רבי נפתלי צבי הורוויץ מראפשיץ זצ"ל - י"א אייר שנת תקפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מאי 13, 2018 8:14 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נאך א זון פון רבי אלתר אליעזר מריגליץ-סטאשוב בנו של הבארנובער רב איז געווען הרה"צ רבי רפאל הורוויץ, ער איז געווען אבאקאנט אלס דער קאלאמייער רבי וואונענדיג אין בארא-פארק, ברוקלין ביז צו זיין פטירה ביום י' כסלו תשל"א, ומנו"כ בוואשינגטאן סעמעטערי - ניו זשערסי בחלקת סאטמאר

דער קאלמייער רבי זצ"ל איז ארויסגעקומען דאהי [צוריקגעקומען] א שיינע פאר יאר פאר די קריג און האט דאן געוואינט אליין און די איסטסייד, אזוי ווי נאך צענדליגע רבי'ס צדיקים ובנש"ק און אנדערע גדולים חסידים ואנשי מעשה וואס זענען אהער געקומען אן די משפחה מאיזה סיבה שהי', כנראה האט ער מיטגעטיילט די זעלבע ווי אנדערע וואס האבן נישט געטראפן אז צווישען די פליטים זאל זיך געפינען פון זייער משפחה, און עס איז ליידער נישט איבערגעליבן פון זיי גארנישט, אבער "עלנד" איז ער נישט געוועהן ווייל עטליכע יאר נאכן קריג האט ער חתונה געהאט בזיוג שני מיט די אלמנה פון הרה"ח ר' ______ הכהן קאהן ז"ל.....
די קאלמייער רבי ז"ל האט אויפגעצויגען זיין רעבצין בזויג שני'ס קינדער ווי אייגענע קינדער, צווישן די קינדער איז הרה"ח רבי לייביש קאהן שליט"א פון ב"פ, דארף לכאורה אסאך געדענקן פון זיין שטיף טאטע הגם ער איז נאך געוועהן היפש יונג אויך ווען ער איז אוועק.

דער ר' לייבוש דארף צו האבן אפאר פיינע ירושות פונעם קאלעמייער ובתוכם א קאפל פונעם ראפשיצער רב

אז מ'רעדט שוין וועגן ירושה חפצים פון הייליגען ראפשיצער רב, איז ווערט צו דערמאנען אנדערע חפצי קודש וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג.
שמועה שמעתי אז ביי די קליוולאנד'ע משפחה איז איבערגעבליבן עטליכע חפצים יקרי ערך עד מאוד, ובתוכם 1) א ספר תורה פון ראפשיצער רב, 2) די שטעקן, און 3) די תפלין פון הייליגן קאזניצער מגיד.
די אויבנדערמאנטע חפצים זענען איבערגעגאנגען בירושה צו ר' מאיר מקליוולאנד, וואס האט עס גע'ירשנ'ט פון זיין שווער הרה"ק ר' אלטר זאב מסטריזוב, און דער קליוולאנדער האט דאס אהער געברענגט קיין אמעריקע נאך פארן קריג.
ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן מעהר איבער ירושות מבית הרה"ק מראפשיץ וצאציו הקדושים.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג מאי 13, 2018 8:46 pm

ס׳דא א איד רבי שמואל הורוויץ א זאלינער אייניקל וואס האט א שפיץ פונעם ראפשיצער רב׳ס שטריימל
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג יוני 12, 2018 12:27 am

אויפ'ן צווייטן בלאט פונעם אשכול
אברמלע דער עין יעקב יוד האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:פארוואס איז דא צווי ספרים עה"ת (זרע קודש ואילה שלוחה)? און וואס איז נפק"מ ביניהם?

וואס פאר א נאך ספרים האט דער רב זי"ע מחבר געוועזען (אויסער 'הנותן אמרי שפר' און ספרים הנ"ל))?

איך מיין אז אילה שלוחה האט דער ראפשיצער רב זי"ע אליינס געשריבען - דער זרע קדש האט געשריבען לכאורה א תלמיד - ראפשיצער רב האט נישט געלאזט דריקען זיינע ספרים - ביז דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט געגעבען א הסכמה האט מען מורא געהאט צודרוקען

עטליכע טעותים דא

ולהבהיר הדבר איז אזוי, ס'איז דא דריי ספרים פון מרן רביה"ק מראפשיץ זי"ע:
זרע קודש - אילה שלוחה - אמרי שפר

- זרע קודש האט דער הייליגער ראפשיצער רב אליין געשריבן בעצם כתב יד קדשו.
- אילה שלוחה איז געשריבן געווארן מפי השמועה ע"י אחד מתלמידיו.
- אמרי שפר איז אויך געשריבן געווארן מפי השמועה ע"ד הנ"ל.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג יוני 12, 2018 12:47 am

(נאכנישט געזעהן איינער זאל ענטפערן דעם שאלה)
כתר ישועה האט געשריבן:נאך וועמען האט דער ראפשיטצער רב געהייסען?

אין אהל נפתלי (אות ב') ברענגט ער בזה"ל: כתב ידיד נפשי ש"ב הרה"ג סיני ועוקר הרים וכו' מורינו אברהם סג"ל איטינגא שיחי' מדוקלא [וכו'], ששמע מפי קדשו של הגה"ק רבי חיים מצאנז זי"ע [וכו'] אמר שנקרא [הרה"ק מראפשיץ] על שם צדיק אחד רבי נפתלי, אשר הי' רגיל לבוא בהקיץ אחרי פטירתו להגה"ק זקינו (של הרה"ק מראפשיץ) רבי מאיר מטיקטין ללמוד עמו, עכ"ל.

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 2:38 pm

איינער ווייסט אפשר די סיבה פארוואס זייער אסאך ראפשיצער אייניקלעך הייסן מיט'ן נאמען אלטר
עס איז דא א רשימה מיט מער ווי צעהן ראפשיצער אייניקלעך פאר'ן קריג מיט'ן נאמען אלטר אנהויבענדיג פין ר' ראובן דעמביצער'ס (בן הרה''ק ר''ר אליעזר'ל מדזיקוב) זוהן וואס האט געהייסן אלטר אין ער איז געבוירן תר''ז עד היום הזה
לעצט פאראכטן דורך בטיש בטישין אום דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 5:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 3:16 pm

בטיש בטישין האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר די סיבה פארוואס זייער אסאך ראפשיצער אייניקלעך הייסן מיט'ן נאמען אלטר
עס איז דא א רשימה מיט מער ווי צעהן ראפשיצער אייניקלעך פאר'ן קריג מיט'ן נאמען אלטר אנהויבענדיג פין ר' ראובן דעמבינער'ס (בן הרה''ק ר''ר אליעזר'ל מדזיקוב) זוהן וואס האט געהייסן אלטר אין ער איז געבוירן תר''ז עד היום הזה

פאר איטרעסאנטקייט קען איר אפשר אראפ ברענגן די רשימה

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 5:37 pm

רוב פין זיי זענען דזיקובער אייניקלעך פין ר''ר אליעזר'ן זוהן פון הגה''ק מראפשיץ זצוקללה''ה
דעס איז וואס איך געדענק אויפ'ן מינוט דאכט זיך מיר אז ס' איז דא נאך
ר' אלטר ישעיה מדעמביץ ב''ר ראובן מדעמביץ בנו הצעיר של הרה''ק מדזיקוב ז''ל
ר' אלטר יחזקאל אלי' בן ר' יושע אב''ד דיקוב דער עטרת ישועה בן האמרי נועם בן הרה''ק מדזיקוב ז''ל
ר' אלטר מפאקשנעוויצא ב''ר יחיא'ל בן האמרי נועם הנ''ל ז''ל
ר' אלטר אליעזר מריגליץ ב''ר אברהם שמחה מבארנוב ב''ר ישאר'ל מבארנוב בן הרה''ק מדזיקוב ז''ל
ר' אלטר מאיר ב''ר יצחק (איציק'ל) מסטיטשין בן הרה''ק מראזוודאב בן ר''ר אליעזר'ל ז''ל
ר' אלטר מסוקלאב ב''ר אלימלך מסוקלוב בן ר''ר אשר'ל ראפשיצער ז''ל
ר' אלטר אליעזר מבייטש בן ר' אהרן מבייטש בן האמרי נועם הנ''ל ז''ל
(ר' אלטר אליעזר כהנא בן ר' יוסף מאיר מספינקא ור' י''מ הי' חתן ר' יצחק ט''ב ב''ר מרדכי דוד ט''ב חתן ר' חנינא מאוליינוב בן ר' ינקלי' ממעליץ וחתן הרה''ק מדזיקוב ז''ל)
ר' אלטר זאב מסטריזוב בן ר' אברהם אבא'לע משענדשוב ב''ר יעקל'י ממעליץ ז''ל
ר' אלטר ראובן שפירא מבוקאווסק בן ר' דוד (נכד בא'ב להבני יששכר) ור' דוד הי' חתן העטרת ישועה הנ''ל ז''ל
זכותם יגן עלינו

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 7:30 pm

בטיש בטישין האט געשריבן:(ר' אלטר אליעזר כהנא בן ר' יוסף מאיר מספינקא ור' י''מ הי' חתן ר' יצחק ט''ב ב''ר מרדכי דוד ט''ב חתן ר' חנינא מאוליינוב בן ר' ינקלי' ממעליץ וחתן הרה''ק מדזיקוב ז''ל)

ביי אים איז געווען א מעשה (מפי השמועה, דארף מען דאס נאך קלאר שטעלן, איך שרייב מזכרוני לפני כמה וכמה שנים, (מן הסתם מעל 20 שנה), ויש לברר בדיוק)
פארן ברית האט זיך די מאמע (הרבנית מלכה ע"ה, בת הרה"ק רבי יצחק ט"ב נכדת רבי אליעזר מדזיקוב) גע'חלומ'ט, פונעם זיידן ר' אליעזר'ל אז ער בעהט א נאמען נאך אים, און מ'האט אים געגעבן דעם נאמען

ביי די פינעף איז ער געווארן זייער נישט געזונט, און געווען אויף א שווערן מצב, האט דער טאטע זיינער געהאט טענות אויפן זיידן אז מ'בעהט א נאמען און דערנאך ווערט ער נישט געזונט (ווייל ס'איז געווען א קבלה אין משפחה, נישט צו געבן אליעזר אליינ'ס), איז דער זיידע פון דזיקוב אים געקומען אין חלום יענע נאכט און געהייסן צולייגן דעם נאמען אלטער, און מ'זאל אים אלעמאל רופן נאר אלטער, חוץ ביי עליה לתורה.
און ער איז ב"ה געזונט געווארן און געלעבט ביז די 69 יאר.

נ.ב. די מעשה דארף איך נאכאמאל זיכער מאכן, וועל איך וויסן פונקלטיך וועל איך דאס איבערשרייבן

אבער כך הוא מפי זכרוני.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 9:06 pm

בטיש בטישין האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר די סיבה פארוואס זייער אסאך ראפשיצער אייניקלעך הייסן מיט'ן נאמען אלטר
עס איז דא א רשימה מיט מער ווי צעהן ראפשיצער אייניקלעך פאר'ן קריג מיט'ן נאמען אלטר אנהויבענדיג פין ר' ראובן דעמביצער'ס (בן הרה''ק ר''ר אליעזר'ל מדזיקוב) זוהן וואס האט געהייסן אלטר אין ער איז געבוירן תר''ז עד היום הזה

לענ"ד איז נישט פארהאן קיין חידוש אין דעם, און ממילא איז נישט דא וואס צו פאר ענטפערן.
'אלטער'ס טרעפט מען איבעראל בימים ההם. אלטער/אלטע (אדער זיידע/באבע, בן ציון/בת ציון, וכו') האט מען געגעבן פאר א קינד געבוירן נאך נפלים וכדומה, ר"ל, אדער פאר א קינד וואס איז קראנק געווארן. אין א דור וואס מען האט געקענט פארלירן רוב קינדער אינגערהייט, איז א פלא אז מען האט געהייסן 'אלטער'? לענ"ד איז די ראפשיצער משפחה גוט באשריבן, און איר קענט עס גוט.

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » פרייטאג פאברואר 15, 2019 3:44 am

הסרפד האט געשריבן:

אין דער צאנזער (אויך בעלזע כמדומה) משפחה (פאר'ן קריג) האב איך נישט געפונען קיין איין אלטר אין אפי' אויב יא איז דא אפשר איינס, צוויי, אדרבה אויב איינער קען ברענגען צאנזער אייניקלעך מיט'ן נאמען אלטר אבער אין ראפשיץ חוץ פין דער אויבן דערמאנטע איז דא נאך וואס הייסן אלטר
גראדע האב איך שוין געהערט אז אלטר איז א סגולה צו אריכות ימים אבער ס' איז אינטרעסאנט אז ביי די ראפשיצע משפחה טרעפט מען עס זייער אסאך

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:26 am

חמרא טבא האט געשריבן:דער בארנובער רב אן אייניקל פונעם הייליגן ראפשיצער רב האט געזאגט א רמז כו״ס איז נוטריקון ספירת כו די יארצייט פונעם ראפשיצער רב וזשאה״כ כוס ישועות אשא
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:25 am

הסרפד האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר די סיבה פארוואס זייער אסאך ראפשיצער אייניקלעך הייסן מיט'ן נאמען אלטר
עס איז דא א רשימה מיט מער ווי צעהן ראפשיצער אייניקלעך פאר'ן קריג מיט'ן נאמען אלטר אנהויבענדיג פין ר' ראובן דעמביצער'ס (בן הרה''ק ר''ר אליעזר'ל מדזיקוב) זוהן וואס האט געהייסן אלטר אין ער איז געבוירן תר''ז עד היום הזה

לענ"ד איז נישט פארהאן קיין חידוש אין דעם, און ממילא איז נישט דא וואס צו פאר ענטפערן.
'אלטער'ס טרעפט מען איבעראל בימים ההם. אלטער/אלטע (אדער זיידע/באבע, בן ציון/בת ציון, וכו') האט מען געגעבן פאר א קינד געבוירן נאך נפלים וכדומה, ר"ל, אדער פאר א קינד וואס איז קראנק געווארן. אין א דור וואס מען האט געקענט פארלירן רוב קינדער אינגערהייט, איז א פלא אז מען האט געהייסן 'אלטער'? לענ"ד איז די ראפשיצער משפחה גוט באשריבן, און איר קענט עס גוט.

הרב בטיש בטישין וויל אנדייטן אז אלע אלטר'ס הייסן נאך איין זיידן.
באמת איז מיר אויך אינטערסאנט אזויפיהל פונעם זעלבן נאמען, אבער אויף למעשה זאגט עס גארנישט.
לו יצויר וואלט ווען געווען כאטש עפעס א לופטיגע שמועה איבער א זיידע פון נכדי ראפשיץ מיטן נאמען 'אלטר' דאן זענען די נעמען א גרונדשטיין צו באפעסטיגן און נאכגיין דעם שמועה, אבער אז אונז האבן לפנינו נאר די איין זאך אז אסאך אירע טראגן דעם זעלבן נאמען קען מען בלויז שאצן אן השערה בעלמא, אפשר איז טאקע געווען דארט אן 'אלטר' (גיי ווייס ווער ווען און ווי...), אבער למעשה איז גארנישט דא אויף וואס צו בויען, און ס'ברענגט נישט אין ערגעץ.

בטיש בטישין האט געשריבן:ר' אלטר זאב מסטריזוב בן ר' אברהם אבא'לע משענדשוב ב''ר יעקל'י ממעליץ ז''ל
זכותם יגן עלינו

עודך דעם זעלבן טעות?
דער שענדישוב'ער רב האט געהאט בלויז איין נאמען, רבי אברהם בן רבי יעקב - זי"ע
לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:09 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:53 am

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:28 am

ידיעות שונות האט געשריבן:עודך דעם זעלבן טעות?
דער שענדישוב'ער רב האט געהאט בלויז איין נאמען, רבי אברהם בן רבי יעקב - זי"ע

אגב, איך האב לעצטענס געזעהן דעם מקור (לכאורה) פון דעם טעות: איין ארטיקל און מחז"ה אויף ר' אברהם'ס פטירה. (עס איז א חידוש אז דער שענדישוב'ער'ס א בן-עיר זאל זיך טועה זיין מיט דעם.)

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:15 am

-
לעצט פאראכטן דורך בטיש בטישין אום דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:26 am

הרב ידיעות שונות איך האב איבערהויפט נישט געוואלט מכריח זיין אז ס' איז געוועהן א זיידע מיט נאמען אלטר נאר סתם פאר אינטרעסאנקייט אויב איינער ווייסט וואס איז פשט

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:12 pm

איך האב געהערט פון רבי חיים יענקל ציעשנוב׳ער אז חסידים האבן גערעדט אין שינאווא פון בעל שם טוב, אינמיטן איז דער שינאווא׳ער רב אריינגעקומען און געפרעגט וואס מ׳רעדט, האט מען אים געזאגט מ׳רעדט פונעם בעל שם, האט ער געזאגט, וואס דארף מען גיין ביזן בעל שם, דער ראפשיצער רב איז אויך געוועהן א בעל שם...
זי״ע

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:06 pm

חיי אריכי האט געשריבן:איך האב געהערט פון רבי חיים יענקל ציעשנוב׳ער אז חסידים האבן גערעדט אין שינאווא פון בעל שם טוב, אינמיטן איז דער שינאווא׳ער רב אריינגעקומען און געפרעגט וואס מ׳רעדט, האט מען אים געזאגט מ׳רעדט פונעם בעל שם, האט ער געזאגט, וואס דארף מען גיין ביזן בעל שם, דער ראפשיצער רב איז אויך געוועהן א בעל שם...
זי״ע

ובנוסח אחר שמעתי שאמר בתמי'
"דער ראפשיצער רב איז דען נישט געווען א בעל שם הק?".

---
ס'דאכט זיך מיר אז ס'איז דא א משמעות אין די געדרוקטע ספרים אויף דעם מעשה, אדער עפעס דומה.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:49 pm

מה יפה כחו פון א געדרוקטע ספר?
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:50 pm

כ'רעד פון א ספר פארן קריג אהל נפתלי אדער עפעס אזאנס

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:58 pm

דעמאלסט האט מען אויך געדרוקט שטותים...

כ'מיין נישט צו אוועקמאכן דעם מעשה אבער צו גלייבן יעדע געדרוקטע ווארט איז א פראבלעם
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:04 pm

מסכים

כ'האב שוין לאנג אזוי געטענה'ט, געב נאר א קוק ביים אשכול תלמידי וחסידי...

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:08 pm

.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:49 pm

דער סטיטשינער רב רבי יודעלע האט פארציילט אז דער ר"ר אליעזר'ל פון דזשיקוב האט געזאגט אמאל רעדנדיג פון פאטער בזה"ל "כ'וועל נישט זאגן זיכער יא אבער זיכער ניין וועל איך אויך נישט זאגן אויב ער איז נישט געווען גרעסער פון די אלע רבי'ס צו וועמען ער'ז געפארן" האט דער סטיטשינער רב מוסיף געווען כ'וויל גארנישט זאגן צו וועמען ער'ז אלס געפארן...
דביה תחדי נפשא

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט