הרה"ק ר' אהרן מטיטוב זצ"ל נכד הבעש"ט - ט"ו טבת

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

הרה"ק ר' אהרן מטיטוב זצ"ל נכד הבעש"ט - ט"ו טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ר' אָהר'לע טיטובער איז געווען א זוהן פון הרה"ק ר' צבי נסתר זצ"ל בנו יחידו פון פון אור שבעת הימים מרן הבעל שם טוב זי"ע.

ר' אהרן האט אין אנהייב געוואוינט אין שטאט קאנסטוטין, אין יענע תקופה האט אויסגעבראכן א שווערע מגיפה אינעם דערנעבענדיגן שטאט טיטוב, מענטשען זענען געפאלן ווי פליגן ל"ע, ווען די איינוואוינער האבן געהערט וועגן אן אייניקל פונעם בעש"ט וואס וואוינט אינעם דערנעבענדיגן שטאט, זענען זיי אריבער געקומען צו אים איינלאדענען אויף שבת קודש, האפענדיג אז ער וועט מיטברענגן פאר זיי א ישועה. ר' אהרן האט צוליב זיין עניוות אין אנהייב אפגעזאגט, אבער ווען די מענטשען האבן נישט אויפגעהערט זיך אפרעדן אויף זייער ביטערע צרה האט ער מסכים געווען, אין מיטגעגאנגען מיט זיי קיין טיטוב. באלד ווי ר' אהרן איז אנגעקומען אין שטאט האט זיך די מגיפה אפגעשטעלט! האבן זיי געזען אז עס איז מן השמים, אין ר' אהר'לע איז שוין פארבליבן וואוינען אין טיטוב.

א אנדערע מעשה איז מקובל, אז איינמאל האט מען מקדש געווען א נייע בית החיים, ביים מקדש זיין האט ר' אהר'לע געבעטען די שליסל פון די בית החיים און ער האט עס באהאלטן ביי זיך פאר א יאר צייט. יענע גאנצע יאר איז קיינער אין שטאט נישט אוועק! ס'איז ניטאמאל געווען קיין נפלים.

בסוף ימיו האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין פאוואליטש, און ער איז דארט נסתלק געווארן, ושם מנוחת כבודו.

בניו:
א. הרה"ק ר' הערשעלע סקווערער זצ"ל, חותנו של הרה"ק ר' איציקל מסקווירא זצ"ל בזיווג שלישי.
ב. הרה"ק ר' אברהם זצ"ל.
ג. הרבנית סימא חישא ע"ה, א"ח הרה"ק ר' צבי מקארסטשוב זצ"ל בן הרה"ק ר' אברהם מקארסטשוב זצ"ל חתן הרה"ק המאור עינים זצ"ל. ובזוו"ש א"ח הרה"ק ר' ברוכ'ל ממעזיבוז זצ"ל בזוו"ש.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

איבער ר' אהרן'ס יומא דהילולא איז דא א מחלוקת. אין די וועלט איז אנגענומען אז ר' אהרן איז אוועק ה' טבת, אבער אין סקווירא (וועלכע זענען אייניקלעך פון ר' אהרן) איז אנגענומען דאס יום הסתלקות ביום ט"ו טבת.
ר' אהרן איז לכאורה אוועק צווישן די יאהרן פון תקס"ח-תקע"ח.
-
דער הייליגער רוזינער האט געזאגט אויף ר' אהרן: "רבי אהרן איז געווען דער דעמב (עמוד) פון דער וועלט"!
לחיים ולברכה!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין ברסלב פארציילן זיי א מעשה, אז הה"ק ר' אהרן האט געהאט א הקפדה אויף רבי נחמן מברסלב, און האט געלאזט פאלן שארפע ווערטער אויף אים, ווען עס איז אנגעקומען צי ר' נחמן'ען די ווערטער פון ר' אהרן, האט ער זיך אויסגעדרוקט, 'פון אים האב איך נישט מורא, ער האט דאך מורא אפילו פון א קאץ', ר' אהרן איז נסתלק געווארן פון א ביס פון א קאץ.
אזוי פארציילן זיי, ווער ס'וויל זאל גלייבן
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

די ציון אין פאוואליטש, דורך אגודת אהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

tetyev.jpg
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

נחמן נתן האט געשריבן:איבער ר' אהרן'ס יומא דהילולא איז דא א מחלוקת. אין די וועלט איז אנגענומען אז ר' אהרן איז אוועק ה' טבת, אבער אין סקווירא (וועלכע זענען אייניקלעך פון ר' אהרן) איז אנגענומען דאס יום הסתלקות ביום ט"ו טבת.


דר. יצחק אלפסי שרייבט אויך ט"ו טבת.
(נישט אז איך בין מיר סומך אויף אים בעינים עצומות, אבער וואס ער שרייבט האט געווענליך א מקור).
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

נחמן נתן האט געשריבן:ר' אהרן איז לכאורה אוועק צווישן די יאהרן פון תקס"ח-תקע"ח.

אין "שם ושארית" שטייט תקפ"ט מיט א "?".
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

במחילת כבודך, אבער דר. אלפאסי קען ברענגען מקורות, וואס אין מקור ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט, צו וואס ער צייכנט צו..... עס קומט עם נישט דער קרעדיט.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

נחמן נתן האט געשריבן:איבער ר' אהרן'ס יומא דהילולא איז דא א מחלוקת. אין די וועלט איז אנגענומען אז ר' אהרן איז אוועק ה' טבת, אבער אין סקווירא (וועלכע זענען אייניקלעך פון ר' אהרן) איז אנגענומען דאס יום הסתלקות ביום ט"ו טבת.!

עס איז אויך דא געוויסע אומקראנטע מקורות וואס זאגן ח' טבת.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

עס ווערט דערציילט אז אין די תקופה וואס ר' אהר'לע האט געוואוינט אין די שטאט קונסטנטין, איידער ער איז נתגלה געווארן, פלעגט ער זיצן א גאנצן טאג אין ביהמ"ד אונטערן אויוון און דינען דעם אויבערשטן.

אזוי ווי קיינער האט נישט געוואוסט ווער ער איז און פון וואסערע הייליגע יחוס ער שטאמט, האט קיינער זיך נישט אומגעקוקט אויף אים, און ער פלעגט ליידן פון שטארקע נויט און הונגער.

אין איינע פון די טעג ווען דער מצב איז געווען "עד נפש" האט ר' אהר'לע בלית ברירה געגעבן א שריי אויס צו די מתפללים אין ביהמ"ד: "א אייניקל פון הייליגן בעש"ט זי"ע געפינט זיך דא מיט אייך אין ביהמ"ד, איז פאר איינעם פון אייך בייגעפאלן צו פרעגן וויאזוי ער דערהאלט זיך?".

די מתפללים זענען געווארן צוטומעלט, און זיי האבן תיכף ומיד צוגעזאגט אים מפרנס צו זיין בכבוד.

ווען די ביהמ"ד איז ליידיג געווארן האט ר' אהר'לע אויסגעבראכן אין א שטארקע געוויין "אוי וויי וואס איז מיט מיר? וויאזוי האב איך געטוהן אזא שטות אז איך האב געברויכט אנקומען צו די הילף פון מענטשן? איך פלעג דאך שטענדיג זיין א בוטח בה'...".

איז ער צוגעגאנגען צו די הייליגע מזוה און געוויינט בדמעות שליש א גאנצע נאכט, אז דער אויבערשטער זאל העלפן אז די מענטשן זאלן פארגעסן ווער ער איז, און וואס ער האט געבעטן פון זיי.

עס איז איבריג צו זאגן אז זיין תפילה איז נתקבל געווארן און די מענטשן האבן פארגעסן פון די גאנצע מעשה.

מיט דעם האט הרה"ק ר' ישראל מטשורטשקוב זי"ע (שהי' נכדו) געטייטשט די פסוק ולא זכר שר המשקים את יוסף וישכחהו, אז ביי יוסף הצדיק איז אויך געווען די זעלבע מעשה אז תיכף נאכדעם וואס ערהאט געבעטן פונעם שר המשקים אז ער זאל שתד'לען מען זאל אים ארויסנעמען פון תפיסה, האט יוסף הצדיק חרטה געהאט פארוואס ער האט געבעטן אזא זאך און נישט געהאט גענוג בטחון אינעם אויבערשטן, דעריבער האט ער מתפלל געווען אז די שר המשקים זאל אים פארגעסן. דאס איז פשט אין פסוק 'ולא זכר שר המשקים את יוסף' פארוואס? ווייל 'וישכחהו' יוסף האט געבעטן אז ער זאל אים פארגעסן.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

גם אני הק' תמיד שמעתי שהחזיקו היאצ"ט ה' טבת.
ומ"ש באמבאסטיש שי"א ח' טבת-כנראה זה התחלף להם מ:ה' טבת, שקל להתחלף.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אדמו"ר מסקיוורא שליט"א האט דערציילט בשם אביו זצ"ל:
הרה"ק רבי ר' ברוכ'ל ממעזיבוז האט געפרעגט זיין רעביצין הרבנית ע"ה דער טאכטער פון רבי אהרן מטיטוב (ב"ר צבי בן הבעש"ט): צו דיין טאטע איז אויך געקומען אזויפיל צדיקים (וויפיל עס קומען צו מיר)? האט זי גענפערט: "ביי מיין טאטע האב איך געזעהן אסאך מער מלאכים ווי ביי דיר ווייסע בעקיטשעס".
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

משיח האט געשריבן:
tetyev.jpg

שמעתי אומרים בשם ר' לייבל סורקיס שיחי' שמנוחת כבודו הוא בבית החיים האחר של פאוואליטש.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

עיין מה שכתבתי שם
viewtopic.php?f=31&t=8239&start=25
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

נחמן נתן האט געשריבן:
איבער ר' אהרן'ס יומא דהילולא איז דא א מחלוקת. אין די וועלט איז אנגענומען אז ר' אהרן איז אוועק ה' טבת, אבער אין סקווירא (וועלכע זענען אייניקלעך פון ר' אהרן) איז אנגענומען דאס יום הסתלקות ביום ט"ו טבת.
ר' אהרן איז לכאורה אוועק צווישן די יאהרן פון תקס"ח-תקע"ח.
-
דער הייליגער רוזינער האט געזאגט אויף ר' אהרן: "רבי אהרן איז געווען דער דעמב (עמוד) פון דער וועלט"!
לויטן ספר חיי מוהר"ן ברסלב איז משמע אז אין יאר תקס"ח האט ער שוין נישט געלעבט,

אין די צענזוס פון טיטוב שנת תקצ"ה שטייט אז אין שנת תקע"ז איז געבוירען געווארן אהרן הערש וואס האט ווארשיינליך געטראגן די נאמען פון זיין עלטער זיידע רבי אהרלע פון טיטוב זיע"א והיא לך יוחסו :
(ר' אהרן הערש בן רבי אברהם וואליש בן רבי הערש מ'קארסיטשויב וזוגתו סימא חישא בת רבי אהרן מטיטוב)

דאס מיינט צו זאגן אז אין שנת תקע"ז האט שוין זיכער נישט געלעבט רבי אהרן פון טיטוב מיט זיין איידים רבי הערש פון קאריסטשוב.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג נאוועמבער 20, 2022 1:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יהיה כן האט געשריבן:
אין ברסלב פארציילן זיי א מעשה, אז הה"ק ר' אהרן האט געהאט א הקפדה אויף רבי נחמן מברסלב, און האט געלאזט פאלן שארפע ווערטער אויף אים, ווען עס איז אנגעקומען צי ר' נחמן'ען די ווערטער פון ר' אהרן, האט ער זיך אויסגעדרוקט, 'פון אים האב איך נישט מורא, ער האט דאך מורא אפילו פון א קאץ', ר' אהרן איז נסתלק געווארן פון א ביס פון א קאץ.
אזוי פארציילן זיי, ווער ס'וויל זאל גלייבן
שטייט אין ספר חיי מוהר"ן ברסלב א' מעשה וואס רבי נחמן פון ברסלב זיע"א האט געהאט מיט זיין קרוב רבי אהרלע פון טיטוב זיע"א וזה לשונו :

כשהיה בלעמבערג ושם היה בסכנה גדולה כי עסק שם ברפואות והיה זמן רב שהיה שוכב על צד אחד ולא היה יכול לשכב על צדו השני,אחר כך עשה השם יתברך עמו נסים נפלאים ונוראים והתחיל לשוב לאיתנו קצת

ופתאום בלילה התהפך על צדו השני ושכב עליו, ואמר שהרפואה שלו אינו על ידי הדאקטיר רק שבלילה בא אחד ואמר לו שהמלכות גזר עליך לשכב על צד ימין, ושכב כדרכו על צד ימין אשר זמן רב לא היה יכול לשכב על אותו צד
ואותו האחד שבא אליו בלילה הוא היה הרב החסיד המפורסם מורינו הרב רבי אהרן ז"ל מטיטוב נכד הבעל שם טוב ז"ל

ואמר רבינו ז"ל שעכשיו הרב הנ"ל הוא אוהב נאמן אליו באהבה גדולה מאוד

עד כאן לשון אות באות מספר חיי מוהר"ן
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”