הערטס מיין פלאן, איך קלער אז עס איז גוט...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

הערטס מיין פלאן, איך קלער אז עס איז גוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

המפורסמת אין צריך ראי'.....
יעדער ווייסט אז דערזייט מען האט זיך פארגענומען נישט צו פארשלאפן סוף זמן קריאת שמע, איז כמעט קיינער נישט פארשלאפן, נאר אויפגעשטאנען און געליינט קר"ש פאר'ן זמן, אפילו די זמן קר"ש איז געווען אין די פארגאנגענע וואכן גאנץ פרי, ווייל מען האט נישט געוואלט זיין צו שאנד דא אין קרעטשמע בפני כל עם ועדה, עס איז באמת א געוואלדיגע קידוש השם, אז אידעלעך טוען זיך צוזאמען פארנעמען גוטע קבלות.......

דעריבער איז מיין פלאן אזוי, ווער עס געדענקט נאך, האט מען געהאט אפגעמאכט אז מען וועט זיך פארנעמען א יעדע דרייסיג טעג נאך א פרישע זאך...
איז אזוי ווי עס קומט דאך יעצט די ימי חנוכה, קלער איך אז עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז מען זאל זיך פארנעמען קובע צו זיין עתים לתורה, און עס זאל נישט אדורכגיין א טאג אן דעם וואס מען זאל האבן געלערנט כאטשיג א שעה צו צוויי שעה א טאג, און מען זאל גרינדען א אשכול ווי יעדער זאל שרייבן וויפיל שעה ער האט געלערנט דעם פארגאנגענעם טאג, און ווייטער אויב איינער האט נישט געלערנט איבער'ן טאג זאל ער זאגן פאר'ן עולם וואס די סיבה דערפון איז געווען, איך האלט אז עס וועט זיין א געוואלדיגע תועלת.....

וואס זאגט דער עולם צו דעם?, איז עס א גיטע פלאן?, איז די פלאן אפשר ראדיקאל?, וואס זאגט דער עולם דערצו?...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ראדיקאל? הממממ.... איך האב ליב דעם ווארט....
An article a day keeps the babies away
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

דו קליינער
איך האב נישט געפרעגט צו דו האסט ליב די ווארט ראדיקאל, איך האב געפרעגט צו עס געפעלט דיך דעם פלאן? ...................
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יא, דער פלאן געפעלט מיר, אבער איך וועל ליידער נישט קענען אנטייל נעמען דערין, ווייל איך האב שוין נישט אריינגעקוקט אין א אידיש ספר פאר ווייסעך ווי לאנג. ווער רעדט נאך פון א טעגליכן שיעור פון צוויי שעה? מאן דכר שמי'?
אבער חזקו ואמצו, איך וועל ענק נישט שטערן פון לערנען.
An article a day keeps the babies away
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

איך האב אליין נישט געוואוסט ווי גוט מיין פלאן איז, איך האב געמיינט אז דער עולם לערנט עניוועי, און דער גאנצער אשכול וועט זיין אינגאנצן איבעריג..

אבער יעצט טו איך זיך איבערצייגן, אז דאס איז גאר א גוטער פלאן.......
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אדער קען מען טון אזוי ווי הייד-פארק.

אז צוויי שעה א טאג זאל קרעטשמע זיין טויט, לכתחילה, לדוגמא פון 8:30 ביז 9:45 ביינאכט, אזוי וועט מען וויסן ס'איז נישטא קיין ברירה מ'מוז זיך זעצן לערנען..

אבער אמת'דיג, קליינער, איך בין שאקט פון דיין תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יגרסהדותא האט געשריבן:אבער אמת'דיג, קליינער, איך בין שאקט פון דיין תגובה.

וואס ביזטו אזוי שאקט? אז איך בין דער איינציגסטער דא וואס לערנט נישט? אדער אז איך בין דער איינציגסטער דא וואס זאגט נישט קיין ליגענט, נאר קומט ארויס אפן און גראב און זאגט אז ער לערנט נישט?
An article a day keeps the babies away
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

קליינערס פריערדיגע תגובה מאכט מיר שרייבן די פאלגענדע ווערטער.

איך וויל ארויסברענגן מיין יישר כח פאר איך_הער וואס אדאנק אים שטרענג איך מיך אן צו ליינען קריאת שמע א יעדען טאג צייטלך, וואס ביז דריי וואכן צירוק האב איך ליידער נישט געוויסט פון אזא זאך צו זאגן, איך שטעל מיך פאר אז א יעדעס מאל וואס איך ליין קריאת שמע צייטלך שרייבט מען עס אריין אויבן אין הימעל אין די איך_הער'ס פייל, און מען וועט זיך זיכער רעכענן דערמיט נאך זיינע הונדערט און פיפציג יאר.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

דאס פאדערט אן עקסטערן אשכול! אבער טעם אין לעבן, טעם אין א אידיש שטוב, טעם אין א שבת קודש, איז נאר מיט די תורה הק', דאס איז אלעס אזוי זוי, ווען מ'איז אנגעצויגן פון א שווערן איבערלעבעניש. ו'יעקב אלי' ואחיו יוכיחו, עפעס שרעקליך האט דארט פאסירט...

אויב ווילסטו שעפן דיין סיפוק פון דא, וועט מען עס ביי דיר אין שטוב שפירן, האפענטליך אז נישט.

ד' דברים צריכין חיזוק זאגט די גמ' אין ברכות, מ'דארף זיך כסדר מחזק זיין, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, נעם א חברותא, טעמו וראו כי טוב
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יגר, דו ווילסט מיך דא מאכן וויינען ברבים? יעדער זאל זעהן ווי די טרערן פליסן פון מיינע אויגן?
ס'איז א פארווייטאגטע פרשה. איך ווייס אז דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט, אבער ס'איז שטארק פארווייטאגט.
An article a day keeps the babies away
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

קליינער די פארווייטאגטע פרשה וועט קומען מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף צו א ענדע........

זעסט דאך אז טריאו שרייבט, אז ביז היינט איז ער ליידער נישט אזוי נזהר געווען אין זמן קר"ש, און ווען ער האט געזעהן, אז מען נעמט זיך פאר נישט צו פארשלאפן זמן קר"ש, האט ער זיך אנגעגארטעלט און ער האט אנגעהויבן אויפצושטיין פריה כדי צו ליינען קר"ש פאר'ן סוף זמן... און ער האט עס געמאכט, היינט פארשלאפט ער שוין נישט קיין זמן קר"ש, זאל עס זיין אפילו נאך א קאזענ'ס חתונה.....

ממנו ילמדו וכן יעשו!!!!!!!!!!!
פאר וועם דען ווערט געגרינדעט דער אשכול אויב נישט פאר איינער וואס האט ביז יעצט נישט מקפיד געווען צו לערנען יעדן טאג, און מען נעמט זיך פאר אז "עד כאן", מען גייט אנהייבן צו לערנען יעדן טאג יהי' מה שיהי', איך שרייב צו קליינער אבער איך רעד צו מיר אליין אויך........
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

צדיק לעבן, גוטער פריינד, איך האב געצילט צום צווייטן העלפט פון די פרשה, רוף אן דיין לאקאלער גבאי פון ביהמ"ד זאג אים דו זוכסט א חברותא, דו וועסט נאך אזוי זיין אויפגעלייגט, כאפ אריין, שווער אנהייב, אבער נאר ביז מ'זעצט זיך אראפ מיטן חברותא.

יעצט האסטו דאך נאך א בעסערער געלגענהייט, ס'וועט אנקומען מיט ווייניגער בושות, זאג אים ס'קומט חנוכה וכו' וכו'.

רק חזק, ווייל נאר דו וועסט דאס מערסטע בעניפיטן.

אויב איך בלייב נאר מיט דיינע טרערן וואס איך האב דא פארגאסן, האב איך אן עבירה רח"ל, זעה זעה ס'זאל נישט מיטדעם בלייבן!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח יגר פאר'ן וועלן העלפן. אבער ס'איז טיפער ווי "רוף אן דיין לאקאלער גבאי פון ביהמ"ד זאג אים דו זוכסט א חברותא".
והרבה יותר ממה שקריתי וכו'.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

קליינער אפשר וועט 5 מיניט מוסר א טאג דיר קענען העלפען מער פון אלע אנדערע עיצות

קויף דיר איין א טעיפ פון א פיינע בעל דרשון וואס רעדט מיט א געשליפען צינג און הער אויס זיינע דרשות אויף א טעיפ וילכו מחיל אל חיל ביז די וועסט שוין אנפאנגען פילען א טעם אינעם לעבען און פין דארט ביזען ביהמ"ד איז שוין א גרינגע טאנץ

אדער אפשר זאלסטי נעמען א גמרא אין די האנט און זיך אראפ זעצען אויף די קויטש אין דייניג רום פאר א האלבע שעה און לערנען מיט א קלארקייט אפילו די קימסט נישט אן א גאנצע עמוד לערען אדורעך מיט א קלארקייט א שטיקעלע גמרא און די וועסט שפירען א טעם גן עידן אין דאס וועט שוין טיען די גאנצע דזשאב קענסט דיך נישט פארשטעלען ווא שטארק די וועסט דיך אליין דאנקבארזיין

גלייב מיר איך האב עס שוין פראבירט און איך שפיר מיך א סך בעסער היינט צי טאג איך האב ציריק באקימען מיין גליסטעניש צו לעבען א תורה'דיגער לעבען גענוי וואו מיינע עלטערען מיין געוועזענע יצר הרע אז דער עיקור איז שו"ע האב איך געשיקט קיין עזזל היינט וויייס איך שוין אז פאר א עמוד גמרא קימט גארנישט חוץ א מוסר ספר פון א אנגענימענע בעל מוסר אבער נאך די עמוד גמרא קען מען שוין לערנען וואס מען וויל שו"ע איז למען ידעו הדרך ילכו בה אבער די גמרא איז די תורה תבלין כנגדה ווען מען פלאגט זיך אויף א שטיקעל גמרא ווערט די מוח הייליגער און קלארער תורת ה' תמימה משיבת נפש דער שו"ע איז די וויכטיגסטער זאך און א אידיש לעבען אבער די גמרא איז די לעבען הלכה איז געניג אז דער רב קען אדער אז דער דיין קען אבער לעבען איז נישט געניג אז דער דיין אדער דער רב לעבט מיר דארפען אויך אביסעל פינעם כי הם חיינו ואורך ימינו יעדער דאף די דאזיגע סמא דחיי'
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
יענטאשס_בחורל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאשס_בחורל »

קליינער, וואס זאגט דיין טאטע צו דעם אלעם? ער לאזט דיך?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יענטאשס_בחורל האט געשריבן:קליינער, וואס זאגט דיין טאטע צו דעם אלעם? ער לאזט דיך?

זאג נאר, און דיין טאטע ווייסט אז דו ביזט ארויסגעקומען פון בעט אזוי פרי און געקומען טרינקען?
שנעל גיי צוריק אריין אהיים! שנעל! שוץ קעצעלע! נו? לויפן זאלסטו! ווי א פייל אויסן בויגן!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קנאי, שכוח פאר די דברי חיזוק.
אבער... אבער...
א גרויסע אבער...
An article a day keeps the babies away
יענטאשס_בחורל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאשס_בחורל »

אוי איי איי איי... זיסער טאטעניו! איבעראל טשעפעט מען מיך, היינט האב איך נישט געקענט גיין אין חדר ווייל יעקב אלי' האט נעכטן באשלאסן אז איך בין דער משוגענער פון כיתה, יעדער איז מיר נאכגעלאפן... קום איך אריין אינעם קרעטשמע זיך אראפצוזעצן און דורכקלערן די מצב, קומט דער קליינטשיגער מיט א פינקע שטעקן און טרייבט מיך אוועק ווי א בין אויף די נאז...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אנטשולדיגט אידעלע, קודם כל דארף מען פערציג טעג, און דערנאך מאכט מען נאך א סקר וואס איז נעקסט, און דער עולם וועלט אויס וואס זיי ווילן, קען זיין אז מ'וועט פארלאנגען נאך פערציג טעג פאר די פריערדיגע אונטערנעמונג, מאכן זיכער אז ס'ווערט טאקע א געוואוינהייט, סאו ווי וועל העוו טו וועיט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א אידעלע;

יישר כח פאר דיין הצעה, וואס האט שוין באלד עושה פירות געווען, באותו מקום ובאותו זמן. איך גלייב אז אסאך - אויסער אני_הקטן, אויף וועמען איך לייג נאך גרויס האפענונג - וועלן שטארק הנאה האבן און דיר דאנקבאר זיין פארן איינפירן אזא הנהגה טובה אויפצושרייבן די סכום השעות וואס מען האט געלערנט יענעם טאג.

אני_הקטן;

עס טוט מיר גאר געפערליך לייד צו ליינען צווישן דיינע שורות א אנגעווייטאגטע ביטערניש צוליב סיבות שונות בלתי ידועות לי, נאר עקסטרעמע אומשטענדן קענען פירן צו אזעלכע דערביטערטע זיפצן וואס זענען ארויסגעפלאסן אומווילענדיג פון אונטער דיין פענע אין דעם דאזיגן אשכול.

אויבן-אויף, נישט כאפנדיג קיין טיפע שמועס מיט דיר איבער דיינע פריוואטע פראבלעמען, שיינט מיר אז די הויפט פלאג דיינע איז איינס פון די פאלגענדע: 1) ליידסט אויף א לערנען דיסאביליטעט (דיסלעקסיע וכדומה) וואס שטערט דיר פון אריינקומען אין א אידיש ספר (אבער דאן וואלסטו נישט געקענט געהעריג ליינען אונזערע קרעטשמע ארטיקלן). 2) פארמאגסט א שוואכע קאפ וואס נעמט שווער אריין א שטיקל תורה (דאס גלייב איך אויך שווער אויף אזא גוטער שריפט שטעלער ווי דיר, וואס קומט געווענליך מיט אן אויסגעשארפטן מח). 3) ליידסט פון א פרומע מחלה וואס רופט זיך "מה לך לספר חקי", וואס אויף דעם האבן שוין אלע חסידישע ספרים למיניהם געשריבן אז דאס זעלבסט איז די גרעסטע עצת היצר.

אין פאל די ליידסט אויף איינע פון די אויבנדערמאנטע שוואכקייטן, האסטו היינטיגע צייטן א ריזן אויסוואל פון גרינגע לימודים און תורה טעיפס וואס ערקלערן אלעס בטוב טעם ודעת, ברויכסט זיך נאר אוועקזעצן עטליכע מינוט א טאג זיי אויסצוהערן, און די געשמאק דערפון וועט דיר שוין צווינגן מקדיש צו זיין א האלבע שעה אדער א שעה טעגליך פאר דיינע לימודים.

די פארגאנגענע וואך האב איך געלערנט פרק מ"א אין ספר שבט מוסר, כאפ א בליק דארטן, וועסטו זען אז ער איז מבאר אז יעדער מענטש איז אראפגעקומען אויף דער וועלט מיט זיין אייגענעם ציהל וואס ער קען דערגרייכן אין תורה, איינער האט א גרויסע נשמה וואס ברויך אנקומען אלע חלקי התורה, אבער א צווייטער ערפולט זיין חלק מיטן לערנען מקרא אליין, אדער משניות, אדער גאר "אגדות הש"ס"! די ווערטער קענען זיין א געוואלדיגע חיזוק און שטארקע שטופ פאר אזעלכע ווי דיר, אנצוהייבן א טעגליכע שיעור אין - לאמיר זאגן - ספר עין יעקב, אדער חק לישראל, און האפענטליך וועסטו שפירן דעם טעם דערין און אליינס צולייגן מינוטן און שעות, טעג און וואכן, חדשים און יארן צו דיין תורה'דיגן לעבן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער, שכוח פאר די דברי חיזוק. דיין תגובה באלאנגט נישט אין פובליק. האסט נישט צוגעטראפן מיט קיין איינע פון דיינע דריי השערות. ע"כ.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נישט צום גלייבן וואו אהין דער קרעטשמע האט געשטעלט אירע רעלסן. דערביי זייענדיג מחזק דעם עולם צו מקיים זיין טעגליכע מצוות שאדש דש עליהם. און ב"ה עס איז נושא פירות, און דער אויפוואכונג האט די ריכטיגע עפעקט.

איך רוף עס ענדערש אן : 'בעלי תשובה באוועגונג'

אדער עפעס ענליכעס, איך ווייס..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
מרן אדמו"ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרן אדמו"ר »

איך גלייב נישט אז דא אין מיין בהמ''ד איז דא מענטשן וואס לערנען נישט 2-3 שעה רציפום
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אני_הקטן האט געשריבן:קרעמער, שכוח פאר די דברי חיזוק. דיין תגובה באלאנגט נישט אין פובליק. האסט נישט צוגעטראפן מיט קיין איינע פון דיינע דריי השערות. ע"כ.


איך בעט דיר איבער, איך האב פשוט נישט דיין טעלעפאן נומער, אדער אפילו דיין אימעיל אדרעס, האב איך עס דא ארויפגעלייגט, מיטן האפענונג אז בדרך אגב וועלן אנדערע נתעורר ווערן.

אבער אויב איך האב ממילא נישט צוגעטראפן, וואס שטערט דיר אז דער תגובה צו א דריטן פארשוין געפונט זיך אין פובליק? דיר מיינט דאך עס סייווי נישט..
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”