א טאטע יום טוב סוכות/ ט.ב. שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

א טאטע יום טוב סוכות/ ט.ב. שאץ מאץ

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 4:06 pm

פריש איבער געארבעט תשרי תשע"ב

צווישן יו"כ און סוכות
אַה! אזעלכע לעכטיגע טעג, עס איז באקאנט אז דער הייליגער חת"ס האט מחמת גרויס שמחה וחדוה זיך נישט געקענט מצמצם זיין צו לערנען זיינע שיעורים קבועים, האט ער אין די טעג מחבר געוועהן זיינע שירי קודש פון גרויס דביקות.

קיינער איז נישט היינט אין אזא מדריגה, אבער לכה"פ אביסל העכער פון אגאנץ יאר איז מען דאך זיכער, די נשמה איז ריין ציכטיג ווייס, אראפ מיטן פעקל חטאים, דאס ניי יאר שמעקט נאך פון פרישקייט, איז דאך זיכער א זמן וואס נויטיגט זיך די ריכטיגע הכנה צום זמן שמחתינו, הן מיטן לערנען הלכות, והן זיך צוגרייטן צו זיין א טאטע פאר די קינדער יו"ט סוכות,

דער יו"ט סוכות האט דאך אזויפיל דעטאלן, ס'איז באמת שווער צו שרייבן בקיצור, פשוט דער זמן שמחתינו אליין איז א מערכה פאר זיך, ושמחתם לפני ד' אלקיכם שטייט נאר ביי סוכות נישט ביי די אנדערע ימים טובים, אפגערעדט אז מ'זעהט בחוש אז די כח פון שמחה אין יו"ט סוכות דארף ניצן ביז פסח, אנדערשט ווי פסח ביז סוכות ווי מ'האט אריין געשטעלט א שבועות אינדערמיט, דאס מיינט אז גאנץ ווינטער דארף מען זיך ווארמען מיט אט די שמחה, ובאמת אז מ'קוקט אריין אין ס' החינוך אויף די מצוה פון והיית אך שמח, שטייט בערך דאס אז כדי מ'זאל זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען יו"ט זיין פרייליך,

ובפרט אז מ'שפאנט אריין אין די סוכה מיט די שטיוול, א ענין פון וימינו תחבקינו, דער באשעפער נעמט אונז אריין כביכול אין זיין ארעם אין זיין שאטן, שטייט פון איינע פון די סלאנימער רבי'ס א הפלא'דיגן רמז, אז א ארעם ווען איינער נעמט ארום איינעם איז דער ארעם צוזאמען געשטעלט פון דריי חלקים, דער אויבערשטע טייל ביזן עלנבויגן, פונעם עלבויגן ביז די הענט, און די כף היד, דאס איז אקאראט ווי א סוכה - שתים כהלכתן צוויי גאנצע ווענט, ושלישית אפי' טפח דאס איז דער האנט פלאך, כביכול נעמט אונז ארום מיט ליבשאפט ארום און ארום, נו ווער וויל זיך דען ארויס דרייען פון דעם,

הכנה לסוכות
פארשטייט זיך אז די הכנה צו סוכות איז בויען די סוכה, וואס פון דעם האמיר שוין גערעדט בארוכות (אין ארטקיל א טאטע – יום כיפור), אבער נוי סוכה דאס איז זיכער א חלק וואס געהערט יעצט צו די טעג פון צווישן יו"כ און סוכות, דא איז אויך גולטיג דעם כלל וואס מיר האבן געשריבן אינעם ארטיקל "א טאטע ביים סדר" ווי מיר האבן מסביר געוועהן אז א יונגערמאן וואס וויל אנהייבן פירן א סדר טיש און דערזעהט זיך מיט א ליידיגן סדר טיש דער זאל ארבעטן צוביסלעך, אנהייבן צו קויפן עכטע זילבער שטיקער, יעדעס יאר איינס, נישט קויפן פאלשע זילבער אלעס אויף איינמאל, די זעלבע איז אויך מיט די נוי סוכה ווען א יונגערמאן האט א אייגענע סוכה און וויל דאס אויסצירן שיין, אויב ער טויג, אדער זיין בני בית טויג צו מאכן שיינע שטערן'ס און נוי סוכה, זאל ער ענדערשט גיין צוביסלעך מיטן צולייגן יעדעס יאר נאר און נאך, וואס ברוב הימים וועט ער זיך דערזעהן מיט א פולע סוכה פון אייגן געמאכטע נוי סוכה, וואס וועט אים געבן א עונג יו"ט, ווי אויך וועט עס געבן א שטופ פאר די ווייב און קינדער צו מאכן נאך שיינע זאכן אנצופילן די סוכה, לקיים זה קלי ואנוהו בפועל ממש נישט מיטן קויפן,

ווידער אויב מ'קויפט נוי סוכה און מ'פאקט אן די סוכה מיט געקויפטע סחורה ווייל מ'מיינט אז די סוכה מוז זיין פיל אפי' דאס ערשטע יאר, סיי ס'קאסט אסאך געלט, און סיי ס'ברענגט נישט די עכטע אייגענע שמחת יו"ט, עכ"פ זיכער נישט די זעלבע שמחה ווי ווען מ'זעהט א סוכה פיל מיט אייגן געמאכטע זאכן, אזוי אויך ווען קינדער מאכן אייגענע זאכן אפי' ס'איז אין דיינע אויגן נישט אזוי שיין, אבער ביים קינד'ס אויגן איז דאס יא שיין, זיי מייחד א באזונדער פלאץ אין די סוכה פאר זיינע / זייערע נוי סוכה, אז זיי זאלן האבן א שמחת יו"ט יעדעס מאל זיי קומען אריין אין די סוכה און זעהן זייערע אייגענע נוי סוכה הענגען.

בכלל איז שענער די היימיש געמאכטע נוי סוכה ווי פארטיגע געקויפטע סוכה, וואס איז נוי סוכה? הידור מצוה, פרעגט זיך די שאלה וועמענס הידור מצוה איז דא? דיינס צו לודמיר?..., חוץ המעשה וואס ס'שטעכט אין די אויגן ווען מ'קומט אריין אין אידישע סוכות מ'זעהט ווי די גאנצע סוכה איז באצירט מיט די שטעכעדיגע קראצמעך בליטשעדיגע זאכן, אפשר דער ברייטער עולם ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי די חברה באצירן זיך אויס זייערע שטובער אויף קראצמעך, אבער די אלע וואס האבן עס שוין יא געזעהן ווייסן אז די גלויביגע גוים באצירן זיך אויס זייערע היייזער מיט די שטעכעדיגע נוי (קראצמעך) סוכה לכבוד זייערע חגאות און געטשקעס, איך קען נישט זאגן אז ס'איז א עוולה ח"ו וואס אידן טוען מיט די נוי סוכה, אבער מיין געפיל לאזט עס נישט ניצן... (קען זיי ס'איז מיין אייגענע געפיל, כ'ווייס נישט...)

בשעת'ן הענגען די נוי סוכה קען מען ווי מער אריין מישן די קינדער, סטעפלען, קלעבן, הענגען, ווי מער זיי נעמען א טייל אין די סוכה אלץ מער געפיל האבן זיי צו די סוכה, הערה קטנה: ווען א קינד לייגט עפעס אדער קלעבט עפעס נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, פאר דו גייסט שרייען אויף אים, מאך זיכער אז די שכנים הערן זיך נישט אונטער כאטש דו ביסט ארום גענומען דא מיט פיר ווענט אבער די חוש השמיעה ארבעט געהעריג דורך די דינע סוכה ווענט... ביסט געהעריג אין די גאס... לפני כל עם ועדה.

ווען די גאסן זענען פיל מיט ארבע מינים טישלעך, קען מען זיך מאכן צייט ארום צו גיין קויפן פסול'ע / כשר'ע ד' מינים פאר די קינדער, אסאך מענטשן זענען מקפיד אז קיינער זאל נישט צורירן זיינע ד' מינים מחשש אז די קינדער זאלן דאס נישט פסל'ן (חוץ דעם פראבלעם פון קנין לקטן דעם ערשטן טאג סוכות הין און צוריק כידוע), דעריבער קויפט מען א באזינדער סעט פאר די משפחה, אויף דעם סעט שני זענען די קינדער בעל הבית, זיי קלויבן דאס און זיי קויפן דאס, הגה: וכן אני נוהג... איך גיי מיט די קינדער אויף די גאס און מ'קלויבט א כשר'ע אתרוג (כשר ולאו דוקא הדר) א כשר'ע לולב, הדסים, ערבות, וואס אין די זעלבע צייט לערנען זיי זיך צו די הלכות וועלכעס איז כשר און וויאזוי מ'קוקט ד' מינים, דאס באגלייט א געבוירענע געפיל צו די מצות, בכלל איז אינטרעסאנט פאר קינדער צו זעהן אלע מיני צורות פון אתרוגים, קליינע, גרויסע, קרומע, און שיפע אתרוגים, איך מיין אז ס'איז א מנהג טוב, איך הייס קיינעם נישט נאכטון דעם מנהג, נישט יעדער האט די איבריגע פאר דאללאר און די הוצאות יו"ט זענען גענוג גרויס, אבער צו גיין חול המועד האלטן אדער צו שיקן די קינדער אויף א נארישע פלעי איז דא געלט, יא?, אפאר דאללאר פאר א מצוה שאדט נישט....
(סימיר גוט, א פרישע הוצאה צום יו"ט ליסט.... אבער, איך בין גאנץ יושר'דיג איך נעם אראפ די הוצאה פון קויפן פארטיגע נוי סוכה.... איצט זעמיר אויסגעגליכן...)

שמחת יו"ט צו קויפן א פרישע זאך פאר די בני הבית איז עפ"י דין והלכה (מאנכע ווילן זאגן אז קויפן א מתנה פאר די ב"ב איז מער חיוב ווי האבן א אייגענע סעט ד' מינים ווייל ד' מינים קען מען יוצא זיין מיט א צווייטן ווידער שמחת יו"ט פאר די ב"ב קען מען נישט יוצא זיין מיט א צווייטן), דעריבער איז א טאטע מחיוב צו קויפן און געבן מתנות פאר די ווייב אין קינדער, קויפן פאר די קינדער איז א וויכטיגע זאך און ס'איז גוט בגשמיות אויך, פאקטיש זענען יו"ט אזעלכע ליידיגע טעג ווען די קינדער גייען נישט אין חדר / סקול, און ווען א קינד גייט ליידיג.... בעסער מ'רעדט נישט, דעריבער איז וויכטיג אינזינען צו האבן פאר יו"ט איינצוקויפן מתנות פאר די קינדער, וואס אין איין וועגס וועלן זיי פארברענגען די יו"ט טעג מיט די נייע מתנה, מ'קען קויפן פאר יונגלעך ליין ביכער, פאר מיידלעך א נייע דאלי, פאר די קליינע יונגלעך א נייע קארעלע, (נו אוודאי א מיידל א דאלי און פאר א יונגל א קאר, האסט שוין געזעהן פארקערט?, א יונגל מיט א דאלי און א מיידל מיט א קאר?, אפי' ווען יא דער יונגל האלט דעם דאלי עפעס אזוי נישט עכט אזוי אום רחמנות'דיג ער כאפט אים ביים קאפ ביים פיס אדער ציט אים ביי די האר...., מיידלעך האלטן אייביג די דאלי ווי עכטע בעבי'ס.... קיינמאל נישט מיטן קאפ אראפ אדער ביי די האר....) דאס קויפן די מתנות דארף זיין פאר יו"ט, אבער דאס טיילן די מתנות זאל זיין סמוך צום יו"ט ממש.

ערב סוכות
איז זייער א אנגעצויגענע טאג, ס'איז נישט ווי אנדערע ערב'ס וואס מ'טוט נישט גארנישט, נאר מ'טוט באמת יא, מוז מען טאקע צוקומען צו א ליסטע אין א נאטיץ ביכל אראפ צו שרייבן אלע זאכן וואס מ'דארף ארלעדיגן היינט, מ'דארף קויפן דאס און דאס, מ'דארף נאך ענדיגן די סוכה, מ'דארף בינדן דעם לולב, ועוד ועוד, ווען די ליסטע איז אפגעשריבן ווערט די פרעשור קלענער,
איין זאך קען מען אראפ נעמען פון די ליסטע, דאס איז א שינת צהרים...., כ'האב געפינען שטיין אין עטליכע ספרים אז פונקט ווי מ'עסט נישט סמוך לחשיכה כדי מ'זאל עסן דעם ערשטן כזית אין די סוכה לתאבון, אזוי אויך זאל מען נישט שלאפן ערב סוכות כדי אז די שינה בסוכה ביינאכט זאל זיין לתאבון...., איך שרייב עס ווייל ס'איז מיר א חידוש....

בינדן דעם לולב איז אויך א זמן וואס מ'קען אריין מישן די קינדער, מיטן מאכן רינגעלעך... ובפרט אז מ'נעמט אזא רינגלע וואס זיי האבן אליין געמאכט איז דאס ווערד פארן קינד כל הון דעלמא, ווי אויך דארף מען פאר יו"ט זיך מסדר זיין די פאטענטן וויאזוי מ'וויל די ד' מינים זאלן זיך האלטן פריש, מאכן זיכער די שלאק ארבעט, און אלע צוגעהערן צו סוכות מיטן שבת זייגער עקסטער פאר די סוכה נאך פארן זמן הדלקה"נ, שטייט אין מטה אפרים אז ביים זמן זאל זיין אפן דער שלאק כדי ס'זאל חל זיין די שם סוכה אויף א כשר'ע סוכה.

געבן צדקה ערב סוכות איז א גרויס ענין, מקורו בזוה"ק אז אויב לאדנט מען נישט קיין געסט צו קיין סעודה יו"ט איז זייער שארף, און די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'איז דאס ממתיק אז מ'געט מזון אדער דמי סעודה פאר עניים, ובפרט אז די הייליגע אישפוזין קומען טאקע נאר אויף אזא אופן אויב מ'האט געגעבן צדקה כמבואר בכל ספרי קודש.

יו"ט סוכות
די סוכה גופא האט דאך אזא קדושה אז ר' אהרן קארלינער האט געזאגט אפי' מיטן שלאפן איז מען מקיין א מצוה אין סוכה, מ'זעהט ווי ווייט די קדושה פון סוכה גייט, א מענטש קען זיצן אין ליינען א מעשה ביכל און מקיין זיין א מצוה פון לישב בסוכה, וכאן הבן שואל, פארוואס טאקע איז דער הלכה פון שלאפן אין די סוכה אזוי שוואך?, פארוואס זיכט מען זיך כל מיני תירוצים זיך ארויס צודרייען פון דעם, זכרנו ימים מקדם דער עלטערע דור זענען געשלאפן אין די סוכה ממש מיט מסי"נ, מ'האט זיך אנגעטון שאלן מיט סוועטער'ס, אבער אין סוכה איז מען געשלאפן, ס'איז דא אזא מעשה מיטן צאנזע רב אז א איד האט אוועק געגעבן האלב פון זיין עוה"ב צו קענען שלאפן אין די סוכה,

בכלל דארף דער טאטע אריין ברענגען א שטימונג אין די סוכה אז די סוכה האט א קדושה ס'איז הייליג מ'טאר נישט שרייען און לאכן הויעך אין די הייליגע סוכה, די הייליגע אישפוזין זענען דא און מ'דארף זיין זייער וואויעל, אויסער דעם וואס ס'ברענגט אריין אמונה צו גלייבן אין זאכן וואס מ'זעהט נישט, העלפט דאס אז די קינדער זאלן זיך אויפירן בעסער און רואיגער נישט מטעם שטרענגקייט נאר מרצונם לרצון עליון.

קינדער האבן געווענדליך זייער באשטומטע פלאץ ביים טיש יעדן שבת וואך איין וואך אויס, ווי דאס קינד לייגט זיין האנט, זיין לעפל, זיין טעללער, ווידער אין א סוכה איז שוין די מעשה גאר אנדערשט, די טיש איז קליין, די פלאץ איז קליין, די טיש איז שמאל, קינדער זיצן צומאל אויף א באנק אנשטאט באזונדערע בענקלעך, די גאנצע זיצעריי איז אנדערשט, דעריבער קען אויסברעכן א מחלוקה צווישן די קינדער, איך וויל זיצן דא, אבער איך בין עלטער איך דארף זיצן דא....., אין אזא מצב איז שווער צו מאכן סדר ווייל אלע שכנים האלטן מיט און הערן זיך צו צום קינדער כאר...., דעריבער א טאטע וואס האלט אז ס'קען געשעהן אזא פאנטשער מיט זיינע קינדער, זאל פון פריער קלאר מאכן יעדנ'ס באשטומטע פלאץ, יענקי זיצט דא, הערשי דא, און רייזי דא,

אויך דארף מען נעמען אין חשבון היות די טיש איז סוכה איז קלענער קען מען נישט האלטן אלעס אויפן טיש ווי יעדן שבת ווייל ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר אלעם, ווי אויך איז דא די קפידה נישט צו האלטן קיין ליידיגע כלים נאכן עסן אין די סוכה, פארדעם איז כדאי אייצושפאנען די קינדער זאלן טראגן און ברענגען אריין און ארויס במשך די גאנצע צייט, יעדעס קינד מיט זיין פאסטן, קינדער האבן זייער ליב א סדר, מושי דו ביסט דער גבאי פון די גרעיפ דשוס, און לייבי דו ביסט די גבאי פון די פיש טעללערס.... און אזוי ווייטער.

ווען מ'קומט אריין אין די סוכה איז דא א קפידה אז מ'זאל זיך נישט אראפ זעצן אין די סוכה פאר מ'האט געמאכט דאס ערשטע מאל די ברכה לישב בסוכה, נאך קידוש ווען די קינדער מאכן די ברכה לישב בסוכה אויפן המוציא, דארף מען לייגן געוויכט אז מ'מוז עסן א כזית נאכן לישב בסוכה אן קיין הפסק, קינדער שלא צריך לאמו דארפן עסן בסוכה און מקפיד זיין נישט צו עסן חוץ לסוכה, דאס ברענגט אריין א קינד "לעול" המצות צו טראגן דעם עול אז ער קען נישט עסן ווי ער וויל, מ'קען נישט סתם כאפן א נאש אין מויל אריין, ווייל ער עסט נאר אין די סוכה,

בכלל דארף דער טאטע צייגן אז עיקר ישיבתו בסוכה אגאנצן יו"ט, אפי' ווען מ'רעדט אויפן טעלעפאן, טו עס אין די סוכה, ערליכע אידן האבן זיך בכלל נישט אראפ געזעצט אינדערהיים יו"ט סוכות, מ'איז געזעסן נאר אין סוכה אדער אין ביהמ"ד נישט אין דיינונג רום מיט א קביעות, תשבו כעין תדורו.

לולב ואתרוג
יעדער איד וואס שאקלט לולב ואתרוג זיבן טעג סוכות צייגט מיט דעם ווי די מדרש זאגט דידן נצח דער לולב ווייזט אויף נצחון הדין, ולקחתם לכם האט געזאגט דער הייליגער שר שלום מ'דארף זיך אליין נעמען דער לולב ואתרוג האט א כח אויפצוהייבן א מענטש ממש אין די לופטן, נו אויב אזוי האט דאך דער לולב ואתרוג זיכער א כח אויפצוהייבן א שלאפעדיגן מענטש פון בעט דעם ערשטן טאג, פארוואס טאקע זאל מען נישט דעם ערשטן טאג אביסל מקדים זיין מיט א זריזות און ווייזן חביבות המצוה צום ערשטן מאל?, וואס פארא פנים האט א שהחיינו אויף א לולב ואתרוג געכאפטערהייט סוכות צופרי ווען דער עולם דאוונט שוין אין שול טיף אינמיטן פסוקי דזמרא און ער שאקלט יעצט זיין ד' מינים ווייל ער דארף יעצט א קאווע, ערליכע אידן זענען אויפגעשטאנען צום נץ שאקלען לולב, איך געדענק אלץ קינד מיין טאטע פלעגט מיר וועקן פארטאג'ס צום לולב שאקלען, איך בין אויפגעשטאנען געזאגן ברכת התורה געשאקלט לולב, און דערנאך האט מען געלערנט משניות סוכה...., דער רושם איז געבליבן עד היום אז אונז שטייען אויף פרי דעם ערשטן טאג סוכות אן א זייגער מיט אזא הרגש פונקט ווי צו א' סליחות, ס'איז מיר געבליבן איינגעבאקן אלץ א פשטות אז דעם ערשטן טאג סוכות שטייט מען אויף פרי... (היינט וואלט מען געזאגט אז א טאטע וואס וועקט אויף די קינדער צום נץ פייניגט זיינע קינדער....., אדרבה, די מאמע פון הגאון ר' משה שטרענבויך שליט"א פלעגט זאגן ווער ס'האט רחמנות אויף די קינדער און וועקט זיי נישט אויף פרי דער איז גאר דער אכזר....) איך זאג נישט אז מ'מוז אויפשטיין צום נץ, אבער עטוואס פריער מיט א שעה צוויי ווי סתם א שבת איז זיכער כדאי, דאס גייט דאך אריין טיף אין זייערע נשמות, ער זעהט ווי דער טאטע האט ליב א מצוה מיט דעם וואס ער שטייט אויף פריער צו קענען שאקלען מיטן לולב און אתרוג,

מיט א פריע אויפגעשטייעכטס זאגט זיך זיכער שטערקער דעם.... שהחיינו וקיימנו והגענו...... לזמן הזה....
דאס שאקל דרום..... צפון..... מעלה...... מטה...... ס'ווערט אזוי אויסגעמישט צוזאמען די שמעק פונעם לולב און אתרוג מיט די סכך און די סוכה....., באגלייט מיט אזא תשרי פארטאגס ווינטל...., איצט קען מען גיין טרינקען א קאווע.....
ביסט מיד?, מ'קען שלאפן נאכמיטאג....

שמחת יו"ט
די סעודות יו"ט, פירט דאך שוין יעדער וויאזוי ער וויל, מ'זינגט, מ'זאגט, אין צוויי טעג יו"ט קען מען זיך אויסקלויבן א מעשה און צוטיילן אויף 4 חלקים און יעדע סעודה ממשיך זיין מיט די פארזעצונג, דאס מאכט זייער געשפאנט די קינדער, באלד גייט שוין טאטי דערציילן "די מעשה", די מעשה בה' הידועה....,
סעודות יו"ט איז מעיקרא דדינא דוקא בשמחת בשר ויין, דעריבער איז כדאי צו לייגן די אלע מיני טינקערייען מיט די דיפס אין די זייט כדי צו לאזן פלאץ פאר פלייש.

בדרך כלל ווערט יו"ט אויסגעניצט פאר משפחה וויזיטן, ווי מ'גייט זיך באזיכן איינער דעם צווייטן, ברודער'ס צו שוואגער'ס צו קרובים, זיידעס באבעס וכו' וכו', דארף מען צולייגן מחשבה כאטש דער באזוך איז טאקע גאר א געשמאקע און א בא'טעמט'ע פארברענג צווישן די ערוואקסענע, דארף מען האלטן א אויג אויף די קינדער וויאזוי זיי פארברענגען דארט, צו זיי קריגן זיך נישט מיט די קאזנס, נישט איבערדרייען ביי יענעם אין שטוב און בכלל זאלן זיי נישט ווערן לאנג ווייליג.

חול המועד
איי איי חול המועד! חול המועד!, וואס מיינט חול המועד?, וואס הייסט וואס, חול המועד האלטן, ניין,
קיינער וויל נישט דא איבערדרייען די וועלט, אבער דאס איז גזירת אמעריקא אז מ'מוז גיין חול המועד האלטן, מ'זיכט זיך אויס א פלאץ ווי צו גיין, און מ'גייט און מ'פארט, מ'שלעפט זיך, מ'פאקט זיך מיט די פעקלעך עסן, מ'פלאגט זיך אגאנצן טאג, און דאס ערגסטע איז נאך ווען דער טאטע הערט סוף טאג פון די קינדער אזא מעעעהה!!! ס'איז גארנישט געוועהן אינטרעסאנט......, מעעעההה! ס'איז גארנישט געוועהן קיין פאן....., נאך אזא צוריקהער קען מען ממש פלאצן, וואס איז די עצה?, וואס קען מען טון ס'זאל יא זיין אינטרעסאנט?

ראשית מוז מען נישט גיין יעדן טאג, מ'דארף אראפ שטעלן א יסוד אז מ'גייט נישט יעדן איינציגן טאג, אזוי ארום ווען מ'גייט יא האט עס מער חשובות, שנית, קען מען יעדע נארישע זאך מאכן אינטרעסאנט פאר די קינדער, א טאטע קען מאכן יעדע נארישע קאר אויפן הייוועי אינטרעסאנט, קינדער! דארטן זעהט מען אזא טראק, עטץ זעהט'ס?, אין יענע טראק איז דא אסאך עפעלעך, דעי טראק טראגט עס צו אלע פרוכט סטאר'ס..., יענע אנדערע טראק איז א וואל - מארט טראק, עטץ זעהט'ס?, אה! יעצט קען מען זעהן אויבן אויפן הימל א ערעפלעין ווי ס'האלט אינמיטן אראפ פארן....

א קינדערגארטען מלמד האט מיר מגלה געוועהן אז ער האט א סוד צו מאכן אפי' א נארישע רייד פון פערד און וואגן אינטרעסאנט פאר די קינדער, בשעת ער גייט מיט די קינדער אויפן רייד חזר'ט ער מיט זיי, קינדער! אמת אונז האמיר יעצט פאן?...., איך אליין האב דאס אויספראבירט ווען איך בין געוועהן אין א פארק חוה"מ פון גליטשער'ס און סווינגס, און די קינדער האבן געגליטשט און געסווינגען האבעך בשעת מעשה געחזר'ט מיט די קינדער, אמת אונז האמיר יעצט פאן? ס'איז אזוי גוט... א מחי'...., און זיי זענען געוועהן צופרידן ביזן הימל....

מ'דארף נישט גיין צו הררי אררט אז די קינדער זאלן זיין צופרידן, קינדער קענען זיין צופרידן מיט קלייניקייטן, מ'דארף נאר וויסן וויאזוי, מ'קען מאכן די פשוט'ע סטעטן - איילענד פערי פאר די מערסטע אינטרעסאנט'סטע טרופ, ווען מ'לייגט זיך אריין אין אנדערע שיך, אז מ'שמועסט און מ'שילדערט פאר די קינדער יעדע שיף וואס פארט פארביי מיט אלע מיני פארבן,
איינער וואס האט א גרעסערע קאר קען איינפאקן די קינדער בייקס און צופארן צו א פארק, און די קינדער זאלן ארום רייסן מיט די בייקס, קינדער! מ'גייט דא קענען פליען מיט די בייקס ווי עכטע קארס....,
אלעס ווענדט זיך אינעם טאטן אליין, דער טאטע איז בכח זיינע קינדער זאלן זיין פרייליך און גליקליך מיט א נישטיגקייט, ווייל נישט האצקעריי מאכט זיי צופרידן.

א טאטע מיט אביסל גרעסערע קינדער, קען יעדן חוה"מ צופרי גיין דאווענען צוזאמען מיט די קינדער, לערנען אביסל מיט זיי אפי' נאר פאר 15 מינוט אין קהל'ס סוכה נאכן דאווענען, דאס קינד קען זיך אויספאנטשן א גוטע זאך פון די ווענדינג מאשין, (אויספאנטשן איז איינע פון די גרעסטע תאוות פון א קינד...) ביינאכט קען מען מיט די קינדער ארום לויפן צו רבי'שע טישן, אפשר פאר דיר איז עס נישט אינטרעסאנט אבער פאר זיי יא, סך הכל מ'קען באמת אנפילן די טעג נארמאל און צופרידן, מ'דארף נאר צולייגן אביסל מחשבה.

דער עיקר דארף מען געדעקען, ס'איז יו"ט, ובעינן שמחה, צו זיין שמחה דאס איז דער תפקיד פון א איד בימי הימים טובים, ווי דער הייליגער רבי ר' משה לייב פון סאסוב האט געזאגט אז א איד דערמאנט זיך ער האט היינט געלייגט תפילין דארף ער פארדעם אליין טאנצן, דאס אז דו האסט היינט מקיים געוועהן אזא מצוה פון זיצן אין די סוכה, שאלקען לולב, דארף אליין מאכן אזוי פרייליך, אז די שמחה זאל זיך אריבער גיסן צו די קינדער, והיית אך שמח, האט געזאגט א איד, והיית אך אך שמח, אזוי גייט דאך דער ניגון, נו וואז איז דער דאפלטע לשון?, אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות.


צווייטע טעג סוכות
ב"ה די ערשטע טעג זענען פאראיבער שיין און פיין, איצט דארף מען זיך גרייטן צו די צווייטע טעג, הושענא רבה, שמיני עצרת, און שמחת תורה, ווען מ'רעדט פון אזעלכע פארנומען 3 טעג, איז זייער שווער צו געבן כללים פאר גאנצן כלל, אין דער צייט וואס יעדער פירט זיך מיט זיינע מנהגים שונים לפי זיין מסורה און זיין חסידות און איינס איז ווייט פונעם אנדערען כרחוק מזרח ומערב, און ווען מ'דארף נאך אין די שטארק פארנומענע טעג זיין א טאטע פאר קינדער איז כמעט נישט מעגליך צו געבן קיין עצה כללית,
עכ"ז אי אפשר בלא כלום, עפעס מוז מען דאך יא, וועל מיר זיך מוזן מצמם זיין צו א קו און א מהלך.

הושענא רבה
הושענא רבה היייבט זיך באמת אן ביינאכט צו ביים קויפן די הושענות, בינדן מיט לולב בלעטער, ווי אויך ליינען משנה תורה (וואס איז נישט איינגעפירט אין אלע קרייזן) אבער תהלים בליל הושענא רבה איז א מנהג בכל תפוצות ישראל (ראי' לזה די באזונדערע יה"ר פון ליל הושענא רבה) ס'באדערט מיך ווען איך זעה אינגעלייט דרייען זיך ארויס פון תהלים זאגן הו"ר ביינאכט מיט א תי' אז מ'איז מיד, (נו וודאי איז ער מיד, נאכן ארום בארדענען 4 טעג חוה"מ וואלט איך אויך געוועהן מיד) א פלא, דוקא דעי אידן וואס קענען בלייבן אויף ביז פארטאג'ס ווייל זיי ווילן אנהייבן תהלים הערשט נאך חצות זיי קענען זיין צוריק הו"ר צופרי צייטליך צום דאווענען, ווידער די וואס יאגן זיך אהיים פרי ביינאכט ווייל זיי זענען מיד זיי קענען זיך אויס נישט אויסרישן צום דאווענען צייטלעך....(איין מינוט ווי בין איך דא פארפארן.... לאמיר צוריק אריין גיין אין מס' ה'טאטע....), א טאטע וואס האט שוין א גרעסערע יונגל, דארף אים אויסלערנען הו"ר ביינאכט צו זאגן עטוואס תהלים, א ספר, א יום, 20 קאפיטלעך, עפעס תהלים.

הו"ר צופרי, היות ס'איז א היפש לענגערע דאווענען, זאל מען זיכער מאכן אז די קינדער עסן פארן דאווענען צו דער זעט, און רוב מקומות ווערט מען פארטיג הו"ר בערך 12 – 1 דאס דאווענען, ווידער אין סאטמאר ענדיגט מען גאר גאר שפעט, איז וויכטיג אז (א סאטמארע) זאל אלע צרכי יו"ט (וואס דער טאטע דארף טון) צוגרייטן פאר מ'גייט אין שול, למשל צוגרייטן די לעכט, די קינדער פענער / ס"ת, הקפות'לעך, ווייל אז נישט ווערט א בהלה פארן זמן אז השם ישמרינו (פארשטייט זיך אז מיט א נאטיץ צעטעל וואלט אלעס געוועהן מסודר, אבער חוה"מ שרייבן??, אפשר א נאטיץ אויפן סעל יש לצדד...)

מ'קען באלוינען די קינדער, אז וועלכע קינד ס'וועט דאווענען שיין וועט קענען באקומען גלייך נאך הלל די רינגעלעך פונעם לולב... (איר וועט נישט גלייבן וואס פארא מציאה דאס איז פאר זיי....) און ווער ס'וועט זאגן שיין הושענות וועט אפשר קענען באקומען עפעס פון די ד' מינים נאכן דאווענען, אדער דעם אתרוג, (אפשר גאר דעם פיטום...) אדער דעם לולב (אפאר בלעטער, ווייל דאס איבריגע לייגט מען אוועק אויף שריפת חמץ) אדער די שמעקעדיגע הדסים... מ'זאגט נאך נישט אויס ווער ס'באקומט וואס.....
(איך בין זיך נוהג אייביג אז ווען איך בין מבטיח לייג איך אלס אריין א אפשר, ווייל אז נישט קען מען האבן טענות, האסט אליין געזאגט......)

ס'איז דא א קבלה פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע (כ"כ בשער יששכר) אז ווער ס'דאוונט בכוונה אט די דריי טעג, הו"ר שמ"ע און שמח"ת איז מסוגל אז אגאנץ יאר זאל ער דאווענען בכוונה, דאווענען בכוונה אין אזעלכע טעג איז בכלל נישט אזוי שווער, אז מ'דאוונט מיט א קול קומט שוין אטאמאטיש די כוונה אריין, מ'זאגט פסוקי זמרא, ברכת קר"ש וכו', און מ'זאגט דאס פאר די קינדער אזוי אז זיי זאלן שפירן א שטיקל קשר מיטן סידור, הושענא רבה, דער גמר החותם, מ'שיקט די גוטע קוויטלעך, ס'איז א עת רצון יעדע מינוט, אז דאס דאווענען נעמט אביסל לענגער, לאמיר דאס אויפעסן מיט טעם, נישט חלילה שפירן אז ס'איז לאנגווייליג.

שמיני עצרת שמחת תורה
שמיני עצרת, א טאג וואס כביכול זאגט עקבו עמי יום אחד, איך וויל נאך איין טאג זיין מיט אידישע קידנער צוזאמען, ווי צדיקים האבן געזאגט אז דער קניפ פון די הייליגע טעג איז שמיני עצרת, פונק ווי מ'נייט א קלייד מוז מען צום סוף מאכן א קניפ אז נישט עפנט זיך אלעס אויף, שמיני עצרת איז דער יחוד פון קב"ה מיט כלל ישראל, ס'איז א טאג וואס איז גוט און זיס יעדע סקונדע, ווי דער קאברינער האט געזאגט דער תכלית בין המצרים, חודש אלול, ר"ה, יו"כ, און סוכות, איז אלעס א הכנה צו קענען זאגן "אתה הראת",

כאטש וואס די צווייטע טעג סוכות פארברענגען אידן מיטן טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה, דארף מען אבער נעמען אין קענטעניס אז די קינדער נעמען א גרויסע טייל אין אזא יו"ט, אין אלע דורות ווי מ'מאכט נאר אויף א ספר אדער א מעשה ביכל, זעהט מען אז שמח"ת האט מען געמאכט א עסק מיט די קינדער,
קלענער שול'ן זענען בדרך כלל בעסער אויסגעשטעלט פאר קלענער קינדער ס'איז דא עקסטערע רינגען ווי די קינדער קענען זיך אויסטאנצן און זיך אויסהוצקען, ווי אויך איז א קלענער שול מער אזא משפחה ווי די קינדער קענען זיך שוין גוט פון אגאנץ יאר און שמח"ת טאנצן מען זיך גוט אויס צוזאמען, אויך קען זיך דער טאטע אליין זיך לעבעדיג מאכן מיט די קינדער אין א קלענערע שול, און מ'קען אפי' ברענגען גאנץ קליינע קינדער זעהן ווי מ'טאנצט מיט די תורה.

ווידער א גרויסע שול וואס ווערט געפירט דורך רבי'שע הקפות, אפשר פאר גרעסערע קינדער איז דאס אינטרעסאנט, אבער א גרויסע פילע שול איז נישט אויסגעשטעלט פאר קליינע קינדער, און אפי' די גרעסערע קינדער וואס האבן א אינטרעסע אין די גרויסע הקפות איז דאס נאר מיט די חוש הראי' (אפשר מיט די הענט אויך, ווארום זיי פאטשן ווען דער רבי גיי פארביי נעבן זיי...) אבער פיזיש טאנצן זיי נישט, ס'איז קלאר אז אפי' גרעסערע יונגלעך האבן ליב הקפות ווי זיי קענען טאנצן אליין, ממילא לדעתינו מוז מען דאס אביסל אויסגראדן.

איז אזוי, שמיני עצרת איז בדרך כלל נישט מעגליך צו צוטיילן און טאנצן אויף ביידע חתונות, אדער מאכט מען גרויסע הקפות אדער קליינע הקפות, ווידער שמח"ת ביינאכט איז שוין יא מעגליך צו מאכן אלע ביידע ווייל בדרך כלל איז מען מאריך מיט די הקפות שמח"ת לענגער אדער מ'פאנגט אן שפעט ממילא איז דא א מעגליכקייט צו מאכן ביידע, מ'קען זיך קלויבן א שול סיי ווי (שמח"ת קען ען טאנצן איבעראל קיינער פרעגט נישט קיין קשיות) דארט ווי די קינדער זענען באקוועם (אדער דארט ווי ס'ווייב קען צוברענגען דאס קליינע) און מאכן זיכער אז די קינדער זאלן זיך אויסגעבן לכבוד התורה מיטן גאנצן ברען.

א קליינע נקודה פאר איינע וואס האט אויך מיידלעך אין שטוב, אז ס'איז כדאי צו טאנצן הקפות אין אזא שול ווי ס'איז דא א גוטע קוק ווינקל פון די ווייבער שול און מ'קען געהעריג אראפ קוקן פון די ווייבער שול צו די מענער שול, פאקטיש גייען נישט די מיידלעך אין שול סתם אזוי, אבער שמח"ת האבן זיי א עקסטערע הנאה אהיים צו קומען און זאגן זיי האבן געזעהן טאטי טאנצן מיט די תורה פון די ווייבער שול.... ווי אויך אויב האבן זיי געזעהן זייער ברודער יענקי טאנצן מיט א בעבי תורה... און טאטי האט אויפגעהויבן זייער בעבי לייבי און געטאנצן צוזאמען, (איך זאג אז א גוטע ווייבער שול איז וויכטיג פאר די טעכטער, ס'איז באמת וויכטיג פאר דאס ב"ב אויך, זאל זי אויך קענען זעהן ווי אירע זיסע יונגלעך טאנצן הקפות, אבער דאס האט דאך שוין נישט צו טון מיט א טאטע אין חודש תשרי.......).

קינדער האבן ליב פארשינדענע ערליי הקפות, דעריבער אז מ'ווידמענט א שטיק צייט ארום צו גיין זעהן אנדערע קהילות ווי מ'טאנצט איבעראל אנדערשט איז דאס שטארק קאלירפול פאר די קינדער, (קען זיין דו האסט נישט קיין געדולד, אדער אז דו האלסט אז דער רב פלוני איז א ליידיגייער... מאכט נישט אויס, די הקפות זענען שיין גיי אריין אהין מיט די קינדער..... ווייז ארויס אביסל שעצונג פאר די תורה צו פאר כלל ישראל)

דאס וויכטיגסטע זאך זיך צו פארשפארן עגמת נפש איז זיך אפצושמועסן מיטן ב"ב געהעריג 3 מאל (ווי חז"ל זאגן ביים עומר מעגל זה מעגל זה מעגל זה) קיין טעלעפאנען איז נישטא און מ'קען ווערן נערוועז אויף טויזנט, מאך זיכער ווען דו שמועסט אפ מיטן ווייב א פונקטליכע זמן א פונקטליכע פלאץ ווי מ'גייט זיך טרעפן און ווי זי גייט ברענגען דעם קליינעם צו די הקפות, מארסי ביי פען 8 אזייגער? מארסי ביי פען 8 אזייגער? מארסי ביי פען 8 אזייגער?..... אז נישט ווערט א מיספארשדענדעניש נאכן ווארטן א האלבע שעה קומט זי אן זי זאגט אז זי האט געמיינט 8:30 אדער פארקערט זי ווארט א האלבע שעה אומזיסט, אדער קומט זי אינגאנצן נישט ווייל זי ווארט אויף לי ביי פען אנשטאט מארסי ביי פען....,
הגם דאס האט באמת צו טון מיט שלום בית אבער די מציאות איז אז ווען מ'לייגט נישט קיין דגוש אויף אזא פונקטליכע אפשמועס ליידן צום סוף די קינדער דערפון... כידוע לי"ח.

שמחת תורה בייטאג
שמחת תורה בייטאג איז א טאג וואס איז פיל און רייך מיט אזויפיל מנהגים און חיובים אז מ'מוז זיך באמת מסדר זיין, ס'איז דא חיובים פאר זיך און פאר די קידנער, מ'דארף עולה זיין, הערן די קריאה פון 3 חתנים, כל הנערים, ס'טוט זיך...., די פרעשור ווערט זייער שטארק, נא וואס טוט מען?, איך גלייב אז יעדער האט שוין מסתמא א אויסגעטרעטענע מהלך וואס און וויאזוי ער פירט זיך, אבער הכל מודים אז ס'מוז זיין א מהלך, מ'מוז האבן א פלאן וואס מ'גייט טון, וויאזוי, און ווי.

ווער ס'דאוונט לכתחילה אין א קלענערע שול דער האט דאך לגמרי נישט קיין פראבלעם, דא הייבט ער אן דא ענדיגט ער דא איז ער עולה דא זענען זיינע קינדער עולה, דא ברענגט מען דעם קליינעם צו כל הנערים, דא מאכט ער קידוש, דא הערט ער ליינען, און דא דאוונט ער מוסף, די פראבלעמען מאכן זיך נאר ביי דיע וואס דאווענען אין די גרויסע שולן און מ'צוהאקט דעם סדר אויף פיצלעך, די קינדער זענען עולה פארן דאווענען, ער דאוונט, ער מאכט קידוש, ער נעמט זיין קליינעם עולה זיין דעם כל הנערים, ער הערט ליינען הערשט נאכדעם טאנצט ער די הקפות, און דאוונט מוסף, הקיצור א צופארענעם סדר, לדעתי איז דאס נישט קיין עסק, הן ס'איז בעצם נישט מסודר, והן אז לפי סדר המחזור איז עס נישט מסודר, איך פארשטיי אז עולה זיין פארן דאווענען האט מען געמאכט נאר כדי צו פארגרינגער'ן דעם טרעפיק, אבער איך טראכט אייביג צו מיר, וואס איז דאס דעס עולה זיין יעצט?, בשלמא נאכן דאווענען נאך די הקפות מ'איז עולה און מ'ליינט איבער און איבער, גוט אזוי איז דאך די נארמאלע סדר יעדן שבת ויו"ט אז נאך אתה הראת ליינט מען, נאר שמח"ת טאנצט מען הקפות פארן ליינען און אז מ'ליינט שוין ליינט מען שוין איבער נאכאמאל ביז יעדער האט שוין עולה געוועהן, און אינצווישן בין "איך" עולה, אבער פארן דאווענען? וואסי יעצט?, סתם אזוי מ'נעמט א ספר תורה און מ'ליינט און מ'ליינט איבער און איבער איך פיל עפעס ס'מאכט נישט קיין סענס....

דאס ערשטע וואס מ'דארף צו וויסן ווער ס'האט קינדער אז שמח"ת בייטאג טאר מען נישט אויפשטיין שפעט, איך וואלט אראפ געשטעלט אזא סדר פאר איינעם וואס דאוונט אין א גרויסע שול, שטיי אויף צייטלעך, כאפ א שטילע מנין בערך 9:30 הייב אן שחרית, הלל, אתה הראת, 7 הקפות ארום דעם בלעמער, און ליינען עולה זיין זיך מיט די קינדער, מיטן כל הנערים אינאיינעם, (אויב מ'האט שוין א גרעסערע קינד קען מען אים שיקן אויפיקן דאס קליינע צו כל הנערים) הער דא חתן תורה, חתן בראשית, חתן מפטיר זאגן די הפטורה, נאך די הפטורה ביסטו פטור, ווילסטו קענסטו יעצט דאווענען מוסף אז נישט עוד היום גדול...., יעצט איז די זייגער בערך 11, קען מען מאכן קידוש רואיג מיט די קינדער, עסן עפעס א נארמאלע שטיקל עסן (קרויט לאז פאר שפעטער...) דו ביסט רואיג, די קינדער זענען רואיג, יעצט קען מען גיין צו די גרויסע הקפות, און דארטן זיך פלאצירן.

נאך די גרויסע הקפות קען מען דאווענען מוסף (אויב האט מען נישט געדאוונט פריער) און מ'קען עסן א סעודה געזונטערהייט (מיט קרויט), און זיין צוריק צייטלעך צו נעילת החג, נאכאמאל יעדער קען טון וואס ער וויל און וואס ער האט ליב, אבער ווי פריער געזאגט מוז מען זיין באשטומט וואס מ'וויל און וואס מ'גייט טון,

ווען מ'ווארפט נאש אין שול גרייט אן א זעקל פאר דיין זון, ער זאל זיך אריין לייגן די סחורה אין בעג, קודם אז ער זאל האבן ווי צו האלטן די סחורה, ווייל אז נישט קען די בכיות זיין זייער גרויס אז ער האט שוין כמעט געהאט נאך דריי קענדיס און ס'איז ארויסגעפאלן פון זיין הענט...., און נאכדעם דארף ער א בעג אז ער זאל נישט עסן אלע זיסקייט אין איין טאג, זאג אים אז מ'קען דאס האלטן פאר די נעקסטע פאר וואכן צו עסן יעדן טאג איינס, איך ווער פשוט דיזי צו זעהן אזויפיל נאש און קענדיס מיט זאזא'ס אין איין קינד'ס האנט, אוועק נעמען קען איך נישט, אבער מדחה זיין קען מען, מ'קען אים קאנוויסן אז ער זאל דאס אנגרייטן אויפן עתיד, איינמאל א קינד איז מחליט אז נישט אלעס איז פאר היינט איז שוין גרינגער מעביר צו זיין די סחורה.....

במשך די יו"ט דארף מען בכלל זיין באמת בשמחה, (די גר"א האט געזאגט אז שמחת יו"ט איז די שווערסטע מצוה) און ווייזן פאר די קינדער אז מ'פרייט זיך מיט די תורה, מ'פרייט זיך אז מ'איז א איד, די זיסע ברכה וואס ווערט געזאגט טויזנטער מאל שמח"ת "אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו" דאס איז אונזער שמחה און יעצט איז די זמן וואס מיר גיבן דאס ארויס פון הארץ, ווי שלעכט גייט פאר א גוי וואס האט נישט קיין טעם פון זיין לעבן וכו' וכו'.....

און ווען מ'רעדט פון אמת'ע שמחה, איז דא א קבלה פון היייליגן ר"ר מילך (דער קאמארנה ברענגט עס ועוד) אז די צווייטע טעג סוכות זאל מען נישט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות בייטאג צוליב וזר על יתערב בשמחתינו, הגם ס'איז באמת מסתמא א מנהג דורי דורות אז מ'טרינקט שמח"ת ווייל ווען נישט וואלט מען נישט מתקן געוועהן צו טוישן דעם דוכענען פון מוסף צו שחרית, אבער אלס א טאטע פון קינדער דארף מען האבן דעת, און מיטן טרינקען אלקעהאלישע געטראנקען קען מען פארלירן דעם דעת און די צורה פון א טאטן צו זיינע קינדער, וואס ווי פארשטענדליך אז א טאטע טרינקט זיך אן און צופירט זיך מיטן נכנס יין יצא סוד דאס איז עושה רושם אויף די קינדער זייער נישט גוט, ווילסט טרינקען זייער גערן, נאך די הקפות מעט מזעיר, אדער במשך די גאנצע יאר, אבער בשעת די הקפות זאלסטו האבן אמת'ע שמחה, דו זאלסט טאנצן, נישט די אלקעהאל זאל טאנצן אין דיר....

מוצאי שמחת תורה, איז א מנהג ישראל צו זאגן פאר די קינדער צוריק אין חדר אריין.........
א מקור ביטע?......

ביז דערווייל האט'ס מיר א גוט קוויטל,
ונזכה לעלות ברגל ושמחת עולם על ראשינו,

שאץ מאץ / אייוועלט
לעצט פאראכטן דורך שאץ מאץ אום מאנטאג אוקטובער 10, 2011 3:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 4:48 pm

יישר כח הרב שאץ

ווי אייביג מלא תוכן אין אויך פראקטישע עצות

ווי פלעגט מיין רבי זאגן אז מען קען אז מען קען....
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 4:53 pm

ייש"כ נהנתי.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 5:05 pm

כוועל זיך צוריק האלטן פון קאמפלימענטירן משום וכי סיימתינו לכלהו שבחייהו.
און אודאי נישט קאמענטירן משום כל המוסיף גורע
....
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 7:23 pm

יישר כח שאצל

נאכנישט געליינט נישט געהאט צייט, אבער דער קעפל איז מיר גענוג, וחזקה על חבר שאינו מוציא מתח"י דבר שאינו מתוקן
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 11:10 pm

איך האלט נאך אינמיטן ליינען, אבער איין הגה איז וויכטיג צו באמערקן:
דאס קויפן די מתנות דארף זיין פאר יו"ט, אבער דאס טיילן די מתנות בעצם דארף זיין אין יו"ט אליין.

דאכט זיך אז להלכה איז נישט אויסגעהאלטן צו געבן מתנות שבת ויום טוב.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 11:16 pm

אקעי, געענדיגט ליינען. רייך ווי אייביג, און פילט אן דעם ליינער מיט פאסיגע געדאנקן און פלענער וויאזוי זיך צוגרייטן צום הייליגן יום טוב. יישר כח!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 9:17 am

יישר כח ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 11:48 am

יישר כח! נהנתי!
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 1:15 pm

זייער שיין מיר ווארטן אויפן המשך.

אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אתרוג » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 4:15 pm

שאץ
u made my day, and Yom Tov
איך ווארט אויף נאך
הצלחה רבה א פרייליכען יו"ט

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 4:30 pm

שאץ מאץ געליינט אווי אייביג זייער שטארק הנאה געהאט

שכוח, א פריילכען יום טוב
Liberalism is a mental disorder

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 6:24 pm

לכבוד הרב ש"ץ
הערה פאר די אבות ובנים ביחד,
יכולים לעשות עסק גדול אודות כוונת המצוה, מצוות צריכות כוונה, וכאן הוא מצוה שכתיב למען, וידוע שיטת הב"ח בזה, ר"א ור"ע כל המחלוקת סוכות ממש, עי' ריש הל' סוכה.
עוד הערה יש שאף לא שתו קודם נטילת לולב, ומקורו, בפת"ש הל' פדיה"ב שחסידים הראשונים היו מתענים על מצוה הבא מזמן לזמן שחביבה עליהם
יש לי עוד כמה הערות, ומחמת טירדות החג אקצר,
לסיום אזכיר כי הקדו"צ מבאבוב הי' נוהג לשאול בחור באמצע סוכות בישבו בסוכה, מה אתה עושה, וכשהי' משיב גארנישט, הי' מוכיחו, הלא אתה יושב בסוכה.
יש מקומות שנוהגים להכין כסא להאושפיזין, וזה מקנה חביבות להמצוה מאד.
אף הקטני קטנים יכולים לערב בענין האושפיזין, שיש ענין לדבר ממה שהוזכרו בתורה, וממדותיהם וללמוד מזה, ויכולים לשאול אף הקטני קטנים מה זוכרים אודות אברהם ותרח וכו'
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מאנטאג אוקטובער 05, 2009 9:51 pm

ש"ץ יישר כח. זייער שטאק נהנה געווען. האסט א חלק אין דער שמחת יו"ט פון די אלע ליינער
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מאנטאג אוקטובער 05, 2009 10:53 pm

לישב בסוכה, מ'דארף לייגן געוויכט אז מ'מוז עסן א כזית נאכן לישב בסוכה אן קיין הפסק ע"כ מתו"ד שאץ שליט"א

מיינסט אוודאי א כביצה וואס איז להלכה צוויי כזיתים , אין עס דארף געגעסן ווערן בכדי אכילת פרס , שזה שיעור אכילה לחייב בסוכה , חוץ די ערשטע נאכט , וואס דאן איז דא א באזונדערע חיוב אלס ט"ו ט"ו לגז"ש , און דוכט זיך אז אין משנה ברורה קלערט ער אריין צו מ'מוז עסן צוויי כזיתים אלס די גז"ש כמו בפסח , וידוע חקירת האחרונים , אם החיוב ליל ראשון הוא מדין אכילה ,או מדין סוכה והאכילה הוא רק היכי תמצא , ויש כמה נפק"מ לדינא ,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 1:24 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:באמת קומט דא צו נאך א גרויסן פרק פון הושענא רבה און שמחת תורה, איך וועל עס מוזן שרייבן און משלים זיין, אין די נאנטע טעג, (איך וועל נישט מאכן קיין באזונדערע אשכול "חודש תשרי חלק 4", נאר איך וועל עס דא צולייגן מיט א תגובה...)

איך (כ'גלייב אז נישט נאר איך) ווארט מיט שפאנונג.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 1:38 pm

א טאטע חודש תשרי 4'דע טייל


מ'שטיי מיר אצינד חוה"מ סוכות צווישן די ערשטע טעג און די צווייטע טעג סוכות, איך ווייס נישט וויפיל מענטשן קומען אהער אן צו ליינען אין די חוה"מ טעג, פשוט ווייל מ'איז נישט אין די ימי המעשה מ'ליגט נישט אין די קאמפיאטער וועלט, ממילא גלייב איך אז נישט צופיל וועלן זיך אומגעקוקן אויף מיינע כתבי ידות על הקי בארד,
"בלעקבעריס" זאת נחמתי.... ווייל אפי' איינער איז נישט אין די ימי המעשה און ארבעט נישט אין אפיס מיטן קאמפיאטער וועט ער אויפן שווארץ בערי זעהן אז שאץ האט א חידוש..... וחברא וחברא אית לי' איבער צו געבן פאר די נישט בלעקבערי האבער'ס אז דער שרייבער שרייבט ווייטער ווי א טאטע'לע..... אפי' אין סאמע חול המועד....

ב"ה די ערשטע טעג זענען פאראיבער שיין און פיין, איצט דארף מען זיך גרייטן צו די צווייטע טעג, הושענא רבה, שמיני עצרת, און שמחת תורה, ווען מ'רעדט פון אזעלכע פארנומען 3 טעג, איז זייער שווער צו געבן כללים פאר גאנצן כלל, אין דער צייט וואס יעדער פירט זיך מיט זיינע מנהגים שונים לפי זיין מסורה און זיין חסידות און איינס איז ווייט פונעם אנדערען כרחוק מזרח ומערב, און ווען מ'דארף נאך אין די שטארק פארנומענע טעג זיין א טאטע פאר קינדער איז כמעט נישט מעגליך צו געבן קיין עצה כללית,
עכ"ז אי אפשר בלא כלום, עפעס מוז מען דאך יא, וועל מיר זיך מוזן מצמם זיין צו א קו און א מהלך.

הושענא רבה
הושענא רבה היייבט זיך באמת אן ביינאכט צו ביים קויפן די הושענות, בינדן מיט לולב בלעטער, ווי אויך ליינען משנה תורה (וואס איז נישט איינגעפירט אין אלע קרייזן) אבער תהלים בליל הושענא רבה איז א מנהג בכל תפוצות ישראל (ראי' לזה די באזונדערע יה"ר פון ליל הושענא רבה) ס'באדערט מיך ווען איך זעה אינגעלייט דרייען זיך ארויס פון תהלים זאגן הו"ר ביינאכט מיט א תי' אז מ'איז מיד, (נו וודאי איז ער מיד, נאכן בארדענען 4 טעג חוה"מ וואלט איך אויך געוועהן מיד) א פלא, דוקא דעי אידן וואס קענען בלייבן אויף ביז פארטאג'ס ווייל זיי ווילן אנהייבן תהלים הערשט נאך חצות זיי קענען זיין צוריק הו"ר צופרי צייטליך צום דאווענען, ווידער די וואס יאגן זיך אהיים פרי ביינאכט ווייל זיי זענען מיד זיי קענען זיך אויס נישט אויסרישן צום דאווענען צייטלעך....
איין מינוט ווי בין איך דא פארפארן.... לאמיר צוריק אריין גיין אין מס' הטאטע....
א טאטע וואס האט שוין א גרעסערע יונגל, דארף אים אויסלערנען הו"ר ביינאכט צו זאגן עטוואס תהלים, א ספר, א יום, 20 קאפיטלעך, עפעס תהלים.

הו"ר צופרי, היות ס'איז א היפש לענגערע דאווענען, זאל מען זיכער מאכן אז די קינדער עסן פארן דאווענען צו דער זעט, און רוב מקומות ווערט מען פארטיג הו"ר בערך 12 – 1 דאס דאווענען, ווידער אין סאטמאר ענדיגט מען גאר גאר שפעט, איז וויכטיג אז (א סאטמארע) זאל אלע צרכי יו"ט (וואס דער טאטע דארף טון) צוגרייטן פאר מ'גייט אין שול, למשל צוגרייטן די לעכט, די קינדער פענער / ס"ת, הקפות'לעך, ווייל אז נישט ווערט א בהלה פארן זמן אז השם ישמרינו (פארשטייט זיך אז מיט א נאטיץ צעטעל וואלט אלעס געוועהן מסודר, אבער חוה"מ שרייבן??, אפשר א נאטיץ אויפן סעל יש לצדד...)

מ'קען באלוינען די קינדער, אז די קינדער וועלן דאווענען שיין וועלן זיי קענען באקומען גלייך נאך הלל די רינגעלעך פונעם לולב... (איר וועט נישט גלייבן וואס פארא מציאה דאס איז פאר זיי....) און ווער ס'וועט זאגן שיין הושענות וועט אפשר קענען באקומען עפעס פון די ד' מינים נאכן דאווענען, אדער דעם אתרוג, (אפשר גאר דעם פיטום...) אדער דעם לולב (אפאר בלעטער, ווייל דאס איבריגע לייגט מען אוועק אויף שריפת חמץ) אדער די שמעקעדיגע הדסים... מ'זאגט נאך נישט אויס ווער ס'באקומט וואס.....
(איך בין זיך נוהג אייביג אז ווען איך בין מבטיח לייג איך אלס אריין א אפשר, ווייל אז נישט קען מען האבן טענות, האסט אליין געזאגט......)

שמיני עצרת שמחת תורה
כאטש וואס די צווייטע טעג סוכות פארברענגען אידן מיטן טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה, דארף מען אבער נעמען אין קענטעניס אז די קינדער נעמען א גרויסע טייל אין אזא יו"ט, אין אלע דורות ווי מ'מאכט נאר אויף א ספר, א מעשה ביכל, זעהט מען אז שמח"ת האט מען געמאכט א עסק מיט די קינדער,
קלענער שול'ן זענען בדרך כלל בעסער אויסגעשטעלט פאר קלענער קינדער ס'איז דא עקסטערע רינגען ווי די קינדער קענען זיך אויסטאנצן און זיך אויסהוצקען, ווי אויך איז א קלענער שול מער אזא משפחה די קינדער קענען זיך שוין גוט פון אגאנץ יאר און שמח"ת טאנצן מען זיך גוט אויס צוזאמען, אויך קען זיך דער טאטע אליין זיך לעבעדיג מאכן מיט די קינדער אין א קלענערע שול, און מ'קען אפי' ברענגען גאנץ קליינע קינדער זעהן ווי מ'טאנצט מיט די תורה.

ווידער א גרויסע שול וואס ווערט געפירט דורך רבי'שע הקפות, אפשר פאר גרעסערע קינדער איז דאס אינטרעסאנט, אבער א גרויסע פילע שול איז נישט אויסגעשטעלט פאר קליינע קינדער, און אפי' די גרעסערע קינדער וואס האבן א אינטרעסע אין די גרויסע הקפות איז דאס נאר מיט די חוש הראי' (אפשר מיט די הענט אויך, ווארום זיי פאטשן ווען דער רבי גיי פארביי נעבן זיי...) אבער פיזיש טאנצן זיי נישט, ס'איז קלאר אז אפי' גרעסערע יונגלעך האבן ליב הקפות ווי זיי קענען טאנצן אליין, ממילא לדעתינו מוז מען דאס אביסל אויסגראדן.

איז אזוי, שמיני עצרת איז בדרך כלל נישט מעגליך צו צוטיילן און טאנצן אויף ביידע חתונות, אדער מאכט מען גרויסע הקפות אדער קליינע הקפות, ווידער שמח"ת ביינאכט איז שוין יא מעגליך צו מאכן אלע ביידע ווייל בדרך כלל איז מען מאריך מיט די הקפות שמח"ת לענגער אדער מ'פאנגט אן שפעט ממילא איז דא א מעגליכקייט צו מאכן ביידע, מ'קען זיך קלויבן א שול סיי ווי (שמח"ת קען ען טאנצן איבעראל קיינער פרעגט נישט קיין קשיות) דארט ווי די קינדער זענען באקוועם (אדער דארט ווי ס'ווייב קען צוברענגען דאס קליינע) און מאכן זיכער אז די קינדער זאלן זיך אויסגעבן לכבוד התורה מיטן גאנצן ברען.

א קליינע נקודה פאר איינע וואס האט אויך מיידלעך אין שטוב, אז ס'איז כדאי צו טאנצן הקפות אין אזא שול ווי ס'איז דא א גוטע וויאו און מ'קען געהעריג אראפ קוקן פון די ווייבער שול צו די מענער שול, פאקטיש גייען נישט די מיידלעך אין שול סתם אזוי, אבער שמח"ת האבן זיי א עקסטערע הנאה אהיים צו קומען און זאגן זיי האבן געזעהן טאטי טאנצן מיט די תורה פון די ווייבער שול.... ווי אויך אויב האבן זיי געזעהן זייער ברודער יענקי טאנצן מיט א בעבי תורה... און טאטי האט אויפגעהויבן זייער בעבי לייבי און געטאנצן צוזאמען, (איך זאג אז א גוטע ווייבער שול איז וויכטיג פאר די טעכטער, ס'איז באמת וויכטיג פאר דאס ב"ב אויך זאל זי אויך קענען זעהן ווי אירע קיואוט יונגלעך טאנצן הקפות, אבער דאס האט דאך שוין נישט צו טון מיט א טאטע אין חודש תשרי.......).
(עטליכע יאר צוריק האבעך געטראפן ביי די הקפות א חבר פון ישיבה ער וואוינט ערגעץ אויסער די שטאט, איך פרעג אים ווי האסט דא אריין געבלאנדשעט? כ'האדיך שוין נישט געזעהן א גוטע פאר יאר, זאגט ער מיר אז ער איז דא אויף יו"ט אין שטאט און זיין פרוי האט אים געזאט ער זאל אהער קומען טאנצן מיט די קינדער ווייל דא איז דא א גוטע ווייבער שול אזוי וועט זי קענען גוט זעהן....)

קינדער האבן ליב פארשינדענע ערליי הקפות, דעריבער אז מ'ווידמענט א שטיק צייט ארום צו גיין זעהן אנדערע קהילות ווי מ'טאנצט איבעראל אנדערשט איז דאס שטארק קאלירפול פאר די קינדער, (קען זיין דו האסט נישט קיין געדולד, אדער אז דו האלסט אז דער רב פלוני איז א ליידיגייער... מאכט נישט אויס, די הקפות זענען שיין גיי אריין אהין מיט די קינדער.....)

דאס וויכטיגסטע זאך זיך צו פארשפארן עגמת נפש איז זיך אפצושמועסן מיטן ב"ב געהעריג 3 מאל (ווי חז"ל זאגן ביים עומר מעגל זה מעגל זה מעגל זה) קיין טעלעפאנען איז נישטא און מ'קען ווערן נערוועז אויף טויזנט, מאך זיכער ווען דו שמועסט אפ מיטן ווייב א פונקטליכע זמן א פונקטליכע פלאץ ווי מ'גייט זיך טרעפן ווי זי ברענגט דעם קליינעם צו די הקפות, מארסי ביי פען 8 אזייגער? מארסי ביי פען 8 אזייגער? מארסי ביי פען 8 אזייגער?..... אז נישט ווערט א מיספארשדענדעניש נאכן ווארטן א האלבע שעה קומט זי אן זי זאגט אז זי האט געמיינט 8:30 אדער פארקערט זי ווארט א האלבע שעה אומזיסט, אדער קומט זי אינגאנצן נישט ווייל זי ווארט אויף לי ביי פען אנשטאט מארסי ביי פען....,
הגם דאס האט באמת צו טון מיט שלום בית אבער די מציאות איז אז ווען מ'לייגט נישט קיין דגוש אויף אזא פונקטליכע אפשמועס ליידן צום סוף די קינדער דערפון... כידוע לי"ח.

שמחת תורה בייטאג
פאר די אלע וואס ליידן פון ערב שבת חנוכה דיסארדער... (עי' מיין ארטיקל ערב שבת חנוכה דיסארדער) שמח"ת בייטאג קומט דאס ארויס אויף א שטערקערע אופן..., ס'איז דא חיובים פאר זיך און פאר די קידנער, מ'דארף עולה זיין, ליינען אין הערן די קריאה פון 3 חתנים, כל הנערים, ס'טוט זיך...., די פרעשור ווערט זייער שטארק,
נא וואס טוט מען?, איך גלייב אז יעדער האט שוין מסתמא א אויסגעטרעטענע מהלך וואס און וויאזוי ער פירט זיך, אבער הכל מודים אז ס'מוז זיין א מהלך, מ'מוז האבן א פלאן וואס מ'גייט טון, וויאזוי, און ווי,

ווער ס'דאוונט לכתחילה אין א קלענערע שול דער האט דאך לגמרי נישט קיין פראבלעם, דא הייבט ער אן דא ענדיגט ער דא איז ער עולה דא זענען זיינע קינדער עולה, דא ברענגט מען דעם קליינעם צו כל הנערים, דא מאכט ער קידוש, דא הערט ער ליינען, און דא דאוונט ער מוסף, די פראבלעמען מאכן זיך נאר ביי דיע וואס דאווענען אין די גרויסע שולן און מ'צוהאקט דעם סדר אויף פיצלעך, די קינדער זענען עולה פארן דאווענען, ער דאוונט, ער מאכט קידוש, ער נעמט זיין קליינעם עולה זיין דעם כל הנערים, ער הערט ליינען הערשט נאכדעם טאנצט ער די הקפות, און דאוונט מוסף, הקיצור א צופארענעם סדר, לדעתי איז דאס נישט קיין עסק, הן ס'איז בעצם נישט מסודר, והן אז לפי הסודר והמחזור איז עס נישט מסודר, איך פארשטיי אז עולה זיין פארן דאווענען האט מען געמאכט כדי צו פארגרינגער'ן דעם טרעפיק, אבער איך טראכט אייביג צו מיר, וואס איז דאס דעס עולה זיין יעצט?, בשלמא נאכן דאווענען נאך די הקפות מ'איז עולה און מ'ליינט איבער און איבער, גוט אזוי איז דאך די נארמאלע סדר יעדן שבת ויו"ט אז נאך אתה הראת ליינט מען, נאר שמח"ת טאנצט מען הקפות פארן ליינען און ווען מ'ליינט שוין ליינט מען איבער, און יעצט בין "איך" עולה, אבער פארן דאווענען? וואסי יעצט?, סתם אזוי מ'ליינט מ'ליינט איבער און איבער איך פיל עפעס ס'מאכט נישט קיין סענס....

דאס ערשטע וואס מ'דארף צו וויסן ווער ס'האט קינדער אז שמח"ת בייטאג טאר מען נישט אויפשטיין שפעט, איך וואלט אראפ געשטעלט אזא סדר פאר איינעם וואס דאוונט אין א גרויסע שול, שטיי אויף צייטלעך, כאפ א שטילע מנין בערך 9:30 הייב אן שחרית, הלל, אתה הראת, 7 הקפות ארום דעם בלעמער, און ליינען עולה זיין זיך מיט די קינדער, מיטן כל הנערים אינאיינעם, (אויב מ'האט שוין א גרעסערע קינד קען מען אים שיקן אויפיקן דאס קליינע צו כל הנערים) הער דא חתן תורה, חתן בראשית, חתן מפטיר זאגן די הפטורה, נאך די הפטורה ביסטו פטור, ווילסטו קענסטו יעצט דאווענען מוסף אז נישט עוד היום גדול...., יעצט איז די זייגער בערך 11, קען מען מאכן קידוש רואיג מיט די קינדער, עסן עפעס א נארמאלע שטיקל עסן (קרויט לאז פאר שפעטער...) דו ביסט רואיג, די קינדער זענען רואיג, יעצט קען מען גיין צו די גרויסע הקפות, און דארטן זיך פלאצירן.

נאך די גרויסע הקפות קען מען דאווענען מוסף (אויב האט מען נישט געדאוונט פריער) און מ'קען עסן א סעודה געזונטערהייט (מיט קרויט), און זיין צוריק צייטלעך צו נעילת החג, נאכאמאל יעדער קען טון וואס ער וויל און וואס ער האט ליב, אבער ווי פריער געזאגט מוז מען זיין באשטומט וואס מ'וויל און וואס מ'גייט טון,

ווען מ'ווארפט נאש אין שול גרייט אן א בעד פאר דיין זון, ער זאל זיך אריין לייגן די סחורה אין בעג, קודם אז ער זאל האבן ווי צו האלטן די סחורה, ווייל אז נישט קען די בכיות זיין זייער גרויס אז ער האט שוין כמעט געהאט נאך דריי קענדיס און ס'איז ארויסגעפאלן פון זיין הענט...., און נאכדעם דארף ער א בעג אז ער זאל נישט עסן אלע זיסקייט אין איין טאג, זאג אים אז מ'קען דאס האלטן פאר די נעקסטע פאר וואכן צו עסן יעדן טאג איינס, איך ווער פשוט דיזי צו זעהן אזויפיל נאש און קענדיס מיט זאזא'ס אין איין קינד'ס האנט, אוועק נעמען קען איך נישט, אבער מדחה זיין קען מען, מ'קען אים קאנוויסן אז ער זאל דאס אנגרייטן אויפן עתיד, איינמאל א קינד איז מחליט אז נישט אלעס איז פאר היינט איז שוין גרינגער מעביר צו זיין די סחורה.....

במשך די יו"ט דארף מען בכלל זיין באמת בשמחה, (די גר"א האט געזאגט אז שמחת יו"ט איז די שווערסטע מצוה) און ווייזן פאר די קינדער אז מ'פרייט זיך מיט די תורה, מ'פרייט זיך אז מ'איז א איד, די זיסע ברכה וואס ווערט געזאגט טויזנטער מאל שמח"ת "אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו" דאס איז אונזער שמחה און יעצט איז די זמן וואס מיר גיבן דאס ארויס פון הארץ, ווי שלעכט גייט פאר א גוי וואס האט נישט קיין טעם פון זיין לעבן וכו' וכו'.....

ווען מ'רעדט פון אמת'ע שמחה, איז דא א קבלה פון היייליגן ר"ר מילך (דער קאמארנה ברענגט עס ועוד) אז די צווייטע טעג סוכות זאל מען נישט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות בייטאג צוליב וזר על יתערב בשמחתינו, הגם ס'איז באמת מסתמא א מנהג דורי דורות אז מ'טרינקט שמח"ת ווייל ווען נישט וואלט מען נישט מתקן געוועהן צו טוישן דעם דוכענען פון מוסף צו שחרית, אבער אלס א טאטע פון קינדער דארף מען האבן דעת, און מיטן טרינקען אלקעהאלישע געטראנקען קען מען פארלירן דעם דעת און די צורה פון א טאטן צו זיינע קינדער, וואס ווי פארשטענדליך אז א טאטע טרינקט זיך אן און צופירט זיך מיטן נכנס יין יצא סוד דאס איז עושה רושם אויף די קידנער זייער נישט גוט, ווילסט טרינקען זייער גערן, נאך די הקפות, אדאר אגאנץ יאר, בשעת די הקפות האב אמת'ע שמחה, דו זאלסט טאנצן, נישט די אלקעהאל זאל טאנצן אין דיר....

מוצאי שמחת תורה, איז א מנהג ישראל צו זאגן פאר די קינדער צוריק אין חדר אריין.........

א מקור ביטע?......

א גוט קוויטל

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 1:51 pm

א שאץ

יישר כח

כ'האב מורא געהאט אז חוה"מ וועסטו נישט שרייבן, אבער ווייסטעך ס'איז א דבר האבד

נאכאמאל יישר כח

אגב, מיין ווייב האט גליינט דיין ארטיקל פון סוכות ווי דו שרייבסט וועגן שלאפן לתיאבון, נו נאר דאס האט מיר אויסגעפעלט, זי האט נישט געלאזט מיראראפלייגן זיך ערב סוכות

עניוועי, כ'האב הנאה געהאט יו"ט צו טרעפן א מקור דערויף, אין לקט יושר א תלמיד פונעם תרומת הדשן, ער ברענגט אז אזוי האט זיך דער תרוה"ד נוהג געווען
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 2:12 pm

און יעצט עטליכע הערות אויף דיזע ארטיקל

א שאלה צום מאץבנוגע תהלים הו"ר
דא רעדט מען פון אידן וואס יעדע נאכט שלאפן זיי לתיאבון 11 אזייגער
איז נישט אויפשטיין ביים עלות די זעלבע

מנחה הו"ר
קען מען אפשר צולייגן א גוטע עצה (בעיקר פאר די וואס דאווענען/הערן דרשה/זאגן הושענות אין די גרויסע שולן ווי מען ענדיגט שפעט.
נאך די הושענות/מוסף כאפט א מקוה לכבוד יו"ט (ושבת) און דאוונט מנחה, און דאן קענט איר רואיג דרימלען ביז כמעט צאה"כ, און טאנצן מיטן פרישע כוחות די הקפות
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 2:16 pm

דורכגעליינט

זייער הנאה געהאט

א גרויסן יישר כח!
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 2:55 pm

הערליך הערליך..
זייער הנאה געהאט, יישר כח

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוקטובער 07, 2009 1:43 pm

האבעך אריין געכאפט צוויי ארטיקלעך דורכן עפענען דעם אשכול נאר איין מאל, עפעס ניצן מעג מען דאך האבן פון אנקומען שפעט.

הרב שץ, ווי מער דו שרייבסט, הערסטו מיך אויף צו איבערראשן, איך האשוין דיסיידעט אז דאסיזעס, מ'קען דיך נישט אויסרעכענען דו ביסט אין טו איט ווי מ'רופטעס, נאר די 'איט' איז יעדעס מאל עפעס אנדערש, הערליך שיין אראפ געלייגט א הארציגן יישר כח.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 5:27 pm

אט איז א ווארד פייל צוזאמען געשטעלט ביידע ארטיקלען פון סוכות און פון די צווייטע טעג,
אז איינער קען עס מאכן פאר א פי די עף, זכות הרבים ימליץ טוב בעדו
צוגעלייגטע
א טאטע סוכות.doc
(82.5 KiB) דאונלאודעד 128 מאל

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 5:58 pm

יעצט דורכגעליינט די צוויי ארטיקלען, א גרויסן ישר כח הרב שאץ, עס איז מלא תוכן.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:21 pm

אין פי.די.עף.
צוגעלייגטע
א טאטע חודש תשרי.pdf
(77.93 KiB) דאונלאודעד 156 מאל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 9 געסט