ערב שבת חנוכה (א) / טאג בוך
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 13, 2009 1:15 am
ס'ווייסט שוין יעדער איינער פון דעם שרעקעדיגן ערב שבת חנוכה דיסארדער סינדראם אויף וואס רובא דרובא כלל ישראל ליידט.. האבעך באשלאסן אהערצושטעלן מיין סדר היום פון דעם טאג ערש"ק חנוכה (א) תש"ע למען ישמעו ויראו!
דאנערשטאג נאכט האצעך עס אנגעהויבן.. מ'האט צוגעשטעלט אלעס וואס מעגליך שוין ביינאכט, אפגעקאכט אלע מאכלים און געדעקט דעם שבת טיש, דאס גאנץ געזינדל איז געגאנגען שלאפן מיט א שיינע פאר שעה פריער, ווייל מארגן איז דער פארכטיגער יום הדין הגדול והנורא.. אלעס צו פארדאנקן דעם רשע מרושע אנטיכס ימ"ש וואס האט באשלאסן אנצוזייען כאאס אין אונזער הייליגע בית המקדש דווקא אין די ווינטער טעג, ער וואלט דאך פונקט אזוי געקענט קומען אינמיטן זומער (כ'מיין צינדן מנורה און מאכן חנוכה פארטי'ס אין די קאנטרי איז עפעס אוועקצומאכן.. וואס? יא גערעכט! בעסער אז מ'רעדט פון שמחות..) אוי איזער געווען א רשע!
פרייטאג פריה האט שוין דער וועקער זייגער מיטן בלעקבערי געקלינגן מיט א שעה פריער ווי אלע טאג.. כ'שפרינג ארויס פון בעט, רעכט אפ דעם פנים און אוודאי גרייט איך צו די מנורה, לויף און שוהל אריין כאפ א מקוה און מ'גרייט זיך צום דאווענען, אריינקומענדיג אין שוהל האט שוין משה יעקב דער ידען פעסטגעשטעלט אז דער היינטיגער שחרית האט א דין ווי די באוויסטע תפילות אויף וואס דער שטן פארלייגט זיך אז מ'זאל איר דאווענען שטייט, מנחה יו"כ, שחרית ער"פ און ער איז מוסיף דעם היינטיגן שחרית (כשר גערעכט..), אומר ועושה, ער קלאמערט זיך צו צום עמוד און פירט אויס הלכה למעשה, און ווינציגער ווי 20 מינוט זענען מיר שוין געשטאנען ביים טיר מיט די טו"ת זעקלעך אין די האנט..
נאכן דאווענען האב איך שנעל אפגעגעסן דעם מאלצייט, און זיך גענומען גרייטן מיט די לעצטע הכנות צום שב"ק, אויספלאנירט וויאהין צו שטעלן די מנורה אז די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן עה כ'מיין איבערקערן.. אנגעזאגט אין שטוב צוצושטעלן צוויי קוגלן און צוגאב צו די עקזעסטירענדע צוויי.. סידאך שבת חנוכה און שבת מברכים דארף מען דאך די צוויי מכבד זיין ווי עס פאסט.
ארויסגעלאפן אין גראסערי איינהאנדלן עפעס זיסווארג פאר שבת חנוכה, ארויסגענומען דעם זאגער'ל פון איר מקום קבוע הארט נעבן די מחזורים.
מ'גיימיר אין די מקוה.. סידאך נאך 2 שעה פארן זמן העטעך עס זיכער זיין ליידיג.. אבער וואס ווי ווען יואש איזעס געווען א דיזעסטער.. מ'האטצעך נישט געקענט רירען.. נאכן זיך דרייען אלע איילס ארויף און אראפ און אנערקענעדיג אז אויב כ'פלאן נאך צו האבן א פלאץ מיזעך טוען עפעס אויסערארדענטליכע שריט, האבעך נישט געהאט קיין ברירה נאר אויפגעהאנגן מיין זעקל וועש העכערן קאפ פון א אינגערמאן א בן תורה וואס האט נאך געהאלטן אינמיטן דורכפירן זיינע זאקן צווישן דעם גראבן און צווייטן פינגער אויף די פיס.. דער אינגערמאן האט ארויפגעצויגן אויפן פנים א מינע פון אומצופרידענהייט (כ'בעט אים טאקע דא איבער ברבים..), אבער וואס האבעך געקענט טוען? סידאך שפעט.. געשווינד געמאכט די מקוה אריינגעכאפט צו קויפן ביים מקוה אידל א חשוב'ן וויין לכבוד שבת, א גראבן וואקסענעם שמש (אה די גערוך, דעלישעס!)
נאך די מקוה האט מיך א חבר אנגערופן מיט א בהלה אז ער קען זיך נישט קיין עצה געבן, זיין אינגל וואס גייט דאס יאר בר מצוה האבן האט אים שיין מרמז געווען אז דאס יאר גייט ער זיך מער נישט לאזן פון פאטער צינדען די טעלזע ישיבה (איינער דענקט נאך?) קאלירטע לעכטלעך, נאר טאקע גיסן שמן זית אזש ס'זאל ברענען אכט טעג ברציפות און אז די גאנצע דיינונג רום פלאר זאל זיין גלוטשיג ווי עס העט ווען געווען א קאלטער טאג אויף די גאס ווען דר'ערד איז באפלאסטערט מיט דיקע שיכטן אייז... יעצט גיי זיי אים מסביר אז אויב ווילער זיין א 'עכטע' טאטע זאלער לאזן די מנורה אין זילבער שאפע אזוי ווי אלע טאטע'ס העטן ווען געטוען..
כ'קום צוריק אין שטוב, די זייגער ריהט נישט פאר א רגע, ס'שמייסט אריבער אויף מיין פנים, און אט פייפט דער ערשטער בעל, יעצט הייבצסעכעס הערשט אן.. מ'גרייט אן דעם בלעך, פיצט די שיך, רעכט אן דעם שבת זייגער (אוודאי! מ'דארף דאך עס ריקן אז פרייטאג נאכט זאל די דיינונג רום לעקטער ברענען לענגער סידאך פארט שבת חנוכה..) און געס וואט?! ביים צווייטן בעל בינעך געלאפן מיט איין אטעם צינדן די שיעור פארגעסענע מנורה.. קוים עספיעט צו אראפשלינגען דעם לשעם יחוד.. אנגעטוהן מיט די שטאפען היט און בעקטישע, וואכענדיגע שיך און שבת'דיגע זאקן, מאך די ברכה מיט התלהבות און מ'צינדט..
ווי נאר כ'האב געענדיגט זעה איך די גוי'טע ווי זי שטייט און באטראכט די קולות, די פייער געצינדעכץ, די אויל געגיסעכץ, די פארזאמלונג ארום דעם קוים אטעמ'דיגע טאטע, און קנאה געפילן שפראצן ארויס פון אירע אויגן, און איך טראכט צו מיר מיט שטאלץ "אשר בחר בנו מכל העמים!!!..."