געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
זונטאג דצמבר 13, 2009 1:15 am
ס'ווייסט שוין יעדער איינער פון דעם שרעקעדיגן ערב שבת חנוכה דיסארדער סינדראם אויף וואס רובא דרובא כלל ישראל ליידט.. האבעך באשלאסן אהערצושטעלן מיין סדר היום פון דעם טאג ערש"ק חנוכה (א) תש"ע למען ישמעו ויראו!
דאנערשטאג נאכט האצעך עס אנגעהויבן.. מ'האט צוגעשטעלט אלעס וואס מעגליך שוין ביינאכט, אפגעקאכט אלע מאכלים און געדעקט דעם שבת טיש, דאס גאנץ געזינדל איז געגאנגען שלאפן מיט א שיינע פאר שעה פריער, ווייל מארגן איז דער פארכטיגער יום הדין הגדול והנורא.. אלעס צו פארדאנקן דעם רשע מרושע אנטיכס ימ"ש וואס האט באשלאסן אנצוזייען כאאס אין אונזער הייליגע בית המקדש דווקא אין די ווינטער טעג, ער וואלט דאך פונקט אזוי געקענט קומען אינמיטן זומער (כ'מיין צינדן מנורה און מאכן חנוכה פארטי'ס אין די קאנטרי איז עפעס אוועקצומאכן.. וואס? יא גערעכט! בעסער אז מ'רעדט פון שמחות..) אוי איזער געווען א רשע!
פרייטאג פריה האט שוין דער וועקער זייגער מיטן בלעקבערי געקלינגן מיט א שעה פריער ווי אלע טאג.. כ'שפרינג ארויס פון בעט, רעכט אפ דעם פנים און אוודאי גרייט איך צו די מנורה, לויף און שוהל אריין כאפ א מקוה און מ'גרייט זיך צום דאווענען, אריינקומענדיג אין שוהל האט שוין משה יעקב דער ידען פעסטגעשטעלט אז דער היינטיגער שחרית האט א דין ווי די באוויסטע תפילות אויף וואס דער שטן פארלייגט זיך אז מ'זאל איר דאווענען שטייט, מנחה יו"כ, שחרית ער"פ און ער איז מוסיף דעם היינטיגן שחרית (כשר גערעכט..), אומר ועושה, ער קלאמערט זיך צו צום עמוד און פירט אויס הלכה למעשה, און ווינציגער ווי 20 מינוט זענען מיר שוין געשטאנען ביים טיר מיט די טו"ת זעקלעך אין די האנט..
נאכן דאווענען האב איך שנעל אפגעגעסן דעם מאלצייט, און זיך גענומען גרייטן מיט די לעצטע הכנות צום שב"ק, אויספלאנירט וויאהין צו שטעלן די מנורה אז די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן עה כ'מיין איבערקערן.. אנגעזאגט אין שטוב צוצושטעלן צוויי קוגלן און צוגאב צו די עקזעסטירענדע צוויי.. סידאך שבת חנוכה און שבת מברכים דארף מען דאך די צוויי מכבד זיין ווי עס פאסט.
ארויסגעלאפן אין גראסערי איינהאנדלן עפעס זיסווארג פאר שבת חנוכה, ארויסגענומען דעם זאגער'ל פון איר מקום קבוע הארט נעבן די מחזורים.
מ'גיימיר אין די מקוה.. סידאך נאך 2 שעה פארן זמן העטעך עס זיכער זיין ליידיג.. אבער וואס ווי ווען יואש איזעס געווען א דיזעסטער.. מ'האטצעך נישט געקענט רירען.. נאכן זיך דרייען אלע איילס ארויף און אראפ און אנערקענעדיג אז אויב כ'פלאן נאך צו האבן א פלאץ מיזעך טוען עפעס אויסערארדענטליכע שריט, האבעך נישט געהאט קיין ברירה נאר אויפגעהאנגן מיין זעקל וועש העכערן קאפ פון א אינגערמאן א בן תורה וואס האט נאך געהאלטן אינמיטן דורכפירן זיינע זאקן צווישן דעם גראבן און צווייטן פינגער אויף די פיס.. דער אינגערמאן האט ארויפגעצויגן אויפן פנים א מינע פון אומצופרידענהייט (כ'בעט אים טאקע דא איבער ברבים..), אבער וואס האבעך געקענט טוען? סידאך שפעט.. געשווינד געמאכט די מקוה אריינגעכאפט צו קויפן ביים מקוה אידל א חשוב'ן וויין לכבוד שבת, א גראבן וואקסענעם שמש (אה די גערוך, דעלישעס!)
נאך די מקוה האט מיך א חבר אנגערופן מיט א בהלה אז ער קען זיך נישט קיין עצה געבן, זיין אינגל וואס גייט דאס יאר בר מצוה האבן האט אים שיין מרמז געווען אז דאס יאר גייט ער זיך מער נישט לאזן פון פאטער צינדען די טעלזע ישיבה (איינער דענקט נאך?) קאלירטע לעכטלעך, נאר טאקע גיסן שמן זית אזש ס'זאל ברענען אכט טעג ברציפות און אז די גאנצע דיינונג רום פלאר זאל זיין גלוטשיג ווי עס העט ווען געווען א קאלטער טאג אויף די גאס ווען דר'ערד איז באפלאסטערט מיט דיקע שיכטן אייז... יעצט גיי זיי אים מסביר אז אויב ווילער זיין א 'עכטע' טאטע זאלער לאזן די מנורה אין זילבער שאפע אזוי ווי אלע טאטע'ס העטן ווען געטוען..
כ'קום צוריק אין שטוב, די זייגער ריהט נישט פאר א רגע, ס'שמייסט אריבער אויף מיין פנים, און אט פייפט דער ערשטער בעל, יעצט הייבצסעכעס הערשט אן.. מ'גרייט אן דעם בלעך, פיצט די שיך, רעכט אן דעם שבת זייגער (אוודאי! מ'דארף דאך עס ריקן אז פרייטאג נאכט זאל די דיינונג רום לעקטער ברענען לענגער סידאך פארט שבת חנוכה..) און געס וואט?! ביים צווייטן בעל בינעך געלאפן מיט איין אטעם צינדן די שיעור פארגעסענע מנורה.. קוים עספיעט צו אראפשלינגען דעם לשעם יחוד.. אנגעטוהן מיט די שטאפען היט און בעקטישע, וואכענדיגע שיך און שבת'דיגע זאקן, מאך די ברכה מיט התלהבות און מ'צינדט..
ווי נאר כ'האב געענדיגט זעה איך די גוי'טע ווי זי שטייט און באטראכט די קולות, די פייער געצינדעכץ, די אויל געגיסעכץ, די פארזאמלונג ארום דעם קוים אטעמ'דיגע טאטע, און קנאה געפילן שפראצן ארויס פון אירע אויגן, און איך טראכט צו מיר מיט שטאלץ "אשר בחר בנו מכל העמים!!!..."
Advertisement
זונטאג דצמבר 13, 2009 1:36 am
אשר בחר בנו מכל הבלאגס ונתן לנו ארעסטאנטישע טאגבוכער
זונטאג דצמבר 13, 2009 9:35 am
הערליכע טאג בוך, מורא'דיג גוט באשריבן! צוקער זיס..
זונטאג דצמבר 13, 2009 3:47 pm
און דאס איז שוין פון די קורצסטע פרייטאג פונעם יאר... שטעל דיך שוין פאר וויאזוי ס'גייט אויסזעהן א טאגבוך פון א א לענגערע טאג, ס'וועט דאך נעמען א יאר צו ליינען...
זייער געשמאק ארעסטאנט!
זונטאג דצמבר 13, 2009 4:10 pm
לויט מיין חשבון האסטע נאך געהאט א פאר שעה ליידיג אינמיטען, געב שנעל ארויס וואס די האסט געטוהן ! אקעי א שטיק צייט אין קרעטשמע , אין די איבריגע ?!
טאמער זאגסטע נישט אויס דאנט ווארי מ'קען פרעגען דיין שוואגער
אין נאך א קשיא פארוואס ביים עראפלאן קענסטע אנקומען די לעצטע מינוט אין דא גרייט'סטע זיך שוין פין א נאכט פארדעם, ס'קוקט אויס ווי דיין שוואגערע האט געגנב'עט דיין ניק, עפעס איז דא פישי מ'וועט מיזען אריין מישען די "קרעטשמע קריים יוניט" צי מאכען א אינוועסטיגעישען
מאנטאג דצמבר 14, 2009 2:13 pm
ארעסטאנט דעם קרעדיט פארן זיסן ארטיקל נעם איך מיר פאר מיר...., ווייל אמאל האסטו געמיינט אז דו ביסט סתם א נערוועזע איד היינט האט עס באקומען א צו נאמען "ערב שבת חנוכה דיסארדער"....
מיין סדר היום איז אזוי געוועהן,
דארנארשטאג נארמאל ווי יעדע וואך, נאר אנשטאט מיין גיין אין גראסערי ערב שבת ביי חצות, און אין בוטשער א שעה פאר חצות האב איך די ביידע ערלעדיגט דאנארשטאג 7 אזייגער אווענט,
פרייטאג ערב שבת חנוכה:
ווען עס הערשט א ריזיגע דיסארדער אויף די וועלט אזש ס'איז ממש קעטשי ווי די פלאו, האב איך מחליט געוועהן אז איך גיי קעגן שטראם,
9:00 אויפגעמאכט די אויגן, אפגעגאסן נעגל וואסער, צורעכט געמאכט אלע ענינים, און זיך געלאזט אין בית מדרש אריין,
10:00 אין בית מדרש מיט א שטארקע רואיגקייט איבער א ווארעמע קאווע געלערנט דעם היינטיגן חק,
10:30 שחרית, לאכנדיג יעדע פאר מינוט פון די געיאגטע אידן וואס ווערן געטריבן פון די הויכע דיסארדער היץ,
11:15 נאך ר"ת, איך בין נישט שולדיג איך וואלט ווען געדאוונט לענגער נאר מיין חזן האט געליטן פון היפש דיסארדער,
11:30 ארויס פון ביהמ"ד נאכן איינקויפן אביסל צוגעהערן פון מיין און פון מיינע קינדער'ס מנורה,
12:00 אנגעקומען אהיים נאכן איינקויפן אפאר ארטיקלען אין די גאס,
12:15 זיך צוגעזעצט צום קאמפיאטער ארויס פרינט אפאר קינדערישע גליונות פון מיינע קינדער,
12:45 טועמי' א טעלער טשאלנט,
1:00 זיך אראפ געזעצט אויפן קנאפע און זיך אפגערוהט לכבוד ערב שבת,
2:00 צוגערעכט די מנורה,
2:15 בערך צוגעלייגט א האנט אין די שטוב ווירטשאפט פארפאקנדיג אלעס מכל הבא ליד,
3:15 צוגעגרייט די שבת לעכט,
3:30 זיך געלאזט אין מקוה אריין, א מחי' א ליידיגע מקוה, די אידן וואס יאגן זיך מיט א ווילדן דיסארדער זענען שוין אוועק 2 שעה צוריק, יעצט זענען דא נאר די געזונטע אידן.....,
4:00 מיט די נאסע פיאות אנגעקומען אהיים צוריק, צורעכט געמאכט דעם בלעך, געמאכט די קינדער'ס פיאות, זיך אנגעטון שבת'דיג, וכו'
4:20 (בערך) געצינדן די מנורה ביי אונז האט מען געצינדן ווי שפעטער און נענטער צו די שקיעה, און דערנאך האט מיין פרוי געצינדן שבת לעכט,
און נאכן ליינען דעם גוט שבת מיטן דבר יום ביומו, און קוקן אין אפאר ספרים בין איך געגאנגען אין שול און דאך געוועהן פון די עשרה ראשונים...,
היכי תמצא, די אלע וואס האבן זיך געיאגט מיט זייער ערב שבת חנוכה דיסארדער זענען אנגעקומען סאך שפעטער אין שול ווי מיר...
מאנטאג דצמבר 14, 2009 2:40 pm
מען זעהט אז די דארפסט נישט דאווענען מנחה פאר לעכט צינדען, די וואס יא, זיי האבען דעם פראבלעם... ודו"ק
מאנטאג דצמבר 14, 2009 2:47 pm
פערצופאל האב איך געזעהן אין די תולדות פונעם ריבעטיטשער רב (בן הצבי לצדיק) אז געווענדליך ערב שבת חנוכה האט נישט געדאוונט מנחה בעפאר לעכט צינדן חוץ אזא יאר ווי היי יאר, האט ער דעם ערשטן ערב שבת חנוכה יא געדאוונט מנחה פריער, זאגנדיג אז ער וויל נישט זאגן א שמו"ע (מנחה ערב שבת) וואס מ'זאנגט נישט על הנסים בעת ווען די מנורה ברענט שוין... ודפח"ח,
.
מאנטאג דצמבר 14, 2009 3:34 pm
ארעסטאנט דעם קרעדיט פארן זיסן ארטיקל נעם איך מיר פאר מיר...., ווייל אמאל האסטו געמיינט אז דו ביסט סתם א נערוועזע איד היינט האט עס באקומען א צו נאמען "ערב שבת חנוכה דיסארדער"....
(מ'שטיינס געזאגט, איך בין נערוועז? ווארום די האסטעך עפעס א מנהג מבית אבותיך ורבותיך אז מ'צינדט ווי נענטער צו די שקיעה קומט דאך אויס אז די האסט 6 טייערע מינוטן מער פון מיר און איך בין גאר דער נערוועזער, אתמהה?!. ווען איך זאל ווען האבן אזאלכע געראטענע עלטערן ווי דיינע וואלטעך איך מיך אזוי געיאגט מיינסטו??...)
מיין סדר היום איז אזוי געוועהן,דארנארשטאג נארמאל ווי יעדע וואך, נאר אנשטאט מיין גיין אין גראסערי ערב שבת ביי חצות, און אין בוטשער א שעה פאר חצות האב איך די ביידע ערלעדיגט דאנארשטאג 7 אזייגער אווענט, (אה.. ס'האט אים אויך אנגעכאפט א שטיקל דעזיס, סוכ"ס האט דאך עפעס א מאן דהו ארויפגעברענגט דעם ארטיקל פון די טיפע קרעטשמע קעלערן דאנערשטאג נאכט.., ער איז געלאפן שאפינג דאנערשטאג נאכט, אבער נישט פארגעסן איך בין דער נערוועזער...)
פרייטאג ערב שבת חנוכה: ווען עס הערשט א ריזיגע דיסארדער אויף די וועלט אזש ס'איז ממש קעטשי ווי די פלאו, האב איך מחליט געוועהן אז איך גיי קעגן שטראם, (נישט די דיינע עלטערן מיטן ריקן דעם זמם הדלקה 6 מינוט שפעטער פונעם המון עם..)
9:00 אויפגעמאכט די אויגן, אפגעגאסן נעגל וואסער, צורעכט געמאכט אלע ענינים, און זיך געלאזט אין בית מדרש אריין. (די הערסט אויף?! צווישן אונז גערעדט קיינער הערט נישט.. ווען שטייט שאץ אויף אין א פשוטע'ר פרייטאג?.. עממ.. איך האב גארנישט געזאגט..)
10:00 אין בית מדרש מיט א שטארקע רואיגקייט איבער א ווארעמע קאווע געלערנט דעם היינטיגן חק (דא ארבעט זיך שוין שאץ איבער, ער ציהט אן אויפן געזיכט שטארקע סימנים פון רואיגקייט..)
10:30 שחרית, לאכנדיג יעדע פאר מינוט פון די געיאגטע אידן וואס ווערן געטריבן פון די הויכע דיסארדער היץ (ווילסט זיכער איך זאל דיר ענטפערן, הא? האלט איך נישט דערביי..)
11:15 נאך ר"ת, איך בין נישט שולדיג איך וואלט ווען געדאוונט לענגער נאר מיין חזן האט געליטן פון היפש דיסארדער (דאס דאווענען לענגער אין דעם קורצן פרייטאג האט אויך צוטאן מיט דיין "שטארקע רואיגקייט" איא?)
11:30 ארויס פון ביהמ"ד נאכן איינקויפן אביסל צוגעהערן פון מיין און פון מיינע קינדער'ס מנורה (נו נו.. ער דערמאנט זיך אז סי חנוכה אויף דער וועלט..)
12:00 אנגעקומען אהיים נאכן איינקויפן אפאר ארטיקלען אין די גאס,
12:15 זיך צוגעזעצט צום קאמפיאטער ארויס פרינט אפאר קינדערישע גליונות פון מיינע קינדער (ואם אין מתה אנכי האט רחל אמינו געזאגט.. דארפסט נישט אלעס אנלייגן אויף די קינדער.. מעגסט זאגן אז די האסט געליינט קרעטשמע, איך מיט מיין סינדראם בינעך פארט געזעצן אין קרעטשמע פרייטאג..)
12:45 טועמי' א טעלער טשאלנט,
1:00 זיך אראפ געזעצט אויפן קנאפע און זיך אפגערוהט לכבוד ערב שבת, (סאם גאטס.. האסטע געהערט אזאנס, געוואלד פון ווי נעמט מען די צייט דערצו???)
2:00 צוגערעכט די מנורה, ( עה ער ליידט נישט..)
2:15 בערך צוגעלייגט א האנט אין די שטוב ווירטשאפט פארפאקנדיג אלעס מכל הבא ליד, (דער בערך גייט אויף ארויף צו אויף אראפ?..)
3:15 צוגעגרייט די שבת לעכט,
3:30 זיך געלאזט אין מקוה אריין, א מחי' א ליידיגע מקוה, די אידן וואס יאגן זיך מיט א ווילדן דיסארדער זענען שוין אוועק 2 שעה צוריק, יעצט זענען דא נאר די געזונטע אידן... (ב"ה אשר לא הסיר חסדו מאתי.. גאנץ כלל ישראל יאגט זיך צו, און ער פעניעט עד כלות אין די מקוה..)
4:00 מיט די נאסע פיאות אנגעקומען אהיים צוריק, צורעכט געמאכט דעם בלעך, געמאכט די קינדער'ס פיאות, זיך אנגעטון שבת'דיג, וכו'
4:20 (בערך) געצינדן די מנורה ביי אונז האט מען געצינדן ווי שפעטער און נענטער צו די שקיעה, און דערנאך האט מיין פרוי געצינדן שבת לעכט,און נאכן ליינען דעם גוט שבת מיטן דבר יום ביומו, און קוקן אין אפאר ספרים בין איך געגאנגען אין שול און דאך געוועהן פון די עשרה ראשונים...,
היכי תמצא, די אלע וואס האבן זיך געיאגט מיט זייער ערב שבת חנוכה דיסארדער זענען אנגעקומען סאך שפעטער אין שול ווי מיר... (שקר! איך בין שוין געווען 15 מינוט נאכן זמן אין שוהל..)
אגב: היינט האט מיר איינער צוגעוויזן אז ביז 17 יאר וועט מערצעשם נישט זיין נאכאמאל 2 שבתים חנוכה אזוי אז איך האב שטארק אפגעאטעמט אז איך וועל דאס נישט דארפן נאכאמאל מיטמאכן אזוי שנעל... (העי! דער פאיער רב זאל זיך מוען אין לעכטיגן האט אויך געוויסט סארא אפקומעניש דאס איז.. האטער אזוי אויסגעשטעלט דעם לוח..)
מאנטאג דצמבר 14, 2009 11:10 pm
גוט גוט גוט!!!!!!
א פיין שטיקל ארבעט.....
איך וועל זיין א מודה בקנס, ס'איז אמת אז יעדן פרייטאג קום איך אן אין בית מדרש......, און סתם א טאג דאוון איך...........,
שוין הער אויס האמיר דאך געשמועסט אז ס'איז אנשטעקיג......
דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 10:29 pm
ארי, יישר כחכם פארן טאג בוך, כאבעס הערשט יעצט געליינט און הערשט יעצט הנאה געהאט, ממילא האבעך מיך הערשט יעצט באדאנקט.
דינסטאג נובמבר 30, 2010 9:52 am
דער איז שוין גארנישט קיין ארעסטאנט, ער לעבט און לאכט!
וואס זאלעך זאגן?
ס'איז הערליך!
און דער שאצער רבי מיט זיין רואיגקייט,
איך גלייב דיר נאכנישט אינגאנצן מיט דיין סדר היום
דינסטאג נובמבר 30, 2010 10:46 am
פונקליך, שכח פאר ארויפברענגען.
איך טראכט צו מיר, ווען האט ארעסטאנט געשריבן ס'ארטיקל אז איך זאל נישט האבן קיין צייט צו ליינען? ס'מוז זיין ערב שבת חנוכה...
זייער גוט אראפגעלייגט, אבער די ענטפער פאר ש"ץ איז נאך בעסער... (פאר די וואס ווייסן...)
פרייטאג דצמבר 23, 2011 3:07 pm
ארויף לכבוד היי יאר תשע"ב
מאנטאג דצמבר 03, 2012 1:40 pm
ארויף לכבוד היי יאר תשע"ג
מיטוואך דצמבר 17, 2014 8:42 pm
ארויף לכבוד היי יאר תשע"ה.
מיטוואך דצמבר 17, 2014 9:01 pm
כמיין מ'זאל מיר נאכאמאל צוזאמברענגן שאץ מאץ מיטן ארעסטאנט
סוועט זיין דא פרייליך