בלעדי: היסטארישע סאטמארער חפיצים אנטדעקט נאך דרייסיג יאר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

בלעדי: היסטארישע סאטמארער חפיצים אנטדעקט נאך דרייסיג יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ברוקלין נ.י.
דורך: יעקב דוב מיללער

וויליאמסבורג: אין ליכט פון די רענאוואציעס בבית אדמו"ר מהר"א מסאטמאר אויף היוז סט. איז וואונדערליך אנטדעקט געווארן גאר טייערע און ווערטפולע חפיצים וועלכע זענען מיסטריעז פארשוואונדען געווארן פאר באלד דרייסיג יאר פון ווען דער רבי האט זיך געצויגען קיין קרית יואל אנצונעמען דאס ארטיגע רבנות.

עס רעדט זיך פון א פריוואטע זאמלונג פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל וועלכער האט אלס אינגערמאן זייענדיג דער סיגוטער רב פון וומ"ס געוואונט אויף 152 היוז סט. העכער דעם סיגוטער ביהמ"ד, מיט די צייט זענען די זאכען באהאלטן געווארן און שפעטער פארפאקט געווארן מאין רואה ביז מיט דריי וואכען צוריק ווען עס איז אונטערגענומען געווארן רענאוואציעס אויף די דירה און די אנטיקען זענען אפגעשוינט געווארן פון מיסט (!) דורך א נייגעריגער חסיד.

דער זאמלונג איז כולל צווישען אנדערע;
1) דער ערשטער שטעקן פון אדמו"ר הברך משה אלס סיגעטער רב
2) די אריגינעלע מכתב מיט די חתימת ידי קדשו פונעם רבי'ן זי"ע אויף דאס איבערדרוקען דעם ספר תולדות אדם מזקינו פאר זיין פלימעניק מהר"א
3) חידושי תורה מרביה"ק זצ"ל וואס מרן הברך משה ז"ל האט אפגעשריבען נאכען וויילען עטליכע שבתים במחיצתו בקרית חוצות בשעראן ספרינגס
4) פארשידענע כתבי ידות וועלכע ווערן נאך די טעג איבערגעקוקט דורך מומחים וואס דער רבי אדמו"ר מהר"א האט געזאמעלט אין די אינגע יארען
5) פינף העפטן חידו"ת פון מהר"א געשריבען בימי חורפו בהסכמת המנח"י הרמ"א פריינד זצ"ל ולהבחל"ח הגאון בעל שבט הלוי שליט"א
6) צוויי מכתבי הורמנא פאר'ן רבי'ן מהר"א; איינס פונעם שאפראנער רב ר' שמעון ישראל פאזען זי"ע בעמח"ס תורת א' (דאס איינציגסטע וואס ער האט געגעבן על אדמת אמעריקא ווי ער שרייבט "בראותי איך שהתורה מחזרת על אכסניא שלה, יצאתי מגדרי") און דאס אנדערע פונעם טשאקעווער רב ר' שמואל אברהם זעלטענרייך יו"ר מערכת אוצר הפוסקים בארה"ב זצ"ל.

די מעשה גייט צוריק מיט א דריי וואכען ווען הרב ר' שמואל שלמה טעללער מעורכי ספר ומשה היה רועה ומגיד מישרים בק"ק סאטמאר, האט זיך פאראינטערעסירט ביי איינע פון די ארבייטער אויפן פלאץ צו עס איז נישט פארהאן דארט קיין היסטארישע זאכען. דער אינגערמאן האט אוועקגעמאכט זאגנדיג "נאר אלטע טשעקס און שטרות פון מכירת חמץ וכדו" הרב טעללער האט געבעטן אז ער זאל אים דאס אוועקלייגען ווייל עס קען דאך זיין אינטערעסאנט.

יענער טאג איז דער דערמאנטער אינגערמאן (נאמען געהיט אין רעדאקציע) צוריקגעגאנגען צו די דירה און צו זיין שטוינונג איז דער קעסטל געליגען צווישען די זאכען אנגעגרייט געווארען צו גיין אין מיסט, ער האט דאס זאפארט אריינגעשטעלט צו זיך אין קאר און דאס געליפערט צו ר' שמואל שלמה'ן.

צום ערשיטערונג פון ר' שמואל שלמה, האט ער אונטען פונעם קעסטל געפונען די דערמאנטע היסטארישע אנטיקען (דער שטעקן איז עקסטער געפונען געווארן) וואס ער האט שיין מסדר געווען און ארגענעזירט, ביום ג' דחנוכה הבעעל"ט האט ער דאס אריינגעטראגען צום רבי'ן אדמו"ר מהר"א להשיב אבידה לבעלים, וועלכער איז געווען גאר מרוגש טרעפענדיג זיך מיט זאכען וואס ער האט שוין נישט געקלערט ווידער צו זעהן.

ביים רבי'ן אין שטוב האט איינער אנגעמערקט צו דאס גייט אריין אין די שאלה פון המציל מזוטו של ים, אבער עס איז אנגעוויזען געווארן דורכן רבי'ן פון תוס' און ראשונים אין ב"מ אז וויבאלד די חפיצים זענען למעשה נישט ארויס פונעם רשות פונעם בעה"ב הייסט דאס נישט קיין אבידה בכלל.

סאמארער חסידים האבן אויפגענומען די נייעס מיט גרויס סאטיספאקציע און שמחת הנפש, וואוסענדיג אז די חפיצים האבן גאר א טייערען שאץ און ווערט לכל קדשי בית סאטמאר.

ברוך משיב אבידה
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2009 11:13 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ישר כוח מילער פאר די גוטע נייעס, מיר זענען זעער מרוגש, איבערהויפט איבער דעם מכתב קודש פון פעטער רביה"ק זי"ע.

מי יתן אז מ'זאל אפגעפינען די 7 קעסטליך חיד"ת וואס איז פארברענט געווארן אין די אנפאנג מ' יארן. דאכט זיך אז ס'איז אויך געווען דארט א חיבור אויף מקוואות וואס מהר"א האט אפגעשריבן אלץ בחור.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

שקויעח הרב מיללער, מיר וואונדערט נאר וויאזוי אזעלכע זאכן ווערן פארלוירן.. געווענליך שטעקט א פרעמד האנט ערגעץ אינביטווין, נישט אזוי?
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער אינטערעסאנטע נייעס מיללער.
נאך א רינגעלע אינעם סאטמארען קייט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טשאקעווער רב ר' חיים יצחק זעלטענרייך יו"ר מערכת אוצר הפוסקים בארה"ב זצ"ל.
עפעס שטימט נישט דא.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, כקרעמער ועוד, דאבל טשעק דעם נאמען פונעם טשאקעווער רב ז"ל, זיין זון אב"ד טשאקעווע ואדמו"ר מקערעסטיר הייסט ר' יצחק חיים זז"ג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

לויט וויפיל איך ווייס רעדט מען דא נישט פון א פרעמד האנט, נאר איז ענדערש אהין געקומען ביים זיך אריבערציען קיין ק"י אים תש"מ, אין איז איצט ביים איבערבויען נידון געווארן לאשפה, אין ווען נישט דער נייגעריקייט פון הרב טעללער אויף דברים של מה בכך וואלט עס לכאורה נעלם געווארן אויף שטענדיג.
עטליכע הערות
דער שטעקן טרעפן האט גארנישט מיטן גאנצען סיפור נאר איז שפעטער געטראפן געווארן אין האט כלל נישט געזאלט ארויגעווארפען ווערן, אין לויט וויפיל איך פארשטיי איז ליגט עס שוין אזוי דארט איבער 50 יאר פון די ערשטער יארן וואס דער ברך משה זצ"ל האט דארט געוואוינט.
דער בריוו פונעם רבי"ן זצ"ל איז נישט דער ארגינילער כתב יד קדשו נאר איז אפגעשריבן געווארן דארעך א צווייטען אין נאר די חתימה איז דעם רבין'ס.
אזוי אויך איז דארט געפונען געווארן צענדליגער בריווען פונעם וויזשניצער רבין לרפו"ש פון בני ברק צי זיין איידעם אין די ערשטע יארן נאך זיין חתונה.
די חדושים פון האדמו"ר שליט"א וואס איז געפונען געווארן איז פון די יארן תש"ל -ל"ה.
די הסכמות לויט ווי איך האב פארשטאנען איז נישט אויך די חדושים וואס איז דארט געפונען געווארן, נאר אויף אנ'אנדער חיבור וואס איז נישט דארט געווען (ווי יא ווייסעך נישט).
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

יאסל, דער בריעוו איז יא געשריבן געווארן בכי"ק פון רבין אויפן וועג אהיים פון מיאמי דארנעשטאג פר' משפטים תשכ"ח, א טאג פאר דעם שווערן סטראוק, נאר ס'איז געחתמ'ט געווארן שפעטער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:מיללער, כקרעמער ועוד, דאבל טשעק דעם נאמען פונעם טשאקעווער רב ז"ל, זיין זון אב"ד טשאקעווע ואדמו"ר מקערעסטיר הייסט ר' יצחק חיים זז"ג.


פארראכטען ע"פ מציבתו, יישר כחכם
אטעטשמענטס
Photo_052109_010.JPG
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יוסלמאן האט געשריבן:יאסל, דער בריעוו איז יא געשריבן געווארן בכי"ק פון רבין אויפן וועג אהיים פון מיאמי דארנעשטאג פר' משפטים תשכ"ח, א טאג פאר דעם שווערן סטראוק, נאר ס'איז געחתמ'ט געווארן שפעטער.

ר' יוסלמאן ביטע אנפרעגן פארן שרייבן פאקטען
דער רבי האט זיך פארגעשריבן דער נוסח אויף קוויטעל פאפיר אבער איז עס ליידער נישט אנגעקומען צי חתמנען,
שפעטער האט מען דאס איבערגעשריבן אויף א פאפיר מיטן רבינס דרוק סארט אין דער רבי האט דאס געחתמענט שוין נאכן סטרויק אין דאס איז יעצט געפונען געווארן.
ווידער דער פארגעשריבענער נוסח האט אלס דער ברך משה זצ"ל געוויסט אז עס עקזעסטירט אבער די שטוב מענטשען האבן געלייקענט, ווען דער ברך משה זצ"ל זון ר' ליפא ני"ו איז געווארן אן איידעם ביי ר' יוסל ע"ה האט ער שוין אזוי ארגענעזירט אז מ'זאל דאס יא ארויסגעבען פאר זיין פאטער,
דער כתי"ק האט האדמו"ר שליט"א אלץ געהאט אין איז נישט פארלוירן געווארן, אין לויט מיין זכרוין איז ערגעצווי געווען געדריקט דערפון א קאפי.
לעצט פארראכטן דורך יאסל אום דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2009 11:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יאסל און יוסלמאן.
איז דער דאטום פונעם חתימה אן אנדערע ווי אויפן בריוו?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מיללער האט געשריבן:און דאס אנדערע פונעם טשאקעווער רב ר' אברהם שמואל זעלטענרייך יו"ר מערכת אוצר הפוסקים בארה"ב זצ"ל.

האסט שוין יא פאראכטן פארוואס אבער גרייזיג
.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:און דאס אנדערע פונעם טשאקעווער רב ר' אברהם שמואל זעלטענרייך יו"ר מערכת אוצר הפוסקים בארה"ב זצ"ל.

האסט שוין יא פאראכטן פארוואס אבער גרייזיג


פשוט מעשה שטן.... תיקן שנית
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

אויך געהערט אז דארט איז דא א בריוו פון כ"ק אדמו"ר רבי חיים מאיר זצוק"ל מווישניץ ווי ער דערמאנט עפעס וועגן זיין רעביצין הרבנית מרגלית לכאורה איז דארט א שטיקל ראיה אז זי האט געהייסן מרגלית .............
(ווי באקאנט איז דא א שטיקל מחלוקה וויאזוי איז די עכטע נאמען צו מרגלית אדער מרגליא)
ווייסט איינער די פרטים וועגן דעם בריוו?????

די נאמען מרגלית \ מרגליא די צדדים לכאן ולכאן קומט אין אשכול פאר זיך
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

יאסל האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:יאסל, דער בריעוו איז יא געשריבן געווארן בכי"ק פון רבין אויפן וועג אהיים פון מיאמי דארנעשטאג פר' משפטים תשכ"ח, א טאג פאר דעם שווערן סטראוק, נאר ס'איז געחתמ'ט געווארן שפעטער.

ר' יוסלמאן ביטע אנפרעגן פארן שרייבן פאקטען
דער רבי האט זיך פארגעשריבן דער נוסח אויף קוויטעל פאפיר אבער איז עס ליידער נישט אנגעקומען צי חתמנען,
שפעטער האט מען דאס איבערגעשריבן אויף א פאפיר מיטן רבינס דרוק סארט אין דער רבי האט דאס געחתמענט שוין נאכן סטרויק אין דאס איז יעצט געפונען געווארן.
ווידער דער פארגעשריבענער נוסח האט אלס דער ברך משה זצ"ל געוויסט אז עס עקזעסטירט אבער די שטוב מענטשען האבן געלייקענט, ווען דער ברך משה זצ"ל זון ר' ליפא ני"ו איז געווארן אן איידעם ביי ר' יוסל ע"ה האט ער שוין אזוי ארגענעזירט אז מ'זאל דאס יא ארויסגעבען פאר זיין פאטער,
דער כתי"ק האט האדמו"ר שליט"א אלץ געהאט אין איז נישט פארלוירן געווארן, אין לויט מיין זכרוין איז ערגעצווי געווען געדריקט דערפון א קאפי.


איצטערט רעדסטו צום זאך, דער בריעוו וואס מ'האט יעצט געטראפן איז נישט כי"ק, אבער דעם בריעוו (טאקע אויף אנדערע פאפיר) איז דעם רבין'ס לשון בכי"ק.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

א גרויסן יישר הרב מיללער פאר די געוואלדיגע נייעס

איך האב נישט געזען די הסכמות
אבער ס'איז מסתבר אז ס'איז געלעגן צוזאמען מיט די העפטן, אז די דאזיגע העפטן האט די רבי שליט"א געוויזן פאר די שרי המסכימים.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יוסלמאן האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:יאסל, דער בריעוו איז יא געשריבן געווארן בכי"ק פון רבין אויפן וועג אהיים פון מיאמי דארנעשטאג פר' משפטים תשכ"ח, א טאג פאר דעם שווערן סטראוק, נאר ס'איז געחתמ'ט געווארן שפעטער.

ר' יוסלמאן ביטע אנפרעגן פארן שרייבן פאקטען
דער רבי האט זיך פארגעשריבן דער נוסח אויף קוויטעל פאפיר אבער איז עס ליידער נישט אנגעקומען צי חתמנען,
שפעטער האט מען דאס איבערגעשריבן אויף א פאפיר מיטן רבינס דרוק סארט אין דער רבי האט דאס געחתמענט שוין נאכן סטרויק אין דאס איז יעצט געפונען געווארן.
ווידער דער פארגעשריבענער נוסח האט אלס דער ברך משה זצ"ל געוויסט אז עס עקזעסטירט אבער די שטוב מענטשען האבן געלייקענט, ווען דער ברך משה זצ"ל זון ר' ליפא ני"ו איז געווארן אן איידעם ביי ר' יוסל ע"ה האט ער שוין אזוי ארגענעזירט אז מ'זאל דאס יא ארויסגעבען פאר זיין פאטער,
דער כתי"ק האט האדמו"ר שליט"א אלץ געהאט אין איז נישט פארלוירן געווארן, אין לויט מיין זכרוין איז ערגעצווי געווען געדריקט דערפון א קאפי.


איצטערט רעדסטו צום זאך, דער בריעוו וואס מ'האט יעצט געטראפן איז נישט כי"ק, אבער דעם בריעוו (טאקע אויף אנדערע פאפיר) איז דעם רבין'ס לשון בכי"ק.

אבער ווי פארשטענדליך איז די חתימה פון רבין ז"ל

א העתק פון די ארגינעלע כת"י איז געדרוקט אין שמחת בית סאטמאר שי"ל לרגל שמחת נשואין של הרה"ג ר' יואל ט"ב שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך דקיט"ל קרית יואל
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

יוסלמאן האט געשריבן:ישר כוח מילער פאר די גוטע נייעס, מיר זענען זעער מרוגש, איבערהויפט איבער דעם מכתב קודש פון פעטער רביה"ק זי"ע.

מי יתן אז מ'זאל אפגעפינען די 7 קעסטליך חיד"ת וואס איז פארברענט געווארן אין די אנפאנג מ' יארן. דאכט זיך אז ס'איז אויך געווען דארט א חיבור אויף מקוואות וואס דער רבי האט אפגעשריבן אלץ בחור.


אין די זיבן קעסטליך איז אויכעט געווען א חיבור אויף קדושין גיטין כתובות יבמות
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

נאכן זיך אביסל נאכפרעגן האב איך געהערט געוויסע אינפארמאציע אנדערש.
די העפטן זענען חידושי תורה פון די ל' יארן.
באזונדער איז דא אסאך צעטלעך חידושי תורה פון אדמו"ר שליט"א, און אסאך בלעטער כת"י פון חידושי סוגיות וחידושי תורה וואס אויבן איז פארצייכנט "מאאמו"ר שליט"א" דאס מיינט א פרישע אוצר אין ספרי ברך משה

יוסלמאן-אונגארישער
פון ווי נעמט איר די אינפארמציע אויף די בענדער אויף ש"ס מקוואות?

איך פרעג פאר נייגעריגקייט
ווייל איך האב שוין אמאל געפרעגט געוויסע וואס וואלטן ווען געוואוסט, און האבן נישט געוואוסט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איבער די שייכות פונעם טשאקעווער רב איז באקאנט די תשובה צו אדמו"ר מהר"א איבער א קטלנית וואס דער טשאקעווער רב שרייבט צו אים, אזוי אויך הגאון דער קארלסבורגער רב בעל עמק התשובה. עס איז געווען געדרוקט אינעם חוברת פינת יקרת ביי די דערמאנטע חתונה פון הרב יואל ב"ר מהר"א ט"ב
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מען דארף אין אכט נעמען אז די געפינסען, זענען בלויז א טייל פונעם אוצר וואס אדמו"ר שליט"א פארמאגט.
ביי זיך אינדערהיים פארמאגט ער נאך א ריזיגע קאלענקשן פון בריוו און ווערפולע חפצים.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

הרב ווארד
איך האב עס גהערט פין איינער וואס פלעגט לערנען בחברותא מיט מהר"א ,
אין ער איז אויסדריקליך נישט קיין שטיעב מענטש
Liberalism is a mental disorder
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איך פארשטיי נישט קלאר
מען האט אנדעקט אדער געראטעוועט?

פונעם קעפל זעהט עפעס אויס ווי מען האט געטראפן עפעס ניי, וואס מען האט נישט געוויסט עס עקזיסטירט,
ווידער אינעווענדיג זעה איך אז מען רעדט פון דימאלישען דעם אדמו"ר שליט"א'ס הויז, און ס'איז נישט מסתבר אז מהר"א האט נישט געוויסט ווי זיינע הורמנא'ס ליגן, (אזוי ווי איך זאל נישט וויסן ווי מיין לייסענס ליגט) כתבי ידות קען איך נאך פארשטיין, אז דאס איז זאכן געשריבן אלץ בחור, אבער אויך בדוחק אויב עס האט הסכמות פון אזעלכע ריזן ווי דער מנחת יצחק ז"ל און ר' משה ארי' ז"ל,

איך מיין אז דער קעפל וואלט געפאסט געראטעוועט, חוץ אויב איך האב נישט גיט פארשטאנען.
.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלד,
ביידע זענען אמת, עס איז אהינגעקומען ביים צאמפאקען די חפיצים ביים מופען קיין מאנראו, אדמו"ר שליט"א האט עס נישט געזעהן און נישט געוואוסט וואו עס ליגט, און היצט איז עס שיר געווען אין מיסט.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

בפשטות האט מען משער געוועהן ביז יעצט אז די יעצטיגע מציאות איז פארברענט געווארן צוזאמען מיט אנדערע כתבים, אבער אז ס'זאל ליגן ערגעץ אין א פארבויעטע קלאזעט האט מען נישט געוויסט, דעריבער איז עס געוועהן א חידוש יעצט ביים טרעפן,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”