בלאט 1 פון 1
אויטא דרייווערס: וויאזוי זעט מען אז מאיז ראנג וועי?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 5:48 pm
דורך גרויזאמער
אין איינע פון די צייטונגען האב איך געזען פאריגע וואך א ריזיגע העדליין אויפן צווייטן פעידזש וועלכע ליינט זיך, בקיצור:
8 מענטשן אומגעקומען אין שרעקליכן "ראנג וועי" קראך אויף די טאטאניק פארקוועי.
א גאר שרעקליכן עקסידענט האט פאסירט ווען א 36 יעריגע "נארמאלע" פרוי איז אריינגעפארן - מיט איר פארד ווינדסטאר- צו א הייוועי דורך א רעמפ, און זי האט נישט געוואוסט וועלכע וועג די רעמפ גייט, און איז אנגעקומען צום הייוועי'ס פארקערטע ריכטונג, און אריינגעזעצט אויף א געפערליכע פארנעם אין א קעגנקומענדיגע שעווי טרעילבלעזער עס.יו.ווי.
די פרוי האט געטראגן אין קאר צוויי אייגענע קינדער און 3 ניסעס. פיר פון די קינדער צוזאמען מיט די פרוי זענען באלד באשטעטיגט געווארן טויט!!! און פון די אנדערע קאר נאך דריי מענטשן.
די מעשה האט אויפגעשוידערט דאס גאנצע לאנד, און עס איז נישטא קיין שום באווייזן אז די פרוי איז געווען שיכור, נאר אז זי האט נישט גוט געשפירט יענע טאג.
די מעשה האט נאך פרטים, ווי אז זי איז געפארן 2 מייל אין א ציה און זיך געדרייט אהער און אהין אויסצומיידן קארס, זעקס 911 רופן זענען אריינגעקומען צום פאליציי פון בייפארער, און נאך דיטעילס וועלכע לייגן די גאנצע זאך אין א מיסטעריע.
וואס איך וויל אבער ארויסנעמען פון די מעשה איז, אז די מעשה קען פאסירן ביי יעדעם, פארנדיג אויפן אלטערנעטיווע גאושען טוירנפייקס ביים 17 האב איך ממש געהאט די זעלבע מעשה, ווען איך דארף צוריקפארן צום 17, איך פאר ווי די סיינ'ס ווייזן, איך פאר אריין אין א רעמפ וועלכע דרייט זיך שטארק, מען זעט נישט קיין נפש חיה, נישט קיין קאר, און איך דערזעה זיך אין א מוראדיגע פחד ווייל איך האב אנגעהויבן שטארק חושד צו זיין אז איך פאר אויפן פארקערטן ריכטונג. לויט מיין חשבון וואלט זיך די רעמפ געדארפט דרייען די אנדערע וועג אנצוקומען צום 17.
אבער א טיפ וועלכע איך האב געהערט פון ר' משה פאלמאן ביים אויסלערנען דרייווען האט מיך געראטעוועט פון מיינע ספיקות, דער טיפ איז גאר גוט צו וויסן און קוקן דערויף איידער מען באשלוסט אריינצופארן אין א רעמפ וועלכע מען ווייסט נישט צו עס איז ראנג וועי צו נישט. לויטן טיפ פעלט אפילו נישט אויס קיין סיינס צו זאגן צו דו ביסט ראנג וועי צו נישט, דו קענסט עס אליין זען. עס איז דא גאר אסאך אזאלכע פעלער אין אפסטעיט.
איינער ווייסט דעם טיפ?
בד"וו מנהלים, ביטע אריינרוקן דעם אשכול אין די קאר פארום.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 6:03 pm
דורך געלעגער
גרויזי, די ערשטע באריכטען זענען טאקע געוועהן אז זי איז נישט געוועהן אנגעטרינקען,
נעכטען איז אבער ארויס געקומען די רעזאלטס אז די פרוי איז שוין איינמאל געעוועהן בגילופין...
די טעסט'ס האבען געוויזען אז מאריוואנא איז אויך געוועהן פארמישט..
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 6:30 pm
דורך שוועמל
געווענליך אויב די רעמפ איז א עקסיט [און נישט קיין ענטרענס] שטייט אויף ביידע זייטן מיט רויטע באקסיגע סיינס WRONG WAY.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 6:33 pm
דורך גרויזאמער
שוועמל, נאופס, צו א שוואכע ענטפער, עס איז דא פיל מיט טאונס און ווילידזשעס אין אפסטעיט, און נישט יעדער גייט נאך די פונקטליכע רולס, איבערהויפט ביי זייטיגע און פארשטיפטע ראודס, נישט אייביג שטייט WRONG WAY, און אפילו יא שטייט עס נישט אייביג גלייך פון אנהייב, און גאר אסאך מאל שטייט דער רויטער WRONG WAY סיין ביי די אנדערע זייט, און לכבוד דעם וואס עס איז אויסגעדרייט צו פארקערט-קומענדיגע קארס קענסטו - וואס דו פארסט יא ריכטיג אין דיין לען - עס זען, און דו מיינסט אז מען מיינט דיך.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 6:38 pm
דורך סאדע_באטל
די סימן צו געדענקן איז גאר פשוט, אין די סימן איז אייביג דא, עס האט נישט קיין שייכות מיט פארשטופטע טאונס...
מען דארף אלעמאל האבן א געלע גאנצע ליין אויף די לינקע זייט און אויף די רעכטע זייט א ווייסע.
איר וועט קוקן אויף א הייוועי וועט איר זעהן אז אויף די גאנץ לינקע זייט איז דא א געלע ליין, און אויף די רעכטע זייט, די זייט פון די שאולדער, איז דא א ווייסע ליין.
ממילא, אויב איר זענט מסופק צו איר זענט אויף די גוטע רעמפ ארויף, גיט א קוק ארויס אויף די לינקע זייט, אויב זעט איר א געלע ליין, זענט איר אין די גוטע ריכטונג. (פארשטייט זיך, אז סוף פון די אריינגאנג רעמפ, וועט זיך די געלע ליין אפהאקן, און ווערן א ווייסע ליין, ווייל סוף רעמפ איז שוין די רעכטע זייט פון די הייוועי, ודי לחכימא בזה)
ה' ישמור צאתנו ובואנו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 6:44 pm
דורך גרויזאמער
יא, ריכטיג סאדע באטל.
און די סימן עס צו געדענקן איז אז די ווארט yellow האט 2 על'ס, איז דאך לכאורה שווער וואס איז די דאפלטע לשון? נאר עס קומט צו לאזן הערן אז א yellow ליין קומט אייביג אויף דיין left זייט, וואס הייבט זיך אויך אן מיט א על. וועסט קיינמאל נישט זען קיין געלע ליין אויף דיין רעכטע זייט, (ווען דו פארסט גוט) בדוק ותשכח.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 6:52 pm
דורך שוועמל
איז דאס די סימן פון ר' משה פאלמאן?
האסט עס טאקע נישט געדענקט? ס'יז דאך א דבר פשוט, פארדעם האב איך עס אפילו נישט געזאגט...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 7:04 pm
דורך ווייסעך וואס
שוועמעל האסט דיך גוט פארענטפערט...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:02 pm
דורך יאנאש
איינער האט געהאלטן אינמיטן פארן אויפן טרו-וועי אינמיטן רופט אים זיין ווייב אן אז זי הערט אויפן רעדיו אז עס איז דא א קאר וואס פארט ראנג וועי און ער זאל אבאכט געבן, זאגט ער פאר זיין ווייב 'איין קאר? הונדערטער קארן'.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:58 pm
דורך לאז געמאכט
סאדע, האסטמיך אויסגעכאפט... איך געדענק אויך דעם סימן פון מיסטער פאלמאן (ביי די פייוו אהור קלעס, נישט ווי אנדערע וואס גיבן סתם א צעטל וד"ל, ווי יעדער פארשטייט איז א טיפ אזוי ווי דעס קען ראטעווען לעבנ'ס!)
יעצט דערמאן איך מעך א פראגע וואס ער האט געפרעגט אינמיטן די פינף שעה קלאס (האט ניש מורא ס'נעמט אונטער א שעה) ס'איז געווען דארט א גאנצע באנטש יונגעלייט און קיינער האט נישט געוויסט קיין תשובה! אני הקטן האביך פערצופאל יא געוויסט ער האט אבער געזאגט איך זאל מיך איינהאלטן ווייל ער וויל זעהן אויב נאכאיינער ווייסט וכך הוה קיינער האט נישט געוויסט.
עני וועי די קשיא איגעווען וויזוי מען ווייסט אויב א גאס איז א טא וועי אדער א וואן וועי?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:08 pm
דורך שוועמל
א טו וועי האט נישט קיין 'דירעקציע סיין'.
א וואן וועי גאס האט אלעמאל א דירעקציע סיין מיט די פאסיגע ערראו.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:10 pm
דורך גרויזאמער
א וואן וועי ווייסט מען דאך אייביג, און וואו סנישט דא קיין סיין וואן וועי מיינט עס דאך אז סאיז א טו וועי, אבער דו האסט מן הסתם א בעסערע ענטפער, נו?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 10:30 pm
דורך למעלה משבעים
גאנץ צוהאקט??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:23 am
דורך שמערי בערי
ביי א וואן וועי שייט א סיין דו נאט ענטער...
בד"וו איך פאר מיר איינמאל רואיגערהייט אויף א רעמפ, און פלוצים זעה אים א סיין ראנג וועי... ס'איז מיר שווארץ געווארן... ס'האט מיר גענומען א שטיק צייט צו כאפן אז ס'איז געווען פאר די אנדערע זייט... שיגענע חברה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:28 am
דורך גרויזאמער
יא, ווי געשריבן, אויב די צוויי לעינס זענען איינס נעבן צווייטן וועסטו אייביג זעהן די ראנג וועי סיין וואס איז געמאכט פאר דרייווערס וואס פארן אין די ריכטונג וואס דו פארסט, אבער אויפן אנדערען לעין. ממילא "מוזטו" עס אויך זעהן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 11:59 am
דורך צום זאך
שמערי בערי האט געשריבן:ביי א וואן וועי שייט א סיין דו נאט ענטער...
בד"וו איך פאר מיר איינמאל רואיגערהייט אויף א רעמפ, און פלוצים זעה אים א סיין ראנג וועי... ס'איז מיר שווארץ געווארן... ס'האט מיר גענומען א שטיק צייט צו כאפן אז ס'איז געווען פאר די אנדערע זייט... שיגענע חברה.
גרויזאמער האט געשריבן:יא, ווי געשריבן, אויב די צוויי לעינס זענען איינס נעבן צווייטן וועסטו אייביג זעהן די ראנג וועי סיין וואס איז געמאכט פאר דרייווערס וואס פארן אין די ריכטונג וואס דו פארסט, אבער אויפן אנדערען לעין. ממילא "מוזטו" עס אויך זעהן.
וועט יענער מיינען אז איך בין דער וואס ס'איז ראנג און ער איז גאר דער וואס פארט אויפן גוטן ריכטונג?!
א רגע.. אפשר איז ער טאקע גערעכט??... נע.. ס'קען דאך נישט זיין.. איך האב דאך א סאליד געלע ליין צו לינקס און א ווייסע צו רעכטס..
נו אויב אזוי וואס טראכט יענער רבש"ע??.. אה.. מסתם איז יענער ל"ע קאליר בליינד.. ער מיינט אז די ליין אויף זיין לינקע זייט איז געל..
עעי.. כ'האב מיך אינגאנצען פאר'חלום'ט.. ווי בין איך דא פארפארן?!! כ'האלט דאך אינמיטען דרייווען ראנג וועי...
(שיין זעהט מען אויס מ'זאל דארפן מאכן אזאנע חשבונות ביים רעדל...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 1:06 pm
דורך farshlufen
פאר עטליכע וואכן צוריק האט מיר א איד מזכה געווען מיט א מצוה אים אפצוטראגן אין א זומער זונטאג אינדערפרי צו א איד אין שפיטאל, אראפקומענדיג פונעם ברוקלין ברידזש אויפן רעמפ צום פד"ר דרייוו דארט וואו עס צוטיילט זיך אויף צוויי האבן מיר געהאט א ברייטן קבלת פנים פון אן איפכא מסתברא'דיגן קאר, ס'ארא סאנדעי דרייווערס.
זאל דער שומר ישראל אפהיטן אלע אידן בכל מקומות ויצילם מכף וכו' בדרך. אמן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 9:06 pm
דורך לאז געמאכט
אלע האבן גוט גענטפערט די פראגע וויזוי מען ווייסט אויב א גאס איז א וואן וועי אדער א טא וועי...
קיינער האט אבער נישט ארויסגעזאגט דעם תירוץ קלאר אין איין ווארט:
"אלע גאסן זענען טא וועי'ס, חוץ ווי ס'שטייט אז נישט" איז דעיט סימפאל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 12:22 am
דורך בני יששכר
יעצט ווען מען איז נאך אויף געשאקלט פונעם שרעקליכן עקסידענט
האלט איך אז יעדער טאטע דארף איבער שיקן זיין זין זיך לערנען וויאזוי מען דארף דרייווען
מען דארף זיך גארנישט שעמען צי נעמען נאכאמאל די פינעף שעה קלאס
מען דארך קענען די געזעצן
איך וויל נישט ארויס שרייבן עס קען ליידער פונקט אזוי פאסירן מיט א היימישער לויט ווי אזוי אינז דרייוו מיר השם ירחם.