עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן
מאנטאג נובמבר 29, 2010 4:29 pm
געוואלדיג שאצל
דא האסטו א חנוכה מתנה... כ'מיין א גרעבעג
וואפס, למעלה משבעים האט מיר אויסגעכאפט
שוין וועט זיין צוויי, אלס ספיקא דיומא
- עטעטשמענטס
-
- shatz chanika.pdf
- (60.83 KiB) געדאון לאודעד 157 מאל
Advertisement
מאנטאג נובמבר 29, 2010 4:40 pm
איך האלט אינמיטן די ארבעט עס ארויפלייגן אין פדפ, און איך זע אז מען האט מיר שוין אויסגעכאפט צוויי מאל, אבער איך לייג נאכאמאל, זאל זיין 8 מאל פאר די שמונת ימי חנוכה.
- עטעטשמענטס
-
- א טאטע חנוכה.pdf
- (71.81 KiB) געדאון לאודעד 140 מאל
מאנטאג נובמבר 29, 2010 5:17 pm
יישר כחכם
איינס שענער ווי די צווייטע
אריין אין גראפיק פארמעסט...
מאנטאג נובמבר 29, 2010 5:29 pm
ישר כוח למעלה, ווארד, און אויפריכטיג פארן עס אזוי שיין אויסלייגן אין פדפ פארמאט
וויזוי זאגט נאר די מחבר אין או"ח סי' שכ"ח סעי' ט"ו?
(כ'געדענק נישט די לשון)
אז צען מענטשן זענען מחלל שבת צו ראטעווען א מענטש אפילו למעשה האבן זיי נישט אויסגעפעלט 'כולם יש להם שכר טוב מאת השם'
מיטוואך דצמבר 14, 2011 4:04 am
איך זעה אז מיינע ארטיקלען פארן ארום אויף לדעת, בין איך מודיע אז איך גיי עס אביסל עדיטן היי יאר און נאר די נייע זאל ארום פארן, ס'מוז נישט שטיין אלע קנייטשן פון דעם ארגינעלן ארטיקל,
שכוח
מיטוואך דצמבר 14, 2011 9:20 am
שקויעך שאצ"ל דע ערשטע מאל געליינט און שטארק הנאה געהאט
א קליינע הערה; סליגט מיר אין זכרון אז דע ייטב לב האט אנגעהאט א שטריימל בשעת'ן צינדן און דער קדושת יו"ט האט נישט געוואלט אנטון דעם שטריימל מחמת איזה טעם
נאכאמאל א יישר כח
מיטוואך דצמבר 14, 2011 11:07 am
ר' שאץ ווען קומט די נייע שטיקל? איך וויל עס שיקען פאר'ן היימישען עולם וואס קומט נעבעך נישט אן אין אונזער וועלטעל. זאל איך ווארטען?
מיטוואך דצמבר 14, 2011 11:22 am
Shatz is Up at 5:04 AM ???
why
מיטוואך דצמבר 14, 2011 11:31 am
matovu האט געשריבן:Shatz is Up at 5:04 AM ???
why
why not?
מיטוואך דצמבר 14, 2011 12:06 pm
כווייס נישט וואס קשיא איז, און גראדע איז עס געווען 4:04 אויפן היגן זייגער.
מיטוואך דצמבר 14, 2011 1:52 pm
ווארום האט געשריבן:לאקשען ברעט האט געשריבן:2) איך פיר זיך צי ניצען דעם אוילענעם שמש צי צינדען די ליכטאלעך די מעלה איז אז די לעכאלעך ווערען נישט אנגעטראפט מיט וואקס אין עס בלייבט ריין (כ'פיל אן די שמש אויל נאר א דריטעל צי א האלב כדי איך זאל עס קענען בייגען אין צינדען דערמיט ערשט נאכען צינדען גיס איך צי אויל אנצופילען
פאר די וואס פירן זיך יא צו ניצען שעוה לעכט, איז דאס טאקע א פראבלעם, קען איינער אפשר געבן א גוטן עצה דאס זאל נישט פאסירן?
עצה טובה עס צו לייגן אין פריזער דורכ'ען טאג, ווי אויך די קאלערפיל קינדער לעכט
איך האלט מיין הבדלה א גאנץ יאר אין פריזער פון איין ז' אדר צום אנדערען אין ס'ווערט ווייניגער אינגאנצען מיט צוויי אינטשעס
מיטוואך דצמבר 14, 2011 5:48 pm
פידיעף פונעם איבערגעארבעטע מאמר יקר פונעם יקר שבערכין מרן הוד כבוד ש"ץ מ"ץ שליט"א לכבוד דעם הייליגן יו"ט חנוכה הממשמש ובא
ליינט און האט הנאה
- עטעטשמענטס
-
- א טאטע חנוכה.pdf
- (98.27 KiB) געדאון לאודעד 176 מאל
זונטאג דצמבר 18, 2011 3:10 am
קודם שכוח פאר הרב שמן למאור, כשמו כן תהילתו, והקריאה מעורר הזמן, אין די טעג פון נס שמן למאור, האסטו ווידער באוויזן נסים און אהער געשטעלט אזא שיינע ארבעט,
שכוח, ויש"כ, און אויב ווילט איר וויסן די שכר פון דעם קוקט אהער א אישי וואס איך האב באקומען פון א בארימטע שרייבער דא אין אייוועלט
כבוד הרב
איך מוז וויינען און זיך וואונדערן פארוואס בין איך אזוי טרוקן. אן קיין טראפ חיות און לעבעדיגקייט
זייט דעם לעצטן תשרי ווען איך האב געקויפט א דירה בשעטו"מצ בין איך ברוחניות א גע'הרגעטער. נישט קיין יוה"כ נישט קיין סוכות נישט קיין הקפות. . . איך בין נישט געווען דעם לעצטן הקפות אין וומ"ס דעם ערשטן מאתל אין מיין לעבן. ב"ה איך האב געהאט א קינד חוה"מ סאוי ברוחניות בין איך א צוקלאפטע הושענא. יא. דאס בין איך יא ארגינעל...
איך האב באשלאסן יעבור עלי מה. חנוכה גייט זיין דערהויבן. לעבעדיג און פריילעך. נישט קיין חילוק וויפיל די חובות דריקן וויפיל די באנק באמוטשעט דעם בית יוסף'ס קשיא גייט נישט בלייבן שווער וועגן די אלע תירוצים
העי. פארוואס פארצייל איך דיר עס? ווייל דו ביסט דער וואס מיטן ארטיקל א טאטע ביי חנוכה ליכט געסטו מיר חיות און פרישע הייליגע לופט צום אטעמען. האסט עס געשריבן שוין לאנג צוריק אבער יעצט מיטן איבערליינען ווילט זיך דיר געבן א קניפ אין בעקל. דו ביסט גוט. און איך האף אויך אזוי צו ווערן ביז געציילטע טעג. ביז נישט ברוגז אז דו באקומסט א קאמפעטישען?,..
הצלחה
(-)
נ.ב. האסט רשות עס מפרסם צו זיין אן קיין נאמען
זונטאג דצמבר 18, 2011 4:04 am
געזען אויף לדעת...
דינסטאג דצמבר 20, 2011 10:57 am
שאץ איך האב עס יעצט צום ערשטן מאל געליינט, וואס זאל איך דיר זאגן, עס גיט אריין א אנדערן מישוג אין די גאנצע נרות,
וואו באקאנט איז חנוכה א לשון פון חינוך, און ווען נאך אזא צייט וואו חנוכה איז פארהאן, ווען די טאטע זיצט מיט די מאמע רואיגערהייט, אוועק מיט די וואכענדיגע דאגות די פאר שעה פון די נרות, און דריידל שפילן, און מען קען פארברענגן מיט די קינדער און א רואיגע אמסטאפער, מען דארף אבער וויסן וויאזוי, און דאס האט שאצער רב זייער גוט ארויסגעברענגט, און אויך די ווארימקייט ביי די נרות וואס דאס בלייבט אריינגעקריצט גוט ביי די קינדער אין מוח,
געקויפט האב איך גאנץ א דיקע געלע ליכט לכבוד שאצער רב, אבער געהערט האב איך אז עס טראפט מער די חלב, וועל מיר זעהן וויאזוי עס ארבייט זיך אויס
פרייטאג דצמבר 07, 2012 11:01 am
ארויף!
פרייטאג דצמבר 07, 2012 11:11 am
אהה, יישר כח!
שבת דצמבר 08, 2012 11:00 pm

יישר כח ר' שאץ
מאנטאג נובמבר 25, 2013 11:45 am
נישט צו פרי אנצופאנגען די הכנות
מאנטאג נובמבר 25, 2013 2:03 pm
מען קען שוין אויסווארטן ביזן ערשיינונג פון מי מנוחות חנוכה, דארט וועט מען עס קענען ליינען מיט א געהעריגע אויסשטעל.
דינסטאג נובמבר 26, 2013 2:50 pm
ארויסגעפרינט - שכח יעדער
דינסטאג נובמבר 26, 2013 9:57 pm
געליינט דעם ערשטן מאל, דעס איז ווערט אלע געלטער.
רב שאץ, האסט שוין א וודאי געהערט פין כבד את השם מהונך או מגרונך.
ביי דיר מיינט עס כבד את השם מכתבך, עס וועט זיין דיין זכות מיין ווארימקייט צום חנוכה לעכט צינדען היי יאר!
מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:55 am
מ'קען ארויסנעמען פונעם "מי מנוחות" פונעם ערשטן בלעטל, די ווערטער:
"דיין טאטע האט נישט קיין אינטערנעט, דו יא (והא ראי' אז דו ליינסט דעם ארטיקל..)"
דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 3:20 pm
בעאבאכטער האט געשריבן:אדורך געלייענט דעם הערליך אידיש ארטיקל פון מו"ה שאץ מאץ שליט"א און זיך מתמוגג געוועהן פון קורת רוח, ווי שיין ווי ריין ווי רייך ווי ריכטיג ווי לעכטיג!...
דער שאץ מאץ האט אן עכט אויסגעקנאטן אידיש געבוי, גוט און זאפטיג, רייך און שיין, קלאר און קראנט, ועל כולם דער ברען דער קאך דער אידיש געפיל! דער ברענגט אריין דעם אלטן גן עדן ריח פון אלטן היים.
און אלעס מיט א געזונטע הבחנה און הבנה מיט האניג זיסע שפראך...
אויב אייוועלט האט אזעלכע שרייבער איז אירע ראמען צייגט אז אירע שרייבער שפירן זיך גוט דארט, און אויב אזעלכע שרייבער שפירן זיך גוט אין אייוועלט זאגט דאס א סאך אויך איר...
לענ"ד ברויך מען דאס לחלקם ביעקב ולהפיצם בישראל, אבער ניט אין א צורה פון ארויספרינטן א גליון און אנווארפן און די בתי מדרשים און די רעסטוראנטן א שטייגער ווי פיל "המעוררים" און "הועד למען קדושת..." טוהען, נישט דייקא ווייל זיי זענען נישט גערעכט, נאר ווייל קיינער קוקט נישט בדרך כלל אויף אזוינע גליונות... און אויף די וואס אויס נייגער זענען מהפך יעדן פאפיר געדרוק האט דאס אן השפעה זיי ווי די רעקלאמעס אויפן ב"פ באס...
מ'דארף פשוט נעמען דאס ארטיקל און אריינשטעלן אין די אויסגאבעס וואס היימישע אידן קויפן און ליינען מיט אינטערעס, כגון "מעלות" אדער די אנדערע ערליכע שיינע אויסגאבעס וואס כמה הויפן גיבן ארויס און ב"ה זענען נישט מערב טו"ר.
ווי אזוי מען וועט זיך אן עצה טוהן מיט געבן קרעדיט? נו נו... מען ווען שוין זעהן וואס צו טוהן...
דאנערשטאג דצמבר 11, 2014 10:51 pm
יישר כח הרב שאץ דאן ארבעט איז דאך געוואלדיג