Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארן מיט בייקס אין וויליאמסבורג

56
75%
3
4%
5
7%
4
5%
7
9%
 
סך הכל שטימען : 75

מאנטאג אפריל 16, 2012 6:38 pm

איך גלייב אז די סארט בייקס וואס די כינעזער האבן די לעצטע צוויי דריי יאר פארפלייצט די גאסען דערמיט גייט נישט אריין אינעם איסור אפילו לצד האוסרים,
עס ארבעט אויף א בעטערי, מען דארף נישט קיין לייסענעס (אויף דערווייל), עס קען אהנציען צווישן 25-45 מייל א שעה, ווענדט זיך וויפיל מען וויל ספענדן,
מען מיז נישט דרייען די פעדעלס, פשוט ווי א מאטער בייק, האט פאוער פעדעל וואס מען דריקט.

Advertisement

מאנטאג אפריל 16, 2012 8:46 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:איך מיין אז כ'גיי אי"ה איינפירן דא אין וויליאמסבורג עס איז שוין העכטס צייט.....

אסאך הצלחה.

וואוסען זאלט איר אבער אז ס'איז דא א רובא דמינכרא אין וויליאמסבורג וואס געהערן נישט צו אייער קרייז, דעריבער ארבעט אייך נישט איבער מיטן איינפירן דאס.

מאנטאג אפריל 16, 2012 10:38 pm

טייבעלע האט געשריבן:איך גלייב אז די סארט בייקס וואס די כינעזער האבן די לעצטע צוויי דריי יאר פארפלייצט די גאסען דערמיט גייט נישט אריין אינעם איסור אפילו לצד האוסרים,
עס ארבעט אויף א בעטערי, מען דארף נישט קיין לייסענעס (אויף דערווייל), עס קען אהנציען צווישן 25-45 מייל א שעה, ווענדט זיך וויפיל מען וויל ספענדן,
מען מיז נישט דרייען די פעדעלס, פשוט ווי א מאטער בייק, האט פאוער פעדעל וואס מען דריקט.

I AM IN

מאנטאג אפריל 16, 2012 11:32 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איך מיין אז כ'גיי אי"ה איינפירן דא אין וויליאמסבורג עס איז שוין העכטס צייט.....

אסאך הצלחה.

וואוסען זאלט איר אבער אז ס'איז דא א רובא דמינכרא אין וויליאמסבורג וואס געהערן נישט צו אייער קרייז, דעריבער ארבעט אייך נישט איבער מיטן איינפירן דאס.


חה חה חה

וועל איך אייך מגלה סוד זיין אז אונזער קרייז איז רוב וויליאמסבורג... דארפסט אפי' זיך נישט מיטשענען צו טראכטן ווער .. יא יא ..

דינסטאג אפריל 17, 2012 6:00 am

וואס איז
אין אנטווערפען פאהרען מסלתה ומשמנה אויף ביציקלעך המכונים וועלאס

דינסטאג אפריל 17, 2012 8:45 am

msp האט געשריבן:וואס איז אין אנטווערפען פאהרען מסלתה ומשמנה אויף ביציקלעך המכונים וועלאס

אויך אויף עלעקטערישע סקוטערס המכונה ברומערס.

דינסטאג אפריל 17, 2012 8:52 am

יא יא
תרגום יונתן
איך האב געהאט עטליכע וועלאס
נישט קיין בראמערס

שבת אפריל 21, 2012 11:31 pm

farshlufen האט געשריבן:מיין מיינונג, ערשט זאלן וומ"ס'ער אידן גיין מיט קוטשמעס ווען עס איז קאלט און ווינטיג און זיך נישט שעמען פון... ווער עס ווייסט זאל זאגן, ענדערש ווועט ער פארפרוירן ווערן אבער מיט א ווארעם היטל מיט וואס אלע 7ונזערע זיידעס זענען געגאנגען וועט ער נישט גיין, א"כ וואס פארלאנגט איר? אז ער זאל אפילו קלערן פון פירן א ביציקל? עס וועט נישט פאסירן.

בדרך צחות, שטעלט אייך פאר וואס די היינישע אינווענטערס וועלן צושטעלן:

א ביציקל וואס שלעפט פון אונטן א דאובל קערידזש.

א ספעציעלער האלטער פאר טלית ותפלין.

ספעציעל שווארצע ביציקלעך פאר חסיד'ישע אידן.

ועוד ועוד.

נאט אייך, פעלט נאך עפעס.
עטעטשמענטס
bike3.jpg

שבת אפריל 21, 2012 11:31 pm

נאך איינס.
עטעטשמענטס
bike2.jpg

שבת אפריל 21, 2012 11:32 pm

אן אנדער סארט.
עטעטשמענטס
bike1.jpg

מאנטאג אפריל 23, 2012 2:44 am

שיין
אפשר טאקע

מאנטאג אפריל 23, 2012 3:57 am

גערעכט מ'דארף עס טאקע איינפירען, ס'וועט גרינגער מאכען דאס לעבען

מאנטאג אפריל 23, 2012 7:10 am

ערשט די רבי'ס און די משפיעים
דעמאלס וועלען די חסידים און מקבלים שוין פאלגען

מאנטאג אפריל 23, 2012 11:01 am

msp האט געשריבן:ערשט די רבי'ס און די משפיעים
דעמאלס וועלען די חסידים און מקבלים שוין פאלגען

נאדיר ;l;p-

מאנטאג אפריל 23, 2012 12:17 pm

לאמיר פרוביר'ן זיך אויסמאלען א 'רבי'שע ביציקיל'.

לעדערנע געקנעפלטע זיץ.

העכט זילבערנע הענטלעך.

קיין סטאפ ברעיק פארשטייט זיך (וואס עפעס דארף ער סטאפן, די וועג איז ממילא פריי א דאנק די געטרייע עסקנים)

לעמפלעך כמובן.

וואס נאך ???

מאנטאג אפריל 23, 2012 4:12 pm

און עס איז דא אויף צו שלעפן, מען דארף נישט קיין ווען.
עטעטשמענטס
w1.jpg

מאנטאג אפריל 23, 2012 4:13 pm

און אויך א מאביל.
עטעטשמענטס
Untitled.jpg

מאנטאג אפריל 23, 2012 9:11 pm

עס איז דא אן אשכול מיוחד פאר 'אינטערעסאנטע פיקטשערס'. תן לחכם ויחכם עוד.

דינסטאג אפריל 24, 2012 2:50 am

נחמן נתן האט געשריבן:עס איז דא אן אשכול מיוחד פאר 'אינטערעסאנטע פיקטשערס'. תן לחכם ויחכם עוד.

טייבעלע ווייסט פון דעם און ער איז טאקע נותן לחכמים דארט גוטע סחורה יעדען טאג.....

דינסטאג אפריל 24, 2012 9:35 am

מכטי יש"כ פארן זיך אננעמען פאר מיר,

אבער לאמיתו של ענין גהערט אזוינע בילדער דארט ווי נחמן נתן האט צוגעצייכענט,
בסופו של דבר איז עס דאך אן אינטערסאנטע בילד, עס איז אבער אהער גשטעלט
געווארן וועגן עס האט א שייכות אין דער אשכול, ווי אחד מהחברים החשובים האבן
מעורר געוועהן וועגען אזוינע ביציקלעך, האט מען עס אהער גשטעלט להודיע עס איז
שוין פארהאן.

מיטוואך אפריל 25, 2012 11:38 am

נחמן נתן האט געשריבן:עס איז דא אן אשכול מיוחד פאר 'אינטערעסאנטע פיקטשערס'. תן לחכם ויחכם עוד.


תן לחכם במקומו, ויחכם עוד שלא במקומו.

מיטוואך אפריל 25, 2012 2:00 pm

מרעד'ט, מ'דיסקוטירט, מ'דעבאטירט און מען חלומ'ט הלוואי זאל עס געשעהן, אבער ס'וועט לכאורה נישט געשעהן עכ"פ נישט אין די נאנטע צוקונפט.

דאך, טראכט איך אסאך וויפיל געשמאקער, רואיגער, געזונטער און ביליגער וואלט ס'לעבן געווען ווען מען פארט מיט ביציקלעך איבעראל, וויליאמסבורג בפרט.
שוין אסאך מאל געטראכט וואלט איך געווען מעיאר אין דעם שטאט וואלט איך געמאכט איין לעין פאר קאר'ס אין ס'איבעריגע פאר ביציקלעך. (עפ"ל?)

שטעלט זיך פאר, א אינגערמאן שטייט אויף צופרי עפענט דעם שלאס און ריגעל פונעם בייק, זיצט זיך ארויף דערויף און פארט צום ביהמ"ד, נישטא קיין לייטס (דאכט זיך אז די בייקס דארפן זיך צושטעלן, אבער קיין טיקעטס באקומען זיי נישט) נישטא קיין טרעפיק, ער קומט אן צום ביהמ"ד קייטלט צו דעם בייק און אריין אין ביהמ"ד אא"וו, דערנאך פארט ער צום ארבעט אדער כולל אא"וו, דער טאג איז דורך אן ענדלאז פארברענען טייערע צייט, זוכענדיג פארקינג, אדער זיצענדיג אין טרעפיק, נישטא קיין טיקעטס, (פארקינג, ספידינג, דורך פארן לייטס וכדו') און ועל כולם האסטו זיך אביסל באוואויגען, געניצט דיינע פיס און גע'אטעמט אביסל געשמאקע לופט.

אונטערשטע שורה: פארן מיט ביציקלעך איז סך ביליגער, סך שנעלער און סך געזינטער.

מיטוואך אפריל 25, 2012 2:07 pm

דרוריקרא האט געשריבן:שוין אסאך מאל געטראכט וואלט איך געווען מעיאר אין דעם שטאט וואלט איך געמאכט איין לעין פאר קאר'ס אין ס'איבעריגע פאר ביציקלעך.

אונזער הויכעך באשפריצטער מעיאר האט עס שוין געטוהן
דרוריקרא האט געשריבן:
שטעלט זיך פאר, א אינגערמאן שטייט אויף צופרי עפענט דעם שלאס און ריגעל פונעם בייק, זיצט זיך ארויף דערויף און פארט צום ביהמ"ד, נישטא קיין לייטס (דאכט זיך אז די בייקס דארפן זיך צושטעלן, אבער קיין טיקעטס באקומען זיי נישט) נישטא קיין

מ'דארף זיך עס נישט פארשטעלן מ'קען עס זעהן אין עטליכע חדרישע געגענטער

מיטוואך אפריל 25, 2012 2:07 pm

ווי שיינע טייערע אינגע לייט טוען אין ארץ ישראל, און מען קען דארט טרעפן צומאל א ראש הכולל אויך,
אלע פארן מיט ביציקלעך, נשטא קיין בושה, און אזוי איז אין יוראפ.

מיטוואך אפריל 25, 2012 2:47 pm

איך בין צו א באקוועמער מענטש

ווינטער וויל איך פארן אין א ווארעמע קאר

וואס קען מען מיר צושטעלן פאר דעם?
שרייב א תגובה

Advertisement