היימישע קרעטשמע = לעקסיקאן

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

היימישע קרעטשמע = לעקסיקאן

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג דעצמבער 31, 2006 11:45 am

ווי באקאנט, אפי' אין לענדער ווי דער גאנצער לאנד רעדט איין איינזאמע שפראך, ס'הייסט דער גאנצער פאלק רעדט די זעלבע שפראך, זענען אבער פארהאן סאציאלע שינויים אינעם שפראך זעלבסט, געוואנדן לויט די געזעלשאפטן, געגנטער און גרופעס. די שינויים וועלן זיך ארויסהייבן און אנגעזעהן ווערן; הן אין אקצענט; הן אין אויסדריקן; הן אין גענצליך ניי-געשאפענע ווערטער און אויסדריקן; און צומאל אפי' אלטע ווערטער וועלכע קריגן גאר א ניי משמעות. אלעס געוואנדן לפי המקום והזמן. ווערטער ווערן באנוצט און צוגעשטעלט לויט די געשפרעך פון אירע גזעלשטאפטליכער באנוצער.

גארנישט אנדערשט איז אונזער אזוי גערופענע מאמע-לשון ווי עס איז - דער "אידיש". די אידישע אויסדריקן, אידישע ווערטער, ווערטלעך, א.ד.ג., ווערן פול מאל געשאפן, צוגעשטעלט אדער געביטן, לויטן געשמאק פון די סאציאלע געזעלשאפטן א.ד.ג.. געוויסע אידישע ווערטער טראגן אין זיך דעם בלויזן חן און אויסדריק, נאר פאר די-און-די געוויסע גרופע, און אז עס וועט זיך טרעפן אז א אידיש רעדנדער זאל ארייוואנדערן צווישן די גרופע, וועט ער נישט פארשטיין און קיין אנונג האבן דער עומק המכוון פון דעם ווארט, און צומאל זיך אפי' וואונדערן צו דער שפראך, וואס זיי מישן, איז טאקע דער זעלבער אידישער שפראך צו וואס ער איז געוואוינט דערצו.

אויב איז דאס געזאגט געווארן אין אלגעמיין, איז דאך דאס א מכל'שכנ'דיגער זאך אז דאס איז אזוי ביי אן אינטערוועלט טשאט פורום בכלל, און ביי אונזער פורום "היימישע קרעטשמע" בפרט. עס זענען שוין היינט פארהאן באשרייבונגען איבער די ניי-ערפינדענע ווערטער, וועלכע זענען געשאפן געווארן און ווערן אממיינסטנס באנוצט בלויז אינעם אינטערוועלט געזעלשאפט שפראך. א באזונדערע אויפלאגע צו די לעקסיקאנען, וואלט געדארפט צוגעשטעלט ווערן אין יעדן שפראך באזונדער, איבער די סארט ווערטער וועלכע זענען געשאפן געווארן בלויז אינעם אינטערוועלטישן געזעלשאפט.

אז א פרעמעדער וואנדערער אדער א גאסט, איבערהויפט די ניי געסט וועלכע גערן זיך זי באזעצן ווי איינער צווישן אונז, זאל אמאל אריינוואנדערן אין אונזער זיסע אזוי באליבטע קרעמעל, וועלן זיי דאך קיין אנונג נישט האבן וואס-אלס די אלע אויסדריקן, ווערטלעך אדער ווערטער באדייטן, שלאגן מיט זיך פאר. און אפי' ער וועט שוין יא וויסן, וועט ער דאך אבער מער-ווייניגער נישט פארשטיין וואס עפעס דער ווארט, אדער אויסדרוק, האט קובע מקום געווען פונקט דא אין דעם פאראגראף אדער זאץ. אט נעמט א משל, דאס ווארט "וועא"מ", וועלכע איז כמעט ווי א ריין-קרעטשמע ווארט אויסדריק, וואס אפי', לו יצוייר, א פרעמעדער וואנדערער וועט באלד כאפן און זיך אליין זיך פארעפענען דעם ראשי תיבות, וועט אבער בשום אופן נישט פארשטיין ווי אין דער וועלט ס'פאסט אריין דאס ווארט, דער ניי-געשאפענער אויסדריק; ווען לייגט מען אריין דעם אזויגערופענעם דזשאוק? וואו רינגעלט מען אים? ווי נישט?. הקיצור: וואס זענען די כללי הכתיבה איבער דער ווארט?

הגם, איבער דער ספעסיפישער אויסדריק האט זיך שוין אונזער געעהרטער ראש הקהל, מר. גרויזאמער יר"ה, געמיעט. ער האט, ווי באקאנט, דאס גענומען אין דער האנט אריין און דאס ברייט באהאנדלט (וואס איז, אגב, דאס דער איינציגסטער באשרייבונג פונעם ראה"ק זינט ער האט אריינגעטרעטן אין זיין אמט...), אינאיינעם מיטן גרויסן פראפעסער און יידישער שריפטשטעלער, דענקער און פארשער, מר. הירשע דאוועד קאטץ, אבער מיר צילן דאך נישט בדוקא צו דעם ווארט, מיר צילן אין כלליות.

איז אלזא וואס איז די עצה?, א גאנצע עצה האב איך אויך נישט! און דאס וועל איך איבערלאזן פאר די הויכשטודירטע לינגוויסטן, וועלכע גיבן זיך אפ מיט שפראך. אבער וואס א שטיקל עצה איך האב יא, איז צום אלעם ערשט עפענען אזא שטיקל – "קרעטשמע לעקסיקאן", וואס דאס זאל כאשט אזויפיל צופרידן שטעלן די וואנדערערס, אז זיי זאלן קענען פארשטיין אין מיטהאלטן דעם בראשית, דעם אל"ף, פון אונזערע שענקער'ס אין קרעטשמער'ס.

====
וועא"מ = וואט עווער איט מינס. עס איז אזא קרעטשמערישע אויסדריק, וועלכע קומט אריינגעפלאכטן נאך א ווארט, אדער אויסדריק, וואס מען ווייסט נישט ריכטיג, אדער מען ווייסט נאר בערך, די כוונה דערפון; צומאל געצילט צו די ליינער'ס און צומאל צום כותב זעלבסט.

טיש = אשכול

ראש הקהל = דער ניק "גרויזאמער". (ס'קומט פאר האלב-יעריגע וואלן איבער דעם כינוי)

סעקרעטאר = דער ניק "איך הער"

דאייען = דער ניק התאחדות

קהל'ס אפיס = די פארמאכטע אשכול, צו וועלכע נאר די מנהלים האבן צוטריט.

ביינינז = ביי אונז

ווער עס דערמאנט זיך, קרעטשמערישע אויסדריקן אדער געשפרעכאכצער, וואס קענען זיך שווער אנהערן פאר געסט אדער פרישע תושבים, ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.
דאנקע

(אלטער דאייען = זארעכפעפער.
הי... הי... זיסע דזשאוק... כאב פשוט געוואלט פארלויפן דעם וועג, פאר דעם צוקונפטיגן מגיב...)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 31, 2006 12:03 pm

איך האב נאכנישט עספיהט צו ליינען דעם גאנצן אשכול, אבער אינעם ערשטן שורה, אנשטאט "איינזאם" קומט "געמיינזאם".

ועוד הערות יבואו אי"ה.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

Re: היימישע קרעטשמע = לעקסיקאן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג דעצמבער 31, 2006 12:16 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:הגם, איבער דער ספעסיפישער אויסדריק האט זיך שוין אונזער געעהרטער ראש הקהל, מר. גרויזאמער יר"ה, געמיעט. ער האט, ווי באקאנט, דאס גענומען אין דער האנט אריין און דאס ברייט באהאנדלט (וואס איז, אגב, דאס דער איינציגסטער באשרייבונג פונעם ראה"ק זינט ער האט אריינגעטרעטן אין זיין אמט...).


לויט ווי איך געדענק האב איך עס נאך געשריבן בעפאר איך בין געווארן "געעהרטער ראש הקהל". (דאס שרייב איך כדי מען זאל קענען שרייבן אויפן מציבה "מודה על האמת").

שטייסט?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 31, 2006 2:16 pm

זארעכפעפער כתב:
"גזעלשטאפטליכער"

וויפיל גרייזן זעט איר אין דעם איינעם ווארט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 31, 2006 2:30 pm

איך וועל צולייגן איין אויסדרוק צום קרעטשמע לעקסיקאן:

מ.ב. = מיין באליבטער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 08, 2007 11:16 pm

ראשי תיבות תפילין = ר"ת תפילין (רבינו תם)

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג ינואר 09, 2007 9:40 am

קרעמער,

דערמאנסט מיך פון דיין ארטיקל אין אלט שטאט,

כ'טראכט אז אפשר זאל מען צולייגען אזא לינק אויבן נעבן התחבר, פרופיל, חיפוש, וכו', וואס זאל הייסן גלאסערי, א וואו מען וועט אריין לייגען די אלע ווערטער וואס ווערן גענוצט דא, אזוי אז ווען א נייער שטויסט זיך אן אין א -פאר אים- פרעמדע ווארט צו אויסדריק, זאל ער קענען גלייך אויס געפינען דאס באדייט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג ינואר 09, 2007 9:46 am

וואג"ב;

וויאזוי איר גלייכט בעסער.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 3:17 pm

נגא"ר;

נאמען געהיט אין רעדאקציע

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 3:23 pm

יהווצ"ט:
יאנאש האט וואס צו טון...
An article a day keeps the babies away

שטאטס נער
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2007 3:22 pm

תגובהדורך שטאטס נער » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 3:25 pm

מאשקע

חחחחח גיט

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג יוני 07, 2007 11:35 am

נמ"ג = נישט מער געדאכט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 12:46 am

זז"ג = זאל זיין געזונט

זזגא"ש = זאל זיין געזונט און שטארק

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 1:14 pm

פלא, דא האט נאך זארעכפעפער אזוי קלאר פארשטאנען און ארויסגעהאט די נארמאליטעט, פון האבן וואלן איעדע 6 מאנאט, פארן זכי' צו טראגן דעם כינוי "ראש הקהל"

ס'מוז דאך נישט זיין דוקא ווערטער פון ראשי תיבות, קען מען דאך אויב אזוי צולייגן נאך.

מייסד הקרעטשמע = דער וואונדערליכער מח-ולב קאמבינאציע, וואס באהאלט זיך אונטער א ניק "קרעמער".
אלט-שטאט = די ארגינעלע פורום פון היימישע קרעטשמע, אויף הייד פארק, וואס איז די אפיציעלע פורום וואו די קרעטשמע אונזערע האט זיך געגרינדעט, און איז יעצט ווי א מדבר שממה בלי יושב.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 1:23 pm

היכלא, אגב עננתא לא דקת...

וואס האב איך דען געשריבן דארט, אז אין פאקט קומט פאר וואלן יעדע זעקס מאנאטן. דאס איז א פאקט אין מציאות אשר לא יוכל לזוזה.

כ'מיין, כ'בין דאך דא מסביר לדורות הבאים אחרינו, אז והי' אם המצא תמצא אפי' מאה פעמים ביום מן הימים, זיי וועלן אריינוואנדערן אין דער קרעטשמע, און זיך וועלן אביסל מעמיק זיין אין די יסודי תיבות, שרשי תיבות און ראשי תיבות פון די קרעטשמעס לעקסיקאן, זאלן זיי למען הקרעטשמע האבן פאר די אויגן א פונקטליכער באריכט און א קלארער אנווייזונג.

די פלא איז נישט זוי גרויס ווי דו שטעלסט עס פאר...

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 1:29 pm

פעפער, ואגב עננתיא לא דקדקת...

הלמאי? וואו איז דאס געהערט געווארן, זארעכפעפער זאל טרוקן באריכטן פאקטן, און ניטאמאל שרייבן א ברעקל מחאה, הערה בעלמא, אז דאס איז ניט אזעי פאשעט כלשונו הזהב, ס'זאל זיך ח"ו קיינמאל נישט דאכטן בא' מן הימין בדורות הבאים עלינו לטובה ולא לרעה, אז זארעכ איז אויך פארכאפט געווארן מיט די כאפטע שפעטערס וואס פעלשן דעם אויסדרוק "וואלן" און נוצן דאס אויף אזעלכע אומדערהערטע סיטואציעס..... הישמע כזאת????? הי' לא סעיע...

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 1:36 pm

יא, אבער געוואלד און געשוויגן. ובחדא מחתא להחטיא המטרה.

איז דאס דען דא א קרעטשמערישע 'ענציקלאפעדיע' וואס מען דארף אראפגעבן אינפארמאציע? ס'דאך בלויז א פעפער טרוקן שטיקל עברי-באבע-טיישט פאר די ווערטער וועלכע מ'לערנט אין קרעטשמע. יא, די מפרשים זענען דאס שוין מסביר און זענען פארנומען דערמיט, אבער אין א ווערטער-בוך קומט דאס נישט.

נו, צוריק צום לעקסיקאן...

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 1:46 pm

מ'עט מוזן זאגן אז זארעכ איז גערעכט, און די חמשה לשונות של וואלקענעס זענען שולדיג.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » מאנטאג נובעמבער 26, 2007 3:50 pm

חחחחחחחח = א קורצער שארטקאט אויף א לאנגע אויסדריק פון הנאה אויף א תגובה/ות, ווצב"ש די לעצטערע פאר תגובות פון די תרי שרפרי דהיכלא.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מאי 06, 2009 4:46 pm

:wink: לא"ה ?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 06, 2009 4:50 pm

לאך אויס הויעך

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מאי 07, 2009 11:19 am

קרעדיט: לעווי.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג מאי 12, 2009 11:24 am

TY"M
Thank You Miller :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

שמויגער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 8:15 pm

תגובהדורך שמויגער » מאנטאג אוקטובער 04, 2010 9:56 pm

פארוואס האט קיינער נישט געלייגט וואס סמיינט
קנ"א קרעמער נייעס אגענטור
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

אייוועלט דיקשאנערי

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מאי 01, 2012 11:06 am

עטליכע ניצבארע ווערטער אייוועלטיש דיקשאנערי פאר די וועלכע זענען נאך ניי אין אונזער וועלט.


ניק - א ניק איז א מענטש וואס צוליב פארשידענע קאמפלעקסן און סטיגמאס רופט ער זיך אויף א געוויסע נאמען וואס ער האלט אז די עולם ווייסט נישט ווער ער איז.

מנהלים - מנהלים זענען א מיסטריעזע גרופע (מעגליך גאר אז איינער) מענטש/ מענטשן וועלכע האבן גרויסע מעקערס און ברצונם מוחק ברצונם כותב, זיי האקן און מעקן אויף אלע זייטן.

דאפעלטע ניק - מיינט א ניק (וואו אויבן ערקלערט) וועלכע האט גערעדט צופיל שטותים אויף זיין ערשטע ניק.

נא-דיר-א-גרינע - יאאאא זאגסטו גיט.

אריין אין פארברענגען.. - פטפוטי מילי בעלמא.

נעוואדע - במקום נו-אוודאי.

מערצעשעם - במקום אם ירצה השם.

נא גילוי - דאס שרייבט איינער וואס האלט אז זיין אינדענטיטעט האלט ביים ווערן אויפגעדעקט, און מיט גרויס אויפברויז שרייט ער, האלא, איך ווארן דיך!!!


נא אפשר גייסטו ארבייטן.... אוי איינער שרייט דארט איך דארף מסיים זיין ועוד חזון למועד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט