Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יולי 20, 2015 10:34 pm

יומא דהילולא קדישא היינט נאכט
זי''ע ועכי''א

Advertisement

דינסטאג יולי 21, 2015 1:49 am

ר"ח ויטאל זלה"ה שרייבט אין ספר החזיונות אז איידער מורו האריז"ל איז נפטר געווארן איז ער ארויס און אנשטאט איז אריין ר' יצחק הכהן זלה"ה (ר' יצחק איז פון די איינציגסטע מחברייא קדישא שהרח"ו העתיק ממנו היבש אפאר מאל בכתבים) און געפרעגט רבי וואס וועט זיין מיט אונז ווער וועט לערנען דעם חכמה מיט אונז? האט דער אר"י הק' געענטפער אויב וועט איר זוכה זיין וועל איך קומען נאכאמאל לערנען מיט אייך.
האט ער געפרעגט וויאזוי וועסטו קומען אז דו לעבסט שוין נישט? האט ער געענטפערט פאר דיר איז נישט נוגע וויאזוי, צי בחלום אדער בהקיץ אדער בגלגול בהדי כבשי דרחמנא למה לך. און וואו איז ר' חיים וואס לאזט ער מיך איבער אין אזא מינוט? יעצט גיי געשווינד ארויס ווייל דו ביסט א כהן.
ונפטר במיתת נשיקה!

ווען איז דער ארי נאכאמאל געקומען? כמדומה לי הקטן שאמרו על הבעש"ט זלה"ה שהיה גלגול או ניצוץ (?) האר"י ז"ל.



עוד ראיתי שם אז דער אריה"ק האט מגלה געווען בענין גלגול וסוד העיבור אז איין מענטש קען האבן מאקסימום פיר נשמות ביינעזאם, וזה סוד הכתוב פוקד עון אבות וכו' "ועל רבעים", איין מענטש מיט פיר נשמות.


געהערט אמאל א רמז להגיד כי יש"ר השם ואיני יודע המקור,
יש"ר ר"ת די דריי רבי'ס פון כלל ישראל
רבי שמעון בן יוחאי
רבינו שלמה יצחקי, רש"י
רבי יצחק בן שלמה, רבינו האר"י

זצללה"ה

דינסטאג יולי 21, 2015 2:15 am

דער רש"ש

דינסטאג יולי 21, 2015 9:15 am

שוועמל האט געשריבן:ר"ח ויטאל זלה"ה שרייבט אין ספר החזיונות אז איידער מורו האריז"ל איז נפטר געווארן איז ער ארויס און אנשטאט איז אריין ר' יצחק הכהן זלה"ה (ר' יצחק איז פון די איינציגסטע מחברייא קדישא שהרח"ו העתיק ממנו היבש אפאר מאל בכתבים) און געפרעגט רבי וואס וועט זיין מיט אונז ווער וועט לערנען דעם חכמה מיט אונז? האט דער אר"י הק' געענטפער אויב וועט איר זוכה זיין וועל איך קומען נאכאמאל לערנען מיט אייך.
האט ער געפרעגט וויאזוי וועסטו קומען אז דו לעבסט שוין נישט? האט ער געענטפערט פאר דיר איז נישט נוגע וויאזוי, צי בחלום אדער בהקיץ אדער בגלגול בהדי כבשי דרחמנא למה לך. און וואו איז ר' חיים וואס לאזט ער מיך איבער אין אזא מינוט? יעצט גיי געשווינד ארויס ווייל דו ביסט א כהן.
ונפטר במיתת נשיקה!

ווען איז דער ארי נאכאמאל געקומען? כמדומה לי הקטן שאמרו על הבעש"ט זלה"ה שהיה גלגול או ניצוץ (?) האר"י ז"ל.



עוד ראיתי שם אז דער אריה"ק האט מגלה געווען בענין גלגול וסוד העיבור אז איין מענטש קען האבן מאקסימום פיר נשמות ביינעזאם, וזה סוד הכתוב פוקד עון אבות וכו' "ועל רבעים", איין מענטש מיט פיר נשמות.


געהערט אמאל א רמז להגיד כי יש"ר השם ואיני יודע המקור,
יש"ר ר"ת די דריי רבי'ס פון כלל ישראל
רבי שמעון בן יוחאי
רבינו שלמה יצחקי, רש"י
רבי יצחק בן שלמה, רבינו האר"י

זצללה"ה


משה רבינו וואס האט מקבל געווען די תורה מפי הגבורה, בכל ביתי נאמן הוא - האט עפעס נישט געמאכט צו זיין אין די ליסטע פון כלל ישראל׳ס רבי׳ס. וואס פארשטייען מיר???

דינסטאג יולי 21, 2015 3:29 pm

אקעי קען זיין די טיטל 'רבי'ס פון כלל ישראל' איז ווארשיינליך צוגעלייגט, אבער די דריי האבן געהאט עפעס אין קאממען אפשר שורש נשמה.

אגב, כאב געזען בספר הנ"ל אז הרח"ו זלה"ה האט געפרעגט זיין רבי פארוואס ער האלט אים אזוי חשוב, האט אים דער אריז"ל געזאגט אז ווי שפעטערע דורות אלס חשובער איז יעדע קליינע מעשה פון א איד.
די ווערטער פאר זיך איז געוואלדיגע דברי חיזוק ואם האר"י לפני ארבע מאות שנה איז שוין געווען אזא התגברות הקליפות קען מען זיך פארשטעלן היינט ווי חשוב יעדע מעשה מצוה איז.

נאר צום סוף פארשטיי איך נישט די המשך וואס ער פירט אויס "ואילו הייתי באותם דורות הראשונים היו מעשי וחכמתי מופלאים מכמה צדיקים הראשונים".
לכאורה פונקט פארקערט, אויב איז נאר די מצב הדור וואס מאכט אים אזוי גרויס, וואלט בדורות הראשונים ווען די דור איז געווען לויטערער וואלט ער דאך נישט געווען אזוי גרויס?

זע בייגעלייגט
עטעטשמענטס
ari_harchi.jpg

דינסטאג יולי 21, 2015 3:35 pm

" עלית למרום שבית שבי לקחת מתנות באדם".

זאגט מען פון צדיקים (?) "שבי" איז ר"ת:

ר' שמעון בר יוחאי
ר' שלמה בן יצחק (רש"י)
ר' ישראל בעל שם
ר' יצחק בן שלמה (אריז"ל)

דינסטאג יולי 21, 2015 3:46 pm

שוועמל האט געשריבן:אקעי קען זיין די טיטל 'רבי'ס פון כלל ישראל' איז ווארשיינליך צוגעלייגט, אבער די דריי האבן געהאט עפעס אין קאממען אפשר שורש נשמה.

אגב, כאב געזען בספר הנ"ל אז הרח"ו זלה"ה האט געפרעגט זיין רבי פארוואס ער האלט אים אזוי חשוב, האט אים דער אריז"ל געזאגט אז ווי שפעטערע דורות אלס חשובער איז יעדע קליינע מעשה פון א איד.
די ווערטער פאר זיך איז געוואלדיגע דברי חיזוק ואם האר"י לפני ארבע מאות שנה איז שוין געווען אזא התגברות הקליפות קען מען זיך פארשטעלן היינט ווי חשוב יעדע מעשה מצוה איז.

נאר צום סוף פארשטיי איך נישט די המשך וואס ער פירט אויס "ואילו הייתי באותם דורות הראשונים היו מעשי וחכמתי מופלאים מכמה צדיקים הראשונים".
לכאורה פונקט פארקערט, אויב איז נאר די מצב הדור וואס מאכט אים אזוי גרויס, וואלט בדורות הראשונים ווען די דור איז געווען לויטערער וואלט ער דאך נישט געווען אזוי גרויס?

זע בייגעלייגט

היינט איז דא ווייניגער מעשים ווייל די קליפה איז גובר, איז די חשיבות פון ווייניג מעשים פונקט ווי אסאך מעשים פון אמאליגע דורות.
היינט איז דא ווייניגער מעשים און ווייניגער חכמה ווייל די קליפה איז גובר, אויב וואלט מען געווען אין פריערדיגע דורות וואלטן די מעשים און חכמה געווען גרעסער ווי פריערדיגע.

דינסטאג יולי 21, 2015 4:01 pm

יישר כח לכתחלה,
גערעכט טעיתי ונזכרתי, געהערט טאקע שבית שבי נישט ישר.

דינסטאג יולי 21, 2015 5:51 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:" עלית למרום שבית שבי לקחת מתנות באדם".

זאגט מען פון צדיקים (?) "שבי" איז ר"ת:

ר' שמעון בר יוחאי
ר' שלמה בן יצחק (רש"י)
ר' ישראל בעל שם
ר' יצחק בן שלמה (אריז"ל)

אין דגל מחנה אפרים אויף'ן תרגום פון ובני ישראל יוצאים ביד רמה "בריש גלי" שטייט אויך ענדליך ברי"ש ר' ישראל בע"ש וכו'
שרייב א תגובה

Advertisement