תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
דינסטאג דצמבר 29, 2009 5:31 pm
איינע פון די באקאנטע אונגארישע גדולים אין די לעצטע יאר-הונדערט איז בלי ספק דער ראחובער רב הרה"ק ר' ישראל חיים פריעדמאן זצ"ל אדער ווי ער איז באקאנט ע"ש ספרו הנפוץ דער 'לקוטי מהרי"ח'.
ר' ישראל חיים איז געווען דער זוהן פון ר' יהודה פריעדמאן, כשהגיע לפרקו נשא את בתו של ר' מנחם זאב ווייסבערג אב"ד טראקאני (אחי ר' משה דוב לאנדא ראב"ד ווערעצקי ששינה שמו ללאנדא, וחתן ר' יעקב צבי וואלדמאן מבארשא) ב"ר שלמה זלמן אב"ד דאברא, שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב אין שטאט ראחוב ביז צו זיין פטירה ביום כ"ד סיון תרפ"ב.
ווי דערמאנט איז זיין ספר לקוטי מהרי"ח, וועלכע איז א ליקוט אויף נלכות ומנהגים בשו"ע אורח חיים געווארן גאר שטארק אויפגעכאפט, דער מחבר האט דאס קודם געדרוקט בחייוו און שפעטער האט עס אן אייניקל ר' יעקב צבי קויפמאן פון מארגארעטן איבערגעדרוקט נאך פאר די קריג.
מיר ווייסען דערווייל פון דריי קינדער פונעם לקויט מהרי"ח:
1) בנו ר' יעקב צבי פר"מ
2) בנו הגה"צ ר' שלמה זלמן פר"מ אב"ד ראחוב לוגאנו-ב"ב
3) בתו הרבנית מינדל אשת ר' בנימין זאב ליכטענשטיין אב"ד מאדיאראש (ב"ר יעקב קאפל ל"ש מבעטלאן)
בייגעלייגט זענען צוויי בילדער פונעם לקוטי מהרי"ח ווי אויך דער שער בלאט פון זיין ספר, עס אזי כדאי אז ווער עס ווייסט מער פרטים לתולדיותיו זאל מרחיב זיין הדיבור, ווי אויך וויאזוי פונקטליך דער סאטמארער דיין פון וומ"ס הגריח"מ פר"מ איז און אייניקל און מער פרטים איבער דעם ראחובער רב פון א"י נאך די קריג.
- עטעטשמענטס
-

- Rachuv3.jpg (31 KiB) געזעהן געווארן 1995 מאל
-

- Rachuv2.jpg (22.4 KiB) געזעהן געווארן 1993 מאל
-

לעצט פאראכטן דורך
מיללער אום דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 10:03 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
דינסטאג דצמבר 29, 2009 6:11 pm
דער ר' שלמה זלמן פריעדמאן וואס די דערמאנסט אזוי פשוט, דאס איז דאך הגה"צ חו"פ דער ראחובער רב זצ"ל וואס איז נפטר געווארן שנת תש"מ.
דער וויליאמסבורגער דיין איז לכאורה א זון פון ר' יעקב הערש.
דינסטאג דצמבר 29, 2009 6:21 pm
עס איז פאריאר ערשינען א ספר 'צפירה תפארה' לתולדות מש' וואלד\וואלמאן מבארשא, עפעס ליגט מיר אין זיכרון אז עס זאל דארט געווידמעט ווערן עטליכע בלעטער אדער גאר א פרק איבער דעם ראחוב'ער רב.
דינסטאג דצמבר 29, 2009 6:48 pm
דער ראחוב'ע רב איז אויך א אייניקל פונעם האנשעוויצער רב ר' ברוך אברהם בינדעגער, (שוין דא א שכול וועגן אים?...)
ס'איז אויך דא א באקאנטע הספד פונעם ברך משה אויף ר' שמה זלמן זצ"ל אב"ד ראחוב, ווי ער באוויינט אים א טאג נאך די פטירה ו' שבט תש"מ כידוע,
דער קדושת יו"ט גיבט א שיינע הסכמה אויפן ליקוטי מהרי"ח,,
דינסטאג דצמבר 29, 2009 9:09 pm
דער ראחוב'ר רב זצ"ל, ווער איז נפטר געווארען און תש"מ, האב איך געקענט.
ער האט געהאט משפחה און באראפארק און ווען ער איז געווען דא ביי א שמחה, האט ער געדאווענט ביים אויווארער רב ז"ל. זיין דאווענען איז געווען עפעס אויסטערליש...מיט די תנועות זיינע מיט די הענט....
ער האט זייער געענדעלט צי דעם דריטען בילד וואס מיללער האט ארויף געשטעלט. איידער איך האב געליינט מיללער'ס תגובה האב איך אויף דער מינוט געמיינט אז דאס איז א בילד פון אוהם.
דינסטאג דצמבר 29, 2009 11:59 pm
דער ראחובער רב פון אר"י ר' מנחם מענדל האראוויטץ יאריך ימים ושנים איז אן איידעם ביי ר' שלמה זלמן פרידמאן פון שווייץ א זוהן ביינעם ראחובער רב דער ליקוטי מהרי"ח זי"ע. ווי דער האורוויטץ פון סאטמאר מאנטשעסטער איז זיינס א קינד.
דער ליקוטי מהרי"ח האט געהאט נאך אן איידעם רבי אתמר מבישטינא זי"ע א זוהן פון רבי בערצי מסאטמאר זי"ע ווי יאך האב שוין באצייכנט מיט א יאהר צוריק עיי"ש.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 7:20 am
נאך אן איידעם פון ליקוטי מהרי"ח:
ר' אברהם ישכר בער אייזיקסאהן אב"ד פאליען.
(אבי ר' י"י אב"ד אחוזה חתן העצי חיים)
מיטוואך דצמבר 30, 2009 7:29 am
יישר-כח פאר אלע מגיבים ואומרים, לאמיר נעמען על ראשון ראשון;
יאסל,
איז ר' שלמה זלמן געווארן ממלא מקום אין ראחוב תיכף נאך די פטירה בשנת תרפ"ב, און ווי אלט איז ער געווען ביי זיין פטירה מיט זעכציג יאר שפעטער, איינער האט אפשר א בילד פונעם ראחובער רב זצ"ל?
שאצער רב,
דער ראחובער רב דער לקוטי מהרי"ח איז געווען אן אייניקל פונעם האנשאוויצער רב, ווייל ר' יעקב צבי וואלדמאן אב"ד בארשא איז געווען אן איידעם ביי ר' ברוך אברהם בינדיגער אב"ד האנשאוויץ ז"ל.
האלטן מיר דערווייל ביי 5 קינדער;
1) בנו ר' שלמה זלמן אב"ד ראחוב-ב"ב
2) בנו ר' יעקב צבי פר"מ
3) חתנו ר' בנימין זאב ל"ש אב"ד מאדיאראש
4) חתנו ר' איתמר לייפער מבישטינא ב"ר בערצי מסאטמאר
5) חתנו ר' אברהם ישכר בער אייזיקסאן אב"ד פאליען
ווייסט איינער וויאזוי דער ר' יעקב צבי קויפמאן ממארגארעטן דער מו"ל פונעם לקוטי מהרי"ח איז געווען אן אייניקל?
מיטוואך דצמבר 30, 2009 8:55 am
כבוד אב"ד סקרענטאן, הע"י.
זיין זוהן רש"ז פר"מ איז געווען אב"ד ראחוב און לאגאנא שוויטץ ושם דאכט זעך מיר מנו"כ. זיין איידעם הנזכר האט עם גיערשענט.
יאך מיין אז דעם איידעם אייזיקזאהן איז אויכעט א נאדווערנער אייניקל. וואס האט עס מיט רומאן?
מיטוואך דצמבר 30, 2009 11:06 am
מיללער האט געשריבן:יאסל,
איז ר' שלמה זלמן געווארן ממלא מקום אין ראחוב תיכף נאך די פטירה בשנת תרפ"ב, און ווי אלט איז ער געווען ביי זיין פטירה מיט זעכציג יאר שפעטער, איינער האט אפשר א בילד פונעם ראחובער רב זצ"ל?
עטליכע הערות
קודם ליגט מיר אין קאפ אז דער לקוטי מהרי"ח איז געווען א תלמיד פונעם ייטב לב זי"ע,
אזוי אויך לויט וויפיל איך געדענק איז ער געהארגעט געווארן ל"ע ביי א פארפלייצונג ביי זיי אין שטאט.
לגבי זיין זון דער ראחוב'ער רב פון די שווייץ איז ער דאכט זיך געווען א תלמיד פונעם עצי חיים זצ"ל אין טאקע דערפאר האט ער געהאט גרויס הערצה צים ברך משה זצ"ל ווי ס'איז באקאנט דער מכתב וואס ער האט געשריבן תיכף נאכען הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל.
ווען דער ראחוב'ער רב רש"ז איז אוועק האט זיין אייניקעל דער היינטיגער סאטמאר מאנטשעסטערער רב איבערגענומען אין ווען ער האט זיך געצויגען קיין מאנטשעסטער דאן איז זיין פאטער דער רחובער רב'ס איידעם געווארן שיינער איד אין ביהמ"ד.
כ'האב זייער מורה אז ר' שמחה איז גערעכט אין דאס דריטע בילד איז פון ר' שלמה זלמן פון ראחוב, אין נישט פון זיין פאטער דער לקוטי מהרי"ח, נחמן נתן ביסט זיכער אין דיין אידענטיפיקאציע?
מיטוואך דצמבר 30, 2009 11:36 am
יאסל האט געשריבן:קודם ליגט מיר אין קאפ אז דער לקוטי מהרי"ח איז געווען א תלמיד פונעם ייטב לב זי"ע,
אודאי געוויס, ער דערמאנט דאך אים כמה פעמים אלס רבו.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 2:57 pm
יאסל האט געשריבן:דער ר' שלמה זלמן פריעדמאן וואס די דערמאנסט אזוי פשוט, דאס איז דאך הגה"צ חו"פ דער ראחובער רב זצ"ל וואס איז נפטר געווארן שנת תש"מ.
דער וויליאמסבורגער דיין איז לכאורה א זון פון ר' יעקב הערש.
האט נישט דער דיין א ברודער ר' יעקב הערש פריעדמאן?
מיר האבן געטראפן איבער דער ראחובער רב ר' שלמה זלמן פר"מ מלוגאנו-ב"ב
נולד בשנת תר"ן, אחר חתונתו התיישב בטארנא, עם פטירת אביו בהיותו רק בגיל ל"ב עלה על כס הרבנות העיר ראחוב עד שנות הזעם. אחרי תום המלחמה עבר לגור לעיר סאטמאר ופעל שם הרבה בעד תקנת עגונות בביד"צ עם הרמ"א פריינד לימים גאב"ד ירושלים ור' אברהם צבי ווייס לימים גאב"ד נוה אחיעזר.
בשנת תש"ט היגל לשוויץ והתיישב בעיר לוגאנא עד זקנה ושיבה בשנת תשל"ח כשעלה לארץ לגור עם יו"ח, עד פטירתו בתש"ם.
ביי וועם איז דער ראחובער רב געווען אן איידעם?
לעצט פאראכטן דורך
מיללער אום מיטוואך דצמבר 30, 2009 3:12 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך דצמבר 30, 2009 3:02 pm
מיללער האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:דער ר' שלמה זלמן פריעדמאן וואס די דערמאנסט אזוי פשוט, דאס איז דאך הגה"צ חו"פ דער ראחובער רב זצ"ל וואס איז נפטר געווארן שנת תש"מ.
דער וויליאמסבורגער דיין איז לכאורה א זון פון ר' יעקב הערש.
האט נישט דער דיין א ברודער ר' יעקב הערש פריעדמאן?
א נעפיו האט ער ר' יעקב הערש פר"מ
מיטוואך דצמבר 30, 2009 3:46 pm
יוסלמאן האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:דער ר' שלמה זלמן פריעדמאן וואס די דערמאנסט אזוי פשוט, דאס איז דאך הגה"צ חו"פ דער ראחובער רב זצ"ל וואס איז נפטר געווארן שנת תש"מ.
דער וויליאמסבורגער דיין איז לכאורה א זון פון ר' יעקב הערש.
האט נישט דער דיין א ברודער ר' יעקב הערש פריעדמאן?
א נעפיו האט ער ר' יעקב הערש פר"מ
אזוי ווי יוסלמאן שרייבט
דער דיין האט דאכט זיך נאך צוויי ברודער איינס דערפון איז דער פאטער פון דעם יעקב הערש פון וואס די רעדסט.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 4:12 pm
מיללער האט געשריבן:האלטן מיר דערווייל ביי 5 קינדער;
1) בנו ר' שלמה זלמן אב"ד ראחוב-ב"ב
2) בנו ר' יעקב צבי פר"מ
3) חתנו ר' בנימין זאב ל"ש אב"ד מאדיאראש
4) חתנו ר' איתמר לייפער מבישטינא ב"ר בערצי מסאטמאר
5) חתנו ר' אברהם ישכר בער אייזיקסאן אב"ד פאליען
ווייסט איינער וויאזוי דער ר' יעקב צבי קויפמאן ממארגארעטן דער מו"ל פונעם לקוטי מהרי"ח איז געווען אן אייניקל?
צוביסליך מאכט זיך עפעס, נאך אן איידעם ביים לקוטי מהרי"ח איז געווען ר' מנחם קויפמאן אבי ר' יעקב צבי הנ"ל.
דער ר' יעקב צבי פריעדמאן בנו של הלקוטי מהרי"ח איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביי ר' מנשה גאלדבערגער ב"ר ברוך נאנאשער, ובז"ש ביי ר' יצחק פריינד.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 4:43 pm
להדיין יש ג"כ בן בשם יעקב צבי.
כמדומה שהראב"ד הוא מזיווג שני של ר' יעקב צבי, ושאר בניו ובנותיו הם מזוו"ר
מיטוואך דצמבר 30, 2009 6:18 pm
ר' יאסל. דער ליקוטי מהר"ח איז אויכעט געווען א שטיקעל בעלזער חסיד און האט זעך געווייקט ביינעם ר' ישכר בער זי"ע.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 6:28 pm
רב מיללער;
לאמיר מאכן א שנעלן ס"ה הכל פון די קינדער.
בזוו"ר הרבנית מטיל לאה בת אב"ד טארקאני ז"ל
א) הרבנית נחמה וואס האט חתונה געהאט מיט ר' אלחנן זלמן גראס ז"ל פון טשענגער, אייניקל פון רבי ר' הערשעלע ליסקער.
ב) הרבנית מלכה בריינדל חתונה געהאט מיט ר' מענדל קויפמאן הנ"ל.
בזוו"ש הרבנית צירל בת ?
ג) הרב יעקב צבי פריעדמאן וואס איז געווען א איידעם בזוו"ר ביי ר' יצחק בן ר' משה ארי' (ראה"ק) פריינד. בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי הגה"צ ר' מנשה גאלדבערגער אב"ד סטראפקוב בן הגה"צ ר' ברוך מנאנאש ז"ל.
ד) הרב שלמה זלמן פריעדמאן אב"ד ראחוב לוגאנו, בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי ר' חיים שמואל מטורנא, בזוו"ש ביים מארגערעטינער רב הגה"צ ר' שמואל זלמן וויינבערגער ז"ל.
ה) הרבנית מינדל וואס האט חתונה געהאט מיט ר' בנימין זאב ליכטענשטיין זוהן פון בעטלאנער רב ז"ל.
ו) הרבנית אסתר חתונה געהאט מיט ר' איתמר לייפער מבישטינא בן ר' בערצי מסאטמאר זוהן פון רבי ר' מרדכי'לע נדבורנא'ער.
ז) הרבנית פעסיל מרים חתונה געהאט מיט הגה"צ אברהם ישכר דוב אייזיקסאהן אב"ד פאליען בן הגה"צ ר' שלמה אב"ד ראמאן און איידעם ביי הרה"ק ר' מאיר מקרעטשניף.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 6:35 pm
יאסל האט געשריבן:יוסלמאן האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:דער ר' שלמה זלמן פריעדמאן וואס די דערמאנסט אזוי פשוט, דאס איז דאך הגה"צ חו"פ דער ראחובער רב זצ"ל וואס איז נפטר געווארן שנת תש"מ.
דער וויליאמסבורגער דיין איז לכאורה א זון פון ר' יעקב הערש.
האט נישט דער דיין א ברודער ר' יעקב הערש פריעדמאן?
א נעפיו האט ער ר' יעקב הערש פר"מ
אזוי ווי יוסלמאן שרייבט
דער דיין האט דאכט זיך נאך צוויי ברודער איינס דערפון איז דער פאטער פון דעם יעקב הערש פון וואס די רעדסט.
דער ראב"ד שליט"א וואס איז געבוירן בזוו"ש צו זיין פאטער, האט נישט קיין איין גאנצע ברודער, נאר איין שוועסטער מרת. פריעד.
ברודער פון זיין טאטע'נס זוו"ר האט ער ווי פאלגאנד: 1) ר' משה ארי' הי"ד. 2) הר"ר מנחם יודא הי"ד. 3) ר' ברוך אברהם (פאטער פון ר' יעקב צבי הי"ו הנזכר). 4) ר' חנני' יו"ט ליפא ז"ל. 5) ר' יושע ז"ל.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 7:12 pm
דער וויליאמסבורגער דיין האט געהאט א ברודער, נישט קיין כלי קודש. דער ברודער האט געהאט א פרוכט געשעפט אויף 13 עוועניו און ב"פ. וויא האט יענער געהייסען?
מיטוואך דצמבר 30, 2009 7:36 pm
יאסל האט געשריבן:כ'האב זייער מורה אז ר' שמחה איז גערעכט אין דאס דריטע בילד איז פון ר' שלמה זלמן פון ראחוב, אין נישט פון זיין פאטער דער לקוטי מהרי"ח, נחמן נתן ביסט זיכער אין דיין אידענטיפיקאציע?
אז דו פרעגסט, על איך דיר זאגן אז איך בין נישט זיכער.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 8:14 pm
יאסל,
מיללער האט געשטעלט די בילדער, נישט נחמן נתן. אוהם דארף מען פרעגען.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 8:58 pm
יעצט געכאפט א איבערבליק אין ספר 'קהלת הונגריה' פון מכון ירושלים, שרייבן זיי אונטערן א.ד. בילד אז דאס איז פון ר' שלמה זלמן.
מיטוואך דצמבר 30, 2009 10:08 pm
ר' שמחה,
איין בילד פון מיללער'ס בילדער, קומט אריגינעל פון מיר, וואס כ'האב ארויפגעשטעלט אין אן דערנעבנדיגער אשכול, דערפאר האט ער געשריבן 'נחמן נתן'ס בילד.
הרב מיללער,
דיר על איך זאגן, אז כדי ר' שמחה'ס טעות זאל נישט געשעהן נאכאמאל, וואלט געווען כדאי צו געבן קרעדיט פאר די וואס האבן ארויפגעלייגט די בילדער...
מיטוואך דצמבר 30, 2009 10:11 pm
דער ראב"ד האט דאך לכאורה שוועסטער'ס אויך?, בערנאט איז א נעפיו ווי אויך דער משב"ק נחמי' קרויס, בפשטות פון א שוועסטער