בלאט 1 פון 2
אז די קענסט נישט בלאזען נעם דיך נישט אונטער!!!
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 1:17 pm
דורך געלעגער
חחחח......
ולשמחה מה זו עושה?
וואס איז דאס געלעכטער אונעם סאמען מיטן חודש אלול?
זעצט אייך צו וועל'ן מיר אייך דערציילן,
יעדער ווייסט אז אנגעפאנגען פונעם צווייטען טאג ר"ח אלול בלאזט מען שופר נאכן דאווענען איינער פאר לדוד אין איינער נאך,
יעצט לאמיר כאפען א שפאציר אונעם היכל הבית מדרש און זעהן ווי זוי די שופר בלאזען גייט צו,
ס'איז און דעם אפאר קאטעגאריעס,
ביי מאנכע, גייט דאס צו מיט א פשטות, ס'קומט צו קוי שלעפט ער שוין ארויס די שופר פין זיין טו"ת בייטל, ער טראגט אייביג מיט א שופר מיט זיך אנגעפאנגען פון חודש תמוז, ער האט עס אייביג גרייט אז אויב מ'זאל נאר עני טיים דארפען אמאל ערגעץ סייווי א בלאז איז ער דא,
ער ניצט נאר זיין אייגענע שופר ווייל דעי שופר דערקענט אום שוין, ער איז שוין געוואוינט צו זיין גע'שפייעכץ,
און טאקע ווען די ב"ת לאזט אויס ושמו אחד נאך פאר וואס וואו ווען הערט מען שוין א קוויטשיגע קול,
אונטערעסאנט צו באמערקען אז די יודן וועלן אייביג בלאזען די גאנצע סעט און זיך נישט באגענוגען מיט בלויז תשר"ת,
ווידער איז דא מאנכע וואס זיי האבען נישט קיין שופר אבער אויב מ'בעט זיי וועלען זיי בלאזען און זיי געבען א בלאז אפ און געגאנגען ווייטער,
ווידער איז דא אזאנע וואו מיר האבען היינט געהאט,
ס'קומט צו לדוד און די בעל תפילה דרייט זיך ארום זוכען ווער ס'קען בלאזען,
קודם איז ער געגאנגען פרעגען אלע יודן מיט גרויסע בערד צו זיי קענען בלאזען, (וואס בלאזען מיט בערד האבען און קאמען פארשטיי איך נישט, ווייל די יוד זעהט אויס וואו א יודע ספר מיינט נאך נישט אז ער קען די חכמה, די זעלבע שאלה האב איך ווען מ'זוכט א בעל קורא, זאג נאר, ווייל מיין בארד וואקסט נישט און די לענג בין איך עפעס א הינטערשטעליגער? אלענפאלס,)
יעדער האט אפגעזאגט,
צו זיי שעמען זיך, צו זיי קענען טאקע נישט ווייס איך נישט אבער יעדער האט געוויזען מיט די הענט. א-וואו איינער זאגט, איך בין הייזעריג,
שוין, אז מ'טרעפט נישט קיין בלאזער ביי די מנין וועט מען פראבירען שלעפען איינעם פין א צווייטען מנין,
די ב"ת לויפט ארויס און ברענגט אריין א קליין באבערד'לט יודל, יענער לויפט גלייך צו צום שופר וואו צו א גוטע פריינד ער גיבט אום א לייג צו צום מויל אבער דא איז עפעס געגאנגען כאדאראם,
די שופר האלט נישט ביים מיטשפילן, ס'האט ארויסגעגעבען עפעס א גריצעלדיגע גרידער אבער ווייט נישט א קול שופר,
די איד פראבירט נאך אמאל, ער דרייט ארויפ דעם שופר אין דערנאך אראפ, אבער גארנישט....
די שטימע הערט זוך ענדערש וואו א שטימע פין א גע'שחט'נע אקס אבער פאר קיין פאל נישט וואו א שופר....
נו וואס טוהט מען?
אה...
ער נעמט דעם שופר ער דרייט אום איבער און נעמט זיך האקען דערויף, ווי צו זאגען אז נאך אפאר פעטש פארשטייט יעדער אז מ'פאלגט,
ר' אידל טייערע, אינדערהיים ווען בלאזען ארבעט נישט האקסטו אויך אריין....???
נאכן האקען פראבירט ער נאך אמאל אבער גאאאארנישט....
וואו למשל מ'רעדט נישט צו אום,
די איד גיבט א ווינק אז מ'זאל אום ברענגען אן אנדערע שופר,
פין זיין אויפפירונג האט אויסגעזעהן אז ער איז נישט די פראבלעם דא בעצם איז ער א אייזענע בלאזער, נאר די שופר איז די שטער דא,
שוין, אז איד בעט איז מען געגענגען פארשאפען אן אנדערע, אבער ווער וואס וואו, דער בלאזט אויך נישט....
איך וואלט ג'עצה'ט אז ער זאל איינטוישן זיין מויל אין לאזען די שופר ליגען ראויג און אויב ארבעט נאך אלס נישט זאל ער האקען אויף זיין מויל....
נאך אלעם, בין איך געגאנגען צו א צווייטע מנין און דארט האט די שופר געארבאט א מחי' ב"ה, יעצט פארשטייט איר אידן וואס די געלעכטער איז געוועהן?
אז מ'קען נישט נעמט מען זיך נישט אונטער.....
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 1:19 pm
דורך קאמענטאטאר
וויאזוי זאגט יענער, מיין ווייב קען בעסער בלאזן פון אייך אלע...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 1:26 pm
דורך קרעמער
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 1:28 pm
דורך איך_הער
געלעגער, יוי לאכעך, ס'איז פרעגסטע? (וואסי, נאר דו מעגסט?) ווייל האסטעס אראפ געלייגט געוואלדיג, מיט אן אייזערנע שפראך, אז עפעס אנדערש אויסער לאכן, קענעך יעצט נישט טון.
און פאר נאך א סיבה לאכעך, ווייל כאמעך דערמאנט פון מיין היינטיגן בעל תוקע.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 1:38 pm
דורך שטארק זיך
געלעגער:
נעקסטע מאל דו פאציילסט פון מיין בלאזן, העליך יעדעם פאציילען וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט דיין קבלת שבת פאר'ן עמוד...
...און זעה ז'זאלען צושטעלן בעסערע שופרות, אקעי?
קאל מיך ניטאמאל איבערבעטן..
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 2:02 pm
דורך דארפסמאן
געלעגער האט געשריבן:איך וואלט ג'עצה'ט אז ער זאל איינטוישן זיין מויל אין לאזען די שופר ליגען ראויג און אויב ארבעט נאך אלס נישט זאל ער האקען אויף זיין מויל.......
נאך ווי געלאכט (נישט ח"ו מיט א אפען מויל)
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 4:50 pm
דורך פינקט פארקערט
יוי ביסטו גיט!!
די דערמאנסט מיך פין די בעל תוקע פאריגע וואך ביי מיין מנין, די ווייסט דאך, דעי אידען וואס האבען דעי האריגע טו"ת בייטלעך דעיס איז א סעט מיט א שופר, אקיצור, אינזער מנין האט נישט זוכה געוועהן צו אזא מתפלל, קומט דארט צו גיין א איד וואס האט ליב צו ליינען, דאווענען פארן עמוד וכו, געט א כאפ דעים שופר לייגט צו צים פיסקעל אין מיט אלע כוחות בלאאאז'עט (פרעג, וואס שטרענגט סיך אן, די ווייסט נישט אז מ'בלאזט מיט מוח נישט מיט כוח!!, וואסי, ווייל ווען ביזטע געוועהן פיצי האסטע רויף געקיקט אויף די בלאזערס, מיינסטו אז די קענסט אויך???)
אקיצור, רויט ווי א בוריק, אין ס'שטיל.... אחוץ אזא נויס ווי א איינער בלאזט זיך אויס די נאז הערט מען נישט גארנישט, נו דער עולם ווארט שוין צי זעהן וואס דא גייט זיך אויס"ב"לאזען, שוין נאך א פאר מינוט ווען דער בלאזער האט איינגעזעהן אז סגייט נישט האט ער אויפגעגעבען, אין מיט אזא מינע ווי איינער זאגט "כבין הייזעריג" (קרעדיט: געלעגער) האט ער אראפ געלייגט דעים שופר, אין דערנאך האט מען געהערט " שופר בלאזען".
די קיינד פיפעל אר אלוועיס די סעים, זיי מיינען אז ר"ח וויל דער עולם זייער שטארק הערן זייער הייזעריגע שטימע, אין זיי האבען ליב צו דאווענען זייער שטאט, אין זיי גייען צי צום עמוד ווען מדארף שוין זאגען הודו אין הייבען אן ביי ברכות, אקיצור, "דיפערענט".
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 4:53 pm
דורך שטארק זיך
איפכא מסתברא האט געשריבן:
(פרעג, וואס שטרענגט סיך אן, די ווייסט נישט אז מ'בלאזט מיט מוח נישט מיט כוח!!
הה"ד חכמה ואינה מלאכה.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 5:12 pm
דורך יודל מענדלזאהן
ס'דערמאנט די מעשה פונעם אינגערמאן מיט זיין ערשטע אויטא - א יוּזד (גענוצטע) קאר.
נאך א לענגערע צייט וואס דער אינגערמאן דרייווט ארום אין שטאט,
פאטהאול אריין - פאטהאול ארויס, פירט דעם אויטא אין בּאָד,
מיטאמאל שטעלט זיך דער רכב אפ, ער סטאַפּט-שאָרט,
קענסט האקן און בראקן ס'רירט זיך נישט פון ארט,
בלית ברירה צום אויטא מעכאניקער אריינגעפירט,
דערציילט וואס וואס עס האט מיט אים פאסירט,
הלמאי, דער אויטא שלאפט, פון ארט נישט גערירט,
געוואלד! הלא אנוכי אתונך מעודך, איך בין אינגאנצן שאקירט!
דער מעכאניקער הערט אויס זיינע קלאגן,
פארשטייט אז דער ראצער ווייסט פון קיין מעינטענענס צו זאגן,
פרעגט ער אים: ווען ביזטו די לעצטע מאל געווען אויף א טונ-אפ?
וואספארא טונא סענדוויטש איז דאס אויף דיין קאפ?
איך האב שוין געגעסן אין כולל היינט אינדערפרי...
ניין, דיין אויטא, זאגט דער מעקעניק, הער זיך צו מיר צו.
דעם אויטא? זאגט ער, פארריכט עס מיר נאר שנעל און געשווינד,
איך וועל דיר באצאלן ווי א וואויל קינד.
אויף אן אויל-טשעינדזש ביסטו אמאל געגאנגען?
האט דער מעכאניקער ווידער זיין פארהער אנגעפאנגען.
איז דאס דען א פרענטש פריי רעסטוראנט?
פרעגט דער אינגערמאן, ער טאפט דא א וואנט!
ווייסטו וואס, זאגט אים דער פיקסערמאן,
הער'זשע צו מיין געוואלדיגער פלאן,
לאז שוין איבער דאס אויל, פארשטייסטו מיך קלאר,
דארפסט נאר טוישן דעם אויטא, און מערצעשעם נאכאמאל איבערס'יאר...
-
דער נמשל דא אין אשכול, א מעשה'לע גאנץ ענליך,
אין בית המדרש א אינגערמאן, מיינט עס נעבעך ערליך
דערזעהט א שופר, ס'כאפט אים א חשק צו בלאזן - געפערליך,
ער בלאזט מיט אלע כוחות, ווערט אין פנים רויט,
דער שופר לאזט זיך נישט, מאכט אים דאס טויט,
ער פארארבערט מעשים און בלאזט ווייטער,
דער עולם קוקט צו, מען שמייכלט זיך אונטער,
פלוצלונג ער כאפט שוין, ער פארשטייט די פראבלעם,
דער שופר איז שולדיג, ס'האט גארנישט מיט אים!
-
ווען מיר זיצן דא, און פון יענעם מען לאכט,
ברויך מען א קלער געבן, נעמען אין אכט,
איר פארשטייט דעם מוסר השכל, מיינע טייערע אידן,
קוקט זיך אין שפיגל, איר וועט נישט זעהן קיין גרויסע אונטערשידן,
דיו לבא מן הדין, להיות כנידון,
איעדער פון זיך, א גאנץ יאר צופרידן,
איי עס האט נישט אזוי געטויגט, אין תורה ויראת שמים,
דאס בין איך נישט שולדיג, אויף יעדע זאך א תירוץ א נייעם,
דא האב איך נישט גוט געפילט, נישט אנגעיאגט דאווענען מיט מנין,
פארשפעטיגט דעם שיעור צוליב א חתונה, אדער אן אנדער ענין,
אין בין פערפעקט, קיין פעלער אויף זיך מען זעהט,
כל הנגעים אדם רואה חוץ, נאר ביי יענעם עס געשעהט,
אבער ווען עס קומט דער יום הדין, דאן זעהט מען דעם בראך,
מען זוכט א מצוה'לע, א זכות נאך און נאך,
אויפ'ן וואגשאהל דארף מען געדענקען,
העלפט נישט קיין תירוצים, א חתימה טובה צו שענקען,
דערפאר לאמיר זיך טאקע אנגארטלען מבעוד מועד, אולי פניו אכפרה,
ותשובה ותפילה וצדקה, מעבירין את רוע הגזירה.
א גוט געבענטשט יאר, א כתיבה וחתימה טובה.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 5:15 pm
דורך ווער בין איך?
שכוח געלעגער שכוח יודל, ביידע זענען גוט
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 5:38 pm
דורך פינקט פארקערט
יודל, פיין געזאגט.
מען מיינט נישט קיינעם צו אפשפעטן, מען וויל נאר ארויף ברענגען א שמייכעל אויפ'ן פנים,
די מעשה'ת וואס ווערט דא פארציילט איז אדער יא אדער נישט געוועהן,
אבער אין קרעטשמע איז עס זיכער געשעהן.
די עיקר בשמחה צו זיין.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 5:41 pm
דורך שטארק זיך
ר' יודל אויף אזאנס האמיר זיך ניקס געראכטן.
געוואלדיג!
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 6:32 pm
דורך דארפסמאן
יודל הנאה געהאט
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 6:34 pm
דורך איך_הער
ר' יודל, שיין פארטייטשט, יישר כחכם, האמער נישט געוואוסט (אדער האמער שוין פארגעסן.) אז דאס קענט איר אויך.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 6:55 pm
דורך מקוה נייעס
איך בין מוחה הלמאי מ'מאכט חוזק פון אידן וואס ווילן מזכה זיין את הרבים און ווען ס'פעלט אויס זענען זיי אלעמאל גרייט צו זיין די בעל תפלה, בעל קורא, בעל תוקע, בעל עגלה אויפ'ס
אבער איך מיין עס ערנסט הלואי מער מענטשן וואלטן אזוי געטוהן, מ'וואלט נישט אראפגעציפט געלד פאר שמירת הזמנים פון די כולל יונגעלייט, מיין בעה"ב וואלט מיך נישט משלח געווען פון מיין פאסטן...
נו איז וואס? איז די שופר בלאזן נישט געלונגען אבער ער האט כאטש פראבירט...
אגאוו וועל איך פארציילן עד היכן דברים מגיען.
איך האב אמאל געדאוונט מנחה שבת ערגעץ. שטעלט זיך צו א ליטווישע אינגערמאן צום עמוד און פרעגט נישט קיין קשיות און גייט צו צו פתיחה, און שטייטזיך אז ער איז די בעל קורא, און יא ער איז א כהן, און אז דער אייבערשטער העלפט איז נישט געווען קיין לוי איז יעמוד כהן במקום לוי, און ער האט נישט פארגעסן צו מאכן א מי שברך לחולה, און גענומען הגבה פאר זיך. בקיצור חוץ די עליה ישראל און גלילה האט ער אלעס געהאט. דאס איז א מוסטער פון א עוסק בצרכי הציבור באמונה.
אפשר האט ער גאר געזאגט קדיש יתום
נעקסט טיים איר דאוונט אין ... און אלעס פארט פיין און וואויל ביז ס'קומט צום ליינען, און ס'איז ממש נישט צום גלייבן ווי דאס גאנצע מנין שטעלט זיך אפ, דאס ספר תורה ליגט אויפ'ן עמוד און ווארט איינער זאל זיך מרחם זיין אויף אים, און איר זעט איינער גייט ארויף צום בימה מיט די אויגן צוגעקלעפט צו די קליינע אותיות סוף סידור, און הייבט אן צו ליינען און דער עולם רייסט זיך פאר געלעכטער זאלט איר וויסן אז דאס איז נישט מיך...
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 7:37 pm
דורך bobke
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 7:48 pm
דורך אינטעליגענט
געלעגער
חחחחחחחח זייער זיס צעלייגט.
ר' יודל
הערליך! סיי די גראמען, און אודאי דער תוכן. כ'בין ממש נתפעל.
מקוה נייעס
נאך אלעם האסטו א ריכטיגע נקודה. אבער וואס קען מען טוען, אז הער געלעגער וויל נישט שרייבן, נאר ווען זאכן גייען כאדאראם... עפעס מוז זיך אויסגיסן, עפעס דארף זיך פארקאכן כדי ער זאל עפעס שרייבן. נו, כ'גלייב אז דער אינגערמאן דארט אין שוהל, ווען ער זאל וויסן אז דורך זיין בלאזן דעם פנים אינם הארן וועלן אנדערע מאכן לאכן און אויפהייטערן אידישע קינדער, גלייב איך, וואלט ער נאך איצט געשטאנען ביים שופר...
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 06, 2009 10:36 pm
דורך וויכטיג מאכער
געלעגער, קען זיין אז איך בין פאני, איך האב פלעין געלאכט וויזוי דו לייגסטעס אראפ, אבער כאמעך פון גארנישט דערמאנט.. יעדער איינער כמעט האט זיך דערמאנט א מעשה, און איך נישט... אבער הנאה געהאט האבעך נאך אלץ, ביג-טיים!..
יודל, זייער שיין, און זייער וואויל..
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 8:15 am
דורך איך_הער
וויכי, איך האב מורא אז דו לויפסט שוין ארויס ביי קוה......
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 8:43 am
דורך farshlufen
הרב געלעגער, פיין.
יודל, הערליכע גראמען שיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 2:16 pm
דורך דארפסמאן
איך בין מוחה פארן פארשעמען די בעל קורא פון מיין מינין היינט ער איז שוין געשטאנען ביים בלעמער ווען מען האט ארויס גענימען די ס"ת און ווען מען האט עס אראפ געלייגט געט זיך א רוף אן עס איז נישטא קיין בע"ק וועל איך פראבירען
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 07, 2009 2:51 pm
דורך יגרסהדותא
געליינט יעדעם'ס תגובה, און הנאה געהאט און געקוואלן, און געוויינט ביי יודל'ן.. און געבלאזן ביי וויכי.. וואסאידאס וויכי? האסטיך גארנישט דערמאנט? אז מ'איז ביזי אליין בלאזן זעהט מען נישט וויאזוי יענער מוטשעט זיך..
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 8:20 am
דורך צייטליך
געלעגער, איך האב נישט קיין אנונג ווי איך בין געווען ביז יעצט, פארוואס האב איך דאס נאכנישט געליינט?
הער אויס. מ'גיימער דאס יעצט ארויספרינטן און איך גיי דאס אי"ה מיטנעמען מיט מיר אין ביהמ"ד, איך האב א האנט באגאדזש מיט אידן פארוועמען איך ברויך דאס אהינגעבן. פשוט זיי זאלן וויסן.
און פאר דיר געלעגער א ווארט: ביסט גוט! איך האב גוט צוזאמגעלאכט, די לייגסט אייזן גוט אראפ א זאך. גיי אן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 08, 2009 8:57 am
דורך קרעמער
היינט איז געווען הויך יום טוב אין מיין מנין. תיכף נאך אחד ושמו אחד ציהט איינער פון די מתפללים ארויס א שופר פון אונטערן טיש און נעמט זיך בלאזן קולי קולות. די פראבלעם איז געווען אז אנשטאט צומישן דעם שטן האט ער זיך אליינס צומישט, און געבלאזט "תש"ת תר"ת תשר"ת". דער עולם לאכט נאך יעצט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 5:17 pm
דורך שאץ מאץ
געלעגער הערשט יעצט געליינט,
שכוח!!!
אין מיין מאמר פון הל' מאץ שטייט בזה"ל בחודש אלול נוהגין להשים השופר בכיס הטלית אף שאינו יכול לתקוע מפני שהוא כבוד התורה.....
ר' יודל זייער שיין סיי דער געדאנק און סיי דער גראם.....
שכוח אלע ביידע....
.