בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 10:53 pm
דורך ארעסטאנט
מער ווי איין שוועסטער, אבער א גאנצע שוועסטער האט ער נאר איינס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 9:23 am
דורך מיללער
scy4851 האט געשריבן:דער וויליאמסבורגער דיין האט געהאט א ברודער, נישט קיין כלי קודש. דער ברודער האט געהאט א פרוכט געשעפט אויף 13 עוועניו און ב"פ. וויא האט יענער געהייסען?


דער איז דער דערמאנטער ר' ברוך אברהם.

א הארציגען דאנק פאר אונזער ארעסטאנט, להשלמת תולדות הגאון בעל לקוטי מהרי"ח זצ"ל, בזכות זה נזכה לקריאה לשבוים דרור ולאסירים פקח קוח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 9:33 am
דורך יאסל
טייערער מנהל זיי אזוי גיט אין פארעכט די בילדער
אזוי ווי אינזער ארעסטאנט האט שוין קאנפערמט אז די לעצטע צוויי בילדער זענען פונעם זון רש"ז פון ראחוב איז ברויך מען צי פיקסען דעם טעות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:06 am
דורך מיללער
יאסל איך האב מעריך געווען מיין ערשטע תגובה, איך שטעל יעצט דא ארויף דעם בילד לאחר הפיענוח פון הגה"צ דער ראחובער רב זצ"ל פון לוגאנא ובסו"י בבני ברק, ר' שלמה זלמן פריעדמאן בן הלקוטי מהרי"ח זצ"ל.

(בילד קרעדיט; ידידינו הר"ר נחמן נתן הי"ו, קרעדיט פאר אידענטיפיקאציע, ידידינו הרה"ח ר' שמחה ומשנהו החבר החדש והנכבד האסיר ברהטים נר"ו)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:17 am
דורך יאסל
כ'האב זייער מורה אז דאס צווייטע בילד איז אויך פון זיין זון ר' שלמה זלמן.
האט נאך דער דיין געשוויסטער וואס לעבן נאך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:33 am
דורך ארעסטאנט
כמדומני אז נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:24 am
דורך מיללער
יאסעלע,
מורא ברויך מען האבן פון איין איינציגען באשעפער.

האט איינער א קלארען בילד פונעם סאטמארען דיין שליט"א פון וויליאמסבורג?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 03, 2010 10:22 am
דורך scy4851
מיללער האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:דער וויליאמסבורגער דיין האט געהאט א ברודער, נישט קיין כלי קודש. דער ברודער האט געהאט א פרוכט געשעפט אויף 13 עוועניו און ב"פ. וויא האט יענער געהייסען?

דער איז דער דערמאנטער ר' ברוך אברהם.

דער ר' ברוך אברהם ע"ה איז געווען א מחותן מיטען מירער ראש הישיבה ר' דוד קוויאט ז"ל ווער עס איז נישט לאנג צוריק נפטר געווארען.
ר' דוד'ס א זוהן איז אן איידעם ביי ר' ברוך אברהם ע"ה.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 03, 2010 12:46 pm
דורך נחמן נתן
געהערט פון הרה"ח ר' מרדכי גליקמאן שליט"א (פון וומסב"ג) אז אין פעסט איז געווען א שוחט מיטן נאמען ר' דוד פעלדמאן ע"ה (געוואוינט שפעטער אין מאנטריאל, אסאך האבן איהם געקענט, ער איז געווען אן אויסגערופענער וואוילער ערליכער איד), און ער האט געזאגט א הגדרה אויף ר' שלמה זלמן מראחוב זצ"ל אז ווי אימער מ'וואלט אין איהם אריינגעשטאכן א נאָדל, וואלט פון דארט געשפריצט פונקן יראת שמים!!

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 03, 2010 4:04 pm
דורך שאץ מאץ
אין שווייץ וואוינט א איד ר' שמשון ברייש (זון פונעם חלקת יעקב, פאטער פון ר' חיים ברייש ר"מ) ער איז א אייניקל פונעם ליקוטי מהרי"ח, ווייסט אפשר איינער וויאזוי?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 9:50 am
דורך יאסל
ארעסטאנט האט געשריבן:רב מיללער;
לאמיר מאכן א שנעלן ס"ה הכל פון די קינדער.

ד) הרב שלמה זלמן פריעדמאן אב"ד ראחוב לוגאנו, בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי ר' חיים שמואל מטורנא, בזוו"ש ביים מארגערעטינער רב הגה"צ ר' שמואל זלמן וויינבערגער ז"ל.

האט דער ראחובער רב געהאט נאך קינדער א חוצ'ן איידעם האראוויץ?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 10:40 am
דורך ארעסטאנט
יאסל; יא ער האט געהאט א שטוב מיט 12 קינדער, רוב דערפון זענען אוועק עקדה"ש ביים צווייטן קריג הי"ד

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 10:47 am
דורך יאסל
ארעסטאנט האט געשריבן:יאסל; יא ער האט געהאט א שטוב מיט 12 קינדער, רוב דערפון זענען אוועק עקדה"ש ביים צווייטן קריג הי"ד

טענקיו, כ'רעד דאך פון די וואס זענען איבערגעבליבן
האט ער געהאט א זון וואס איז איבערגעלעבט ? אויב יא פארוואס האט זיין אייניקעל געדארפט ירש'נען דאס ביהמ"ד?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 05, 2010 11:14 am
דורך נחמן נתן
שאץ מאץ האט געשריבן:אין שווייץ וואוינט א איד ר' שמשון ברייש (זון פונעם חלקת יעקב, פאטער פון ר' חיים ברייש ר"מ) ער איז א אייניקל פונעם ליקוטי מהרי"ח, ווייסט אפשר איינער וויאזוי?

ער איז א איידעם ביי פריעדמאן, יותר אני לא יודע.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 4:21 pm
דורך שאץ מאץ
אקעי, היינט אויסגעטשעקט מיט א ראחוב'ער אייניקל, דער ראחוב'ע רב ר' שלמה זלמן האט געהאט 2 זווגים, רוב קינדער זענען אוועק אין קריג, איין קינד א בחור א עילוי איז אוועק שוין אין שווייץ נאך די מלחמה איבער די גמ' הב' חיים ז"ל,

נאך א זון איז דא ער לעבט ר' יצחק וואוינט אין בני ברק, מאנכע רופן אים איצקא,

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 12:56 pm
דורך מיללער
און ווידער א שיין בילד פון הרה"צ ר' שלמה זלמן פריעדמאן מראחוב-לוגאנא בנו של הלקוטי מהרי"ח זצ"ל (קרעדיט ידידינו ר' נחמן נתן הי"ו) אפשר ווייסט עמיצער ווער איז דער אויפן בילד לינקס?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 1:08 pm
דורך יאסל
בקיצור ס'איז דערווייל נאר דא איין בילד פונעם לקוטי מהרי"ח זעלבסט
ווייל דאס צווייטע בילד וואס איז נתייחס געווארן צי אים אין ערשטען בלאט איז קלאר זיין זון ר' שלמה זלמן ווי מ'זעט פונעם לעצטען בילד וואס מיללער האט אקארשט ארויפגעשטעלט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 1:49 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
אביסל בילדער פון די משפחה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 24, 2010 2:25 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
אביסל פרטים וועגן דעם לקוטי מהרי"ח ומשפחתו:

נולד בשנת תרי"ט, תלמיד מובהק מבעל היטב לב בישיבתו בסיגוט, נישואיו בזיוו"ר עם זוגתו מרת מטיל לאה בת הגה"צ ר' מנחם זאב ווייסבערג אב"ד טארקאן התקיימה בעיר טארקאן בשנת תרל"ט, בזיוו"ש נשא אחותה מרת צירל, נתקבל לאב"ד ראחוב בשנת תרנ"ז, בשנת תרפ"ב נהרג ע"י אסון נורא והובא לקבורה בעיר ראחוב ביום כ"ד סיון, זצוק"ל תנצבה.

יו"ח:
1) בתו מרת נחמה (אשת ר' אלחנן זלמן גראס) נהרגו עקד"ה עם יו"ח

2) בתו מרת מלכה בריינדל (אשת ר' מנחם מענדל קויפמאן) בנם ? הגה"צ ר ברוך אברהם פרידמאן אב"ד לוגאנא שווייץ - נפטר י"ג כסלו תשל"ח ועוד שנעקדו בהשואה עם יו"ח

3) בנו הרה"ח ר' יעקב צבי פרידמאן בזיוו"ר נשא את מרת חנה מלכה (בת ר' יצחק פריינד בן ר' משה ארי' הראה"ק בעיר סיגוט)בזיוו"ש נשא את מרת ביילא (בת ר' מנשה גאלדבערגער אבד סטראפקוב) ילדיו מזיוו"ר הם: בנו ר' משה ארי' הי"ד, בנו ר' מנחם יודא ויו"ח הי"ד, בתו מרת רייזל ויו"ח הי"ד, בתו מרת יוטל ויו"ח הי"ד, בנו ר' ברוך אברהם ז"ל (וויליאמסבורג ברוקלין) בנו ר' חנניה יו"ט ליפא ז"ל (ב"פ ברוקלין), בתו מרת פייגא (בערנאטה - וויליאמסבורג ברוקלין), בנו ר' יהושע ז"ל (ב"פ ברוקלין), בתו חנה הי"ד, ילדיו מזיוו"ש הם: הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה לאויוש"ט ראבד קהל יטב לב סאטמאר, בתו מרת הינדא לרפו"ש (פריעד - ב"פ ברוקלין).

4) בנו הגה"צ ר' שלמה זלמן אב"ד ראחוב ואח"כ אב"ד לוגאנא שווייץ בזיוו"ר נשא את מרת פייגא (בת ר' חיים שמואל אב"ד טורנא) בזיוו"ש נשא את מרת יוטא (בת ר' שמואל זלמן וויינבערגער אב"ד מארגערעטין ילדיו מזיוו"ר הם: בנו ר' מנחם זאב ז"ל, בנו ר' ישראל יודא ז"ל, בנו ר' יעקב צבי ומשפחתו הי"ד, בנו ר' חנניה יו"ט ליפא ומשפחתו הי"ד, בנו ר' יצחק לאויוש"ט (בני ברק), ילדיו מזיוו"ש הם: בנו ר' שמואל הי"ד, בתו מרת שרה הי"ד, בתו מרת מרים הי"ד, בתו מרת מטיל לאה הי"ד, בנו ר' משה הי"ד, בנו ר' חיים ז"ל, בתו מרת ביילא אשת ר' מנחם מענדל הורוויץ לאויוש"ט (בני ברק)

5) בתו מרת מינדל אשת הגה"צ ר' בנימין זאב ליכטענשטיין זצ"ל

6) בתו מרת אסתר אשת הגה"צ ר' איתמר לייפער זצ"ל מבישטינא, יו"ח הם:

7) בתו מרת מרים פעסיל אשת הגה"צ ר' אברהם ישכר דוב אייזיקסאהן זצ"ל אב"ד פאליאן-ריסקעווע, יו"ח הם:

מתוך ספר צפירת תפארה עמוד ר"א-ר"ז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 7:38 am
דורך מיילעך
יאסל האט געשריבן:בקיצור ס'איז דערווייל נאר דא איין בילד פונעם לקוטי מהרי"ח זעלבסט
ווייל דאס צווייטע בילד וואס איז נתייחס געווארן צי אים אין ערשטען בלאט איז קלאר זיין זון ר' שלמה זלמן ווי מ'זעט פונעם לעצטען בילד וואס מיללער האט אקארשט ארויפגעשטעלט.

נאך א בילד פון ליקוטי מהרי"ח:

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 8:49 am
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:יאסעלע,
מורא ברויך מען האבן פון איין איינציגען באשעפער.

האט איינער א קלארען בילד פונעם סאטמארען דיין שליט"א פון וויליאמסבורג?


געשאפן א שיין בילד (קרעדיט הסתדרתי בח"ח) בשעת ניחום אבלים של אדמו"ר מהר"א מסאטמאר, ווערט געזעהן ר' יעקב צבי פר"מ הנ"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 3:16 pm
דורך בןהרחמן
נחמן נתן האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:אין שווייץ וואוינט א איד ר' שמשון ברייש (זון פונעם חלקת יעקב, פאטער פון ר' חיים ברייש ר"מ) ער איז א אייניקל פונעם ליקוטי מהרי"ח, ווייסט אפשר איינער וויאזוי?

ער איז א איידעם ביי פריעדמאן, יותר אני לא יודע.

זעה אין די הקדמה לשו"ת חלקת יעקב חלק יו"ד (כמעט אונטן פונעם עמוד) וואו דער חלקת יעקב דערמאנט זיין זון שמעון (נישט שמשון) פון ציריך חתנו של הרב הה"ג נגיד ושוע ר' ברוך אברהם פרידמאן מלוגאנא שווייץ.

דער ר' ברוך אברהם פרידמאן מלוגאנא (הי' גר שם, אבל כמדומה שלא הי' האב"ד שם, ודלא כמו שנזכר באחד מתגובות הקודמות), האט אין אמת'ן געהייסן קויפמאן, ער איז געווען א זון פון ר' מנחם קויפמאן חתן הלקוטי מהרי"ח און א ברודער פון ר' יעקב צבי קויפמאן דיין במארגערעטען שהו"ל הלוקטי מהרי"ח עם הגהותיו זכרון מנחם, און לכאורה ביים קריג האט ער זיך געטוישט צו פרידמאן, אין ירחון החיים איז דא פון אים א שטיקל חידוש בסוגיא דמשיכה, וואו ער שרייבט זיך אונטער הק' ברוך אברהם קויפמאן נכד להגה"צ הק' המפורסים האב"ד ק"ק ראחוב יע"א זללה"ה.

אגב, ווען איך האב געזעהן די בילד פון הגה"צ רש"ז פר"מ מראחוב וואס מיללער האט געלייגט דא אויבן די ערשטע תגובה אויף דעם עמוד, האט מיר עס גלייך אויסגעזעהן זייער ענליך צו ר' חיים ברייש שליט"א פון לאנדאן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 3:20 pm
דורך מיללער
אינטערסאנט בן, יישר כח פאר די הערה.

איז ר' חיים ברייש שליט"א א זון פון דעם ר' שמעון בנו של החלקת יעקב?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 3:50 pm
דורך בןהרחמן
איך האב מיך דאך באצויגען אויף די ווערטער פון שאצער רב, לייען איבער די קוואוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 22, 2010 7:07 pm
דורך מאטקע
מיללער האט געשריבן:איז ר' חיים ברייש שליט"א א זון פון דעם ר' שמעון בנו של החלקת יעקב?

יאפס