פאנגעס אויף נעגל? לייגט ארעגענאו!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאטראצן קלאפער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:50 am

תגובהדורך מאטראצן קלאפער » מיטוואך אוגוסט 31, 2011 8:12 am

משיח האט געשריבן:מענין לענין

מיין באבע זז"ג זאגט אלס בנוגע קראצן די פיס:
די הנאה וואונטש איך פאר אלע מיינע פריינט, און די נאכווייען פאר אלע מיינע פיינט!
אבער אזוי האבן מיר געזען ביי אונזערע עלטערין, אז יעדע נאכט קראצט מען און מען רייסט אפ אלע פסולות... ואם אינם נביאים הם, בני נביאים הם...

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך אוגוסט 31, 2011 10:36 am

ווען איך קום אריין אין מקווה זעה איך אים דארט . ווען איך קום אן צום בור שטייט ער נאכאלס דארט. און ווען איך וויש פלינק אראפ די ווייסער פון פני ידי ורגלי, נאכן ארויסקומען פון לאך, שטייט ער נאכאלס דארט...
ווער איז דאס? פארוואס? אה..הערט אויס וועל איך אייך זאגן...

דער איז שטייט שטענדיג ביי די טרעפן פונעם מקווה גרוב, און קראצט איבערמידליך אריין זיינע פאנגעדיגע פיס אין די שטיינערנע טרעפן, וואס פירן אראפ צום געדעכטן פישזאפט געמויזל...ער שוויצט ממש פאר אנשטרענגונג...ער קראצט א מינוט, און נאכדעם שטעלט ער זיך אפ א מינוט..ער ווארט ...זעהט אויס, כדי אז די קראץ. זאל זיך איינעסן אין די אפגעשיילטע פיס זיינעם ...און די ווייטאגליכע נאך טעם זאל זיך אביסעלע בארוהיגן...

זיין נאמען איז מעכל פיסשמעקער, אייביג קראצט ער זיך..נאך אין קעמפ אלס קינד, פלעגט ער אלס אנשטינקען די באנק, מיט זיינע פארפאנגטע פיס..די חברים פלעגן זיך מחיה זיין זיך איינצוזאמלען אלע מיט די פענס אין די הענט, און אים אריינבלאזן אין פנים...זיי פלעגן הויעך שרייען...חזיר! חזיר! חזיר! הער דיך שוין אויף צו קראצן....

ליפא'לע האט געזאגט אז זיין טאטע האט אויך א אומווערדיגע פאנגעס פראבלעם....און זיי האבן א אויספרובירטע מיטל, פארשריבן דורך זייער היים גויטע, א הויכע שפריצער מיט ווייסע פאדער..מ'עפנט אויף דעם זאק ברייט...און היידא מ'גיסט אריין...ביז א קארגע וואך האט מען גלאטע הויט ווי א בעיבי..זאלסטו אפ' טרייען צו קיצלען מיט 17 ציצית...אדער גיין מיט באצעס אין שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג....!! און ס'העט נאכאלץ נישט קראצן ...סאו ליפא'לע האט זיך געבעטן פון מעכל מיט א גלאנציגע טרער אין די אויגן..

פליז קאל דיין מאמע און זאג איר זי זאל עס קויפן!!! כ'געדענק שוין נישט די נאמען...אבער ס'איז א געלע באטל, און ס'האט א פיקטשער פון א פיס, מיט א רויעך ארום...עפעס אזוי...עניוועי..ס'א מעכטיגע ספרעי...

און נישט קיין ווינדער פ"וו ליפא'לע איז געווען אזוי אויסן אז "פיס שמעקער" זאל זיך אזאנס איינהאנדלען, ווייל ער איז געשלאפן אין איין באנק בעט מיט פיס' וגומ'....און בעצם הלילה פלעגט זיין זיסע שלאף צושטערט ווערן פון מעכל'ס אבנאטירליכע פיס-פליקערייען...מעכל האט זיך געהויבן ווי א ספוטניק, קודם פלעגט ער אריינקראצן איין פיס אין צוייטן, ווייל מיט די הענט האט ער מורא געהאט, אז זיי וועלן גיין צו שארף , און גלייך ספויעלן די פיס...ער האט נישט געוואלט אז די הויט זאל זיך תיכף אויפרייסן ....ער האט עס קודם געוואלט אינדזשויען....כאטש ער האט געוויסט אז ס'גייט עווענטועל געשעהן.

ער האט ווי נישט ווי געהאפט אז זיי וועלן זיך נישט צובליטיגן ...וואס טוה איך סך הכול?? כ'רייב סלאולי אריין די פערשט פון די לינקע פיס , אריין אין די רעכטע פלאך...סאו לכאורה גייט גארנישט געשעהן פאטאל...פיין !! ריכטיג אז ס'וועט צוביסלעך שטערקער און שטערקער. אבער כ'ווייס ווען צו סטאפן....איך האב די קוראזש צו זאגן 'ניין'..ווען כ'וויל...נאר יעצט וויל איך נאך נישט ....

אלזא די ערשטע פאר מינוט איז נאך דאס גענוג געווען ...מיט א וויילע שפעטער האט ער אבער געפילט אזא דראנג אים אריינצוקראצן אין זיידן תרח אריין!! ווייל ס'האט אזוי געביסן און געקיצלט...אז ער האט אריינגעשייערט די פיס אין די מאטראץ, דערנאך אין די אייזערנע פרעים ארום די בעט...ווען דאס איז שוין אויך נישט געווען גענוג, זיך גענימען צו די אפענע שאפע-טיר וואס איז סטאנציאנירט געווען נעבן די בעט...

און ליפא'לע ליגט זיך נעבעך אונטן ....און קען נישט פארמאכן א אויג...ער איז וואך ווי פורים נאכמיטאג..און די שארפע גרוך פון אויבן שניידט אים אריין אין די נאז לעכער....אזא ריח...קען דאך אפ' א פארחלשט'ן יו"כ נאכמיטאג דערמונטערן....די אלטע בעט נאך פון די מלחמה יארן, האט געקריצעט און געריזשעט.....געפיפן און געסקריפעט.....ס'האט אויסגעזעהן ווי ס'גייט זיך אין ליאדע מאמענט צוזאמלייגן ווי א הויפ'ן קארטן...

פון די דערנעבנדיגע בעטן האבן זיך שוין נאך אפאר קעפ אנגעהויבן ארויסשטעקן....און שישקעראציעס האט פון דא און דארט....מתחיל געווען צו פארנעמען דעם חלל...ס'האט אויסגעקוקט ווי נאך א מינוט און ס'וועט ווערן דא הויעך יו"ט...

מעכל האט נאר געוואלט צוענדיג...ווייל דא איז געווען די קלימאקס....נאך איינס ...און נאך איינס ....און יעצט די לעצטע!!!

א רייב! א רייב!! א רייב!!! א רייב!!!! א רייב!!!!! א רייב !!!!!! א רייב!!!!!!!

און ער האט געזעהן אז דאס איז עס א האלבע באנק זענען שוין אין די כלים...און ליפא'לעס נאז פאלט שוין אט אט אראפ....
ער לויפט אראפ פון באנק בעט...אריין צו די טוילעט'ס קארידאר...און ער שטעלט זיך אראפ ביים שוועל..
די שוועל איז געווען געמאכט פון אזא סארט גאלדענע אייזן מיט שפיצן פון די זייטן...וואס דאס האט עס געמאכט פאר א פערפעקט פלאץ ...צו אויסקראצן א פיס....אבער מצד שני זענען די שאנסן געווען פילפאכיג גרעסערע פאר א בלוטיגע רעאקציע פון די פיס....
אבער ווער טראכט יעצט פון דעם???? ווער האט די קאפ צו קלערן איבער די גאנצע קומענדיגע וואך וואו ער וועט קוים קענען שטעלן א טריט....ער וועט מוזן גיין אויף די הענט...ווייל פון גיין אויף די פיס קען ער פארגעסן..

די פינגערס וועט ער ברויכן ארויף בייגן, און טרעטן נאר אויף די אינעווייניגסטע טייל פון די פיס פלאכן...צוליב וואס ער האט דעם פינקי'ן אזוי צוריסן נעבעך אז ער בליטיגט דאך אוועק......
מעכל'ס פיס האבן זיך געריקט אויף די שוועל אהין און צוריק ....ווי א אויגנבליק!!! ממש אזוי ווי א ווינט מיהל...זזשמממ....זזששמממ...זזששמממ...זזששמממ....

מעכל האט מער נישט געקענט!!! ער האט געמוזט איינשפאנען די הענט צו דער ארבעט. מיט די לינקע האנט האט ער פעסט און שטארק צוגעהאלטן די פינקי פון די רעכטע פיס...אז ער זאל זיך נישט וואגן צו אנטלויפן..און מיט די רעכטע האנט די איבריגע פינגערס..און אזוי האט ער די אגודל פון די רעכטע אריינגעשמאגלט פלינקערהייט.....מיט א משוגענע שנעלקייט...אריין און ארויס - צווישן די צוויי לעצטע פינגערס פון די פיס...און געווענליך האט ער מקפיד געווען אז ס'זאל גיין מיט איין אטעם....

סאו וואו האב איך געהאלטן ? יא! אצינד אין מקווה פלעגט ער קראצן ..אסאך מער ערוואקסענער...מער מיט פערפעסיאנאליטעט...און דערביי האט ער געקענט געשמאק פארברענגען ...מיט די נטבלים אינעם בור...ער פלעגט טאקע פיהל מאל פארקלאצט ווערן פאר א מינוט , אבער דאס איז געווענליך געווען ווען ער האט משום איז סיבה שהוא, געדארפט הייבן די ספיד פון די קראצעראציע מעכאניזם...און א מינוט דערנאך איז אלעס צוריק געווען ווי נארמאל.

שפעטער ביים זיך אנקליידן, פלעגט ער אויך שטיין אזוי גלייכגילטיג מיט די דבר יום ביומו אין די הענט..נאך דריי פערטל נאקעט... און מיט א קאלטע עזות...און פראנט פון יעדעם איינעם האט ער געסקרעיפט זיינע צופליקטע פיס אין די שטעכעדיגע קארפעט אויף די מקווה באלאטעס!!

אזא מין געמיינער יונג...כ'מיין וואו איז דאס געהערט געווארן?? און ער האט נאך איינגעטיילט טוירנס...געשערט שיפט'ס...יעצט די רעכטע ...און יעצט די לינקע...עטליכע מינוט פאר ביידע....

גייט איך צו אים צו ...און כ'זאג אים אז כ'האב געהערט עטליכע עצות דערקעגן..
עפעס א בליטש פאטענט ...מיט אנאנדערע ארגענאו מיטל...איך זאג אים ביי די וועי צו גיין פאר די צווייטע ..ס'איז בדוק ומנוסה....!! עניועי..כ'האב אים איידל געזאגט אז ס'פאסט נישט זיך צו קראצן אין א מקווה...אויב עפעס זאל ער עס מאכן אין ביהמ"ד..אדער אין קאווע שטוב – וואו ס'איז דא כאטשיג א קאווע גערוך צו ערזעצן די דאזיגע פארסמ'טע לופט...

אבער הערטס נאר וואס דער עז פנים ענטפערט מיר!
נא ס'גוט ...כ'קראץ עס נישט געווענליך...נאר פשוט יעצט, אין מקווה ווייסטאך...ס'איז הייסע טעג...די עולם שמועסט....

יא יא יא !! זיין באבנ'ס גויטע זאל ער גיין פארקויפן תורות לאקשן!!! ער קראצט ווייל ער קען זיך נישט איינהאלטן !!! פשוט און גראד....זיין פיס קוקט אים אויס ווי א שטומפיג שטיקל האלץ ...ווייל ער האט נישט קיין כח המעצר....דעטס איט....דאט!!!
זאל ער זיך איינהאלטן פאר צוויי וואכן...קויפ'ן לעדערנע שיך!! עס אויסטוהן אינדערהיים . בכל עת מצוא...אפטריקענען גוט די רגלים נאכן מקווה!!... טוישן זאקן יעדן טאג!! און אפ' פעמיים ביום....זאגן שיר השירים פערציג טעג....האבן א כח המעצר....זאגן לא מיט אן אלף....וועט עם אים שוין גארנישט קראצן....ער העט אפ' נישט האבן קיין צייט צו קראצן ...קראצן קומט פון ליידיגגייען...
לעצט פאראכטן דורך פעדער אום פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 11:18 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך אוגוסט 31, 2011 11:40 am

שוין לאנג נישט געליינט אזא פאני אשכול, קודם דער געלעגער אצינד פעדער, עטץ זענטס באמת פיינע נייעס!..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 31, 2011 11:45 am

אממממ

פארגעט איט, נישטא די ווערטער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 31, 2011 12:26 pm

פעדער, כ'נישט געוואוסט די היסטאריע פון דעם מעכל'ן, זאג מיר נאר נישט אז דו ביסט דאס דע ליפא'לא פון אונטן, אוי איז דאס געווען א ספעקטאל, כ'געדענק ווי די גאנצע קעמפ האט געשמועסט (פארשטייצעך אנע נאמען) וועגן די מעשה...

איין זאך פעדער, כאגעלאכט און זיך געקוילערט.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך אוגוסט 31, 2011 12:59 pm

עס וועט געזוכט גוטע געצייג; טאלס; כלים ; עניטינג; מימט וואס צו קראצן די פיס....אבער ס'טאר נישט זיין דעינזשערעס סטאף ...איך וועל אנהויבן מיט 5.

1) א אייזערנע שיך לעפל..( א פלאסטיק ברעכט זיך איבער)
2) א קיך לעפל...בעסער א פליישיגע...
3) אויף די אנדערע פיס'נס שיך בענדלעך...שבת - פאר ווער ס'גייט שיך און זאקן: אויף די קעסטלדיגע באקס, וואס באצירט ארום די אריינגאנג צו די שיך....
4) אויף די בעק זויל פון די צוייטע שיך...
5) אויף קארפעט איז גאנץ באטעמ'ט....
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 31, 2011 1:00 pm

א שארף פון אן אונטערשטן שעלף פון א שאפע...

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך אוגוסט 31, 2011 1:02 pm

א שרויף ....כ'וויל פשוט פארבעסערן שנעל...כדי מ'זאל זיך ח"ו נישט מוטשענען לאנג עס צו זוכן...אדער צו כאפן די געדאנק...
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 12:11 am

פעדער דאס איז איינס און א גוטס!

אגב האססטו אויסגעלאזט די פארט ווען ליפא'לע האט אויסגעשטרעקט די רגלים און מיט אן אימפעט געגעבען א שטויס ארויף מעכל'ס מאטראץ אזש ס'האט געפעלט א האר אז מעכל זאל נישט טראסקענען, די דאכענע איז אבער יא אריינגעפאלען און ליפע'ס נעגל וואסער, שוין ס'איז נישט נוגע עניוועי,
צוריק צו פאנגעס
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

mevakesh
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 11, 2009 10:11 am

תגובהדורך mevakesh » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 6:10 am

. אוי אוי ס'רייסט שטיקער. וויזוי קען מען אויסאלטן דעי בליטש. פליז זאגטס מיר ווילאנג דעיס גייט ווייטין, צוויי וואכן???

אוועטאר
מאטראצן קלאפער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:50 am

תגובהדורך מאטראצן קלאפער » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 12:17 pm

איך האב נעכטן געכאפט א היטש מיט איינעם....און אפססס....פלוצלונג נעמט זיך דער קאר ווארפן . אהין און צוריק..איך בין געפלויגן פון מיין זיץ ווי א זאק קארטאפל..רעכטס...און לינקס...
כ'האב מיך אזוי דערשראקן...

"וואס איז געשעהן?" פרעג איך דעם דרייווער..
"גארנישט!" ענטפערט די דרייווער מיט קורצע אפגעהאקטע אטעמעס....איך גיב א טיפערן בליק, און איך זעה ווי ער דריקט דעם פעדל, מיט די רעכטע פיס, און די אנדערע פיס קראצט ער אריין מיט א רשעות אין די שיך פון די רעכטע פיס... אויף די שיך בענדלעך...און דעריבער טאנצט די קאר ווי א מטורף..

פארשטייט זיך אז איך בין שוין נישט געפארן א אינטש ווייטער מיט דעם צוקאקטן בריה...
איך האב אים תיכף ומיד פארארדנט זיך אפצושטעלן...און כ'האב אים אויס רחמנות געשיקט א לינק, צו די בליטש-סגולה...זאל עס אים כאטש גוט אויסציפן פאר א צויי וואכן...
לעצט פאראכטן דורך מאטראצן קלאפער אום מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 12:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאטראצן קלאפער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2011 4:50 am

תגובהדורך מאטראצן קלאפער » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 12:19 pm

אוי וויי....נתגלה קלוני ברבים!

mevakesh
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 11, 2009 10:11 am

תגובהדורך mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 11:27 pm

איך ווייס נישט וועמעס עצה דעי בליטש איז אבער איך האב עס געטין און נאך צוויי און האלב טעיג האב איך באקומען יסורים מיט אינפעקשאנס. ביטע פארציילען אייער עקספיריענס. איך האב פארשטאנען מען ניצט רויע בליטש און קען נישט גלייבען אז מען קען דעיס טין פארצוויי וואכן.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 8:30 am

איך קען דיר באמת נישט העלפן ליידער, זינט איך ווייס נישט קיין תירוץ . אבער איך וויל דיך באמת העלפן דערפאר ברענג איך עס ארויף צום אויבערפלאך, אולי ירחם און מישהי וועט דיך באמערקן.
(בדרך צחות, איז לכאורה דאס טאקע די געדאנק פון די בליטש, ס'ווערט נעבעך אזוי ווייעדיג און אינפעקטירט, אז ביז אפאר וואכן האסטו שוין נישט קיין פיס אויף וואס די פאנגעס זאל קענען חל זיין...)
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 10:15 am

mevakesh האט געשריבן:איך ווייס נישט וועמעס עצה דעי בליטש איז אבער איך האב עס געטין און נאך צוויי און האלב טעיג האב איך באקומען יסורים מיט אינפעקשאנס. ביטע פארציילען אייער עקספיריענס. איך האב פארשטאנען מען ניצט רויע בליטש און קען נישט גלייבען אז מען קען דעיס טין פארצוויי וואכן.


מען לייגט אריין אביסל בליטש און ווארעם וואסער סהאט געארבעט פאר מיר און עטליכע טעג

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 2:44 pm

איי פאללאו, עטוואס מער אינפארמאציע ביטע.
האסט געלייגט וויפיל בליטש קעגן וויפיל וואסער?
פאר ווי לאנג?
האט עס אוועקגענימען אלעס און געמאכט דיין הויט/נעגל כירח בן יומו?

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 7:49 pm

מיט די נעגל האבל ב'ה נישט געהאט קיין פראבלעם
מיין הויט איז געווארן ווי ניי
כהאב אריין געלייגט בערך צוויי אונסעס אין א לעוואר האלב אנגעפילט מיט ווארעם וואסער פאר זיבן אכט מינוט נאך דריי טאג האט עס אביסל געברענט ביי די פינגער כהאב גלייך געסטאפט און ביז עטליכע טעג האט זיך די ברענען אויסגעהיילט און מיין הוט איז געווארן ווי ניי
וואטש אוט לייג נישט צופיל. בליטש איז זייער שטארק און אז די פילסט אז סהייבט אן ברענען סטאפ עס

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 8:16 pm

יישכ איי-פאלאו. למעשה הער איך נאך נישט קיין עצה פאר די נעגל

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 4:29 am

פעדער האט געשריבן:(בדרך צחות, איז לכאורה דאס טאקע די געדאנק פון די בליטש, ס'ווערט נעבעך אזוי ווייעדיג און אינפעקטירט, אז ביז אפאר וואכן האסטו שוין נישט קיין פיס אויף וואס די פאנגעס זאל קענען חל זיין...)


;l;p- ביסט אזוי לאכעדיג..

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » דינסטאג מאי 01, 2012 7:50 am

אזוי נארמאל האט געשריבן:יא
ציפן ציפט עס גראדע יא פונקט וויפול בליטש קען נאר ציפן...

און ס'שניידט אריין אין אלעס וואס ס'טרעפט זיך אן, און בעיקר דו באקטעריע'ס.

דו באקטעריע האלט נישט אויס דו ציפ און פייייגגגעעערט.

דער מענטשליכער קערפער וואקסט צוריק אווי פריער, נאר אן דו באקטעריע.

און טאקע נאך 5 מינוט קען מען שוין ארויס נעמען דעם אנגעווייטוגטן אבר.


אגב
עס ווענד זיך זייער און ווי שטארק דו באקטעריע איז (נישט דוקא ווי אויסגעשפרייט ס'איז אונעם קערפער) אזוי לאנג דארט עס.

איך ווייק מיין מיין פוס און בליטש די לעצטע צוויי טעג און סציפט נישט און סברענט נישט, איז עס א פראבלעם? מיינט עס צו זאגן אז סוועט נישט ארבעטן ביי מיר, אדער אז כהאב פלעין מזל?

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:45 pm

כ'בין אביסעלע ברוגז. כ'דריי זיך שוין לאנגע יארן דא אויף די אידישע וועלט, און כ'האב נאך קיינמאל בעפאר נישט געזעהן דעם אשכול. נו מילא, אזאנס קען זיך מאכן. אבער פארוואס האט מיר קיינער נישט דערציילט דערוועגן? איר פארגינט מיר נישט קיין לאַך? (און נאך וואספארא לאַך!!! :lol: )

אפשר איז צייט אויפצוקומען מיט אן אשכול וואס זאל אנטהאלטן לינקס צו אלע "קנאקעדיגע" אשכולות?

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:58 pm

כ'פארשטיי נישט, די מקוה האט דאך אויך קלארין מיט בליטש, פארוואס העלפט עס נישט?

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:30 pm

ס'העלפט טאקע יא.
אויף פארקערט... :wink:

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:08 pm

ביי מיר האט זיך אנגעהויבן סימפעטאמען פון פאנגוס אויף מיין האנט טאמב פינגער נעגעל, ס'טוט וויי. יעצט האב איך זיך בטעות אריינגעזעצט דעם פינגער/נעגל אין א טיר און ס'איז יסורים. אנליין עצה'ט מען צו נוצן טיי טרי אויל, איינער האט עקספיריענס?

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:13 pm

ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי

דער געזונטהייט געשעפט זאגט אז צוזאמען מיט נאך עפעס גייט עס אוועק אין בערך 3-4 חודשים
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט