בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 11:34 am
דורך lebediger berel

מיט דעם ברעך איך דורך מיין שר חמש מאות וואס איז געשטאנען אין די זייט פון 499 תגובות און איך לאז מיך באקליידן מיטן נייעם טיטל שר האלף וואס איך האף צו טראגן מיט שטאלץ אויף נאך 999 תגובות. יהא בואו לברכה, און אזוי האב איך מיך ארויסגעדרייט פונעם סינדראם. עמער זען וואס האניג וועט צולייגן ביז דעמאלטס
איך בין צוריק געקומען פאריכטן דעם תגובה נאכן שמייכלען צו מיין בילד מיט די ווערטער שר האלף העכער דעם, און איך בין גרייט אנצונעמען מזל טוב'ס פונעם עולם.
ברוכים תהיו אימערצעשעם ביי ענק אויף סימכעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 12:00 pm
דורך גראדער
מזל טוב, אסאך אידישע קרעטשמע עד מאה ועשרים אלף תגובות...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 2:03 pm
דורך האניג
מזל טוב, בערל! מזל טוב, בערל! זאלט איר זוכה זיין צו פילע תגובות פיל מיט שורות, פילע שורות פיל מיט ווערטער, און פילע ווערטער פיל מיט אותיות! איין זאך זאלסטו אבער ביטע געדענקן און חלילה נישט פארגעסן יעצט ווען דו גייסט ארויף א מדרגה, בעט איך דיר מעומק לבי, זאלסט למען ה' נישט פארגעסן דיין פעסווארד צום קרעטשמע היל"ת! זיי מיר געזונט און קראנט. כ'מוז גיין עסן פרישטאג איידער ס'לויפט אויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 3:43 pm
דורך lebediger berel
קוק האניג, ווען נישט די ערשטע טויזענט תגובות וואלסטו ווען מיט דיין איצטיגע תגובה געשטיגן אין ראנג. איצטערט, א שר האלף ביזטו געווען און א שר האלף בלייבסטו פאר נאך 499 תגובות.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:42 am
דורך סביב העולם
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 4:40 pm
דורך למעלה משבעים
א דאנק דיין ארויפברענגן די אשכול האב איך דורכגעבראכן דעם סינדראם.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 4:45 pm
דורך בערטשע
כשמו כן הוא, ער דרייט זיך ארום אין אייוועלט רונדע דעם זייגער,
בערטשע האט געשריבן:
א מזל אז עס איז דא עטליכע וואוילטעטיגע אידן וועלכע לינק'ן אריין צו אזעלכע אלטגעזעסענע, אבער גאר זיסע אשכולות, ווען נישט וואלטן די אינגע ליינער קיינמאל נישט זוכה געווען זיך צו באלעקען די ליפן.
ממש א מחי'.
א דאנק אייך בשם די התאחדות אברכי אייוועלט.