בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 10:11 am
דורך ווינקל
א וויכטיגע זאך דער אשכול.

אשכול= א שמועס פון פארשידענס מענין לענין שלא באותו מנין.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 10:29 am
דורך שאינו יודע
טישו ווערט געניצט אממערסטענס ווען מען וויל זאגן צוריקגיין צו א אישו, ווערט עס אנגערופן "טישו" די מקור איז נישט קלאר מאנכע זאגן אז עס האט זיך אנגעהויבן ווען איין ניק האט נישט געהאט דעם "א" קנעפל אויפן קיבאורד האט ער געניצט דעם שכן קנעפל דעם "ט" ווידער איז דא א יש אומרים אז עס איז צוליב לשון נופל על לשון, על כל פנים דארף מען נישט מאכן א אישו פון א טישו.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 10:53 am
דורך מכטי1
שכוח ים רויבער, אבער כ'מיין אז ס'איז דא אסאך נייע וואס געדענקען נישט די אלטע אשכולות און ס'איז גוט זיך אויפצופרישען, כ'האב טאקע הנאב פון דיין לינק...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 11:45 am
דורך קרעמער
פרינטער פרינט = דער ארטיקל איז צו לאנג / איך האב נישט די צייט יעצט דאס צו ליינען, מען פרינט עס ארויס אויף צו ליינען לעת מצוא

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 4:59 pm
דורך ווינקל
וכמו כן איז "פפפ".

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 5:40 pm
דורך jkup50
שאינו יודע האט געשריבן:עטליכע ניצבארע ווערטער אייוועלטיש דיקשאנערי פאר די וועלכע זענען נאך ניי אין אונזער וועלט.


ניק - א ניק איז א מענטש וואס צוליב פארשידענע קאמפלעקסן און סטיגמאס רופט ער זיך אויף א געוויסע נאמען וואס ער האלט אז די עולם ווייסט נישט ווער ער איז.

מנהלים - מנהלים זענען א מיסטריעזע גרופע (מעגליך גאר אז איינער) מענטש/ מענטשן וועלכע האבן גרויסע מעקערס און ברצונם מוחק ברצונם כותב, זיי האקן און מעקן אויף אלע זייטן.

דאפעלטע ניק - מיינט א ניק (וואו אויבן ערקלערט) וועלכע האט גערעדט צופיל שטותים אויף זיין ערשטע ניק.

נא-דיר-א-גרינע - יאאאא זאגסטו גיט.

אריין אין פארברענגען.. - פטפוטי מילי בעלמא.

נעוואדע - במקום נו-אוודאי.

מערצעשעם - במקום אם ירצה השם.

נא גילוי - דאס שרייבט איינער וואס האלט אז זיין אינדענטיטעט האלט ביים ווערן אויפגעדעקט, און מיט גרויס אויפברויז שרייט ער, האלא, איך ווארן דיך!!!


נא אפשר גייסטו ארבייטן.... אוי איינער שרייט דארט איך דארף מסיים זיין ועוד חזון למועד

וואס מיינט דאס?