היימישע קרעטשמע = לעקסיקאן
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 31, 2006 11:45 am
ווי באקאנט, אפי' אין לענדער ווי דער גאנצער לאנד רעדט איין איינזאמע שפראך, ס'הייסט דער גאנצער פאלק רעדט די זעלבע שפראך, זענען אבער פארהאן סאציאלע שינויים אינעם שפראך זעלבסט, געוואנדן לויט די געזעלשאפטן, געגנטער און גרופעס. די שינויים וועלן זיך ארויסהייבן און אנגעזעהן ווערן; הן אין אקצענט; הן אין אויסדריקן; הן אין גענצליך ניי-געשאפענע ווערטער און אויסדריקן; און צומאל אפי' אלטע ווערטער וועלכע קריגן גאר א ניי משמעות. אלעס געוואנדן לפי המקום והזמן. ווערטער ווערן באנוצט און צוגעשטעלט לויט די געשפרעך פון אירע גזעלשטאפטליכער באנוצער.
גארנישט אנדערשט איז אונזער אזוי גערופענע מאמע-לשון ווי עס איז - דער "אידיש". די אידישע אויסדריקן, אידישע ווערטער, ווערטלעך, א.ד.ג., ווערן פול מאל געשאפן, צוגעשטעלט אדער געביטן, לויטן געשמאק פון די סאציאלע געזעלשאפטן א.ד.ג.. געוויסע אידישע ווערטער טראגן אין זיך דעם בלויזן חן און אויסדריק, נאר פאר די-און-די געוויסע גרופע, און אז עס וועט זיך טרעפן אז א אידיש רעדנדער זאל ארייוואנדערן צווישן די גרופע, וועט ער נישט פארשטיין און קיין אנונג האבן דער עומק המכוון פון דעם ווארט, און צומאל זיך אפי' וואונדערן צו דער שפראך, וואס זיי מישן, איז טאקע דער זעלבער אידישער שפראך צו וואס ער איז געוואוינט דערצו.
אויב איז דאס געזאגט געווארן אין אלגעמיין, איז דאך דאס א מכל'שכנ'דיגער זאך אז דאס איז אזוי ביי אן אינטערוועלט טשאט פורום בכלל, און ביי אונזער פורום "היימישע קרעטשמע" בפרט. עס זענען שוין היינט פארהאן באשרייבונגען איבער די ניי-ערפינדענע ווערטער, וועלכע זענען געשאפן געווארן און ווערן אממיינסטנס באנוצט בלויז אינעם אינטערוועלט געזעלשאפט שפראך. א באזונדערע אויפלאגע צו די לעקסיקאנען, וואלט געדארפט צוגעשטעלט ווערן אין יעדן שפראך באזונדער, איבער די סארט ווערטער וועלכע זענען געשאפן געווארן בלויז אינעם אינטערוועלטישן געזעלשאפט.
אז א פרעמעדער וואנדערער אדער א גאסט, איבערהויפט די ניי געסט וועלכע גערן זיך זי באזעצן ווי איינער צווישן אונז, זאל אמאל אריינוואנדערן אין אונזער זיסע אזוי באליבטע קרעמעל, וועלן זיי דאך קיין אנונג נישט האבן וואס-אלס די אלע אויסדריקן, ווערטלעך אדער ווערטער באדייטן, שלאגן מיט זיך פאר. און אפי' ער וועט שוין יא וויסן, וועט ער דאך אבער מער-ווייניגער נישט פארשטיין וואס עפעס דער ווארט, אדער אויסדרוק, האט קובע מקום געווען פונקט דא אין דעם פאראגראף אדער זאץ. אט נעמט א משל, דאס ווארט "וועא"מ", וועלכע איז כמעט ווי א ריין-קרעטשמע ווארט אויסדריק, וואס אפי', לו יצוייר, א פרעמעדער וואנדערער וועט באלד כאפן און זיך אליין זיך פארעפענען דעם ראשי תיבות, וועט אבער בשום אופן נישט פארשטיין ווי אין דער וועלט ס'פאסט אריין דאס ווארט, דער ניי-געשאפענער אויסדריק; ווען לייגט מען אריין דעם אזויגערופענעם דזשאוק? וואו רינגעלט מען אים? ווי נישט?. הקיצור: וואס זענען די כללי הכתיבה איבער דער ווארט?
הגם, איבער דער ספעסיפישער אויסדריק האט זיך שוין אונזער געעהרטער ראש הקהל, מר. גרויזאמער יר"ה, געמיעט. ער האט, ווי באקאנט, דאס גענומען אין דער האנט אריין און דאס ברייט באהאנדלט (וואס איז, אגב, דאס דער איינציגסטער באשרייבונג פונעם ראה"ק זינט ער האט אריינגעטרעטן אין זיין אמט...), אינאיינעם מיטן גרויסן פראפעסער און יידישער שריפטשטעלער, דענקער און פארשער, מר. הירשע דאוועד קאטץ, אבער מיר צילן דאך נישט בדוקא צו דעם ווארט, מיר צילן אין כלליות.
איז אלזא וואס איז די עצה?, א גאנצע עצה האב איך אויך נישט! און דאס וועל איך איבערלאזן פאר די הויכשטודירטע לינגוויסטן, וועלכע גיבן זיך אפ מיט שפראך. אבער וואס א שטיקל עצה איך האב יא, איז צום אלעם ערשט עפענען אזא שטיקל – "קרעטשמע לעקסיקאן", וואס דאס זאל כאשט אזויפיל צופרידן שטעלן די וואנדערערס, אז זיי זאלן קענען פארשטיין אין מיטהאלטן דעם בראשית, דעם אל"ף, פון אונזערע שענקער'ס אין קרעטשמער'ס.
====
וועא"מ = וואט עווער איט מינס. עס איז אזא קרעטשמערישע אויסדריק, וועלכע קומט אריינגעפלאכטן נאך א ווארט, אדער אויסדריק, וואס מען ווייסט נישט ריכטיג, אדער מען ווייסט נאר בערך, די כוונה דערפון; צומאל געצילט צו די ליינער'ס און צומאל צום כותב זעלבסט.
טיש = אשכול
ראש הקהל = דער ניק "גרויזאמער". (ס'קומט פאר האלב-יעריגע וואלן איבער דעם כינוי)
סעקרעטאר = דער ניק "איך הער"
דאייען = דער ניק התאחדות
קהל'ס אפיס = די פארמאכטע אשכול, צו וועלכע נאר די מנהלים האבן צוטריט.
ביינינז = ביי אונז
ווער עס דערמאנט זיך, קרעטשמערישע אויסדריקן אדער געשפרעכאכצער, וואס קענען זיך שווער אנהערן פאר געסט אדער פרישע תושבים, ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.
דאנקע
(אלטער דאייען = זארעכפעפער.
הי... הי... זיסע דזשאוק... כאב פשוט געוואלט פארלויפן דעם וועג, פאר דעם צוקונפטיגן מגיב...)