שושלת בית מעליץ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 12:17 am

ישלהוסיף האט געשריבן:וועלעכע מעליצ'ער רבי האט געוואוינט אין בארא פארק אין די אנהייב/מיטל פערציגער יארן? איז דאס רבי יצחק, האט ער געוואוינט אין ב"פ איידער ער האט זיך אריבערגעצויגן צו דער איסט-סייד אדער א צווייטע?

רבי איציקל מעליצער האט געוואוינט אין ב"פ סוף ימיו, ער איז אוועק תשל"ח, (כ'האב נישט געהערט ער זאל האבן געוואוינט אין די איסט סייד).

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 12:30 am

יציב פתגם האט געשריבן:הנצחה בביהמ"ד באראוו במאנסי

20180611_135820.jpg

זייער אינטערסאנט, ש'כח
ווער איז דער רב הביהמ"ד?

---

אגב, האחים הגה"צ שליט"א בני רבי יחיאל מיכל מאסקאוויטש זצ"ל זענען מעליצער אייניקלעך דורך ר' אלעזר מבאראווא, ווי שוין געברענגט אין די פריערדיגע בלעטער:

שאץ מאץ האט געשריבן:עס זענען דא נאך מעליצער אייניקלעך,
דאס זענען די שאצע ברודער'ס ר' יצחק אלעזר, ר' יוסף חיים, ר' יעקב ועוד,
ווייל זייער מאמע איז געוועהן א טאכטער פון ר' אלעזר ב"ר נפתלי,
.
יאסל האט געשריבן:זאגסטי אז ר' יחיאל מיכל בן ר' שלום איז אן איידעם אין מעליץ?
ביקסאד האט געשריבן:ביי ר' אלעזר מ'באראווא. (בן הרה"ק רבי נפתלי מעליצער זי"ע)

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3177
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 6:31 am

ידיעות שונות האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, ש'כח
ווער איז דער רב הביהמ"ד?


ר' יעקב יוסף מאסקאוויטש. א צדיק פון א איד
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 10:47 am

ידיעות שונות האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:וועלעכע מעליצ'ער רבי האט געוואוינט אין בארא פארק אין די אנהייב/מיטל פערציגער יארן? איז דאס רבי יצחק, האט ער געוואוינט אין ב"פ איידער ער האט זיך אריבערגעצויגן צו דער איסט-סייד אדער א צווייטע?

רבי איציקל מעליצער האט געוואוינט אין ב"פ סוף ימיו, ער איז אוועק תשל"ח, (כ'האב נישט געהערט ער זאל האבן געוואוינט אין די איסט סייד).


וועלעכע רבי מעליצ'ער רבי האט געוואוינט אין בארא פארק אין די תש"-ז יארן לערך, איז עס נישט געווען רבי איציקל, מיר דאכט זיך אז יא, תש"ז האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קרוינהייטס. יתכן שפעטער סוף איז ער צוריקגעקומען קיין בארא פארק, אבער דאס איז מיר קלאר אז ער האט שוין געהאט געוואוינט דארט יארן פריער.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אפריל 14, 2019 2:53 pm

אינעם גיגאנטישער בית עולם 'בית דוד' וואס געפונט זיך אין די עלמאנט געגענט אין קווינס, געפונט זיך די חלקה פונעם בארימטן 99'ער קלויז פון גאליציאנער חסידים.

אינערהאלב די חלקה ליגט א באשיידענעם מציבה מיט די פאלגענדער אויפשריפט:

פ"נ הרב המופלג בתורה בחסידות ובמעלות טובות
ירא ד'
רדף צדקה וחסד כל ימי חייו
בנש"ק מו"ה יהודה מאיר הורוויץ בן מוה' יעקב ע"ה
נכד להצ'ה'ק' מראפשיץ וממעליץ זי"ע
נפ' כ"ז אייר ה'תש"ג - תנצב"ה


מיר האבן זיך געמאטערט צו דערגיין וואס זיין יחוס למעלה בקודש איז געווען, אבער דערווייל ערפאלגלאז. דעריבער וועלן מיר צונעמען די פרטים וואס מיר האבן ארויסגענומען פון פארשידענע דאקומענטן און פון אנדערע מקורות, ואולי וועט עמיצער קענען לייזען די מיסטעריע:

רבי יהודה מאיר איז געבוירן געווארן אום תרל"ט צו זיינע עלטערן ר' יעקב און פיגא אין לימינוב, פוילן.

ווי עס זעהט אויס איז זיין אריגינעלער משפחה נאמען געווען "אפפעל" און די נאמען "הורוויץ" איז געווען א מוטערליכער ירושה.

אום אלול תר"ס האט ער געהייראט זיין פרוי מירא (מרים-מירל?) ב"ר יעקב פריינד (א קרעטשמער) אין יאסלא.

אום תרס"ה איז ביי איהם געבוירן געווארן א טאכטער וועמען מען האט א נאמען געגעבן פריידא (זי האט שפעטער געוואוינט אין ארה"ק - פרטים אומבאקאנט).

פון יאסלא איז ער געגאנגען אויף ווינא ווי ער האט זיך צייטווייליג באזעצט. דאן אום תרפ"ז איז ער געפארן אויף אטאווא קאנאדע און פון דארט אויף אמעריקא צום ערשטן מאל. אום תרפ"ט איז ער געקומען אהער צום צווייטן מאל און זיך דאהי באזעצט. אויף זיין שיפס רעקארד איז אנגעגעבן אז אדמו"ר רבי איציקל רובין - יאברובער איז זיין נאנטסטער קרוב דאהי אין אמעריקא.

זיין פרוי איז איהם נאכגעקומען אום תרצ"ג. זיי האבן געוואוינט אויף קאנאאן סטריט און שפעטער אויף לואיס סטריט.

אן אינטערעסאנטער נקודה איז אז אדמו"ר רבי נפתלי טייטעלבוים מבריגל גיבט איהם אן אויף איינע פון די דאקומענטן אלס א נאנטער באקאנטער, מעגליך טאקע צוליב קרבות משפחה מבית בריגל-שענדישוב.

ער איז עמטליך אנגעגעבן אויף אלע דאקומענטן אלס אן אמטירנדער רב/רבי.

ער איז נפטר געווארן אום כ"ז אייר תש"ג און געברענגט געווארן למנוחת עולמים אינעם חלקת אנשי גאליציע די קהילת 99'ער, צופיסנס פונעם אלעסקער רבי זצ"ל.

זיין פרוי איז נפטר געווארן עטליכע חדשים דערויף אום כ"ג טבת תש"ד.

יהא זכרם ברוך, ויבואו הידענים און דערגיין די פונקטליכע פרטים.
צוגעלייגטע
j m horowitz.JPG
j m horowitz.JPG (44.49 KiB) געזעהן 1489 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

תגובהדורך משה חובב » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:44 pm

איינער האט אמאל גיהערט איבער די נאטען?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אפריל 15, 2019 9:41 pm

בן בוזי האט געשריבן:רבי יהודה מאיר איז געבוירן געווארן אום תרל"ט צו זיינע עלטערן ר' יעקב און פיגא אין לימינוב, פוילן.

ר' יהודה ממעליץ איז נפטר געווארן שנת תרל"ט, איז ער געבוירן נאך ר' יהודה איז נפטר געווארן אדער פריער?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 15, 2019 11:30 pm

דממה דקה האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:רבי יהודה מאיר איז געבוירן געווארן אום תרל"ט צו זיינע עלטערן ר' יעקב און פיגא אין לימינוב, פוילן.

ר' יהודה ממעליץ איז נפטר געווארן שנת תרל"ט, איז ער געבוירן נאך ר' יהודה איז נפטר געווארן אדער פריער?

ער איז געבוירן זומער תרל"ט, לאחר פטירת רבי יהודה ממעליץ זצ"ל

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:01 pm

אין די פסח ע"ט ביילאגע פון "די וואך" פון די אלטע "אידישע בילדער" צייטונג איז געברענגט א בילד פון הרה"צ רבי אלימלך ב"ר נפתלי הי"ד מעליצער. כ'גלייב נישט ס'איז מפורסם.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22094
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:56 am

מיללער האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:פונעם קדושת נפתלי האט נאך א זוהן איבערגעלעבט די קריג געהייסן האט ער ר' דוד, ער איז נפטר געווארן כמדומה בשנת תשט"ו, עס איז דא פון אים אייניקלעך אין ארץ ישראל.

פאר נאך אינפארמאציע קאנט איר נאך קוקן אין ספר בית היי"ן - תולדות מעליץ


כ'האב פונקט נעכטן באמערקט אינעם בית היי"ן דעם זוהן ר' דוד ממעליץ ב"ר נפתלי, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' צבי יוסף רובין מיאסלא, ער איז נפטר געווארן דאהי אין ארה"ב י"א סיון תשי"ז.

ווער ווייסט מער פרטים איבער אים?

מציבת ר' דוד הנ"ל נפ' [בלאס אנדזשעלעס] י"א סיון תשט"ז ואשתו נפ' [בתל אביב] ט"ז שבט תשכ"ו
אין "הר המנוחות"

קרעדיט: ידידנו היקרים חברי "מורשת חכמי אמעריקא"
15826993.jpg
15826993.jpg (369.61 KiB) געזעהן 652 מאל

15826992.jpg
15826992.jpg (381.71 KiB) געזעהן 652 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:51 pm

יישר כחך הרב מ'פארשלאפן

דאכציך אז דאס איז א חידוש וואס בית מעליץ האט נישט געוואוסט (עכ"פ בספר בית היין לא ידעו מזה)

דער ר' דוד האט פריער געוואונט אין בארא פארק, און שפעטער אין לאס אנזשעלעס וואו א טאכטער האט געוואונט ושם נפטר כנ"ל.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 12:15 am

חתימה פון הרה"ק רבי נפתלי ממעליץ זי"ע בלשון העמים
צוגעלייגטע
unnamed.png
unnamed.png (486.74 KiB) געזעהן 291 מאל
זה הקטן גדול יהי'


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שואל ומשיב און 17 געסט