רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

והסר שטן מלפנינו ומאחרינו
האט דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע אמאל געזאגט, אז דאס גייט ארויף אויף פורים און יום כיפור. ווייל פורים ווען מ'עסט און מ'טרונקט איז דער שטן מקטרג, טוט מען אים ווייזן "מלפנינו" אז א טאג פאר דעם איז געווען תענית אסתר וואס מ'האט געפאסט און מ'האט פארמערט בתפילה וצדקה. אזוי אויך ערב יום כיפור ווי דער שטן זעט אז מ'עסט זייער פיל, וויל ער מקטרג זיין, טוט מען אים ווייזן "מאחרינו" דער טאג וואס קומט נאך דעם וואס אלע אידן פאסטן דעמאלט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

סעודה מוצאי יום כפור
איינמאל איז דער הייליגער בארדיטשובער געווען יום כפור אין לעמבערג. מוצאי יום טוב האט מען צוגעגרייט פאר אים אויס צו פאסטן, אבער ער האט דאס נישט צוגערירט, ער רופט זיך אן צו זיין גבאי און זאגט ער זאל ארויס ברענגען פון זיין רענצעל זיינע געשמאקע זאכן. מענטשן האבן געטראכט ווער ווייסט וואס פאר א מאכלים ער האט דארט! אבער דער גבאי האט אים געברענגט א מסכת סוכה, ער האט זיך פארטיפט אין דעם לערנען א גאנצע נאכט נאך פאר הער האט אויס געפאסט. אזוי שטארק איז זיין הארץ געווען פאר'חלש'ט נאך לערנען, נאך דעם וואס יום כפור אליין איז נישט געווען צופיל צייט צו לערנען.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די כח פון א ניגון
דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע זאגט אז א שמחה וואס מען האלט אין הארץ ווארט אלץ שוואכער אין שוואכער, א שמחה וואס מען לייגט אריין אין א ניגון ווערט אלץ העכער און העכער,
דורך א ניגון גייט ארויס דער מענטש פון זיין יעצטיגן מצב צו א העכערע מדריגה, (לקוטים יקרים)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לקונה עבדיו בדין
איינמאל האט פאסירט ראש השנה האט דער בארדיטשובער רב געזעהן ווי דער שטן ברענגט גאנצע פעק און זעק מיט עבירות פון כלל ישראל, ווען דער שטן איז אוועק ברענגען נאך, האט דער הייליגער בארדיטשובער באמערקט אז אויף די רעכעט זייט איז די גן עדן, און אויף די לינקע זייט איז דער גהינום, איז דער הייליגער בארדיטובער געגאנגען און ער האט אריינגעווארפען אלע עבירות און דעם פייער פונעם גהינום און זיי אלע פארברענט, און אזוי כסדר, ווען דער שטן האט געברענגט נאך פעק, האט זיי דער רבי פון בארדיטשוב פארברענט אין פייער פונעם גהינום.
נאך זייער אסאך מאל האט דער שטן באמערקט אז עס זאמלט זיך גארנישט אן, ווי ער האט באמערקט דעם בארדיטשובע'ע דארט שטיין, האט ער זיך באלד געכאפט וואס דא גייט פאר, האט דער שטן געזאגט צום רבונו של עולם, "רבונו של עולם" א גנב דארף דאך באצלעהן כפל, און אויב ער האט נישט, שטייט דאך "ונמכר בגניבתו" ער דארף זיך יעצט לאזען פארקויפען, איך וויל איהם אפקויפען, פאר א קנעכט, האט דער אויבערשטער געזאגט, אלעס געהערט דאך פאר מיר ממילא קויף איך איהם פאר א קנעכט.
מיט דעם קען מען טייטשען "לקונה עבדיו בדין" דער אויבערשטער האט אפגעקויפט דעם הייליגען באדריטשעווער אין'ם יום הדין, אזוי איז כלל ישראל געראטוועט געווארען יענעם יאר פונעם שטן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

בלאָז נאָר 1 מאל
איינמאל פאַר תקיעת שופר האָט דער בארדיטשובער רב געזאָגט, "רבונו של עולם", דו האָסט אונז געזאָגט "יום תרועה יהיה לכם", און אויף דעם 1 באַפעהל בלאָזען מיר 100 קולות, און צענדליכע צענדליכע טויזענעטע יודישע קינדער בלאָזען שוין די 100 קולות צענדליכע צענדליכע טויזענעטע יאר, און אונז יודען בעהטן פון דיר שוין אַזוי לאַנג זאָלסט בלאָזן נאָר 1 מאל, תקע בשופר גדול לחירותינו", און דו האָסט נאָך אַלץ נישט געבלאָזען.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די יודען זענען געפאַהלן שוין באַלד צוויי טויזענט יאר
איינמאל ראש השנה האָט דער בארדיטשובער רב געזאָגט:
"רבונו של עולם", פאַרוואָס פירסטו דיך נישט כאָטשיק ווי אַ פשוט'ער יוד, אַ פשוט'ער יוד ווען זיינע תפילין פאַלן אַראָפ, הייבט ער זיי אויף און קושט זיי, און דו, אויף דיינע תפילין שטייט דאָך ומי כעמך ישראל, און די יודען זענען געפאַהלן שוין באַלד צוויי טויזענט יאר אין גלות, און דו הייבסט זיי נישט אויף.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די בארדיטשובער רב האט אמאל געזאגט א משל:
א קנעכט האט אהאהל געזינדיגט אנטקעגן זיין קעניג, און ער האט זיך געבעטן ביים קעניג אז ער זאל אים מוחל זיין, האט דער קעניג געזאגט אז די זאלסט דיך אליין משפט'ן, און ווי אזוי די פאר שטייסט אז דיין משפט זאל ארויסקומען אזוי זאל זיין.
דער קנעכט ווען ער האט דאס געהערט איז אים געווארן זייער ביטער, און האט אנגעהויבען צו וויינען צום קעניג, אז ער זאל נישט אזוי טון, ווייל דעמאלטס ווייסט ער גאנץ זיכער אז ער וועט זיין שולדיג לויט דעם דין, וויי ער אליין קען נישט פסקנען לפנים משורת הדין, האט ער דערפאר געבעטן דעם קעניג אז דער קעניג זאל אים משפטן ווייל דער קעניג קען אים מוחל זיין און האט רחמנות אויף יעדעם איינעם, און קען טון וואס ער וויל.
דער נמשל איז פארשטענדליך, מיר בעטן פון השי"ת "אל תבוא במשפט עמנו" השי"ת זאל אונז נישט מאכן פאר די ריכטערס אז מיר אליין זאלן זיך אפ פסק'ענען ווייל "כי לא יצדק לפניך כל חי" מיר ווייסן אז לויט דעם דין זענען מיר שולדיג, און מיר קענען נישט פסק'ענען "לפנים משורת הדין" נאר מיר בעטן דיך הקב"ה אז די זאלסט אונז משפט'ן ווייל די ביזט א בעל רחמים און קענסט טון מיט אונז א חסד און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות מיט דיין גרויס רחמנות:
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

שטייט אין ספר זכרון לראשונים אז אמאל ראש חודש אלול איז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע געשטאנען ביים פענסטער און פונקט איז דעמאלט אריבער געגאנגען א שוסטער א גוי, וועלכער פלעגט זיך ארומדרייען איבער די הייזער זיך אנצוטראגן צו פארעכטן שיך. זעענדיג דעם קדושת לוי ביים פענסטער, איז דער שוסטער צוגעגאנגען צו איהם און געפרעגט, איר האט גארנישט וואס צו פאררעכטן. הערענדיג די דאזיגע ווערטער, האט זיך דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע זיך זייער צעוויינט, און האט זיך געזעצט אויף די ערד און געזאגט: "וויי איז צו מיר, עס דערנענטערן זיך די ימי הדין, און איך האב נאך גארנישט פארראכטן, נישט אומזיסט האט דער גוי מיך געפרעגט צו איך האב עפעס צו פאררעכטן, ער איז מסתמא א שליח פון הימל מיך צו דערמאנען אז איך האב אסאך וואס צו מתקן זיין".
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

הרה"ק ר' יצחק'ל נעשחיזער זי"ע האט דערציילט: ער האט אמאהל געזעהן הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב זי"ע פראווען דעם ערב יום כיפור טיש,
ער איז געוועהן מלא שמחה וואס האט זיך ארויסגעוויזען דורך וואס ער האט געלאזט הערען פון זיך זייער הערליכע תניעות פון נגינה,
אינאיינעם דערמיט האט אראפגעטראפט פון זיינע הייליגע אויגען נישט מער ווי צוויי טרערן.
ווייטער האט מען אריינגעברענגט פאר איהם ביי די סעודה אהנגעפילטע קישקע פון פיש, און ער האט געזאגט דערויף די תפלה "מלא כל משאלתינו לטובה" דער אויבערשטער זאל אהנפילען אלע אונזערע געבעהטען צום גוטען.
שפעטער ווען מען האט אריינגעברענגט צו עסען די יוך וואס מען פלעגט עס רופן יַחי'ל, האט ער הויעך מיט'ן קול אויסגערופן: "יחל ישרא'ל אל ה'" האפט א איד צום אויבערשטען!. און דערפון איז ער אריין צוריק אין גאר א געהויבענע שטימונג פון שמחה און פרייליכקייט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

3 משלים פונעם הייליגער קדושת לוי לכבוד די הייליגע טעג


משל פון קדושת לוי
א מלך האט פארשיקט זיין איינציג קינד, צו א ווייטע מדינה. ער איז אנגעקומען אין א דארף. דארט האט ער פארברענגט זיינע יאהרן. ער האט אינגאנצן פארגעסן פון זיינע גוטע צייטן, אז ער איז א בן מלך. ער איז געווארן א פויער, ווי אלע דארפסלייט, אויך זיינע טבעיות זענען געווארן פארגרעבט. אפילו די שפראך פון זיין פאטער די קעניג, האט ער שוין אינגאנצן פארגעסן.
עס האט זיך אמאהל געמאכט, אז דער פויער האט געהערט אז דער קעניג קומט אויף א באזוך צו די מדינה ווי ער האט פארבראכט, האט ער זיך דערמאנט פון זיין אפשטאם, אז ער איז דאך דער נאנסטער צום קעניג, און זיך געכאפט אז ער וואלט זיך געדארפט צוריק קערן. ער איז געקומען צום פאלאץ ווי דער קעניג האט פארוויילט, און נישט געדענקענדיג די שפראך, האט ער זיך גענומען שרייען מיט א הויכע קול. ווי נאר דער קעניג האט דערהערט דער קול, פון זיין איינציג קינד, האט ער שטארק רחמנות באקומען אויף איהם און האט איהם צוריק גענומען צו זיך.
דאס איז דער ענין פון די תקיעות, וואס מיר בלאזן, כדי דער אייבערשטער זאל רחמנות באקומען אויף אונז, אז מיר זענען אזוי דערווייטערט פון איהם, אז מיר קענען נישט אפילו זיין שפראך. מיר קענען נאר שרייען צו איהם מיט'ן קול שופר.

נאך א משל פון קדושת לוי
עס איז געווען א מלך וואס איז געפאהרן צו א גרויסע וואלד צו פאנגען חיות און עופות ווי זיין שטייגער, אבער גייענדיג אין וואלד טיפער און טיפער האט ער פאלוירן דעם גלייכן וועג, און נישט געפונען דעם וועג ארויס. ענדליך האט ער געטראפן עטליכע פויערן און האט זיי געפרעגט ווי דער וועג צוריק איז, אבער זיי וועלכע האבן אפילו נישט געקענט דעם קעניג, האבן נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, ביז דער קעניג האט געטראפן א קלוגער מאן וואס ווען דער קעניג האט איהם געפרעגט ווי דער וועג איז, האט ער פארשטאנען אז דאס איז דער קעניג האט ער מיט גרויס כבוד גלייך געוויזן פאר'ן קעניג דער וועג, און האט איהם באגלייט ביז צום קעניגליכן פאלאץ.
דער חכם האט געפונען ליבשאפט ביים קעניג, און דער קעניג האט איהם געהויבן העכער איבער אלע שרים, און איהם אנגעטוהן טייערע קליידער, און זיינע אלטע דארפישער קליידער האט דער קעניג געהייסן אוועק לייגן אין זיינע אוצרות.
נאך א לאנגע צייט האט דער מענטש געזינדיגט פאר'ן קעניג. דער קעניג האט אויף איהם זייער געצערנט, און באפוילן זיינע שרים אז מען זאל איהם משפט'ן זייער הארב. דער מענטש איז געווארן זייער דערשראקן, וויסנדיג אז זיין שטראף וועט זיין זייער גרויס, איז ער געקומען צום קעניג און געפאלן צו זיינע פיס און זיך געבעטן אז איידער מען פירט אויס דעם משפט זאל מען איהם נאכגעבן איין פארלאנג, מ'זאל איהם אנטוהן זיינע אלטע קליידער מיט וועלכע ער האט ארויסגעפירט דעם קעניג פון וואלד. דער מלך האט איהם דאס נאכגעגעבן.
אזוי ווי ער האט צוריק אנגעטוהן זיינע אלטע קליידער, און דער קעניג האט איהם דערזעהן, האט ער זיך דערמאנט אין דעם גרויסע חסד וואס דער מענטש האט מיט איהם געטוהן, איז ער געווארן אנגעפילט מיט רחמנות אויף איהם, און איהם מוחל געווען, און איהם צוריק געשטעלט צו זיין גרויסקייט.
דער נמשל איז אויף אונז יודישע קינדער. ווען דער אייבערשטער איז ארום געגאנגען בשעת מתן תורה, צו אלע פעלקער, און קיינער האט נישט געוואלט מקבל זיין די תורה, נאר אונז יודישע קינדער האבן דאס מקבל געווען מיט שמחה, מיט א גרויס פארגעניגן אז מיר האבן געענטפערט "נעשה" פאר "נשמע", און מקבל געווען עול מלכות שמים, און ממליך געווען דעם אייבערשטן אויף אונז. יעצט האבן מיר זיך פארזינדיגט און מורד געווען אין דעם אייבערשטן, וועגן דעם ווען עס קומט דער יום הדין, וואס יעדע מענטש ווערט גע'משפט און יעדן איז מען דן לויט זיינע מעשים, בלאזן מיר מיט דעם שופר ארויס צו נעמען דעם קלייד וואס מיט דעם האבן מיר מקבל געווען דער הייליגע תורה, ווי עס שטייט אין פסוק "ויהי קול השופר הולך וחזק מאד", וועט אונז דער אייבערשטער דורך דעם געדענקען דעם זכות, און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, און פטר'ן ביים משפט, און אונז פארשרייבן לאלתר לחיים טובים ארוכים ולשלום, אמן כן יהי רצון.

נאך א משל פון קדושת לוי
א קנעכט האט אמאהל געזינדיגט אנטקעגן זיין קעניג. ער האט זיך געבעטן ביים קעניג אז ער זאל איהם מוחל זיין, האט דער קעניג געזאגט אז דו זאלסט דיך אליין משפט'ן, און ווי אזוי די פארשטייסט אז דיין משפט זאל ארויסקומען אזוי זאל זיין.
דער קנעכט, ווען ער האט דאס געהערט, איז איהם געווארן זייער ביטער, און האט אנגעהויבן צו וויינען צום קעניג, אז ער זאל נישט אזוי טוהן, ווייל דעמאלט ווייסט ער גאנץ זיכער אז ער וועט זיין שולדיג לויט דעם דין, ווייל ער אליין קען נישט פסק'ענען לפנים משורת הדין, האט ער דערפאר געבעטן דעם קעניג אז דער קעניג זאל איהם משפט'ן ווייל דער קעניג איז א באגנעדיגער און האט רחמנות אויף יעדן, און קען טוהן וואס ער וויל, און האט די מעגליכקייט מוחל צו זיין.
דער נמשל איז, מיר בעטן דעם אייבערשטן, "אל תבוא במשפט עמנו" דער אייבערשטער זאל אונז נישט מאכן פאר די ריכטערס, אז מיר אליין זאלן זיך אפ'פסק'ענען ווייל "כי לא יצדק לפניך כל חי" מיר ווייסן אז לויט דעם דין זענען מיר שולדיג, און מיר קענען נישט פסק'ענען "לפנים משורת הדין" נאר מיר בעטן דיר רבונו של עולם, אז דו זאלט אונז משפט'ן ווייל די ביסט א באגנעדיגער וואס פארמערט מוחל צו זיין, און דו קענסט טוהן מיט אונז א גענאדע און מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות, מיט דיין גרויס רחמנות.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע בארדישטובער רב זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

שבחי הרב מברדיטשוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

שבחי הרב מברדיטשוב.jpg
שבחי הרב מברדיטשוב.jpg (296.2 KiB) געזען 957 מאל

תוכן הספר
אטעטשמענטס
שבחי הרב מברדיטשוב - תוכן הספר.pdf
(116.28 KiB) געווארן דאונלאודעד 35 מאל
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

איז באקאנט עפעס א ר' שלום וואס איז געווען אן איידעם ביים בארדיטשוב'ער זי"ע (אדער ביי איינס פון זיינע קינדער)?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:איז באקאנט עפעס א ר' שלום וואס איז געווען אן איידעם ביים בארדיטשוב'ער זי"ע (אדער ביי איינס פון זיינע קינדער)?

רבי שלום. זוגתו מרים בת רבי משה יהושע מפיקוב (בן רבי ישראל בן הקדושת לוי). נולדה בשנת תקע"ב.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

ייש"כ פאר'ן שנעלער תגובה.
איך זוך אבער א צווייטע ר' שלום, לויט מיין השערה דארף ער צו זיין א זוהן פונ'ם וואלטשיסק'ער רב זי"ע, וואס האט געהייראט אין ק"ק בארדיטשוב תקס"ב (חיי מוהר"ן תרל"ד - מקום ישיבתו ונסיעותיו אות י"ט). דאס איז א פאקט אז דער בארדיטשוב'ער שרייבט אויפ'ן וואלטשסיק'ער "מחותני", ממילא קלער איך אז דער שלום איז לכאורה געווען אן איידעם נישט בלויז אין בארדיטשוב נאר גאר אצל משפחתו.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:ייש"כ פאר'ן שנעלער תגובה.
איך זוך אבער א צווייטע ר' שלום, לויט מיין השערה דארף ער צו זיין א זוהן פונ'ם וואלטשיסק'ער רב זי"ע, וואס האט געהייראט אין ק"ק בארדיטשוב תקס"ב (חיי מוהר"ן תרל"ד - מקום ישיבתו ונסיעותיו אות י"ט). דאס איז א פאקט אז דער בארדיטשוב'ער שרייבט אויפ'ן וואלטשסיק'ער "מחותני", ממילא קלער איך אז דער שלום איז לכאורה געווען אן איידעם נישט בלויז אין בארדיטשוב נאר גאר אצל משפחתו.

איז באקאנט אויף דער רבי שלום האט געהאט קינדער?
אויב יא, וואס איז געווען זייער משפחה נאמען?
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

נאך נישט געזעהן וועגן זיינע קינדער
שמו רבי שלום בן הרה"ק ר' אריה יהודא ליב הלוי הורוויץ ע"ש זקינו רבי שלום סג"ל מזבאריז
ער איז ווארשיינליך ארויף קיין ארה"ק מיט זיין פאטער בשנת תקס"ה
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:נאך נישט געזעהן וועגן זיינע קינדער
שמו רבי שלום בן הרה"ק ר' אריה יהודא ליב הלוי הורוויץ ע"ש זקינו רבי שלום סג"ל מזבאריז
ער איז ווארשיינליך ארויף קיין ארה"ק מיט זיין פאטער בשנת תקס"ה

לויט וואס איך געדענק, נאר אויף ר' יוסקא בן הרב מוואליטשיסק איז פארהאן ראיות אז ער האט טאקע געהייסן הורוויץ. (אויף זיין מצבה, חתימות אויכעט כמדומה.)
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

1.jpg
1.jpg (231.93 KiB) געזען 645 מאל
אוועטאר
south8
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 11:22 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך south8 »

איז דא אינפערמאציע איבער די טאכטער גולדא אשת ר' נתן ארי' ?
געזען אין ערגעטץ אז די לעצטע נאמען איז געווען שלאמאוויטש
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9616
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
1.jpg
which sefer is this from
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פיקוח נפש איז דוחה יום טוב:
איינמאל ראש השנה האט ער געזאגט: "רבונו של עולם", אויב שרייבסטו אריין כלל ישראל בספרן של צדיקים, איז גוט, און דו ביסט נישט מחלל יום טוב, ווייל פיקוח נפש איז דוחה יום טוב, אבער אוי די ווילסט אונז נישט אריינשרייבן ח"ו בספרן של צדיקים, זאג איך לוי יצחק דער רב פון בארדיטשוב אז דו טארסט נישט על פי תורה שרייבן און מחלל זיין יום טוב.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דערציילט די אייגענע עבירות
עס איז באוואוסט אז דער רבי ר' ברוך'ל מעזיבוזשער זי"ע פלעגט רעדן שארפע דיבורים אויפן הייליגן בארדיטשובער רב (רבי לוי יצחק זי"ע בעל קדושת לוי)
(די חסידים האבן שוין געוואוסט אז ער זאגט דאס נאר כדי די מלאכים זאלן זיך נישט מתקנא זיין אין די הייליגע עבודה פון בארדיטשובער זי"ע, אזוי ווי דער רבי ר' ברוך'ל האט אליינס געזאגט נאכן קדושת לוי'ס פטירה).

איינמאל פרייטאג ביינאכט ביים טיש האט זיך דער רבי ר' ברוך'ל אנגערופן: - "ווער עס ווייסט עפעס שלעכטס אויפן בארדיטשובער רב זאל מיר זאגן, איך וועל אים באלוינען!"
דער עולם האט געוואוסט אז מען טאר יעצט גארנישט ענטפערן ווייל דער רבי ר' ברוך'ל וויל באמת נישט הערן שלעכטס, דעריבער איז געבליבן שטיל, קיינער האט זיך נישט אנגערופן.
צווישן עולם איז דארט געווען א יונגערמאן וואס האט געוואלט צוגיין דערציילן א שלעכטע מעשה אויפן קדושת לוי, נאר די אלטע חסידים האבן אים נישט געלאזט, זאגענדיג: "חלילה צו גיין זאגן שלעכטס אויפן הייליגן בארדיטשובער רב, דער רבי רעדט הויעכע דיבורים כלפי שמים, ער מיינט נישט דיך!" איז ער טאקע נישט געגאנגען.
שבת אינדערפרי האט זיך די זעלבע מעשה איבערגע'חזר'ט, דא האט זיך שוין דער יונגערמאן מער גע'עקשנ'ט, אבער די אלטע חסידים האבן אים דאך צוריק געהאלטן.
ביי שלש סעודות האט זיך ווידער איבערגע'חזר'ט די זעלבע מעשה, דא אבער האט שוין דער יונגערמאן זיך נישט געקענט איינהאלטן, און איז צוגעלאפן צום אויבן אן צום רבין ווינקענדיג אז ער האט עפעס צו דערציילן.
דער רבי ר' ברוך'ל רופט זיך אן צום יונגערמאן:
- "קום אהער מיין קינד, דערצייל מיר וואס דו ווייסט אויפן בארדיטשובער רב!"
איך בין אמאל געפארן - הייבט דער יונגערמאן אן צו דערציילן - קיין בארדיטשוב צום "יאריד" צוליב מיינע געשעפטן.
ווען איך בין דארט געווען האב איך געקלערט אריין צו גיין זעהן די עבודה פונעם קדושת לוי בשעת'ן דאווענען, ווייל איך האב געהערט אז זיין עבודת התפלה איז מורא'דיג, אינמיטן טאג האב איך מיר געמאכט צייט און געגאנגען צום בית המדרש. אנקומענדיג צום טיר האב איך געהערט זיין תפלה ווי ער דאווענט מיט גרויסע קולות האב איך מיך נישט געטרויעט אריין צו גיין אינעווייניג, בין איך נאר געבליבן שטיין ביים טיר.
דער קדושת לוי האט דעמאלט געהאלטן נאך ברכו, און איך האב געהערט ווי ער דאווענט, אבער ווען ער האט געזאגט די ווערטער "יוצר משרתים ואשר משרתיו" האט ער זיך גענומען שפרינגן פון זיין פלאץ און געלאפן מיט איין אטעם ביז צום טיר וואו איך בין געשטאנען און זיך גענומען שרייען מיט כעס: - "וואס וועט דער מלאך מיכאל זאגן! וואס וועט דער מלאך גבריאל זאגן!" און איז תיכף צוריק געלאפן אויף זיין פלאץ.
די גאנצע מעשה איז עפעס א משוגעת - האט דער יונגערמאן אויסגעפירט מיט נצחון - קודם כל ווי אזוי מעג מען אויס רעדן אינמיטן דאווענען? כל שכן נאך צו זיין אין כעס? און בכלל וואס האט ער פון מיר געוואלט? און וואס האט ער מיט די מלאכים א שייכות?
דער הייליגער רבי ר' ברוך'ל איז געזעסן מיט געדולדיגקייט און אויסגעהערט ביז דער יונגערמאן האט געענדיגט זיין גאנצע מעשה. דערנאך האט ער זיך אנגערופן צום עולם:
- "איר זאלט וויסן, אז דער בארדיטשובער רב איז א "מליץ יושר" ביי די פמליא של מעלה, און איז מלמד זכות אויף אידישע קינדער, אפילו אויף זייערע עבירות טרעפט ער אלץ א לימוד זכות, דערפאר ווען ער קומט צו די ווערטער "יוצר משרתים ואשר משרתיו" שטעלן זיך אלע מלאכים צום בית דין של מעלה און פרובירן מלמד זכות זיין אויף די אידן מיט וואס זיי קענען, דעמאלט שטעלט זיך דער בארדיטשובער רב צו צי זיי און ער העלפט אויך זוכן זכותים פארן כלל ישראל.
אבער ווען ער האט דיך געזעהן - האט דער רבי ר' ברוך'ל אנגעוויזן אויפן יונגערמאן - מיט די עבירה וואס דו האסט געטוהן א נאכט פריער אינעם האטעל וואו דו האסט גענעכטיגט, אז דו האסט גע'גנב'ט א זילבערנעם לעפל פונעם בעל אכסניא, איז ער געווארן פול מיט כעס אויף דיר, ווייל ער האט נישט געהאט מיט וואס מלמד זכות צו זיין.
ווייל געווענליך ווען איינער גנב'ט ח"ו איז די סיבה ווייל ער איז זייער הונגעריג אדער די קינדער גייען בארוועס און האבן נישט קיין קליידער, דעריבער קען מען נאך אפשר מלמד זכות זיין אז דאס ארעמקייט האט אים צוגעברענגט דערצו.
אבער דו - האט דער רבי ר' ברוך'ל אויסגעפירט צום יונגערמאן - וואס דו ביסט אן עושר עס פעלט דיר נישט גארנישט, פארוואס האסטו גע'גנב'ט דעם זילבערנעם לעפל?... דאס האט דער בארדיטשובער רב געשריגן אויף דיר, וואס וועט דער מלאך מיכאל זאגן? וואס וועט דער מלאך גבריאל זאגן?
ווען דער יונגערמאן האט דאס געהערט איז ער זייער דערציטערט געווארן, און האט אנגעהויבן צו וויינען אז דער רבי זאל אים מוחל זיין ער וויל שוין תשובה טוהן. האט דער רבי ר' ברוך'ל געענטפערט:
- "דיין עבירה וועט נישט פארצייט ווערן ביז דו וועסט גיין צום בארדיטשובער רב אים איבערבעטן און בעטן פון אים א תשובה, דעמאלט וועט דיר השי"ת מוחל זיין..."
דער יונגערמאן האט טאקע אזוי געטוהן, און פון דעמאלט האט שוין יעדער געוואוסט אז מיט א צדיק טשעפעט מען נישט -
(בוצינא דנהורא השלם).
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אין דעם טאג וואס דער הייליגער בארדיטשובער איז געבוירן געווארן איז דער בעל שם טוב הק' אריינגעקומען אין בית המדרש און געטיילט פאר זיינע תלמידים לעקיך און ברוינפן ער האט געזאגט, אז עס איז היינט געבוירן געווארן א גרויסע הייליגע נשמה וואס וועט שטענדיג ממליץ טוב זיין אויף כלל ישראל.
ווירקליך, (ריכטיג) איז טאקע מקוים געווארן די רייד פון בעל שם טוב הקדוש אז דער הייליגער קדושת לוי האט שטענדיג ממליץ טוב געווען אויף כלל ישראל און ממתיק געווען די דינים (גזרות און קטרוגים) וואס זענען געווען אויף דעם כלל ישראל.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער הייליגער ראדאמסקער ז"ל ברענגט , אין זיין ספר תפארת שלמה (פרשת כי תבוא) אז דער רבי מלובלין האט במשך 16 יאר באשטימט א שעה [א צייט] יעדען טאג צו לויבען השי"ת אויף די מתנה טובה, וואס השי"ת האט אראפגעשיקט אזא היילגיע נשמה [דער בארדיטשובער] אויף די וועלט... זייער א סאך סיפורים ווערין דערציילט ווי אזוי דער הייליגער בארדיטשובער האט ממליץ טוב געווען אויף אידן, בפרט אין די הייליגע פארכטיגע טעג וואס דעמאלט פלעגט ער שטענדיג אויפקומען מיט מליצות טובות אויפ'ן כלל ישראל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”