Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן ובעל מרפא לנפש כ"ז סיון תשנ"ו

שבת מרץ 28, 2009 8:29 pm

ס'כאפט אהן א פחד זיך צו דערמאנען פון מורי ורבי הגאון האדיר שר התורה כל רז לא אניס ליה רבי רפאל זילבער זכר צדיק וקדוש לברכה.

מורי ורבי דער פריימאנער רב איז געווען באקאנט אין עולם התורה אלץ איינער פון די גרעסטע מרביצי תורה בדורינו באשאנקען מיט אלע מעלות ומדות פון א גדול בישראל, דער גאון האדיר האט זוכה געווען אויף צושטעלען טויזענטער תלמידים, אלע יראים ושלמים ובתוכם צענדליגער רבנים ומורה הוראה בישראל, ער איז געווען א דולה ומשקה מתורת רבותיו לתלמידיו, בפרט פון זיינע גרויסע רבי'ס ווי הגאון האדיר דער ראדאמישלער רב בעל מהר"ש ענגיל ז"ל, דער בעל קרן לדוד ועוד לויט ווי איך געדענק פלעגט ער כסדר רעדן פונעם ראדאמישלער רב כ'מיין אז ער האט געלערנט ביי אים איבער 10 יאר.
אויך פלעגט ער כסדר רעדן פונעם סטאפקאווער רב, קאשוי רב הגה"ק ר' שאול בראך, מונקאטשער רב בעל מנחת אלעזר ועוד ועוד וואס איך געדענקט נישט יעצט אויף די מינוט.
דער פריימאנער רב, טראץ דעם וואס ער איז געווען דבוק בתורה יומם ולילה אן אויפהער, איז ער געווען שטארק צוגעבינדען צי די תלמידים מיט א אויסערגעווענטליכע עבותות אהבה. און זייענדיג דער גרויסער מפלפל און בקי נפלא וואס כל רז לא אניס לי', האבען די תלמידים געשלונגען פין אים זיינע חידושים בכל מקצועות התורה, בפרט זיינע שיעורים אין סוגיות הש"ס. אויך איז ער געווען באשאנקען מיט א געוואלדיגען כח הדרוש זייענדיג א פה מפיק מרגליות, וואס האט צוגעצויגען און מחזק געווען כל שומעיו, און עס תמיד געווען אויסגעגאסען אויף זיין פנים די חדוותא דשמעתא און אלעס איז געזאגט געווארען מיט א ענוות חן ווער געדענקט דען נישט וויאזוי ער פלעגט שמייכלען ביים פארענטפערן א רבי עקיבא אייגער אוי איז דאס געווען צייטן.
דער קשר און אהבה פון די אלע תלמידים איז נאך געבליבען ביז צום היינטיגן, אלע תלמידים רעדן ביז צום היינטיגען טאג מיט געוואלדיגע געגועין און כיסופין לשמו ולזכרו, און זענען מקושר צו אים בנימי נפשם ולבבם. ביי די לוי' האט פארציילט תלמידו הגאון רבי געציל בערקאוויטש דומ"ץ קר"י אז א שטיקל צייט צוריק האט ער אים געטארפן ביי א חתונה אין איבער געשמועסט זאכן וואס מ'האט גערעדט אין די ישיבה דער פריימאנער רב איז דעמאלט געווען 91-92
ער האט געוואינט א תקופה אין קראון הייטס אין ער פלעגט קומען אין די ישיבה אויף סענז סט. מיט די סיטי באס פארציילט מען אז אזוי ווארטנדיג אויפן באס געט ער זיך ארופ אהן היינט קומען נישט קיין באסעס.......אזוי איז ער געווען דבוק אין די תורה יומם ולילה.
ווער געדענקט דען נישט די הערליכע ש"ס תורות אין קעמפ מ'האט זיך אריינגעקוועטש אין זיין באנגעלאו אין (ליליאנס היינט רופט מען עס קרית זופניק)
מיט שאפראנער רב איז ער געווען מורא'דיג נאנט כ'דענק ווען ער האט מספיד געווען דעם שאפראנער רב אין די ישיבה האט ער מורא'דיג געוויינט.
אויך האט ער ארויסגעגעבן הערליכע ספרים "מרפא לנפש" 6 בענדער אויך ד' חלקי שו"ע זענען שטארק מפורסם בעולם התורה וחסידות, ובמיוחד דער ספר מרפא לנפש על התורה וואס איז א יחיד במינו אין אגדה דרוש און חסידות, אויף זיין אייגענארגטיגן שטייגער איז ער מבאר און מפרש דברי אגדה מיט הקדמות פון פריערדיגע באופן נפלא.
אויך איז דא א ספר ארז בלבנון די תולדות, הספדים פון גדולי ישראל, אין מעשיות וואס ער פלעגט פארציילן.
נפטר געווארן ז"ך סיון תשנ"ז
אויך האט ער איבערגעלאזט א שיין דוד ממשיכי דרכו
הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו ר' מנחם זכרי' זילבער שליט"א מ"מ אב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים
הגאון הצדיק המפורסם חו"פ מלהיב לבבות לאבינו שבשמים רבי מאיר טודרוס זילבער שליט"א אב"ד יאוושנע ובעמ"ח מטר השמים
הגה"צ אברהם שמואל זילבער שליט"א אב"ד נחלת מרדכי צבי קאשוי
אין א איידעם הגה"צ ר' ליפא זעגלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ווינא

Advertisement

מאנטאג מרץ 30, 2009 10:12 am

מיט אזא טאשן זייגער ווער ברויך נאך א האנט זייגער.....

ברוך הבא הרב זייגער, יהא בואכם לברכה ולהרמת קרנינו למעלה.

דער פריימאנער רב זצ"ל איז מפורסם צווישן סאטמארער חסידים, זייענידג דער ר"מ ומרביץ תורה בישיבה תורה ויראה אויף סאנז סט., הרבה שמעתי מאבי מורי שליט"א מגדלות הפריימאנער רב ומגודל ענוותנותו וצדקותו.

איך דערמאן מיך א ווערטל וואס מ'זאגט נאך פונעם פריימאנער רב, אנפאנג זמן ווען ער האט נאכנישט געקענט אזוי גוט אלע נייע תלמידים, אז א טאטע האט זיך נאכגעפרעגט אויף זיין בחור פלעגט ער ענטפערן, "איך קען שוין אלע נעמען און אלע פנימער, יעצט ברויך איך נאר צאמשטעלן די ביידע" ודפח"ח.

מאנטאג מרץ 30, 2009 10:46 am

מען האט פון אים געדריקט א ספר ארז בלבנון, איין געטיילט אין דריי טיילן,
א. תולדותיו, ב. הספדים עליו, ג. עובדות ושיחות שסיפר על גאו"צ.



הודעתי מאה פעמים ח"י, עד הנה עזורונו רחמיך וגו'

מאנטאג מרץ 30, 2009 11:21 am

[quote="ביקסאד"]מען האט פון אים געדריקט א ספר ארז בלבנון, איין געטיילט אין דריי טיילן,
א. תולדותיו, ב. הספדים עליו, ג. עובדות ושיחות שסיפר על גאו"צ.
ב''ה
מה חידשת הלא הטאשען זייגער כבר הזכירו .
וכפילא למה לי .

מיטוואך מרץ 28, 2012 11:05 am

המאור מעלדט איבער די פטירה פון פריימאנער רב זצוק"ל
עטעטשמענטס
seferid_28084_page_29.pdf
(65.78 KiB) געדאון לאודעד 39 מאל

מאנטאג דצמבר 30, 2013 4:21 pm

דער פריימאנער רב אונטערגעשריבען אויף א מז"ט וואונטש בשנת תרפ"ד אלס תלמיד פון די ישיבה אין סאטמאר (ישיבת הקרן לדוד):
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=46

דינסטאג יולי 21, 2015 2:09 pm

מזל טוב וואונטש אין "המאור" תמוז תשכ"ב - לרגל די בר מצוה פונעם יאווארזשנא רב שליט"א בנו של הגה"צ מפריימאן זצ"ל
עטעטשמענטס
RTodros.png
RTodros.png (28.37 KiB) געזעהן געווארן 55 מאל
שרייב א תגובה

Advertisement