רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דעסק
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דעסק » דינסטאג יוני 30, 2020 10:55 am

"איך בין נישט קיין פראפעט. אויב דו פרעגסט מיר וואס וועט זיין מיט מיר פערזענליך, צו איך וועל איבערלעבן די קריג צו נישט, אויף דעם קען איך נישט ענטפערן, איך ווייס נישט וואס מען האט אפגעשריבן אויף מיר אין הימל, אבער ווען דו פרעגסט מיר וועגן 'כלל ישראל', זאג איך דיר אז 'דאס אידישע פאלק' וועט זיכער ווייטער בלייבן אויף אייביג!"
די ווערטער וואס כ"ק הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע האט געזאגט פאר'ן גוי'אישן דאקטער אין אוישוויץ אונטער די שווערסטע אומשטענדן, דערציילט דורך בנו כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א
200px-Sanz-kl.jpg
200px-Sanz-kl.jpg (20.73 KiB) געזעהן 467 מאל

איין נאכט אין די שווערע תקופה אין אוישוויץ, ווען דער טאטע (זאל זיין געזונט) [זי"ע] איז שוין געווען אפגעשוואכט אין די באראק נאך א גאנצע טאג שווערע ארבעט, איז א גוי, א ראמענישע דאקטער צוגעקומען צום טאטן מיט א רייצונג און געזאגט: "ראבינער, וואס וועט זיין די סוף פון אידן?" האט אים דער טאטע געענטפערט אויפן רגע: "היטלער וועט פארשווינדן ווערן און כלל ישראל וועט ווייטער עקזיסטירן און בלייבן!"
צו הערן אזעלכע ווערטער, מיט אזא בטחון און שטארקייט, אין אוישוויץ, אין א צייט וואס האט זיך געדאכט אז עס איז עק וועלט פאר די אידן ח"ו, האט דער גוי דאס נישט געקענט משיג זיין און פארשטיין, האט ער געפרעגט: "ראבינער, זענען זי א פראפעט [נביא]?"
האט אים דער טאטע געזאגט: "איך בין נישט קיין פראפעט. אויב דו פרעגסט מיר וואס וועט זיין מיט מיר פערזענליך, צו איך וועל איבערלעבן די קריג צו נישט, אויף דעם קען איך נישט ענטפערן, איך ווייס נישט וואס מען האט אפגעשריבן אויף מיר אין הימל, אבער ווען דו פרעגסט מיר וועגן 'כלל ישראל', זאג איך דיר אז 'דאס אידישע פאלק' וועט זיכער ווייטער בלייבן אויף אייביג!
"איך וועל דיר געבן צו פארשטיין" האט דער טאטע ממשיך געווען, "יעצט איז נאכט. אויב איך וועל דיר זאגן אז מארגן גייט די זין אויפשיינען און עס וועט ווערן טאג, וועסטו מיר פרעגן אויב איך בין א פראפעט? זיכער נישט! ווייל אזוי גייט שוין די וועלט טויזענטער יארן, זייט די וועלט איז באשאפן געווארן ווערט כסדר געטוישט נאכט צו טאג, נאכט צו טאג.
"דו ביזט דאך א געלערנטע דאקטער, דו האסט דאך אוודאי געלערנט היסטאריע. זייט די וועלט שטייט איז שוין געווען גרויסע פעלקער, גרויסע וועלטס-מאכטן, ווי למשל די רומיים, די יוונים און נאך, וואס מיט זייער קולטור און מיט זייער גבורה האבן זיי איינגענומען די גאנצע וועלט, זייער אסאך אומות זענען געווען אונטער זיי, און אט די אלע פעלקער האבן אויך געוואלט חלילה מאבד זיין און מכלה זיין כלל ישראל. זאג מיר נאר דאקטער, וואס איז געווארן צום סוף? עס איז שוין צוויי טויזענט יאר וואס פון די אלע אומות העולם ווייסט קיינער נישט, מען רעדט נישט וועגן זיי און זיי זענען שוין פון לאנג פארלוירן געווארן, אבער אידן לעבן און עקזיסטירן נאך ביז צום היינטיגן טאג!
"ביי אונז אידן זאגט מען: 'אֵין חכם כבר נסיון', א קלוגער איז דער וואס קוקט אויף ערפארונג. דעריבער, מיין לעבנס-ערפארונג און אונזער היסטאריע לערנט אונז אזוי! גרעסערע און שטערקערע פון היטלער ימ"ש זענען געשטאנען אויף אונז און מיר האבן זיי איבערגעלעבט, די זעלבע וועלן מיר אים אויך איבערלעבן!"
דער דאקטער איז געזיצן פארטראכט ביי זיך און איז געווען אריינגעטון אין די ווערטער וואס ער האט יעצט געהערט. נאך אפאר מינוט קומט ער צו צום הייליגן טאטן און זאגט: "ראבינער, פילייכט האבן זי רעכט!"
אפילו דער גוי האט דאס נישט געקענט אפלייקענען!
אוודאי ברענט נאך ביז היינט די פייער פון די זעקס-מיליאן-אידן וועלכע זענען נעבעך אומגעקומען על קידוש ה'. אוודאי ווייטאגט נאך ביז היינט פאר די עם שרידי חרב, די גרויסע בראך וואס האט פאסירט מיט כלל ישראל אין דעם דור, וואס אזא זאך איז נאך קיינמאל נישט געווען מאז היתה יהודה לגוי. אוודאי טוט וויי דאס הארץ פון די שארית-הפליטה-אידן אויף דעם, און מען קען נישט פארגעסן אפילו פאר א רגע דעם גרויסן אומגליק וואס איז געווען אין אונזער דור. אבער סוף כל סוף האט דער רשע ימ"ש נישט דורכגעפירט! היטלער איז פארשווינדן געווארן און כלל ישראל לעבט ווייטער! די פּאָר אודים מוצלים מאש האבן ווייטער אויפגעבויעט אידישקייט באלד נאך וואס זיי זענען ארויסגעקומען פון דעם פייער און האבן טאקע זוכה געווען אויפצושטעלן כלל ישראל וואס איז א נצחיות עד ביאת גואל צדק במהרה!
(מתוך דב"ק במעמד ועידת 'אגודת ישראל' בארה"ב, מוצשב"ק פר' תולדות תשנ"ב)
לעצט פאראכטן דורך דעסק אום דינסטאג יוני 30, 2020 11:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג יוני 30, 2020 10:58 am

דעסק האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:ביים בילד פון באמבערג ווערט געזען דער סטראפקובער רבי אויפטרעטן

רבי דעסק האט כאן געמאכט עפעס צו די יארצייט אדער דרס איז אלטע זאכן?

כאן האט געמאכט א לאנגע ווידיאו פאריאר אדער צוויי יאר צוריק איבער דעם רבי'ן ביים יום השואה, ווי זיי קאווערן אויך א חתונה אין צאנז פול מיט אינטערוויוס אא"וו, זייער שיין.

וואו קען מען דאס זעהן?
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

דעסק
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דעסק » דינסטאג יוני 30, 2020 11:19 am

פאלגנד איז א תפילת שחרית פון רבי'ן מיט השתפכות הנפש וואו דער רבי טייטשט איבער די ווערטער אויף אידיש כבן המתחטא לפני אביו, צוזאמגעשטעלט און ארויסגעגעבן געווארן היינט לכבוד די יומא דהילולא מארגן.

https://www.dropbox.com/s/57ka68l9q8ce4 ... l.mp4?dl=0

https://drive.google.com/file/d/10NJQ1X ... sp=sharing

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג יוני 30, 2020 12:15 pm

דעסק האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1xoVmlhvV6FCxqG5Fx3FeiC-b6qz7IkIh/view?usp=sharing

ווארענונג: ס'איז א ווידיאו געמאכט דורך א פרייע מידיע קאמפאני, אויף זייער פרייע סטייל

ייש"כ
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יוני 30, 2020 1:01 pm

דעסק האט געשריבן:טייל פון די מוסדות וואס דער רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט אין דייטשלאנד נאכ'ן קריג:

תלמוד תורה אין פערנוואלד
Capture05.jpg


כולל שארית הפליטה מוסראלפינגן
Capture08.jpg


כולל שארית הפליטה באמבערג
Capture11.jpg

איז באקאנט ווער די מענטשן זענען?

רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:01 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך רבי מנשה » דינסטאג יוני 30, 2020 2:20 pm

חתונות אין אמעריקע בערך 1945-46
Weddings 1946~2.jpg
Weddings 1946~2.jpg (434.5 KiB) געזעהן 394 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23764
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 30, 2020 2:28 pm

רבי מנשה האט געשריבן:חתונות אין אמעריקע בערך 1945-46
Weddings 1946~2.jpg

ס'איז שפעטער, קראסנער רב ז"ל איז נישט דאהי געוועזן אזוי פרי.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13593
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 30, 2020 3:22 pm

ב-946 הגיע לארצות הברית לגייס כספים לעזרה לניצולי השואה
-------------------------------
ווער זאגט אז די חתונות זענען אין אמעריקא ?
דער אמעריקאנער פאן האט אויסגעפעלט?
מיר איז מער מסתבר אז אין די פי קעמפ אינטער די אמעריקאנער ארמיי
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג יוני 30, 2020 3:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7697
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יוני 30, 2020 3:25 pm

די לעצטע שורה רעכטס איז דער חתן מיט א פלאכע היט?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23764
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 30, 2020 3:52 pm

01 איז אמעריקא
02 נישט
03 איז אמעריקא, קראסנער רב רעכטס, ר' מנשה קליין לינקס.
04 איז נישט אמעריקא
05 איז אמעריקא, ספארהאן נאך בילדער פון די חתונה.
06 איז אויך אמעריקא.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:01 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך רבי מנשה » דינסטאג יוני 30, 2020 4:17 pm

ווי עס שיינט איז דאס א ספעציעלע בענקל פארן חתן:
Weddings.JPG
Weddings.JPG (193.42 KiB) געזעהן 303 מאל

רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 2:01 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך רבי מנשה » דינסטאג יוני 30, 2020 5:55 pm

https://we.tl/t-wNDBkyy0EP
קען איינער דראפבאקס'ן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18047
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יוני 30, 2020 6:15 pm

רבי מנשה האט געשריבן:https://we.tl/t-wNDBkyy0EP
קען איינער דראפבאקס'ן?

https://www.dropbox.com/s/rc6pksjlavtrp ... P.mp4?dl=0


ברוך'ל
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:46 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך ברוך'ל » דינסטאג יוני 30, 2020 6:50 pm

יישר כח!
זכיתו יגן עלינו

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7697
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יוני 30, 2020 7:44 pm

וועמען זעהט מען אין 7 חוץ פון רבי חיים שלמה חוסטער? רבי משה ניישלאס?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג יוני 30, 2020 7:48 pm

חמרא טבא האט געשריבן:וועמען זעהט מען אין 7 חוץ פון רבי חיים שלמה חוסטער? רבי משה ניישלאס?

דער וואס זיצט צו רעכטס מיט די לאנגע בארד זעהט אויס ווי החסיד רבי יחזקאל רייך זצ"ל
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7697
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יוני 30, 2020 7:51 pm

יע יע כ׳האב זיך באצויגן צו די רבנישע געשטאלטן אויף די אנדערע זייט
דביה תחדי נפשא

אברהם אלבוים
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2018 10:45 am

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך אברהם אלבוים » מיטוואך יולי 01, 2020 4:21 am

רבי מנשה האט געשריבן:https://we.tl/t-wNDBkyy0EP
קען איינער דראפבאקס'ן?


ווען און ווי איז דאס?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7697
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יולי 01, 2020 8:46 am

אברהם אלבוים האט געשריבן:
רבי מנשה האט געשריבן:https://we.tl/t-wNDBkyy0EP
קען איינער דראפבאקס'ן?


ווען און ווי איז דאס?

א דינער פאר די מוסדות אין בארא פארק
דביה תחדי נפשא

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3065
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך יולי 01, 2020 11:50 am

וועלכע יאהר?

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך יולי 01, 2020 11:57 am

רבי מנשה האט געשריבן:ווי עס שיינט איז דאס א ספעציעלע בענקל פארן חתן:
Weddings.JPG

מזעהט אין דעם חתן'ס אויגן זיינע עלטערן.. מקען פשוט וויינען.

ווער סזוכט א מוסר ספר זאל קוקן די בילדער פון די ערשטערע חתונות נאכן קריג.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

מ.ד.יארמיש
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 16, 2019 8:11 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך מ.ד.יארמיש » מיטוואך יולי 01, 2020 11:59 am

farshlufen האט געשריבן:01 איז אמעריקא
02 נישט
03 איז אמעריקא, קראסנער רב רעכטס, ר' מנשה קליין לינקס.
04 איז נישט אמעריקא
05 איז אמעריקא, ספארהאן נאך בילדער פון די חתונה.
06 איז אויך אמעריקא.

ALL THESE PICTURES WERE TAKEN IN AMERICA. ALL TAKEN BY HARRY TRAINER. THEY ARE FROM EARLY, TO MID 50'S

דעסק
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דעסק » מיטוואך יולי 01, 2020 12:08 pm

מפ"ק פון בנו כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א:
ווען דער טאטע זי"ע האט מייסד געווען די 'מפעל הש"ס' און די 'כולל ש"ס' דא אין אמעריקע, האט דער טאטע געזאגט: "ביי מיר איז חשוב איין יונגערמאן וואס לערנט אין אמעריקע, מער פון צענדליגע יונגעלייט וועלכע לערנען אין ארץ ישראל!" טאקע ווייל אין אמעריקע דער עמה-ריקא איז מען נישט אזוי שטארק מחשיב די תורה און עס איז פארהאן ווייניגער לומדי תורה קעגן ארץ ישראל, וואו דארטן איז דא גאר אסאך מקומות התורה, איז דאס אסאך מער ווערט!
(בשיח"ק עם הגאון ר' מלכיאל קוטלר שליט"א ר"י ביהמ"ד גבוה לעיקוואד, ג' פר' חיי שרה תשע"ג; בשיח"ק עם הגאון ר' ירמיה מנחם כהן שליט"א אב"ד פאריז, ד' פר' וארא תשע"ב ועוד)

דעסק
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דעסק » מיטוואך יולי 01, 2020 12:11 pm

"דער יונגער בחור'ל וועט נאך זיין פון די גרעסטע לוחמים אויף שיטת רבינו תם!"
Capture.PNG
Capture.PNG (575.45 KiB) געזעהן 41 מאל

בערך שנת תרע"ט ווען דער טאטע זי"ע איז געווען א יונגע בחור, איז ער געווען אין קאשוי. דעמאלט האט הרה"ק מקאלשיץ זצ"ל ארויסגעגעבן א קונטרס 'בין השמשות - נהר פר"ת' אויף שיטת רבינו תם און די גאונים בנוגע די זמן צאת הכוכבים.
כאטש דער טאטע איז געווען גאר יונג, האט דער קאלשיץ'ער רב געגעבן פארן טאטן איבערצוקוקן זיינע כתבי ידות פונעם חיבור, און אים געזאגט אז ער וויל הערן זיין חוות דעת דערויף. נאכן מעיין זיין דערין האט דער טאטע געהאט עטליכע סברות פארקערט פונעם קאלשיץ'ער רב. דער קאלשיץ'ער רב האט געברענגט ראיות פון אסאך פוסקים אז זיי האלטן ווי די שיטה פון רבינו תם. דער טאטע האט אבער געהאלטן אז מען מוז נישט לערנען פשט אין אלע פוסקים ווי שיטת רבינו תם, זיי קענען אויך אויסקומען ווי די שיטת הגאונים.
דער טאטע האט גענומען פאפירן און פארצייכנט זיינע הערות. ווען ער האט געגעבן די צעטליך פארן קאלשיץ'ער רב, נאך וואס ער האט אריינגעקוקט אין דעם טאטנס הערות, האט ער זיך אנגערופן אין פארנט פון די ארומיגע: "דער יונגער בחור'ל [ער האט גערופן דעם טאטנס אידישע נאמען בלשון חיבה], וועט נאך זיין פון די גרעסטע לוחמים אויף שיטת רבינו תם!"
(בשיח"ק עם הגה"צ ר' זלמן הלברשטם שליט"א אב"ד טשאקאווא, ד' פר' פנחס תשע"ב)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משיח און 4 געסט