די צונג - א שווערד

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 10:16 pm

יישר כח פונקטליך, איך קעמעך אליינס נישט גלייבן אז איך האבעס געשריבן, כ'בין אליינס נתעורר געווארן יעצט דערפון.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 11:10 am

אויף מבשר איז יעצט דא אינטערוויו מיט ווערעצקיע רבי פון ארה"ק, וואס פארציילט וועגען א נשמה וואס איז געקומען בעטן א תיקון, כאטשיק ער איז געווען פון די בני עליה, פלעגט ער בין אדם לחבירו לאזן די צינג פריי.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 11:24 am

וואס מאכט ר' אברהם כהיום?
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 3:51 pm

מאשקע:
דיין פעדער (און דיין הארץ) שרייבט גאלד.

קרעמער:
ווארימע ווערטער, דברים היוצאין מן הלב.

איך_הער:
צו דו גלייבסט, צו נישט, דיין נאמען שטייט דארט און א גרויסן ישר כח, הויפענעס חיזוק.

פונקטליך:
יישר כח פאר'ן אפירזוכן.

פונקטליך האט געשריבן:
קען מיר איינער אפשר איבערגעבן וואס ס'איז געשטאנען אין צייטשריפט?
__________________________________
This signature was intentionally left blank

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 9:03 pm

מי יתנינו ירחי קדם!

די דאזיגע דיבורים רייסן זיך ארויס פון די לעפצן ווי פון זיך אליין ביים לעזן דעם דאזיגן אשכול.

אזעלכע הארציגע רייד פון קרעמער, האבן מיר עפעס היינט נישט די זכי' צו הערן.
איך בין ריכטיג נתרגש געווארן. און מ'דערקענט אז זיי קומען ארויס פון א ווארעם אידיש הארץ.

זארעכ ברענגט צו - ווי זיין שטייגער - מפי ספרים וסופרים שטארקע דברי חיזוק.

און דערנאך בין אביסל שאקירט געווארן... אזעלכע ווארימע רייד פון איכער?!
איך האב באמת נישט געוואוסט אז ער קאן! איך קוק אים יעצט אן מיט גאר אנדערע ברילן.
זיינע ווארימע טרייסט ווערטער דרינגען דאך ממש אריין טיף אינעם הארץ פון יעדעס אידיש קינד.

און מ'קען קלאר זאגן: אילו לא נוסד הקרעטשמע אלא בשביל זה, דיינו!

איך וועל נאר צולייגן א ווארט וואס כ'האב געהערט פון א בעל דרשן אמאל.

האט ער געטיישט די משנה אין אבות.
האומר אחטא ואשוב, אחטא ואשוב, אין מקבלין תשובתו.

זעצט ער די ווערטער אזוי: האומר אחטא, ואשוב אחטא, ואשוב אין, [איר הערט ווערטער!] דאך מקבלין תשובתו!

ווייל וויסן דארף מען. אז א איד האט שטענדיג א אפענעם טיר ביים רבוש"ע!

און אין וואספארא מצב ער זאל נאר נישט זיין, קען ער שטענדיג תשובה טאן.

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 4:54 pm

יעצט געליינט - די אויבענדערמאנטע ווערטער
זענען א מעכטיגע חיזוק סיי וועלעכע צייט און יאר - און סיי וועלעכע אומשטענדן

שכח אייך אלע.

עס וועט זיין גיט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך ינואר 02, 2019 9:13 am



צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט