בלאט 1 פון 1

ערשטע חנוכה פארטי אין קרעטשמע

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 17, 2006 12:21 am
דורך שוועמל
נישט כאפן !!!!!!!

ס'קומט שוין אריין נאך א טאץ ...............



בילד

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 17, 2006 12:48 am
דורך מאשקע
כ'זעה אז קיינער האט נאכנישט גענומען, וועל איך זיין דער ערשטער.
ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם, בורא מיני מזונות.
האאאא, א מחי'... יאאאאם!

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 17, 2006 10:46 am
דורך יגרסהדותא
איך האב נישט גענומען ווייל איך עס נישט קיין באקסעס מיט א רויטן עקס אינמיטן, איך האב עס נישט ליב..

(דאס איז וואס איך זעה פאר די אויגן).

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 17, 2006 11:02 am
דורך יאנאש
יגר;
נאדער אויכעט.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 17, 2006 11:08 am
דורך יגרסהדותא
אהההההההה, יאנאש, דאס איז שוין "אבער" עפעס (די ווארט "אבער" איז געבארגט פון גרויזאמער'ס דיקשען ערי..)

ברוך אתה וכו' וכו' ב ו ר א .. מ י נ י ... מ ז ו נ ו ת.....

יישר כח

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 17, 2006 1:45 pm
דורך סאכדעס
ברוך אתה מלך העולם שהכל אוי ניין בורא מיני מזונות

נו וואו איז די ברוינפן?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 17, 2006 2:36 pm
דורך cano
חשובער: דיין מילא אויף די דוינאטס מאכסטי א ברכה, נאך. אבער באוינפען פסקנ'ט מען דאך אינו דומה ראויה לשתויה, איז וואו אזוי קענסטי מאכען א ברכה, ווען די זעהסט נאר די ברוינפען און די טרינקסט עס נישט?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 17, 2006 4:11 pm
דורך קרעמער
קנאי;

די שהכל האט דער דיין געמאכט אויף די דזשעם וואס שטעקט זיך ארויס פונעם דאנאט.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 17, 2006 4:45 pm
דורך סאכדעס
אהה אהה, כאב הנאה פון קרעמער'ן נאך אזויפיל אריינהאקן אין עמען קומט שוין עפעס ארויס.

אבער קיין ברוינפן, אדער ווי קנאי רופט עס באוינפען איז נאך אלץ נישט דא.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 18, 2006 11:58 am
דורך דארפסמאן
איך האב שוין געפענט א אשכול וועגן חנוכה מסיבות זע


http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=832

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 11:21 am
דורך שוועמל
קאפקעיקס

באמערקונג: עס האט גארנישט צו טון מיט די 'קאפקעיק לעידי'



בילד

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 11:23 am
דורך שוועמל
נאך אפאר געשמאקע דאנאטס


בילד

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 11:47 am
דורך מאשקע
שוועמל האט געשריבן:קאפקעיקס

באמערקונג: עס האט גארנישט צו טון מיט די 'קאפקעיק לעידי'


די קאפקעיד לעידי לעבט נאך?
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול. אפשר עפנט מען א נייע אשכול "זכרונות פון די קאפקעיק לעידי"?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 11:48 am
דורך דארפסמאן
קליינער , קאפקעיק לעידי לעבט שין לאנג נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 12:32 pm
דורך א אידעלע
גענוג געווען מיט די דאונאטס, ווער וויל בענטשן?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 12:36 pm
דורך מאשקע
האסט דיך געוואשן צו די דאונאטס?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 12:37 pm
דורך דארפסמאן
עס איז א מזונות

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 12:39 pm
דורך א אידעלע
נו וודאי האב איך זיך געוואשן, אזוי איז די הלכה, אז מען דארף זיך וואשן, ווען מען איז זיך קובע די סעודה אויף דעם!!!! אפשר נישט?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 12:40 pm
דורך מאשקע
האסט דיך קובע סעודה געווען אויף דאונאטס? איך שטיי נישט היינט נעבן דיר...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 19, 2006 12:55 pm
דורך סאכדעס
כיץ מיזע איז אויסגעקומען אין די דברי תורה פארום אשכול פון ידיעות אז דער גאנצע ענין איז נאר אז מ'זאל זאגן אן על המחי', כ'מיין אויב האסטו זיך געוואשן, וואלסטו דאך זיך געקענט וואשן אויף פשוט'ע ברויט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 10, 2009 1:17 pm
דורך אונגארישער
משה אז די קימסט נישט יעצט ארויף פין בעסמענט בלייבסטו אויסגעשפארט