געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג ספטמבר 24, 2009 3:58 pm
אינטערוויו אונטער אינסטראקשענס, ביטע קומט צוריק ווען איך שטיי אויף.
ריזערווד! ריזערווד! עטס קענטס אלע פלאצן איך האב רעזעוורד דעם אשכול! עטס קענטס גארנישט טוען דערצו! אדרבה! פרובירטס נישט!
לכבוד מיין פינף הונדערטסטען תגובה, וועל איך בע"ה דא אהערשטעלן אן אינהאלטסטרייכן אינטערוויו. פרעגט מיר נישט וואס וואו ווען, פונוואנענט זאל איך וויסן? כ'האב דאך עס נאכנישט געשריבן!
(איך גיי בע"ה פאוסטען דעם אינטערוויו אויף דעם תגובה, כ'גיי איבערשרייבען דעם תגובה, דערפאר ביטע נישט מגיב זיין דערויף. טשכוח!)
Advertisement
דאנערשטאג ספטמבר 24, 2009 4:33 pm
האניג סעזאן בתוקפה....
איין מינוט, איין מינוט....
תגובות פונעם 'איין ווארט אשכול' ודכוותיה רעכענט מען נישט יעדע עקסטער, נאר א דאזען ווערט גערעכנט פאר נאר איין תגובה...
........................................
מזל טוב, מזל טוב.
דו מאכסט אונז זיס דאס לעבן דא.
יישר כוח.
מיטוואך ספטמבר 30, 2009 8:30 am
האניג האט געשריבן:לכבוד מיין פינף הונדערטסטען תגובה, וועל איך בע"ה דא אהערשטעלן אן אינהאלטסטרייכן אינטערוויו. פרעגט מיר נישט וואס וואו ווען, פונוואנענט זאל איך וויסן? כ'האב דאך עס נאכנישט געשריבן!
(איך גיי בע"ה פאוסטען דעם אינטערוויו אויף דעם תגובה, כ'גיי איבערשרייבען דעם תגובה, דערפאר ביטע נישט מגיב זיין דערויף. טשכוח!)
וויפיל איז די שיעור צו ווארטן???? אויב דו האסט נישט קיין טעלעפאון סערוויס, קענעך דיר בארגן מיין סעלפאון.
מיטוואך ספטמבר 30, 2009 11:30 am
בשורה טובה!
סגולה לפרנסה בדוק ומנוסה!
איך טראכט צו מיר אזוי, אן אינטערוויו? ווער האט דען דאס צייט? ווער טאקע? נישט מיך! איז לכבוד מיין אויפגאנג לשר חמש מאות, וועל איך ענדערש שרייבן א געוואלדיגען סגולה, וואס איך האב אליינס פרובירט, וואס יעדער מקטן ועד גדול וועט הנאה האבן. וזה החלי:
מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן לכל יושבי הקרעטשמע והגלילות הע"י, אז נאך א פילע וואך פרובירן, איז מיר ענדליך אויסגעקומען צו פילן א מורא'דיגע סגולה אויף מיין אייגענע הויט, בלוט, פלייש, נערווען, חברים, און נערווען פון חברים. אט האט איר דעם געוואלדיגן סגולה:
זוכט איר פרנסה? זוכט איר א דזשאב? זענט איר אויסגעלאפן פון פאטענטן וואו אהינצושטעלן אייער אדווערטייזמענט אנע רעזולטאטען? דאן טוט אזוי, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, ואם ראשונים כחמורים אנו כשיכורי כלבים.
סטעפ ביי סטעפ, נישט אויסלאזן גארנישט: שוין יעצט, אן קיין שהיות, שרייבט א גאנע אשכול, און ממש ביים סוף סוף אזוי דרך אגב'דיג, שרייבט אז דעם קומענדיגן תגובה וועט זיין אן ערענסטע באשרייבונג, א לענגס, ברייטס און הויעכס.האניג האט געשריבן:און פלוצלינג כהרף עין, אויפ'ן סעקונדע, גיבט זיך אלעס א האסטיגע שטעל אפ מיט א שרעקליכע קוויטש!
און איר באקומט דזשאבעס איבער'ן קאפ! גלייבטס מיר!
ס'איז מיר געווארן ביזי בזיונות. ביזי פון איין זייט, און בזיונות פונ'ם אנדערן זייט...
אנטשולדיגט כ'בין פארנומען, כ'דארף גיין ארבעטען...אויב איר ווילט דוקא קענט איר מיר פרעגן אינטערוויו קוועשטינס אונטען, און מיין לאויער גייט פרובירן צו מאכן צייט צו ענטפערן און אלעס אויסגלייכן על צד היותר
טוב. אן קיין צוזאג... (ער זוכט נאך א ניק, האט איינער עפעס א גוטס?...)
המשך יבוא אי"ה (אדער דורך מיר אדער מיין לאויער אדער מיין ווייב אדער דורך גרוזי).
נו, וואס שרייבט מען יעצט???
אה, יא: במחילת כבודך הרמה, האניג, דו רעדסט טאטאל נישט צום זאך!
מזל טוב! מזל טוב! אן קיין איבריגע פאמפע האט מיר דעם קעניג פונ'ם נמשל ארויפגעשלעפט צום שר חמש מאות!
מיטוואך ספטמבר 30, 2009 11:35 am
מזל טוב! שר חמש מאות!
מיטוואך ספטמבר 30, 2009 11:40 am
האסטעך אויפגעוועקט? זאגמער וועלכע קאמפעני אלארם קלאק האט דיר אויפגעוועקט פון דיין טיפן שלאף?
אה, מזל טוב!!!!!
אבער בלייב נישט שטיין, הייבאן שיסן ארטיקלן.
מיטוואך ספטמבר 30, 2009 2:33 pm
האניג קיפ איט אפ!
אגב די הכנה איז געווען גרעסער ווי דער מצוה!
מיטוואך ספטמבר 30, 2009 6:41 pm
יעצט אז דו האסט שוין געשריבן, האסטו נאך דזשאבס? אדער קענסט שוין שרייבן ווייטער?
מיטוואך ספטמבר 30, 2009 6:47 pm
זייער פיין געפרעגט, ווערע'לע, דאס איז דער צווייטער חלק "מנוסה" פון "בדוק ומנוסה", עמער זען. איך זארג מיר נישט אבער אינגאנצען, היינט צוטאגס קען מען דאך קויפן "פרנסה"...
מיטוואך אוקטובר 07, 2009 1:52 pm
האניג, חאלעמויעד ארבעט'סטו אויך? סעט זיין מיט די אונטערוועש, כ'מיין אונטערוויא?
דאנערשטאג אוקטובר 08, 2009 11:18 am
אהא. עמיר עס מוזן איבערלאזן פאר הערשל פריעדמאן...
דאנערשטאג אוקטובר 08, 2009 1:36 pm
דרייטער זיך ארויס, אקעי, עמערעס לאזן פארן עולם קער צו נעמען.
שבת מאי 12, 2012 9:36 pm
דער עולם האלט נישט ביים קיערנעמען, כ'הער. סארי...
שבת מאי 12, 2012 10:43 pm
דאן ברויכסטו אליין ארויפשארצן די ארבל און אנהייבן קעיר נעמען! וואס איז די תכלית פון ווארט?