אייער עקפיריענס ביים אתרוג קויפן, און וויפיל האט איר באצאהלט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מען קען קויפען א סעט פאר 29.99 אויף איבעי מיט א כשרות סערטיפעקיט.

כאפטס אריין א מציאה!


די אתרוג אין די פיקטשער זעט אויס הערליך.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דא האט איראיינער א מייקר שערים וואס פארקויפט א סעט פאר 500.00
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דא האט איר פון אייכלערס.

די פרייזען הייבען זיך אהן פון 25.00 ביז 120.00

http://www.eichlers.com/ProductList/Suc ... Esrog.html
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

רבותי, היינט האט מיין דאווענען גענומען מיט אפאר סקונדעס לענגער,

וואס איז? וועל איך אייך פארציילן, נעכטן פרעגט מיר מיין רעבעצין, נא? האסט שוין אן אתרוג? ניין, איז געקומען דעם אנטווארט,
מערצעשעם מארגן איבערמארגען,

למעשה אזוי היינט אינמיטן דאווענען איז מיר בייגעפאלן אז מען גייט יא היינט זיך ערלעדיגן אן אתרוג, און נישט ווי פאראיאר און פאר צוויי און אזוי ווייטערדיגע יארן,
וואס מען איז געלאפן פון איין סוחר צום צווייטן, און ווער עס האט געבעטן א פעטערע'ן פרייז האט מיסתאמע געהאט א שענערע פרי, צום ביישפיל פאראיאר, האב איך געזוכט און געזוכט,
און ווען עס איז געקומען מוצש"ק עריו"כ בין איך שוין געווען אנגעצויגן, נאכן זיין ביי אלע פראמינענטע סוחרים, בין איך אריבער צו איינעם וואס זייער גרויס, און ער האט סערוויס אויכעט,
און איך האב באצאלט גאנצע ארבע מאות שקל כ'מיין דאלער עובר לסוחר, עס האט נאר געהאט אפאר קליינע פלעקן מיט קליינע שווארצע פינטעלעך וואס איז נישט נראה לעינים און די טינקעל,
די גידול איז געווען גאנץ שיין, בקיצור גאנץ שיין, און באקומען א נארמאלע לולב, וואס דער דיין האט געזאגט אז עס איז כשר, פונקליך ווי מהודר ווייסעכניש,

און די מעשה גייט נאך ווייטער, זונטאג ערב יו"כ נכן עסן די קעיק פונעם שמש, און איבערגעלאזט מיין צוואנציגער שטייצעך,(די רעבעצין וואלט זיך מחייע געווען מיט א צוואנציגער פאר א יעדע שטיקעל קעיק)
קום איך אהיים, זעה איך ווי מיין יונגעל שפילט ארום דערמיט, שטייצעך אז קיין זכר פון כשר האט עס שוין נישט געהאט, איז מען נאכאמאל געלאפן צום סוחר און געבעטן אפרישע פאר א גוטע פרייז,
וויבאלד איך האב דאך שוין איינגעצאלט מיין שעיר דאס יאר, נא, וואס מיינט איר, האבעך אים צוגעצאלט פאר אן פערטל, וואס יו"ט איז עס שוין געווען האלב אויסגעטריקענטע לולב,
נאך א ארבע מאות שקל און אפשר נאך מער, איך ווייס נישט ווי דער דאלער האט דעמאלט געהאלטן, בקיצור, נאך א מאה, און דאס איז און די טיפ דריי מאל פארן דיין, און אן די ערבות, און אן די אתרוג
וואס איך האב געקויפט אויף די גאס, פאר א צוואנציגער, אן אמתער יופי, מיט א פיטום, דער דיין האט דאס באוואונדערט.

צירוק צו אונזער מעשה, האב איך אזוי פאר כי אתה שומע, א תפילה געטאן צום אייבערשטן, און דאס איז שוין און צוגאב צי די חמישאסער תפילה, רבש"ע העלף מיר מיט א שיינעם אתרוג,
פארדעם האט מיין דאווענען היינט גענומען מיט אפאר סקונדעס לענגער,

ארויסגייענדיג פון שוהל, נאכן אוועקלייגן די טלו"ת, האב איך געכאפט אזא שפאציר צום יריד, און איך וויל אייך דאס פארציילן, ביז צוואנציג מינוט בין איך געווען אינגערויסן פון דארט,
מיט א הערליכע אתרוג, א פיקטשער פערפעקט גידול אנע שוואצע פונטעלעך, א שיינע קאליר, און דאס איז שוין געווען נאכן ווייזן פארן דיין,

און ווען עס קומט צו באצאלן, בין איך געווען זיכער, אז דאס איז נישט פון די אנגעגעבענע פרייז, נאר דאס איז עפעס ספעשל, און דאס קאסט טייערער, און ווי איבעראשט בין איך געווען ווען ער זאגט מיר,
אז ניין עס קאסט ניטאמעל קיין גאנצע מאה וחמישים, ווען מען געט אים א הונדעטער מיט א פופציגער באקומסטו נאך צירוק א גאנצע טאלער,

און פארדעם ווען איז איז געקומען צו ענטפערן אויף די פראגע אויב עס איז איבערגעטריבן, נאך פארן עפעס צו לעזן, האביך געענטפערט ניין, ווייל איך האב אסאך אונטערגעצאלט קעגן די פארגאנגענע יארן,

האטס מיר אלע א גמר חתימה טובה
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דא איז דער פלאץ זיך עפנטליך צו באדאנקן פאר מיין גוטן חבר (וואס איז נאר דיין ניק דא?) ר' שליט"א וואס האט מיר אזוי ווי אלע יארן ארויסגעהאלפן מיט א מהודר'דיגן אתרוג, וואס דער דיין (הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א) האט געזאגט דערויף אז עס איז "נקי מכל" און "א נארמאלער אתרוג סוחר וואלט געבעטן דערפאר דריי הונדערט דאלער".

מיין חבר האט דאס מיר ערלעדיגט - אין צוגאב צו א לולב, הדסים, און קוישעלע - פאר גאנצע הונדערט און פופציג רובעל!

זאל דיר די זכות פון די מצוה באגלייטן לאורך ימים ושנים, און אי"ה איבער-א-יאר אויף ווידערזען אין ירושלים עיר הקודש ביים ד' מינים יריד.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כאמיך נעכטן גע'טענה'ט מיט איינעם, וואס כאטש ער האלט ווי מיר, גלייכט ער אלץ ארויס צו ברענגען דעם אנדערן צד אויך, און ער האט מיר פראבירט מסביר צו זיין, אז די סוחרים מעגן בעטן וויפיל זיי ווילן, און איך האב גע'טענה'ט, אז ס'איז נישט אמת, ווייל למשל אזוי ווי איינער האט ארויס געברענגט וועגן די עליות, און די זעלבע איז מיט גראסעריס, (ווען זיי מאכן נישט א יד אחת.) זיי מעגן בעטן וויפיל זיי ווילן, קענסט נישט באצאלן גיי צו אן אנדערן, אבער אתרוגים, איז א זאך וואס (דערווייל) מוז יעדער האבן, זעה איך נישט קיין שום סיבה פארוואס ער זאל מעגן בעטן וויפיל ער וויל, למעשה האט ער נאר גע'טענה'ט, אז אין פאקט ווייסן מיך דאך נישט באמת וויפיל אן אתרוג קאסט, און ער קען מיך איינרעדן וואס ער וויל, און איך קען עס אים נישט אויפווייזען, סאו איז ידו על העליונה, ווייל ער טענה'ט, אז ער מוז מאכן געלט, ס'איז א שווערע עסק די גאנצע מסחר מיט אתרוגים, ווייט פון דערהיים, און אסאך ווערט געשעדיגט, ועוד ועוד, סאו, עמער מוזן ווארטן אויף מעסטער'ן, וואס ער קען מיר אויך איינרעדן וואס ער וויל, ווייל איך קען אים נישט אפ פרעגן, אבער לאמיר זען צו ער וועט קענען עפעס אביסל אפשטילן דעם אויפברויז.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

עד הנה עזרוני רחמיך, ב"ה היי יאר בינעך אויך א געהאלפענער.
כ'בין געווען נעכטן ביים 'מאל' (נישט ביים יריד), פאר $125 האבעך זיך איינגעהאנדעלט א גאנצע סעט ד' מינים - הערליך שיין. ב"ה.
אן אתרוג פון מאראקא אנצוהאלטן די טראדיציע מדור דור, שטייטסעך מיט בלאט פלעקן אבער דער קאליר, דער נאז און די רויז (שושנתא) אידאך א קישן צו געבן.
דער לולב איז פון מצרים (נעבן די נילוס), פארמאכט, מיט א מוך, גרין, און גראד.
הדסים גיימיר אויפפיקן נעקסטע וואך, און ערבות אויך אי"ה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

מעסטער'ן האבן מיר פארלוירן, על מי נטשת כל הצאן, ווער וועט יעצט פארענטפערן די אתרוגים סוחרים?..
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעל. מיט אייכלער'ס, אקעי, די ארץ ישראלדיגע אתרוגים הייבט זיך טאקע אן ביי 29.95, אבער די אנדערע וואס זענען נישט די אר"י'דיגע, למשל (אריזאנע) יאנאווא און מאראקאנער פאנגן זיך אן ביי 120 טאלער.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ארץ ישראלדיגע זענען נישט כשר?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

בוודאי איז דא כשר'ע, נאר עס זענען דא געוויסע, וואס זאגען נאך בשם הגה"צ בעל מחבר ספר דברי יואל מכתבים (ועוד) זצו"ל
אז ער האט גע'פסק'עט אז מען טאר נישט הנאה האבען פון פירות וואס זענען ארויסגעטראגען געווארען פון אר"י, (עיין בזמירות דבר"י ר"ה פירות שהחיינו).
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיר האבן זיך שוין ב"ה איינגעהאנדלט נעכטן נאכט אן אתרוג סעט, ס'הייסט לולב, אתרוג, הדסים, פאר די פרייז פון $148.92 (מיט א דיקאונט פון 8 צענט)

די אתרוג איז גאנץ א שיינע, כ'רעדט פון די אויסקוק, דער דיין האט בעיקר געוואלט וויסן וויאזוי איך הייס און ווער מיין טאטע איז.

די לולב איז אויך גאנץ א גוטע, די הדסים האב איך נישט קיין השגה, ס'קומט סייווי פארמאכט, און איך ווייס נישט וואס מ'דארף דארט קוקן,

בקיצור, דאס גאנצע איינקויפן האט היי יאר גענימען א נישטיגע 15 מינוט, ס'מיינט א דריי הונדערט פראצענטיגע שניט פון פאריאר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צייטליך;

קענסט נישט באשולדיגן דעם דאיען, ווייל זעהנדיג דיין בילד דא רעכטס, ווילט זיך מיר אויך פרעגן וויאזוי דו הייסט און ווער דיין טאטע איז...

הדסים ברויך מען בעיקר קוקן עס זאל נישט זיין נקטם ראשו (ס'טייטש נישט דער שטרענגל און נישט די אויבערשטע בלעטער [זוי מיין איך] זאלן זיין אפגעהאקט ביים שפיץ), ווי אויך זאלן אלע דריי בלעטלעך ארויסוואקסן ביים זעלבן פלאץ רינגס-ן'-ארום פונעם שטרענגל.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

איך קויף (פאר מיין שווער, פאר זיך און פאר מיינע זין) די ד' מינים יעדער יאר אין 'זופניק מארק' (לעבן 'כיכר שבת' - 'מאה שערים') עטלעכע שעה פאר כניסת החג (ארום 12.30 - 13.30 ביי טאג). א שיין-מהודר'דיקער כפר-חב"דסקער אתרוג קאסט מיר דאן ארום 30 - 40 ש"ח פאר איינער (כולל הנחת כמות - איך קויף דאך פיר צוזאמען).
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

אפשר, פאלט מיר ביי, אפשר זאלן אלע חברי הקרעטשמע קויפן אינאיינעם די ד' מינים וועט מען דאך באקומען ס'ריזיגע דיסקאנט..

אקעי, די יאר האט מען שוין עטוואס געשפעטיגט, אבער אויף קומענדיגע יאר, העט דאס זיין דער קנאק-יאנקל פון יאר
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קעוועלי', א גוטער פלאן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צעהן דאלאר א סעט, נישקשה.
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

רבותי עס קוקט אויס ווי עס האט געהאלפן די דעבעטא דא,

היינט איז די יריד געגאנגען, מיט א תשובות המשקל, צו א נישטיגע 75 דאלאר,

א קנאפע גאנצע 50% אראפ.
לעצט פארראכטן דורך דרך אגב אום מאנטאג סעפטעמבער 24, 2007 2:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

חברים, זעטס ענק אראפ, כאפטס ענק אן ביים טישל, כ'וועל אראפברענגן א בריוו, וואס כ'האב נעכטן נאכט געפינען, אין ספר "תולדות קול אריה".

וז"ל:

ב"ה יום ה' תבוא תרמ"ב לפ"ק צאנז

השוכן בשמים יכתבהו לאלתר לחיים.

כבוד ידידינו הרב המאה"ג הגאון החריף ובקי החסיד המפורסם מו"ה אברהם יהודה כ"ץ נ"י האבדק"ק מאד יצ"ו.

לאשר שמענו את אשר עשו העמלקים ביניהם ליקר השער מהאתרוגים לכן גמרנו בדעתינו להזהיר את הסוחרים היושבים כעת בטיעסט שלא יתנו יותר ממחיר שנה העברה, וכתבנו להם באזהרה שכל מי שיעבור ע"ז לא יקחו אחב"י אצלו למצוה, ובאם העמלקים לא יניחו השער אז יקחו קארסיקאנער יעניווער ומאה"ק, וגם אנחנו מוכנים אי"ה ליקח מאותן האתרוגים.

ולאשר לא הי' הזמן גרם לבוא במכתב אצל כהדר"ג לכן כתבנו להסוחרים לטריעסט ואנחנו מבקשים מאת כהדר,ג שיכתוב בעצמו ביחוד אליהם באזהרה על כל הנ"ל ולהסכים על קניית האתרוגים ממקומות הנ"ל.

דברי הבעה"ח לעשות תקנה לקיום המצוה עפ"י תוה"ק.

הק' יחזקאל שרגא האלבערשטאם
(אבד"ק שינאווא)

הק' דוד האלבערשטאם
(אבד"ק קשאנוב)

הק' ארי' ליבוש הלוי
(חוב"ק מאשציסק)

הק' אהרן האלבערשטאם
(אבד"ק צאנז)

הק' שלמה האלבערשטאם
(אבד"ק באבוב)

הק' משה האלבערשטאם
(חוב"ק בארדיוב)


*

קאמענטארען זענען גענצליך איבריג, גאר שטארק איז בולט דאס ווארט "עמלקים" וואס איז זייער שארף.

וויאזוי פלעגט דער רבי זי"ע וויינען: ווי נעמט מען די צדיקים פון אמאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעקב אלי';

געוואלדיג!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

K. א פארטיגע קאמפיין אויף איבער'ס יאר!
מ'גייט איבערדרוקן דעם קול קורא, און מפרסם זיין בכל קצוי תבל.

חברה, עטס זענטס גרייט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

גרייט!

וויאזוי ווילסטו עס הענגען מיט "סטעיפלס" אדער "סקאטש-טעיפ" ?..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

גאן סטעיפלס.........
כ'מיין, וואס ס'קאסט דאס ביליגסטער........
ווייסט וואס כעלדיר זאגן? אסאך מאל האבעך געטראכט צו מיר, מ'זעהט צדקה ארגעניזאציעס וואס העלפן ארויס אידן אין זיין פלאג, און מאכן אוועק די וואס ספענדן פאר נארישקייטן, ווען זיין אליינס מאכן א צדקה אקציע, אידאס אויפ'ן העכסטן און גרעסטן פארנעם.... טייערסטע גרעפיקס, הערליכע פרינטינג וכדו' וכדו'. דערפאר האבעך אזא מנהג טוב נישט צו געבן צו סאך פאר די חברה.

דערפאר זאגעך דיר, אז דאס ביליגסטער איז דאס בעסטער......

דזשאסט קידינג.....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

דער קול קורא איז ווערד אלע געלטער (שטאטס פאר'ן עסריג סוחר).

עניווי, איך האב א ידיד וואס איז אראפ קיין קרוין הייטס און דארט געקויפט עטליכע שיינע סעטס פאר 70 טאלער שטיק.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”