצחק דער מגיד מישרים אין מעזריטש, דער זון פון דובנער מגיד. ר' אברהם דוב האט עס דאן מסדר געווען און נאכגעשריבן לויט די ווערטער פון ר' יצחק - "כאשר מלאתי לו בפי ובשפתי". עס איז אבער אויך מעגליך אז נאר די סדר האט ער געמאכט לויט די אנווייזונגען פון ר' יצחק, אבער געשריבן האט ער דעם גאנצן ספר לויט זיין אייגענע סגנון, ווייל ר' יצחק זעלבסט זאגט דאך "ולשונו נעים וצח כאשר עיני הקורא יחזו מישרים".
די ספר המדות און אמת ליעקב אויפ'ן הגדה האט ר' אברהם דוב שוין יא בא'ארבעט אליין. ותשואות חן חן לו.
זיעואכי"א.