בלאט 1 פון 1

טאגבוך קיץ ס"ט: באזוך #6 קאלעגע יאנאש

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 9:43 pm
דורך קרעמער
די מעשה גייט שוין צוריק כמעט א וואך צייט, אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל. ויהי היום, זונטאג פרשת ראה, און קאלעגע מנהל 'יאנאש' זענדעט מיר איבער א דעפעשע אז ער זוכט מיין אדרעסע און באנגעלוי נומער. קיין פונקטליכע אדרעסע ווייס איך נישט, האב איך אים צוגעשטעלט א בערך'דיגע אדרעסע פון א גאר נאנטע פלאץ, ווי אויך א באנגעלוי נומער, מיט די האפענונג אז ער וועט שוין רופן פאר פונקטליכערע אנווייזונגען.

ויהי ערב ויהי בוקר, און עס קומט אן א מעסעדזש אז דער ידיד און חבר לאזט זיך ארויס אין וועג און פלאנירט צו זיין אין מיין געגענט ביז א האלבע שטונדע. איך שרייב צוריק אז מיר ערווארטן אים מיט אפענע ארעמס. די האלבע שעה האט זיך אביסל אויסגעצויגן, און ארום 12:00 פארמיטאג קומט אריין א רוף פונעם געוועזענער רייניגער פון היימישע קרעטשמע וואס האט זיך ארויפגעארבעט ביז די הנהלה, אז אט אט הנה זה בא. איך ווענד מיינע טריט צום ארויסגאנג, און קוק זיך ארום אויף אלע זייטן, אה, דארט פון די אנדערע עק פארקינג לאט האט זיך א קאר אנגעהויבן רירן אין מיין ריכטונג. אבער גיב אכט! דער פירט זיך דאך אויף ווי יאנאש... ער קומט מיר צו רייסן ממולי, אקעגן מיר צו פארשניידן... דאן האב איך געוואוסט אויף זיכער אז יא, דאס איז דער ערווארטעטער גאסט, טיפיש יאנאש צו איבערראשן זיינע באזוכטע מיט א כמו-עקסידענט וואס ענדיגט זיך מיט א האלבע שארט-סטאפ וואס לאזט איבער רעדער-צייכענס אויף יענעמס נאז.

עס איז געווען א ווארימער טאג, און ביי מיר אין אפיס ארבעט נישט מער ווי א דרייעוודיגער פען, האב איך ניטאמאל פארגעשלאגן אריינצוברענגען די מיטינג צו מיר אין ביורא, נאר אנשטאט זיך באקוועם געמאכט אויפן פאדערשטן זיץ פון זיין האנדע-אדעסי (מען האט מיך אויסגעלערנט אז יעדע אידישע קאר רופט זיך אזוי, צו מאכן אן אונטערשיד פון די גוי'אישע קלאנקערס). אלעם ערשטן איז מיין אויג געפאלן אויף דעם שיינעם באנד חק לישראל וואס האט זיך געפונען צווישן די 2 פאדערשטע זיצן, צייגנדיג אויפן ערנסטן כאראקטער פון דעם באזוכער (וואס צו זיין קרעדיט ווערט צוגעשריבן די גאנצע "בית יאנאש" אפטיילונג פון קרעטשמע).

יאנאש הייבט אן די אסיפה מיטן זאגען: אוי האב איך פאר דיר א גוטע מעשה... נו, אז יאנאש האט א גוטע מעשה, און נאכדערצו פאר מיר, שארפט מען זיך אויס די אויערן און מען צינדט אן דעם ווירטואלן רעקארדירער אין מח, און יאללא... דערצייל.

די מעשה הייבט זיך אן אז יאנאש האט אן עילוי'שן קאפ (ווי ער האט זעלבסט עדות געזאגט) און קען זיך אויסרוען אין גאר א קורצע צייט-אפשניט, אלס אזא האט די יאנאש פאמיליע אפגעדינגען א צימערל אין איינע פון די רעזארט האטעלן פון די קעטסקיל בערג אויף -- האלט אייך דעם אטעם -- "איין מעת לעת"... די קינדער האט ער איבערגעלאזט ביי גוטע חברים (אדער די רויטע קרייץ, גיי ווייס) און מיט די בני בית האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף בערג און טאלן ביז ער איז אנגעקומען צו דעם ווייטן קור-ארט און אנגעשטעלט דעם מח אויף "אפרוה".

דארט אין יענעם האטעל געפונט זיך נאטורליך א שווים-באסיין, און אז דער מענטש געפונט זיך אויף אפרוה איז נישט מער ווי גערעכט ער זאל דארט א טבילה טאן. האט זיך יאנאש געפונען אין די שווים קליידער און געטויכעט זיך אין דעם (ווארימען? אינדאר?) סווימינג-פול. צווישן די אנדערע געסט אינעם זעלבן האטעל האט זיך פונקט דאן געפונען א אינגערמאן מיטן נאמען פלוני אלמוני, יענער איז א פריינטליכער פארשוין וואס גלייכט זיך פארצושטעלן פאר יעדן פרעמדן מאן און גלייכצייטיג פארפירט ער מיט יענעם א שמועס ביז זיי ווערן קרובים אדער גוטע פריינט. פלוני אלמוני שטעלט זיך פאר אלס דער ברודער פון "יענעם און יענעם" וואס וואוינט אין די שטעטל וואו יאנאש דרייט זיך. יאנאש'ס מח הייבט אן צוזאמצושטעלן האלבע מציאות'ער און דיקטירט דעם מויל ארויסצוזאגען "איך קען א שוואגער פון 'יענעם און יענעם'... מיטן נאמען [מיין ווירקליכע נאמען]".

פלוני אלמוני איז נישט קיין נאר, ער ווייסט אז ער האט דא דערווישט א פישל... יאנאש ווייסט אפשר נישט אז [איך] בין א שוואגער מיט "פלוני אלמוני" פונקט ווי מיט "יענער און יענער", אבער פלוני אלמוני ווייסט דאס יא. ער ווייסט אויך אז [איך] פארמאג א ניק "קרעמער" אין "היימישע קרעטשמע", און אז "יאנאש" קען [מיך] פון ערגעץ... מסתמא שרייבט יאנאש אויך אין קרעטשמע... אבער געוואלד, וויאזוי בארירט מען אזעלכע האקעלע און סענסיטיווע טעמעס...

פלוני אלמוני הייבט אן פרעגן וויאזוי יאנאש קען 'מיך'. יאנאש האנדלט ווי א געניטער קרעטשמעריסט און זאגט אז מיר האבן אמאל געטאן ביזנעס צוזאמען... פלוני אלמוני פארטראכט זיך א מינוט, און געט א שיס אן אומשולדיגן זאץ וואס זאגט אסאך: אההה, דו קענסט אים פון "קרעמער"...

יענע מאמענט האט יאנאש געהאלטן אינמיטן אראפציען דעם אונטערהעמדל איבערן קאפ, האט ער זיך געקענט צושמייכלן א סעקונדע אנדעם וואס יענער זאל באמערקן... נאכן ענדיגן אראפציען דעם העמדל, האט ער מיט א טרוקענעם פנים איבערגעפרעגט "וואס? איך האב נישט געוואוסט אז [ער - מיינענדיג מיך] איז אן איידעם ביי 'קרעמער'..."

פלוני אלמוני האט באקומען דעם מעסעדזש אז יאנאש האלט נישט ביים קאאפערירן, און יאנאש האט באקומען דעם געפיל אז יענער האט געליטן א וויסטע דורכפאל, און איך בין געווארן מלא טענות אויף מיין שוואגער וואס האט פובליצירט מיין ניק פאר 'פרעמדע' מענטשן וואס האבן אין די פארגאנגנהייט געטאן 'ביזנעס' מיט מיר...

(שפעטער האב איך אנגעפרעגט מיין שוואגער אויף גוגעל טאלק פארוואס ער טוט מיר אפ אזעלכע שטיקלעך, האט ער זיך ארויסגעדרייט זאגנדיג אז ער האט אויך נאר פרובירט צו טאפן דעם דופק, און אז אויב יאנאש וואלט נישט געווען אין קרעטשמע וואלט ער פארשטאנען אז דער קרעמער פון וואס מען רעדט איז אויך אין די זעלבע ביזנעס ליניע... הכלל, יעדער האט געמיינט ער האט דעם צווייטן אויסגעשפילט).

פון דארט האט זיך די טעמע פארקירעוועט צו פארשידענע הנהלה אנגעלעגנהייטן, און פון גרויס אנגעשטרענגטקייט האט שוין יאנאש געכאפט כאפן א ציגאר... זענען מיר ארויסגעגאנגען אויף די פרישע הייסע לופט, און באטראכט דעם שיינעם קאר פון דרויסן. איינס פון די רעדער האט געקענט נוצן א טויש, און יאנאש האט שוין געוואלט אריבערפארן מיט מיר צו א רעדער סוחר נישט ווייט, אבער איך האב נישט געקענט פארלאזן מיין קאלאני צוליב פעטערליכע פליכטן, ולא אסתייעא מילתא. צווישן אנדערע האט מיר יאנאש געוויזן עטליכע מאשינען וואס ער פירט ביי זיך אין טראנק על כל צרה שלא תבא, ווי א האן אין די בני אדם האב איך אויסגעזען ווען ער האט מיר מסביר געווען וויאזוי מען באנוצט זיך מיט די מאשינען, איך האב בלויז צוגעשאקלט מיטן קאפ און געהאפט אז עס קומט נישט קיין פארהער דערויף...

אינמיטן שמועסן איז אריינגעקומען א טעלעפאנישע רוף פון זיינס א ברודער וואס איז קענטיג אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט און זיך נישט געהאלטן ביים צוריקלייגן אביסל אויסצוגראדן דעם סיסטעם. יאנאש האט דיפלאמאטיש געפירט א רואיגן געשפרעך און ארויסגעוויזן טאלאנטן וואס נאר א מנהל פון היימישע קרעטשמע קען באווייזן, נעמליך זיך צו האלטן אין די ראמען אפילו ווען מען האנדלט מיט א לינקן אויפשטענדלער. דאס באזוך האט זיך געענדיגט צו קורץ, און עס איז באשלאסן געווארן דאס ממשיך צו זיין ביי אן אנדערע געלעגנהייט אי"ה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 10:17 pm
דורך בןהרחמן
זייער שיין

האסט אויסגעלאזט אז אינמיטן דעם באזוך איז פארגעקומען די $200 פ.ס. אטאקע, און עס האבן אנגעהויבען פליען דעפעשעס (וועא"מ) פון אלע זייטען צו מען דארף שוין ארויסנעמען צו מען האט נאך דרייסיג טעג אדער ניינציג טעג..

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 10:19 pm
דורך קרעמער
אוי וויי, ביסט דאך גערעכט. און דאס מיינט אז דער באזוך איז פארגעקומען דינסטאג, און נישט מאנטאג. איי איי, וואס וועט זיין מיטן זכרון...

דערמאנסט מיך טאקע אז אינמיטן דעם באזוך ביסטו (בן הרחמן) געווען דער וואס האט אריינגערופן מיט די גוטע נייעס פון די פלוצלינג'ע רייכטום וואס האט באטראפן מערערע חרדי'שע משפחות. ווען יאנאש האט געהערט אז 'בן הרחמן' איז אויפן טעלעפאן, האט ער נאר געזוכט א תירוץ צו בארגן מיין טעליולער אויף א מינוט...

עס איז אים אבער נישט געלונגען...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 10:20 pm
דורך געלעגער
קרעמער א-וואו אייביג, צוקער צוקער...
דיינע איידיעס זענען שאגער זיס,

יאנאש מיר ווארטען מיט שפאנונג אויף דיין זייט פין די מעשה,

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:05 am
דורך שוועמל
און מיר ווארטן אויף די שוואגערס זייט פון די מעשה...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 11:50 am
דורך איזאק
כ'האב געוואוסט אז יאנאש מאכט שארט סטאפס, ווייל כ'האב מיך פארגעשטעלט אז פונקט ווי ער געט זיך ארייס ארויס מיט זיין ווען א יעדן טאג 5:55 פארטאגס פון ביהמ"ר פון זיין פארקינג ספעיס מיט אזא קראפט און ער ווערט פארשוואונדן פונעם כדור מסתמא מאכט ער שארט סטאפס.

כ'האב געוואוסט אז ער לערנט חק יעדן טאג, דאס קען איך דאך הערן ווען איך הינק אריין אין שול נאך א טאג ארבייט כ'זאל אביסל קומען צו מיר פאר כ'גיי אהיים, הערט מען זיין זיסע קול תורה מיט א ברען אז ס'איז א נחת.

כ'האב אויך געוואוסט אז ער קען רעדן מיט יעדן לינקן אויפשטענדלער (קרעמער, מעכטיג !!) ווי ער וואלט גערעדט מיטן רב אליינס, ער איז דאך א מייסטער אין האבן געדולד צו יעדן נודניק (סארי יאנאש, איך באטראכט דיך פון מאל צו מאל...)

אבער לאכן אונטער די אונטער העמעד ?

קרעמער ווי אלעמאל ביסטו זיס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:02 pm
דורך איך_הער
קרעמער, איך האנישט קיין געדולד איבער צו קוקן אלע מיינע תגובות אין דיינע פאריגע טאגבוכער, צו מאכן זיכער אז איך שרייב עפעס דיפרענד, ממילא קען זיין אז כ'שרייב איבער די זעלבע ווערטער, אבער וואס קעמען טון, די ארטיקל האט אויך געשריבן דער זעלבער קרעמער, און עריז גוט א-ווי שטענדיג, סאו עלעך שרייבן א-ווי שטענדיג.

זייער שיין באשריבן, און יישר כח דערפאר, כ'האב אפאר מאל אויסגעשאסן, באט נאך אלע מעשיות, ווייסט שוין יעצט דער שוואגער ווער יאנאש איז. פארשטייצעך אויב ער ליינט דא.

איזאק, כ'האב גע'שמייכל'ט פון דיין תגובה אויך.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:05 pm
דורך צייטליך
קרעמער גוט! געליינט און הנאה געהאט. ווי זאגט איזאק, מילא די אלע זאכן, לערנען, שארט סטאפ'ס, אויפשטיין אויף די לינקע זייט וכדו'.. שוין. אבער לאכן אינטערן העמעד?.. (יוי ביסטו פאריקט)

איך האף נאר אז יאנאש וועט אהערקומען און משלים זיין די זאך.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:37 pm
דורך יאנאש
קרעמער, נאך א מזל אז איך האב באזוכט, אזוי זעה איך אז וויפיל דו באשרייבסט די באזוכן איז נאר א טיפה מן הים ווי געשמאק עס איז באמת געווען, עטליסט פון מיין זייט.

אבער וואס צוצולייגן האב איך נישט, אלע פאני פארטס האט ער שוין יא געשריבן, און דער שוואגער דיינער האט פעסט געמיינט אז ער האט אנגעמעסט, אפי' דעם נעקסטן טאג האט ער געוואלט ספינען די סטארי.

איזאק, ווען דו ביסט אין מיין געגענט נעקסט טיים האלט דיינע אויגן אפן, עס קומט א שטויס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 5:51 pm
דורך קרעמער
איזאק;

איך קען ארויסנעמען אויף (דיין ניק) א לייף אינשורענס? יאנאש איז אויפן וועג מיט זיין שארט-סטאפער...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 10:44 am
דורך דארפסמאן
קרעמער ווען קען איך קומען ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 11:48 am
דורך scy4851
דארפסמאן! וויזיטען קרעמער דארף נישט קיין אינוויטעישען.

just show up

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:00 pm
דורך איך_הער
מ'דארף אים אבער פרעגן צו עריז פונקט עוועלעבל.....

כ'רעד פון עקספיריענס.....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 1:03 pm
דורך קרעמער
לכל השואלים: עני טיים, מיט אפוינטמענט..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 1:47 pm
דורך ברוך
יאנאש!! שכוח!!
קרעמער ביסט נאך אלס זיס!! עס וועפט נישט אויס..

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 04, 2009 11:50 am
דורך סאכדעס
קרעמער-יאנאש, אייעמסארי אז איך האב עס נישט געליינט ביז איצט, באט בעטער לעטער דען נעווער....

איז אזוי, קרעמער, איז דאך צוקער זיס, זיינע טאג-ביכער זענען דאך פול מיט הומאר, מיט וואס נישט. עניוועי, כאב זייער הנאה געהאט. אבער אז יאנאש זאל זיך מיען צו גיין באזוכען ביי קרעמער'ן, דאס איז שוין א חידוש.....

יישר כוח פאר ביידע.