Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אינטערסאנטע קלאסיפייד עדס

פרייטאג אוקטובר 16, 2009 11:13 am

משה קאפויער האט געשריבן:יעדען צווייטן טאג שטויס איך מיר אן אין א פרישע אינטערסאנטע קלאסיפייד, למשל היינט איז געווען דאס:

פארט איר קיין א"י? א היימישע יונגערמאן (פון אמעריקא) איז אייך גרייט ארומצופירן אויף מקומות הקדושים
און צום עיר-פארט. ווי אויך קענען מיר אייך צושטעלן האטעל און קאר רענטעל: 718-989-989


וואס גייט דא פאר א יונגערמאן פון אמעריקא גייט ספעציעל פארן קיין א"י אייך ארומצופירן אויף די מקומות הקדושים?

דאס מיינט אז דער אינגערמאן איז א יליד אמעריקע, און ער רעדט א פיינעם אידיש און ענגליש, און נישט נאר עברית.

Advertisement

פרייטאג אוקטובר 16, 2009 11:29 am

ריכטיג כ'אב אויך אזוי פארשטאנען.
סאו דער אדווערטייזמענט בלייבט אומאינטערעסאנט..

זונטאג אוקטובר 18, 2009 11:43 am

שוועמל האט געשריבן:סאו דער אדווערטייזמענט בלייבט אומאינטערעסאנט..


ס'איז נאך אלס טרויעריג-אינטערעסאנט - אדער טראגי-קאמיש - וויאזוי דער היימישער עולם קען זיך נישט געהעריג אויסדרוקן בכתב, און אזעלכע אומבאלומפערטע אנאנסן קענען געדרוקט ווערן...

זונטאג אוקטובר 18, 2009 11:53 am

נאט אייך א מאדנער קלאסיפייד אין א געוויסע צייטונג:
א מתנה פון בארא פארק ליגט שוין ביי מיר פון סיון פאר נחום יואל און גיטי, פון משה יונה, שרהלע און די גאנצע משפחה
...

מאנטאג אוקטובר 19, 2009 11:19 am

איך האב געטראכט פון דיר ביים ליינען די דאזיגע שורה... (נאכדעם האב איך געטראכט פון גרויזאמער...)

מאנטאג אוקטובר 19, 2009 11:58 am

עס עפעס האט געשריבן:נאט אייך א מאדנער קלאסיפייד אין א געוויסע צייטונג:
א מתנה פון בארא פארק ליגט שוין ביי מיר פון סיון פאר נחום יואל און גיטי, פון משה יונה, שרהלע און די גאנצע משפחה
...


סקוקט מיר אויס ווי עפעס א שפיאנאזש מעסידזש

מאנטאג אוקטובר 19, 2009 12:42 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האב געטראכט פון דיר ביים ליינען די דאזיגע שורה... (נאכדעם האב איך געטראכט פון גרויזאמער...)


אינטערסאנט, איך האב אויך געטראכט פון דעם אשכול ביי דעם שורה. און איך האב אויך געטראכט אז קרעמער גייט זיכער טראכטן אז איך טראכט אז ער גייט טראכטן פון מיר ביים ליינען די דאזיגע שורה.

מאנטאג אוקטובר 19, 2009 12:43 pm

גרויזי, לייג דאס אין טראכטן אשכול... אויב סי נאכנישט דא, קענסטו עפענען...

מאנטאג אוקטובר 19, 2009 12:55 pm

קוקט וואס איך האב באגעגנט:

Willing to give martial counseling to young couples who struggle

פאר ווער עס פארשטייט נישט לאמיר מסביר זיין: אנשטאט מעריטל קאונסלינג, וואס דאס מיינט שלום בית קאונסלינג, שרייבט דער איד בטעות אז ער איז גרייט צו לערנען מארשעל קאונסלינג (מיליטערישע קאונסלינג) פאר יונגע פארפעלקער וועלכע פלאגן זיך...

ווער ווייסט, אפשר מיינט ער צו זאגן אז מען זאל זיך קענען פארטיידיגן פיזיש איינער פונעם צווייטן...

מאנטאג אוקטובר 19, 2009 12:58 pm

עס עפעס האט געשריבן:קוקט וואס איך האב באגעגנט:

Willing to give martial counseling to young couples who struggle

פאר ווער עס פארשטייט נישט לאמיר מסביר זיין: אנשטאט מעריטל קאונסלינג, וואס דאס מיינט שלום בית קאונסלינג, שרייבט דער איד בטעות אז ער איז גרייט צו לערנען מארשעל קאונסלינג (מיליטערישע קאונסלינג) פאר יונגע פארפעלקער וועלכע פלאגן זיך...

ווער ווייסט, אפשר מיינט ער צו זאגן אז מען זאל זיך קענען פארטיידיגן פיזיש איינער פונעם צווייטן...

הפלא ופלא, ווייל STRUGGLE איז תרתי משמע

דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:35 am

יונגערמאן מיט עקספיריענס צו מאכן פראבלעמען ארויסגיין פון אייער נפש סיסטעם. זייט רואיג אלעס בלייבט שטיל און קאנפידענט. רופט ***-****

טאטע העלף אלע אידישע קינדער אז זיי זאלן זיך אויסלערנען וויאזוי זיך אויסצודריקן...

דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:56 am

פון היינטיגן גוט מארגן
צו פארקויפן א גענוצטע קיבאורד אין א גוטן צושטאנד מיט פראפעשענל פראגרעמ'ס פאר $1000 רופט ****-***-***‬

וואס?

דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:59 am

א מוזיק קיבארד

דינסטאג אוקטובר 20, 2009 12:24 pm

אין טשעכיש הייסט פראגרעמס אפפאל פון איבערגעבליבענע עסן

דינסטאג אוקטובר 20, 2009 1:05 pm

גרויזאמער האט געשריבן:אין טשעכיש הייסט פראגרעמס אפפאל פון איבערגעבליבענע עסן


דעמאלט האט מיין (קאמפ.) קיבארד גאר גוטע פראגרעמס. :lol:

דינסטאג אוקטובר 20, 2009 1:14 pm

זוכט איר א אפענע אויער אדער א ווארעמע הארץ פאר אייער אינגעל/בחור ביטע רופט ***_***_****

באשעפער זיסער כאב שוין געהערט פון ניר, לעבער, מארעך טרענספלענט, אבער אויער און הארץ????

דינסטאג אוקטובר 20, 2009 1:36 pm

דבר יום ביומו

AYINROAH.COM י646-520-7559 נאר פאר פיקחים שלא יאבד מעותיו

סדא דא א פיקח?

מיטוואך אוקטובר 21, 2009 10:00 am

איז אייער בחור א אינו רוצה? מיר וועלן אים טוישן אי"ה אין 2 סעסיעס money back guarantee 718.208.9373

דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 10:45 am

משה קאפויער האט געשריבן:GUSTO - מיר האבען די בעסטע טשאלענט אין שטאט, אדרבה! קומט אריבער היינט נאכט פארזוכען.

וואס איז אינטערעסאנט?

דאנערשטאג אוקטובר 22, 2009 11:16 am

דעמאלטס קענסטו ארויפלייגן אלע אדווערטייזמענטס.

דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 9:11 am

פון בארשט
איז געווארן
ווערייזען...

ביז נישט לאנג צוריק ווען מ'האט זיך געוואלט אויסדרוקן אויף א זאך וואס איז
זייער ביליג האט מען געזאגט "ביליג ווי בארשט", אין די לעצטע 2 חדשים נוצט
מען דאס ווארט "ביליג ווי ווערייזען", $40 א חודש
talk/text unlimited
we also do porting from all carriers
Call & Save 718-387-4252

דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 9:34 am

"נויטיגט איר זיך צו בויען א וואנט פאר א קורצע צייט און נאכדעם אראפנעמען??? 917-623-0000"

דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 6:34 pm

נא אפשר נעמט דאס אונזער חבורה?

דאנערשטאג אוקטובר 29, 2009 9:53 pm

איך האב געארבעט פאר 30 טעג און איך האב געזען געלט!

פרייטאג אוקטובר 30, 2009 7:07 am

אויס מענטש האט געשריבן:איך האב געארבעט פאר 30 טעג און איך האב געזען געלט!

;l;p-

אבער דאס איז טאקע געשטאנען?
שרייב א תגובה

Advertisement