Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארן מיט בייקס אין וויליאמסבורג

56
75%
3
4%
5
7%
4
5%
7
9%
 
סך הכל שטימען : 75

זאלן וויליאמסבורג חסידים פארן מיט ביציקלעך?

דינסטאג דצמבר 15, 2009 12:21 pm

היות וויליאמסבורג איז סיי ווי פארכאפט אין די מאפע פונעם צענטראלע ניו יארק סיטי בייק לעין, די היטש פלאץ איז געווארן זייער געצוימט מיט היטשעס כאפן, די גרעניצן פון וויליאמסבורג האבן זיך זייער אויסגעברייטערט די לעצטע פאר יאר, שטעל זיך די פראגע

זאל זיך דער עולם נעמען פארן מיט בייקס?
(די פראגע איז וועגן מענער אין בחורים, אויפן בייק לעין)
(פאר די פראגע וועגן קינדער אין פרויען, אדער וועגן פארן אויפן סיידוואלק ביטע גייט אריבער צום אנדערן אשכול)

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן די פארשידענע מיינונגען פאר אין קעגן אין זען וואס דער עולם האלט

Advertisement

דינסטאג דצמבר 15, 2009 1:33 pm

מיין מיינונג איז - און איך האב עס שוין עטליכע מאל געשריבן דא - אז בייק'ס איז זייער א פיינער זאך און מ'וואלט דאס ווען געברויכט מאכן פאר א נארמאלער זאך דא אין וויליאמסבורג. עס וועט פאגרינגערען דאס לעבן פאר יעדעם. עס איז גרינגער צו פארקן, עס איז פיל ביליגער, עס קאסט נישט קיין טיקעט'סאון נאך אסאך מעלות.

איך האב געשטימט אויפן ערשטען אפציע. אבער אין פאקט גיי איך נישט דרייוון קיין בייק ביז עס ווערט נארמאל, אדער כאטש א מאוומענט, אלזא דער פערטער אפציע איז אקטועל.

דינסטאג דצמבר 15, 2009 1:40 pm

בנוגע די וואס שטומען אויפן 5'טער אפציע, און לויט ווי כ'גלייב האט איר געשטומט דערצו צוליב דעם וואס איר האט אזא אנגענומענע שיטה מסורה לכם מדור דור, דעריבער איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויף וואס עס איז געשטעלט געווארן אט דער דאזיגער שיטה און ווער עס איז פאראנטווארטליך אין די אויסגעהאלטנקייט פון דער שיטה, ווארום אין די יוראפעישע לענדער היינט, און נאך פון פארן קריג איז פארן מיט א ביציקל געווען אן אנגענומענער זאך.

און צו איז דער טערמין פון 'שגץ בייק' אויך פאר ערוואקסענע אדער בלויז פאר חדר יונגלעך.

א דאנק אייך.

דינסטאג דצמבר 15, 2009 1:46 pm

צייטליך וועיל סעיט

איך דרייוו גראדע יא א בייק אבער בעיקר פאר עקסערסייז אין פארשטייט זיך נישט אויף די הייליגע ליע עוו
שוין 2 מאל געפארן פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק אין צוריק ס'איז זייער געשמאק ס'נעמט לערך א 3/4 שעה (אבער מען דארף נעמען א גוטן שאוער דערנאך), ווי אויך קיין מאנהעטן דורכן וויליאמסבורגער בריק, נישט אזא גרינגער עסק אבער געוואלדיג פאר צורך עקסערסייז.

ווען איך פאר טו איך אן דעם העלמעט מיט די לעקטערס, פייפער, שפיגלען וכל הקלאפער געצייג ווי אויך פאלג איך אלע געזעצן כמבואר בהבייק מעפ של הDOT לקיים המצוה של ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

ממני ילמדו וכן יעשו

דינסטאג דצמבר 15, 2009 1:52 pm

בן בוזי האט געשריבן:בנוגע די וואס שטומען אויפן 5'טער אפציע, און לויט ווי כ'גלייב האט איר געשטומט דערצו צוליב דעם וואס איר האט אזא אנגענומענע שיטה מסורה לכם מדור דור.

ניין! ווי איר זעהט האט (ביזדערווייל...) קיינער נישט געשטומט אויך אפציע 4, לעניית דעתי איז ווייל ס'פאסט נישט פאר איינעם וואס איז א חבר הקרעטשמע צו זאגן: 'כ'שעמיך', דא האלט זיך יעדער פאר די אויבערשטע פון שטייסל, קלוגע, געלונגנע, מבינים. (איר קענט זיך עס איבערצייגען פון צייטליך'ס תגובה.) איז ווי קען מען זאגן איך שעם זיך? האט דער יעניגער ליבערשט באשטומט פינעף פאר זיין אפציע, און נישט דארפען זיין דער חוזק וואס זאגט כ'שעימעך.

איך וועל מיר אויך שעמען צו זאגן אז כ'האב א טעות, אויב עימעצער וועט מיר דא אפווענדען, אבער ס'נאר לעניית דעתי....

(ואם אין דעת.....?)

דינסטאג דצמבר 15, 2009 3:56 pm

איך האב געוועהלט פאר.... כ'על ענדערש נוצן אמדאמענט 9, די דעמאקראטישער אפציע אז קיינער מוז נישט וויסן פאר וועם איך האב געוועהלט.

דער אמת איז, "ניין כ'שעם זיך" איז די זעלבע זאך ווי די ערשטע קשיא, ס'טייטש: יעצט גיי איך נישט פארן "ווייל איך שעם זיך". אבער אויב איז עס אנגענומען און יעדער נוצט עס, וועל איך אויך זיין פון דעם עולם.
(איינמאל עס איז א זאך וואס מען נוצט, איז שוין נישט קיין חילוק צו קיין מוהל - קצב -שוחט - מגיד שיעור - וכו', דוגמת אנטעווערפן, מאנסי, וואס איך האב שוין אליין געזעהן אלע שיכטן פון פאלק צו נוצן דעם זעלבן טראנספארטאציע מיטל, נעמליך, דער ביציקל)

מיטוואך דצמבר 16, 2009 8:06 am

מיין מיינונג, ערשט זאלן וומ"ס'ער אידן גיין מיט קוטשמעס ווען עס איז קאלט און ווינטיג און זיך נישט שעמען פון... ווער עס ווייסט זאל זאגן, ענדערש ווועט ער פארפרוירן ווערן אבער מיט א ווארעם היטל מיט וואס אלע 7ונזערע זיידעס זענען געגאנגען וועט ער נישט גיין, א"כ וואס פארלאנגט איר? אז ער זאל אפילו קלערן פון פירן א ביציקל? עס וועט נישט פאסירן.

בדרך צחות, שטעלט אייך פאר וואס די היינישע אינווענטערס וועלן צושטעלן:

א ביציקל וואס שלעפט פון אונטן א דאובל קערידזש.

א ספעציעלער האלטער פאר טלית ותפלין.

ספעציעל שווארצע ביציקלעך פאר חסיד'ישע אידן.

ועוד ועוד.

מיטוואך דצמבר 16, 2009 8:33 am

אוודאי געוויס איז דאס א גוטע זאך אז דער עולם זאל זיך נעמען פארן מיט ביציקלעך. פארשטייט זיך קיינער וויל נישט זיין דער נחשון אבער מיר וועלן לייזן איין ריזיגע ריזיגע ריזיגע פראבלעם " איבערוואג " ווי באקאנט האט שוין הרב מייזעלס פון קול מבשר שוין לאנג מאריך געווען מיט די פראבלעם, אין אלע דאקטוירים האלטן אז אסאך געזונהייט פראבלעמן קומען פון איבער וואג. נו אז דער עולם וועט מאכן איבונגען וועט מען אויטאמאטיש פארלירן וואג. אויך געפונט מען דעם מאמר חז"ל "מרבה בשר מרבה רמה" איז אפילו לאחר מאה ועשרים לייט מען נאך אויך פון די פראבלעם ( חוץ די אלע דינים וואס די נשמה ליידט..........)

מיטוואך דצמבר 16, 2009 8:35 am

המשך...

א ספעציעלע "המעיל" מיט א ריזן קאפל צוגעטשעפעט גלייך צום ביציקל.

א ברייטע חסידישע "סיעט" עס זאל נישט הייסן חמור בלי אוכף.

איין חמצ'דיגע און איין פסח'דיגע.

איך גיי שוין גרינדען א ארגאניזאציע "חברים-ביציקל" בלויז פאר בייקס מיט ריזיגע דינערס 12 מאל א יאר.

מ'וועט צולייגן א רעדל עס זאל נישט הייסן צוויי-רעדלדיגער בייק.

עס וועט זיין דירעקט אנגעהוקט צום עירוב דורך ווייפיי אז שבת זאל מען אויך קענען פארן.

מיטוואך דצמבר 16, 2009 9:08 am

שוועמל האט געשריבן:עס וועט זיין דירעקט אנגעהוקט צום עירוב דורך ווייפיי אז שבת זאל מען אויך קענען פארן.


דיין דאבל קערידזש האט שוין ווייפיי?

ביים דאווענען אין אפיס יעדן טאג האסטו ווייפיי צום בית המדרש?

מיטוואך דצמבר 16, 2009 9:15 am

געוויסע נקודות הנוגעים לכאן זענען שוין אמאל אדורך געטוהן געוארען
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

מיטוואך דצמבר 16, 2009 10:18 am

המשך...

באמפער סטיקערס אויף די בייקס

"איך בין קעגן דעם בייק לעין":lol:

מיטוואך דצמבר 16, 2009 11:35 am

מען האט דא צאמגעפלאכן עטליכע נושאים פון וואס דער הייליגער וויליאמסבורג ליידט נעבעך:

הויפט נושא: וועלן די וויליאמסבורגער חסידים קומען צום שכל און דרייווען א ביציקל?

די טיפשות וואס דער נייער דור האט זיך אוועקגעריקט פון די פריערדיגע גענעראציעס, ווען מענטשן האבן זיך מחי' געווען מיטן קוטשמע וואס מאכט ווארעם דעם קאפ און דעם גאנצן גוף (א בחינה פון א סטיעם אינדערהיים, אדער אן עירקאנדישאן אום זומער).

לצנות פונעם וויליאמסבורגער עירוב.


לעצם הנושא. מאמענטאל זעט נישט אויס אז עס זאל ווערן א שוואונג פון דרייוון ביציקלעך, טראצדעם וואס 76 פראצענט ווילן דאס :lol:
יעדער האט אן אנדער סיבה פארוואס נישט נעמען דעם בייק און פארן דערמיט, בושה, אנדערש ווי יעדעם, די ווייב וויל נישט, ועוד ועוד

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 3:54 pm

איך וואלט געוואלט פרעגן: פון ווי נעמט זיך בכלל דעם טערמין "שגץ-בייק"?

איך האב געהערט זאגן אין נאמען פונעם רבי'ן זי"ע, וואס ווי נאכגעהערט איז עס שטותים!
פשטות האבן די וויליאמסבורגע עס נישט גענוצט וויבאלד עס איז נישט געווען קיין געלט און פארלאנג אין יענע צייט!

אבער היינטיגע צייטן, פארוואסזע טאקע נישט?
איך בין גרייט צו זיין נחשון - אבער איך ברויך א עמינדב אויך!!!!!!

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 4:43 pm

עמינדב איז שוין צו אלט...

מיטוואך אפריל 11, 2012 6:52 pm

farshlufen האט געשריבן:בדרך צחות, שטעלט אייך פאר וואס די היינישע אינווענטערס וועלן צושטעלן:

א ביציקל וואס שלעפט פון אונטן א דאובל קערידזש.


ועוד ועוד.


היינט געווען אין א פארק און געזען ווי אפאר יודן האבן געהאט צוגעטשעפעט הונטערן בייק........א דאבל קערידזש!
עס איז טאקע נישט קיין געהעריגע דאבל קערידזש פון מעקלערין(ז"ל....) אדער באגאבאבאבא אבער 2 קינדער האבן ברייט פלאץ דארט(אפילו 3-4 יעריגע). עס קומט אפילו מיט א סקרין צו באשיצן פונעם ווינט
סא דער פראבלעם איז שוין געסאלווט

און לגבי יודן פארן מיטן בייק. האב איך פאר איך נייעס. איך קען בערך 10 יונגעלייט פון ווימ"ס וואס ארבייטן אין מאנהעטן. און גייען איעדן טאג מיטן בייק! מהם ילמדו וכן יעשו

מאנטאג אפריל 16, 2012 11:49 am

אין פראקטישקייט האט דאס נישט קיין זינען. די גאסן זענען צו אנגעפילט צו קענען ארום רייזן מיט ביציקלעך, ווידעראום וויליאמסבורג איז טאקע גרויס אבער נאך נישט 'אזוי' גרויס, אז דער לעזונג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, שנעל און גרינג, זאל זיין ביציקלעך.

מאנטאג אפריל 16, 2012 12:21 pm

נחמן נתן האט געשריבן:אין פראקטישקייט האט דאס נישט קיין זינען. די גאסן זענען צו אנגעפילט צו קענען ארום רייזן מיט ביציקלעך, ווידעראום וויליאמסבורג איז טאקע גרויס אבער נאך נישט 'אזוי' גרויס, אז דער לעזונג אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, שנעל און גרינג, זאל זיין ביציקלעך.


פארוואס זאל מען נישט נוצן די בייק לעינס דערפאר?

מאנטאג אפריל 16, 2012 12:30 pm

הייסט דאס ארויפפארן בעדפארד און דערנאך אראפפארן צו 'קענט' וחוזר חלילה? נו נו, געזונטערהייט...

די סטריטס (יו נעים איט), און ווי אויך אלע אנדערע עוועניו'ס זענען אנגעפאקט מיט פיס-גייער, אזש זיך א ריר טאהן קוים וואס מ'קען.

מאנטאג אפריל 16, 2012 1:05 pm

מיט א צעהן יאר צוריק רעדט זיך צו מיר אפ א חשובער יונגערמאן און וויליאמסבורג, אז ער וואלט געוואלט פארען אויף א בייק אזוי ווי ער טוהט דאס און אנטווערפען אבער ער וויל נישט זיין דער ערשטער. היינט איז ער שוין א שיינער איד און אפילו טויזענט אידען וועלען רייטען אויף א בייק וועט ער שוין דאס נישט טוהן. אלענפאלס, האב איך אים דענמאלץ זייער פארשטאנען, און מיט געקרעכצט מיט אים, כאטש מיר האט עס נישט אויס געפעלט, מיין סטעשאן וואגען (געדענקט נאך איינער אזא מאשינקע?) איז פאר מיר געווען פונקט גוט.

fast forward 10 years
היינט, צעהן יאר שפעטער, זאגיך, חס ושלום צו פארען אויף א בייק, מיט פופציג טויזענט ארטיסטען און ארטיסטקעס אויפען בייק לעין מיין איך אז עס גייט אריין און גדר פון בעסער אחורי ארי ולא אחורי אשה. מיט א קאר איז אויך נישט אזוי אויס געהאלטען, אבער א קאר קען כאטש אויס קרויזען, אדער נעמען א דרך ארוכה, אבער א בייק, וואס זאל זיין דער היתר?

פאר מען פארשטיינערט מיר, וועל איך זאגען אז איך רעד דייקא וועגען וויליאמסבורג וכדומה. און בארא פארק איז נישט דא דער אנשיקעניש, איז אלזא מעג מען, און קען זיין אז אויף ברייטע ברידז לעינס, איז אויך א סאך בעסער, כ'קען נישט פונקטליך די מציאות. אויך און יוראפ ווי אן ארטיסטקע איז איינס לאמער זאגען פון הונדרעט האב איך אויך נישט געזאגט.

אז מען רעדט שוין פון דער אנשיקעניש מוז איך אויס גיסען מיין ביטערען הארצען אויף דער נייער אנשיקעניש וואס האט אונז באטראפען. תשנ"ז זענען געווען 3000 ארטיסטען און ווילאמסבורג, תשס"ז זענען שוין געווען 30,000. היינט צו טאגס האלט עס שוין צווישען 50,000-100,000 און עס האלט און איין וואקסען. דער חורבן ברוחניות שפירט יעדער, היינט מיט פארמאכטע אויגען זעהט מען מער תואבה און איין טאג ווי מען האט א מאל (20 יאר צוריק) געזעהן מיט אפענע אויגען און א גאנץ יאר, מיר האבען פאלוירען דער כח פאליטיש, ווייל יעדער ארטיסט שרייבט הונדרעט בריוו צו יעדער עלעקטעד אפישעל בשעת מיר שרייבען אחד בעיר ושנים במשפחה (און דאס אויך נישט), די פרייזען פון די דירות זענען משוגע א דאנק די ארטיסטען (די פריווילידזד פון אמעריקע וואס געלט איז ביי זיי בלאטע), וכו' וכו'.

בקיצור מיר האבען פארשפילט ברוחניות (בייק לעינס וחוקי תואבה - דער מעיאר רעכענט זיך מער נישט מיט אונז), בגשמיות (עקאנאמיש), און ברוחניות ובגשמיות (פאליטיש). עס איז נאך נישט צו שפעט. ווען מאכען מיר שוין א כינוס צו ראטעווען וואס מען קען נאך און וויליאמסבורג?

מאנטאג אפריל 16, 2012 2:00 pm

SPUSMN האט געשריבן:וחוקי תואבה

כ'האף אז ס'איז נאר א פליטת הקיבאורד...

מאנטאג אפריל 16, 2012 2:03 pm

פארוואס טאקע זאל מען נישט מעגן פארן מיט א בייק איך זעה נישט דער שלעכטס פין דעם איך מיין אז כ'גיי אי"ה איינפירן דא אין וויליאמסבורג עס איז שוין העכטס צייט.....

מאנטאג אפריל 16, 2012 2:17 pm

שוטה האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:וחוקי תואבה

כ'האף אז ס'איז נאר א פליטת הקיבאורד...

א פליטת איז עס, דארף מען עס פארעכטען. עס איז תועבה מיט אן עי"ן.

מאנטאג אפריל 16, 2012 6:05 pm

"ספאסמאן" פשטות ווען איר רעהט ווען לענין הנאה ווי מע זאגט סתם ארוםפארן פארשטיי איך,
אבער אויב א יוד ברויך אנקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, א שטייגער ווי ער נוצט זיין קאר, זאל ער מעגן נוצן א בייק סע ביליגער.

לטעם התועבה, האט נישט מיט קיין בייק ספעציעל א יוד ברויך נישט ארום קוקן, אין הכי נמי סע גרינגער נכשל צו ווערן מיט א בייק, אבער לא שבק חיי.....
איך מיין סוף טאג מוז נאך א יעדער יוד ל"ע ול"ע אנקומען צום גאס. אויפ'ן וועג צום שול - גאס - צום דאקטער - גאס - ועוד.
אפשר מיט א בייק עט ער אנקומען שנעלער צום דעסטינאציע - אפשר איז טאקע בעסער ער זאל נוצן א בייק און זיין ווייניגער אויפן גאס.

מאנטאג אפריל 16, 2012 6:30 pm

דא (אות כ') איז דא עפעס א מקור אויף שייגץ בייק, כ'האב עס געזעהן ווי איך דענק פאר עטליכע יאר צוריק אויך בשם איינע פון די רוזינע צדיקים, זעהט אויס נישט אין אלע פלעצער האט מען אזוי גהאלטן, עס איז נישט סותר די וואס האלטן אז מען מעג.

יעצט באקומען כל הנ"ל באישי.
איך פריי מיר זייער גראדע שכח שכח, איך האב באמת הנאה צו זעהן אפי' סע נישט לריחי, וויבאלד איך וויל יא מתיר זיין, אבער ב"ה איינמאל פאר אלעמאל זעה איך אנארמאלע צד לאיסור!
איך שיק שוין ווייטער!
שרייב א תגובה

Advertisement