פון דארט איז ער געשטיגן אין ראנג, ארויסצייגנדיג א געוויסע רעדנערישע טאלאנט, אין א געשמאקע שפראך אין א מינע פון הומאר, האט ער נאך אפאר יאהר שפילן מוזיק, אנגעהויבן צו "רעדן" דרשענען פון ספארטס, זיין האבי, זיין גאול, זיין אייביגער לעבנס חלום איז פארווירקלכט געווארן, און ער האט פארציילט פארן עולם די פונקטליכע דעטאלן פון געוויסע לאקאלע ספארטס, אזוי האט ער פארבראכט נאך אפאר יאהר, און אז די ארטיקל וואלט געוועהן זיין ביאגראפיע וואלט מען נאך געדארפט אפאר יאהרן קאווערן אבער אזוי ווי דאס איז נישט אונזער ציהל, ברענגן מיר נאר וואס עס וויכטיג צום נושא,
אין יאהר 1987 איז די פעירנעסס דאקטארינע, (וואס האט פארפליכטעט די עף סי סי צו לאזן צייט פאר יעדע יסודותדיגע מיינונג וואס ווערט געליפטער פארן פובליק דורך די ראדיא כוואליעס אפגעפרעגט צו ווערן דורך די צד שכנגד,) ארפאפגעריסן געווארן, דאס האט פריי געמאכט די וועג פאר לימבאו און עווענטועל פאר זיינע נאכפאלגער, און נאכשלעפערס, צו פארכאפן די מאסן, צו פרעדיגן איין מיינונג אן קיין שום מעגליכקייט איהר אפצוווענדן,
און דאס האט ווי פארשטענדליך אויטאמאטיש געגעבן די בעלות און פולע קאנטראל פון די פרעדיגער אויף זיינע צוהעררערס מח, און דעת, און א פולע מח וואשונג פירמע האט זיך אנגעהויבן צו לייגן איהרע יסודות אויף די מין וואס הייסט מענטש, און איינער וואס האט אויסגעוועלט אנצוצינדן די מאשינקעלע אויף צו הערן קאמענטארן און אפהאנדלונגן אויף פארשידענע טאג טעגליכע פאליטישע נייעסן, האט נישט געהאט קיין צוטריט צו מער ווי איין מיינונג,
לימבאו איז דורך די דאמאלסדיגע בעל בית פון א געוויסע ראדיא סטעישאן wabc איינגעלאדנט געווארן קיין ניו יארק ווי די סטאנציע איז געוועהן הויפטקווארטירט,נאכן זיך צוהערן צו לימבאוס אייגנארטיגער סטייל פון רעדן, זיין געלונגענע הומאריסטישער צוגאנג און אין די זעלבע צייט זיין איינזייטיגער שטעלונג אויף יעדע אישו האט פארן סי אי או פון די קאמפאני געפאלן, און ער האט זיך צו דעם גלייך צוגעכאפט, און פון זיין ביזנעס פוינט אף וויאו איז עס געוועהן א מוראדיגע געווינס, און א גלענצעדער בייפאל, ווייל אויף צו שלעפן צוהעררער, צוצונאגלען די המון עם, צוצודריקן דעם עמך גוי, צוצוקוועטשן די שכל פון בעלי דעת, איז די איינציגסטע וועג מיט דעמאגאגיע, און איינזייטיגקייט, רעטאריק, און הומאר, [עי' ערך אובאמא ....] און לימבאו מיט זיין טאלאנט זיין כח וואס ליגט איהם אין פיסק, וועט טוהן די דשאב, דאס וועט הייבן די רעיטינגס,
געזאגט און געטוהן לימבאו האט זיך אריבערגעצויגן אין די גרויסע שטאט ניו יארק אין אנגעהויבן מיט פלייס זיין ארבעט, נעמליך פארכאפן און די עקסטרעמע אנשויאינגן ווי מער תמימי לב, אנדעם אז מען זאל כאפן אז מען ווערט געפיטער מיט עקסטרעמע שיטות, און מען קלאפט א וואנט, און אז עס איז אפטמאהל ווייט ווייט ווי דער מציאות, און ער האט עס געמאכט סאונדן ווי עכט, ער האט עס אראפגעלייגט ווי דאס איז די קלוגע וועג פון טראכטן און ווער עס האלט אנדערש איז וואנזיניג, און אבסורד, און האפענונגסלאז,
לעבן'ס געשיכטע פון ראש לימבא: ער איז געבוירן אין יאר 1965 צו זיינע עלטערן אין א קליין שטעטעל אין אפסטעיט נוי יארק, שוין אלס גער קליין קינד האט מען געזעהן אויף אים אז ער איז מער ווי סתם א קינד אין זיין עידזש ער איז אלס געווען פאראויס מיט זיינע לימודים אין קלאס, ביי די 18 יאר יאר האר ער שוין געהאט א דעגרי אין ביזנעס פון יעל יונעווערסעטי, ביי די 22 האט ער זיך רעגיסטריט צו די מיליטער ווי ער האט געדינט פאר 3 יאר אין האט געפייט אין וויאטנאם, המשך יבא,
שטארק זיך האסט זייער שטארק ארויסגעברענגט די נקודה,
איך האב אויך זייער ליב זיין סטייל פון שרייבן אין אלגעמיין אין איך האב הנאה פון זיינע ארטיקלען אבער ווען די רעדע איז פאליטיקס איז זיין סטייל פון שרייבן זייער איינזייטיג מילד גערעד, נישט מילד גערעד קען זיך MSNBC פארשטעקען פאר אים, ארויסלאזען אין אריינלייגן שטיקער ווי ס'גייט נאר,
ווען ער דערמאנט אין זיין לעצטע תגובה די פערענעס דאקטירן פרובירט ער מהפך צו זיין קערה על פיה אין לייגט עס אראפ ווי מיט די פערנעס געזעץ האט מען געהאט א רעכט צו זאגן ביידע זייטן פון די מטבע אין ווען דאס איז בטל גיווארען האט מען ארויפגעצווינגען אויפן המון עם צו הערן נאר די קאנסערוויטיווע זייט אן די מעגליכגייט פארן פאלק צו הערן די אנדערע זייט, ממש קאמאניזים!
אלעס פיין און וואויל, אבער די קעפל פונעם אשכול איז נישט על ראשבו נאר מארק לעווין, די גרעיט וואן. ווען קומסטו אן צו אים? און מער אינטערסאנט פאר מיר, ווען קומסטו אן צו מייקל סעבעדזש?
א גוטער ציל איז טאקע דאס: מהנה צו זיין דעם עולם ליינער!!
איך גלייך זייער דעם אשכול, וואס ווי פילע היימישע אידן פלעג איך זיין אראפגעבינדן צו די עטליכע משוגעים וואס האבן ארויספאנטאזירט זייערע חלומות און דמיונות און עס אראפגעקלעבט אויף די מאסן וואס זענען ממש צמאים לדבר הדעמאגאג.
איך פלעג אבער אלס פיינט האבן די גרויסהאלטערישע וועג וואס דער לימבאו האט געגאסן פון זיך, ביז איך האב זיך פון אים אפגעשאקלט און מער געהערט די אנדערע וואס רעדן פיל אנדערשער און אפטמאל מער צו דער זאך ווי דעם בעל גאוה.