איז ער באנקראט?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

איז ער באנקראט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

כ'האב געזעהן אז דער עולם האט הנאה געהאט פונעם ארטיקל פאריגע וואך, האב איך זיך ארפגעזעצט היינט ביינאכט ביים קאמפיוטער, און לאזט מיר וויסן ביים סוף צו איר האט הנאה געהאט, צו איר האט הערות, (מען מעג זיך מחולק זיין מיט מיר...) איך האב געלאזט די פינגער לויפן אויפן קיבארד, און דאס איז ארויסגעקומען:

איז ער באנקראט?

איינער האט מיך געפרעגט אזא פראגע:
דשי עם איז באנקראט, קרייסלער האט שוין לאנג באנקראטירט, פאר די איינע פשוטע סיבה, די סחורה איז געשטאנען און געווארט אויף די קונים וואס זאלן זיך קומען מרחם זיין, אבער למעשה האט עס געזאמלט שטויב, מען האט פראבירט צו מארקעטן די סחורה אויף אלע וועגן, ביליגע לאונס, ריבעיטס, נאו דאון פעימענטס, קעש בעק, וכו' וכו', אבער וואספארא שטערקערע ווינט די קאר סוחרים האבן געמאכט צו פראבירן ארויסבלאזן די פאר גרייצער פון די קאנסומערס קעשענע, האט דער ציבור נאך שטערקער הערמעטיש פארשלאסן די טייסטערס, און געלאזט די סחורה זיך אויסריען אין די שוי רומס על מי מנוחות, און אזוי גייט די טבע, ווען סחורה שטייט אן קיין קונים גייט מען באנקראט.

און דער פרעגער ציט ווייטער די שאלה, די ספרים ליגן אין די ספרים שענק און זאמלען שטויב, די עסקנים פראבירן ציען דעם ציבור צו שיעורים מיט אלע סארט אופנים, קאלערדיגע צעטלעך, שרייענדיגע ארטיקלען, מען מאכט אבות ובנים און דער ציבור כאפט נישט אז דער עיקר ציהל איז דער טאטע זאל כאטש עפענען א ספר איינמאל א וואך... נישט לאנג צוריק פרעגט מיך איינע פון מיינע קינדער אזוי תמימות'דיג, טאטי פארוואס דארפסטו אזויפיל ספרים, איז זע דיך קיינמאל נישט אריינקוקן דערין... איך האב אים איינגערעדט אז יעדע נאכט ווען ער שלאפט לערן איך אדורך אלע ספרים פון דעקל צו דעקל... אבער צווישן מיר און דיר חוץ ערב פסח ביים אויסליפטערן די ספרים האב איך גאנץ קנאפ שייכות מיט זיי, און לויט ווי איך הער בין איך נישט קיין בן יחיד ליידער, אין די צייט וואס אונזערע עלטערן פלעגן אויפשטיין אין די פריע פארטאגס שעה'ן אריינכאפן א בלאט גמרא פארן עוסק זיין על המחי' ועל הכלכלה, לויפן מיר פון בעט גלייך אין דאווענען אריין און פון דארט צו די קללה פון בזיעת אפיך וכו' וכו' ותורה מונחת בקרן זוית, הקיצור די תורה שטייט אין שוי רום – ליין ספרים שאנק – און ווארט אויף די קונים וואס קומען נישט אן.

פירט דער שואל אויס מיט א שטילע שטימע אזוי אז קוים איך האב אים געקענט הערן: איז דאך לכאורה די תורה באנקראט.

מער ווי איין מאל בין איך שוין געווען מיט מיינע קינדער ביי סיקס פלעקס – גרעיד אדווענטשער, ס'איז א קייט פון אויספלאג פארקס, פאר אונז היימישע אידעלעך איז די מערסטע באקאנט די גרעיד אדווענטשער אין ניו ג'ורזי צוזאמען מיטן באקאנטן סאפארי זו, ווי צענדליגער אויב נישט הונדערטער מאחינו בני ישראל קומען יעדן חול המועד צו באוואונדערן די נפלאות הבורא פון די מאנקי'ס און די בערן וואס האלטן זיך דארט אויף, אונדערזייט דארט איז דער גרעיד אדווענטשער פארק מיט אירע צענדליגער ריידס, פארגאנגענעם חול המועד פסח ווען איך בין דארט געווען איז געווען אזא עולם דארט אז ס'האט אויסגעקוקט ווי מען האט ארויסגעלאזט די אידן פון מצרים גלייך אין סאפארי אריין... הונדערטער טויזענטער אויב נישט מיליאנען גוים באזוכן דארט א יאר, איך גלייב אז מען ענדשויט זיך דארט, דער פארק מיט'ן זו צוזאמען ציט זיך אויף א שטח פון צענדליגער עיקער לאנד, מען דערקענט אז מען האט אריינגעלייגט שווערע מיליאנען אהערצושטעלן דעם פלאץ.
און לעצטנס האבן זיי געפיילט פאר בענקראפסי.
וואס גייט פאר? פשוט, דער בעל הבית פונעם פלאץ האט בכלל נישט געמאכט פאר א ציהל אין לעבן אז איך זאל האבן ווי צו גיין חול המועד האלטן, ער שלאפט רוהיג ביינאכט אפילו ווען איך דרייוו נישט די פאר שעה יעדע האלב יאר אים רייכער צו מאכן מיט מיינע צוואנציג דרייסיג דאלער וואס איך לאז אים איבער דארט, אבער ווען נאך טויזענעטער מענטשן האבן איינגעצויגן דעם פאסיק און אויפגעהערט אויסצוגעבן געלט אויף שוואוילטאג, האט ער מחליט געווען אז ער איז אין ביזנעס צו מאכן געלט, און אויב דער דער איינציגער ציהל פארוואס ער האלט אויף דעם פלאץ ארבעט זיך נישט אויס, וואס פעלט מיר אויס די גאנצע מעשה.

איך גלייב דער עולם געדענקט אוודאי קעטסקיל געים פארעם, דער פיקטשער פון צוויי גרויסע דשיראפעס ביים אריינגאנג... יא יא, דארט ווי דו ביזט געווען אלץ קינד, פון דעם רעד איך, זיי האבן צוגעשפארט פאר די זעלבע סיבה, אז ס'האט נישט אריינגעברענגט וואס זיי האבן געדארפט איז אויס עסק.

איך האב אמאל געהערט פון א מגיד אזוי: דער רבש"ע האט באשאפן די וועלט אז אידן זאלן טון תורה ומצוות, מען זאל זיצן ביי די גמרא לערנען אביי ורבא, מען זאל דאווענען ווי מען ציילט געלט, (נישט ווי יענער וואס האט אויפגעהערט צו דאווענען, ווען מען האט אים פארגעהאלטן ווי פאסט דאס פאר דיר זיך אינגאנצן אנפייפן אויפן סידור, האט ער אזוי תמימות'דיג געענטפערט, אין מיין סידור שטייט מען דארף דאווענען ווי מען ציילט געלט, לעצטנס גייט נישט די פרנסה, נו, אז איך צייל נישט קיין געלט דארף איך נישט דאווענען...) מען זאל עוסק זיין און מצות ומעש"ט במשכ'ן גאנצן טאג, אבער מען דארף דאך עפעס טון פאר פרנסה אויך, וויפיל מען דארף דארף מען, אבער די איבריגע צייט דארף זיין כולו קודש, ע"כ דברי המגיד,

נו חברה, לאמיר זיך אביסל ארומקוקן אויף די וועלט, כמיין נישט אויף די גאנצע וועלט נאר אויף די אידן, נע, נישט אויף אלע אידן נאר אויף די שומרי תורה ומצוות, און נישט אויף אלע שומרי תורה ומצוות, נאר אויף די חסידישע קרייזן, דאס הייסט די "היימישע" (און יא, כ'מיין די היימישע קרעטשמע אויך...) מיר דארפן דאך צו הייסן דער מובחר שבמובחר, לאמיר נעמען לדוגמא מיין חבר פלטיאל (כ'האף ס'איז נישטא אזא ניק דא... אויב יא ביטע זיך נישט באליידיגן, איך מיין קיינעם נישט פערזענליך...) לאמיר זעהן וויאזוי ער וואלט געדארפט אויסקוקן לויטן רצון השם, און ווי קוקט ער טאקע אויס.

לפי דברי המגיד וויל דער רבש"ע אזוי:
ס'איז א קאלטע ווינטער נאכט, א שניי בוזשעוועט אינדרויסן מיט'ן פולן ווינטערדיגן מאכט, די פרעסט דרינגט אריין נישט נאר אין די אנגעהייצטע בעדרום נאר אפילו אינטער ר' פלטיאל'ס דאכענע, (צו א דיקע דאכענע קען ער זיך ממילא נישט עפארדן, אבער פון דעם עמער באלד רעדן) ס'איז כמעט 4 אזייגער, ר' פלטיאל גיט זיך א דריי אויף די צווייטע זייט, גיט זיך א טוליע אריין טיפער אין די דאכענע, און... דער זייגער האט זיך צוקלינגען... ר' פלטיאל האט זיך קוים געלייגט, דער תיקון חצות האט נעכטן גענומען אביסל לענגער, עפעס האט זיך דער הארץ צועעפנט, טרערן האבן זיך געגאסן, אזוי האט זיך עס געצויגן תיקון רחל, תיקון לאה, קר"ש של אר"י, ענדליך נאך 2 האט ר' פלטיאל געקושט די מזוזה 7 מאל, אנגעגרייט צוויי דאבל טעפלעך נעגל וואסער און זיך געלייגט אויף די לינקע זייט.

ר' פלטיאל גיט א כאפ די שווארצע פלעסטיק גלעזער פון נאכט קעסטיל, מאכט זיכער אז יא! ס'איז שוין שפעט, מען דארף שוין אויפשטיין לעבודת הבורא, ער גיט א גיגאנטישן געניץ, און, מודה אני, נעגל וואסער, ציט ארויף אויף זיך די נעכטיגע (און אייערנעכטיגע וכו') וועש, ס'איז 4:05 און ר' פלטיאל אטעמט שוין די פראסטיגע לופט, און צופאטשקעט די שניי וואס האט זיך אזוי שיין אויסגעשפרייט במשך די נאכט לויפנדיג און ביהמ"ד.

ביי יעדן אטעם קומט ארויס אזא פארע פון ר' פלטיאל'ס הייליג'ן מויל, ר' פלטיאל מיטשעט זיך צו שלעפן זיינען פיס מיט די לעכעריגע שיך אין די הויכע שניי, אבער ווען ער דערמאנט זיך אז מען גייט די גאנצע שניי אויך ארויפלייגן אויפ'ן וואגשאל ווערן זיינע פיס גרינגער, ס'לויפט זיך ווי א קינד, ורגלו מוליכות אותו לבית המדרש.
דארט אין היכל התורה שטורעמט ער אריין מיט די לאנגע נאסע פיאות, הערשט יעצט האט ער געענדיגט די שי טבילות, די קאפ איז אים נאך גאנץ דיזי, די אויער איז אים נאך געלעכערט פון די שטורעמישע כוואליעס וואס זיינע טבילות האבן אנגעמאכט, אבער ער האלט דעם קאפ אויפן פלאץ, ער נעמט ארויס דעם 6 אינטישגן גארטל פון האריגן טלית בייטל (פארשטייט זיך אז ס'איז שוין כמעט נישטא קיין האר דערויף, כמעט ווי זיין ביבער היט...) און, ברכת התורה! דער גאנצער ביהמ"ד דינערט אפ, ר' פלטיאל דאנקט דעם אויבערשטן מיט אזא שמחה, נאך א טאג קען איך דיך דינען.

ס'איז 8:00, ר' פלטיאל האלט נאך 4 קאוועס, (מיט קאצקע ציקער פארשטייט זיך...) און 6 מאל גיין הכנות, אבער די ריכטיגע הייבט זיך הערשט יעצט אן, מיט'ן פאקער וועגעלע ברענגט ער דעם גאנצען שאנק חסידישע ספרים, באוואפנט זיך מיט נאך צוויי קאוועס, און זינקט איין אין א שטיקל מאור ושמש, אז אפילו דער בנין זאל איינפאלן וועט ער נישט באמערקן, דערנאך קומט דער באר מים חיים, אוהב ישראל, און אזוי ווייטער, ווען ער האלט שוין ביים ישמח ישראל באוואונדערט שוין ר' פלטיאל אליינס ווי גייט אין א גשמיות'דיגן גוף אריין אזויפיל קדושה.

דער דאווענען איז דאך אפגערעדט, ס'נישטא די ווערטער עס צו באשרייבן, העמיר לאזן א שורה צוויי ליידיג, דער דמיון זאל קענען פריי ארבעטן...


נאך עלינו, שש זכירות, אני מאמין, פרשת המן, יראה, יום תהלים, וכו', קומט א לחיים, ר' פלטיאל גיסט זיך אן א (געניצטע...) ברוינפן גלעזל, (און ווען ער טרעפט נישט איז א פאום קאפ מיט קאווע שיריים אויך גוט בדיעבד...) ער טונקט איין די קאקאש קעיק דריי מאל אין די ברוינפן, פארמאכט זיך די אויגן, פארקנייטשט דעם שטערן, מאכט זיכער אז ער האט נאך אן דעם גארטל, און ס'הילכ'ט אפ א מזונות, זיפט אביסל פונעם וויסקי, און דאן קומט עס, די נשמה זאל האבן אן עלי' אלע קראנקע א רפואה, זאג נאר די וואך איז דעם חיים של קדושה'ס יארצייט, אה, דארט האבן זיך מופתים געוואלגערט אינטערן טיש, העכערן טיש, און אויפן טיש, דאכט זיך אז ער איז געווען אן אייניקל בן אחר בן פונם חיים שיש בהם, אוי האב איך אמאל געזעהן א שיין ווארט פונעם בעל הילולא'ס פעטער בזיוויג ראשון, וכו' וכו'.

אוי ס'שוין עלעף אזייגער, דער צייכענער אין כולל וועט באלד באמערקן אז איינער האט נאר ארפאגעלייגט מיין היט אויף מיין גמרא און איך בין נאך ניטאמאל דארט, ער מאכט א נאך ברכה, לייגט צוזאם די רבינו תם תפילין, ענדיגט צו פרק שירה, און ביז א האלבע שעה דערויף איז ער שוין כמעט אין געגנט פון כולל.

דא גיבט זיך ר' פלטיאל א לאז אריין אין ים התלמוד, ער ווערט פארזינקען אין א טיפן רשב"א, כאפט א תוס' הראש, דרייט מיט'ן רמב"ן, צוזינגט זיך א פרייליכן לידל אויפן ריטב"א, הקיצור ווען ער גיט זיך א כאפ, איז שוין 7:00 פארנאכטס און ער האלט נאך פאר פרישטאג, הוי רבש"ע לאזט זיך ארויס א קרעכץ מתוך שמחה, ווי קען א גוי האבן אזא תענוג, מלכים ושרים, מי ידמה לי.

ער לויפט אהיים, טועם שווארצע ברויט מיט זאלץ, טרונקט צו אביסל ווארעם וואסער מיט לימענע- שוין א לוקסוס, און ער יאגט זיך צום שיעור מיט'ן בחור 8:00 עפעס דארף מען דאך טון פאר פרנסה... לערנט אונזער ר' פלטיאל מיט בחורים פון 8:00 ביז 10:30 נאר מצויינים פארשטייט זיך, דערנאך קומט מעריב, ספירה ווען מען ציילט, חשבון הנפש, התבודדות, תיקון חצות וחוזר חלילה... דער זייגער קלינגט נאכאמאל...

עד כאן ווי איך האב פארשטאנען מדברי המגיד אז דער רבש"ע וויל ר' פלטיאל זאל אויסקיקן, אבער ווען איך האב מיך צוגעקוקט אביסל נענטער, האב איך געזען אז מר. פלטיאל פירט גאנץ אן אנדערן סדר היום, ענדערש אזאנס וואס כ'האב מיך געשפירט גאנץ היימיש דערמיט.

די קינדער גרייטן זיך צו גיין אין סקול, פלטיאל דעקט זיך איבער מיט די ווארימע דאכענע אריבער דעם קאפ ער זאל נישט הערן דעם גרידער און קענען אריינכאפן נאך אפאר מינוט שלאף, ער גיבט א בליק אויפן זייגער, ס'איז 8:26 אוי, סוף זמן קר"ש, ער גיט זיך א וואש נעגל וואסער, זעצט זיך אויף, זאגט אפ א קריאת שמע, אינדערמיט יאגט ער נאך אן צו ווייזן ביי פאר שרה'לע וואס לויפט צום באס, ער געט א געניץ ביי ה' אלוקיכם אמת, און לייגט זיך אראפ פאר נאך פינף מינוט.

א האלבע שעה שפעטער גיט ער זיך א כאפ אויף, 9:02! אוי, צענע דארף איך דאך שוין זיין ביי די ארבעט, און היינט איך נאך ראש חודש צו אלע צרות, ער ציט זיך אויס פוילערהייט, טוט זיך אן דעם אנצוג און לויפט שנעל אין ביהמ"ד אריין, די מקוה וועט שוין מיזן ווארטן אויף מארגן, אה די מנין האלט נאך פאר ויברך דוד קען איך נאך טרינקען א קאווע... הקיצור, ווען ער ענדיגט אנטון טלית ותפילין האלט מען שוין ביי קריאת שמע, פלטיאל דערמאנט זיך עפעס גירסא דינקותא אז כדי צו דאווענען תפילה בציבור, מעג מען זאגן נאר ברוך שאמר, אשרי, ישתבח, קרי"ש, עפעס אזוי..., הכלל, ביי שמו"ע האט פלטיאל שוין אויסגעטרעטן די ערשטע... נו, אז ס'איז דא צייט קען מען דאך איבערקוקן די טקסט מעסעדשעס, אה, גאנץ א גוטס האט מיר יאנקל געשיקט, לאמיך עס פארווערדן וואס זרח האט נעכט... קדוש קדוש קדוש... ווי האב איך געהאלטן, אה, ריפליי, פארווערד, און, ער גיט א צי אראפ די תפילין בנשימה אחת, ס'איז שוין שפעט, מען דארף דאך האבן געלט צו זיין א איד... ווי א מאגענעט וואלט אים געצויגן פליט פלטיאל ארויס פון שוהל, שטייענדיג ביים טיר האט ער נאך אנגעיאגט צו הערן, אוי, הלל, ס'איז ר"ח, כ'וועל שוין מוזן ממשיך זיין אויפן וועג.

ווען פלטיאל שפאצירט אריין צו זיך אין אפיס איז אים דער קאפ גאנץ קלאר, ער ווייסט פונקליך וואספארא רושם ער זיכט צו מאכן אויף די אידישע און גויאישע ארבעטער, די ציצית אריין, רעדט נאר ענגליש (צוברעכט זיך די ציין, אבער נישקשה, ער וועט זיך דערלערנען ביים סוף) ח"ו מען זאל אים נישט חושד זיין אז ער גרעניצט זיך מיט'ן טיטל חאניאק, און אנדערע ווערטער, ווער ס'האט אים געקענט אלס בחור זאל אים ח"ו נישט דערקענען... ער גיבט ארויס אפאר באפעלן, און 10:30 זיצט ער שוין מיט אפאר חברים ביי גרינ'ס איבער א זאפטיגן פרישטאג.

ווען ער קומט צוריק אין אפיס נעמט ער אפאר וויכטיגע פאון קאלס, מאכט אפאר טרענספערס, גרייט אן דעם דעפאזיט, מאכט זיכער אז אלע ארבעטער טוען וואס ער האט זיי געהייסן, און דאן הייבט זיך עס אן, ער זעצט זיך צו צום קאפיוטער, צום ערשט טשעקט ער די סטאקס, אה, כ'האב געוויסט אז זיי גייען ארויפגיין היינט, און בי סי, יא, זענען אראפ, נו, כ'האב דיך דאך געווארנט, פארמאכט דעם סטאק וועבזייטל און גיבט א דרוק אויפן פעווערטי קנעפל, א לאנגע ליסטע מיט סייטס שלענגלען זיך אזוי, פלטיאל גראדט זיך אויס אויפן בענקל, און הייבט אן מעיין זיין סייט נאך סייט, (פארשטייט זיך איי וועלט איז די ערשטע אויף די ליסטע...)

אינמיטן קימען אריין די יוזשעאלס, גוגל טאלק, מעסענדשער, הקיצור ס'איז העקטיק, ווען דער סעקרעטערי רופט אויס אויפן אינטערקאם, מר' ברעכער פאר די באס, זאגט ער איר שנעל, סעי איים אן א מיטינג, און די הענט טאנצן ווייטער אויפן קיבארד פון מעסענדשער צו טאלק צו תגובות אשכולות פורומים בלוגים וכל שום וחניכא דאית לן ולהו...
לאנטש האט אים די אשת חיל מיטגעשיקט, עסט ער כאטש היימיש היינט, אזוי דערמאנט ער זיך אהיימצוקאלן פרעגן זיין אשת חבר וויאזוי זי באפארעט זיך מיט זייערע יוצאי חלצים, און זי גלויבט נעבעך בתמימות אז ס'אינטרעסירט אים, נאך צען מינוט וואס זי רעדט נאן סטאפ כאפט זי זיך אז ער האט שוין לאנג אויפגעהויבן א ביפ... נו וואס קען מען טון, ער איז אזוי ביזי...

נאכמיטאג ארבעט ער שוין אביסל שווערער, זיי נישט חושד אז ער שלעפט ח"ו באקסעס, ער שליסט נאר אפאר דיעלס, רעדט מיט אפאר קאסטומערס, פארשטייט זיך אז אזוי נישט באמערקענדיג אפדעיט ער זיין סטאטוס אויף פעיסבוק, דא דארט גיט ער א טוויטער, אבער בדרך כלל איז ער פארטון אינעם מצוות עשה פון ששת ימים יעשה מלאכה.

דער זייגער ווייזט 6:00, פלטיאל זעצט זיך אריין אינעם בי עם דאבעליו, ער באדויערט אז ער האט פארפאסט היינט דעם שיעור מיט רבו מובהק מהר"זש מ'הענעטי, אבער ער טרייסט זיך כאטש וועט ער אויפ'ן וועג אהיים אויפכאפן אפאר דברי פי חכם פון הרב מרדכי לעווין ש' צו קענען איבערזאגן מארגן אין מקוה (מ'האט דאך געשמועס אז מארגן גיין זיין א מקוה...) ווי ערשטוינט ווערט ער צו הערן אז דער רבי וועט נישט פארלערנען היינט, אנשטאט איז געקומען א ממלא מקום, מהרב"ב מ'גרענט... נו, אויך נישט שלעכט, סטרעיט אהעד...

פלטיאל קומט אן אהיים, די קינדער ווארטען אים שוין אפ ביים טיר, יעדער באפאלט אים מיט די נייעס פון סקול, חדר, פלעי גרופ, פלטיאל שטופט זיך אדורך, און מארשירט גלייך צום קאך טיש ווי א נארהאפטיגער נאכמאל ווארט אים אפ, אוי רבש"ע וואס זאג איך איר, זאל איך איר פארציילן אז איך האב שוין געגעסן מיט אפאר חברים ביי גוסטא, זי וועט זיך דאך אינגאנצן באליידיגן, ער מורמלט אזוי אינטער די נאז, מיין מאגן טויג עפעס נישט, כ'קען נישט עסן היינט, צו זי גלייבט אים יא צו נישט, די קינדער צוכאפן גלייך די פארציע, און דער נאכטמאל איז פארטיג.

דאס איז דאך שוין סתם איבריג צו זאגן, ווען די רביצין נעמט זיך אויסקרעכצן וויאזוי דער טאג איז אריבער, צודריזלט זיך פונקט דער בלעקבערי, נישט וויכטיג, א נארישע וויץ, אבער אז ס'ליגט שוין אין די הענט וואנדערט ער שוין אריין אין קרעטשמע, ליינט א געשמאקע ארטיקל פון שאצ'ל, א אפהאנדלונג פון וויכי, (אנשולדיגט מאשקע, פונקט יענעם טאג האסטו גארנישט געשריבן...) ער איז מוסיף נופך מדילי' שרייבט צו אפאר הערות, ווארפט אריין אפאר סמייליס (דעי מיט די גראבע פינגער אויף ארויף...) און בין גברא לתגובה שאקלט ער צו מיט'ן קאפ זיין פלונית'טע זאל מיינען אז ער האלט מיט וואס זי זאגט.

פלוצלינג גיט ער זיך א כאפ, אוי ס'שפעט, מנחה, ער לויפט ארויס, די רביצין שרייעט אים נאך, קום גלייך אהיים העלפן שלאפן לייגן די קינדער, אבער ער איז שוין לאנג נישט דארט, ער קומט אן אין גרויסן ביהמ"ד דריי מינוט פאר רבינו תם, ער זעהט א מנין זאגן שמונה עשרה, ער געט א לויף אהין און צוריק דריי טריט, און ער שטייט שוין שמו"ע, ווען ער האלט ביי אתה חונן הערט ער דעם בעל תפלה זאגן קדיש, וואס הייבט ער נישט אן הויכע שמו"ע, אוי ס'איז דער מנין מעריב וואס שטעלט זיך ביי זעכציג...
נאך מעריב גייט ער צו אפאר טיי אווענטס, וואך נאכטס, ביז ער איז זיכער אז אלע קינדער שלאפן שוין, ווען ער קומט אהיים און ער זעהט דעם בייזן בליק פון מרת פלטיאל, געט ער זיך א כאפ ארויס, וואס קען איך טון דער שיעור האט זיך פארצויגן היינט, ס'איז געווען א שווערע סוגיא, און זי אטעמט אפ, אה ב"ה, האב איך כאטש געהאט א חלק אין מיין מאנ'ס תורה...

פלטיאל מאכט אפאר פאן קאלס, לייענט די לעצטע נייעס אויף די פאר בלאגס וואס ער האט נישט אנגעיאגט במשכ'ן טאג, און ווען די אויגן קלעבן שוין, און דער געניץ איז שוין אזוי גרויס ווי א רעדל פון א טרעקטער זאגט ער קריאת שמע, באדאנקט זיין ווייב פאר'ן אים אנגרייטן נעגל וואסער, און פאלט אריין אין בעט, כ'געדענק נישט אויף וועלכע זייט...

ער דערמאנט זיך, מארגן דארף איך אויפשטיין פרי כ'האב א וויכטיגע ביזנעס מיטינג...

עד כאן די דיפערענץ צווישן ר' און מר' פלטיאל, שטעלט זיך די פראגע, אויב דער רבש"ע האט אונז אראפגעשיקט אויף די וועלט אויסצוקוקן ווי הרב פלטיאל, און מיר – וואס מיר דארפן שוין צו הייסן די סמעטענע פון כלל ישראל - זענען נענטער צו מר' פלטיאל, וועלן מיר ח"ו טראכטן אויף א רגע אז רצונו ית' האט זיך נישט אויסגעארבעט, מיר ווייסן אז ח"ו צו זאגן אז אידישקייט האלט ביי באנקראט, אבער לאמיר זיין אויפריכטיג, וואס איז טאקע דער הסבר?
כ'וועל ענק נישט אנציען די נערוון, און זאגן גלייך וואס כ'טראכט לפי עניית דעתי הבזי' והשפלה...

ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבעט און מיין צוויי יעריגער האלט אינמיטן בויען פתום ורעמסס מיט קלוקס, פלוצלינג דערזעהט ער מיך, ער לאזט אלעס אפ און קומט צו לויפן, טאטי... ער ווארפט זיך אריין אין מיינע פלייצעס, איך הייב אים אויף און איך גיב אים א קיש, איך קען ענק נישט מסביר זיין ווי שטארק איך האב אים דעמאלס ליב, וואספארא גוטע געפיל דאס איז, ער האט אפגעלאזט זיינע טויס און געקומען צו לויפן צו מיר, אפילו ווען א מינוט שפעטער לויפט ער צוריק צו די טויס, נאכמער, ווי טיפער ער איז פארשפילט, און דאך קומט ער צו לויפן ווען איך קום אהיים, האב איך סאך שטערקער הנאה דערפון.

דער רבש"ע האט אונז אראפגעשיקט אויף די וועלט מיר זאלן אים פארשאפן א נחת רוח, ווי טיפער מיר זענען פארשפילט אין די גשמיותדיגע וועלטל, און דאך לויפן מיר דאווענען שחרית, מנחה מעריב, וויאזוי עס קוקט שוין אויס, אבער מען גיבט א לאז אפ עכ"פ אויף א רגע אלע שפילערייען (אנטשולדיגט, כמיין נישט די בלעקבערי...) און מען ווארפט זיך אריין אין זיינע ארעמס, א דאווענען, ברכות, קר"ש, איז מען גורם די מאקסימום הנאה פאר קודשא בריך הוא.

שטעלט זיך די פראגע, העסטו מיר זאגן אז דווקא אונז קרעטשמע זיצערס האט ער ליב, וואס טוט זיך מיט ר' פלטיאל, ער דינט דאך דעם בורא 24 שעה אין טאג, ווי קענען מיר זיך פארגלייכן צו אים.

העמיר עס מסביר זיין מיט א משל.

בדידי הוא עובדא, אודה ולא אבוש, איך האב זייער ליב ליקעריש... יא! אזוי ווי איר קוקט מיך אן (קען זיין פארדעם האב איך מיר צוגעדעקט דעם פנים...) איך האב ליב דעם געשמאקן זיס'ן טעם פון די רויטע ליקעריש, און נישט נאר דאס, מיינע תאוות שטעלן זיך נישט אפ ביי דעם, ווען איך זעה זויער פיקל, (סאער פיקל בלע"ז) נעמט זיך מיר די שפייעכץ רינען! איך גיי אויס דערפאר, פרעגט מיך אמאל מיין שוואגער, זאג מיר גראדער טייערער, מאך אפ, האסטו ליב זיס אדער זויער, כהאב מיך פארקנייטשט דעם שטערן א מינוט, און געענטפערט, כ'האב זיי ביידן ליב, סיי זיס, און סיי זויער, ביידע זענען מיר אייניג געשמאק.

אזוי איז דער תניא מסביר אין ליקוטי אמרים, דער רבש"ע האט כביכול ליב זיסע זאכן, דאס זענען די צדיקים, און ער האט ליב זויערע זאכן, דאס זענען כלשונו "די וואס דרייען זיך א גאנצן טאג אין מארק מיט ביטערע נסיונות און לויפן סוף טאג כאפן א האלבע מנחה" ער האט זיי "אייניג" ליב, די ר' פלטיאלס וואס זיצן אין כולל ערב ובוקר, און אונז יושבי הקרעטשמע זעמיר מקיים אונזער תפקיד אויף דער וועלט, מיר זענען צענדליגער מאל אין טאג גורם א נח"ר פארן אויבערשטען.

און ניין! אלעס איז א נחת רוח פאר אים, ער איז נישט באנקראט...
לעצט פארראכטן דורך גראדער אום דינסטאג אוגוסט 04, 2009 6:19 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

די ארטיקל פארגאנגע וואך
רעסעשן יא, דעפרעשן חס ושלום
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

איך האב נישט די ווערטער...................................

שוין לאנג נישט געליינט אזא געשמאקן ארטיקל, רייך, פליסיג, געגאסן,בא'טעמ'ט, זיס און ביטער, אה! אן עונג רוחני! (נאר מיט אזא שריפט ווי די דיר, קען מען ארויסברענגן, די הרגשים נאכן ליינען אזא ארטיקל.........)

אבער................ אלס איז דא אן אבער.........................

צום סוף האסטו מיר דיסאפונטעד,

איך האלט אינמיטן ליינען, חרטה געפילן כאפן מיר אן, וויל שוין אויפגעבן מיט די קרעטשמע, אראפווארפן די בלעקבערי, נעמן א גראבע סידור און ליינען קרי"ש דאר"י...............

אבער ניין איך ווער געוואר נישט דאס וויל די אייבירשטר פון מיר, ער וויל פון מיר א שנעלע קרי"ש, כאפן דאס דאווענען , און עסן א פיינע פרישטיג ביי גרינס,

וואס הייסט דאס איז דאך די אייבירשטר'ס סאוע"ר פיקע"ל..... ווי אזוי קען מען דאס פון איהם אוועק נעמען......

הזאת נעמי.. איז דאס אמת אז דאס איז אינזער תכלית אויף דעם וועלט.....

ביזט זייער גערעכט מיט דעם שטאלץ וואס די אייבירשטר האט פון דעם זויערן איד, אבער צו מיינט מען דאס אינץ???

דאס מייינט מען די שוואכע אידן, דעי תינוקות שנשבו, וואס זיי האבן קיינמאל אין זייער לעבן נישט געוויסט פון עפעס בעסער'ס..........

אבער אינץ..............................................................

לאמיר זיך דערמאנען, פון אינזער געשמאקע ישיבה יארן, א טעם אין א דאווענען איז נישט געווען קיי זעלטענהייט, א בלאט גמרא א חסידיש ספר............. אה........... וואסערע מתיקות

לאמיר קוקן אויף אינזערע עלטערן, אינזערע זיידעס, ווי אזוי אינז דארף מען אויסקוקן, א לעבן וואס איז א שטיק נאנטקייט צום רבש"ע....

ווער וועט בלייבן די "זיסע", אויב נישט אינץ די היימישע אידן..............

לאטץ איבער די "זויערע" פאר דעי, אן די קאפעלעך אויף וואל סטריט..........

אבער אינץ...........לאמיר גיין כאפן אן התלהבות'דיגע קרי"ש............ און אויפשטיין דינען דעם אייבירשטן...

א גוטע נאכט
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

WOW WOW WOW !!! ;l;p- ;l;p-
איך בין אין שאק...!!
אזא רייכע שריפט מיט אזא אייגנארטיגן סטיל, צוגעפאסט צו קרעטשמע ווי זויער פיקל צום טשולענט און ווי ליקעריש צום פאפיטעס.....

און ווער רעדט נאך פון די געוואלדיגע דברי חיזוק וואס דו האסט צאמגעשמאלצן דא ,,, איי איי איך גלייך דאס!

איין זאך זע איך מר. פלטיאל, כ'מיין גראדער, אז דו ביסט אויך אין שאק אז הענעטי וועט נישט וויילן יעצט אין ניו יארק... וויי וויי וואס וועט זיין מיט די טולק שאויס...


אופס........
צו די זאך האט אריינגעבאמפט אין מיר

יא וואס פרעגסטו? צו מען מיינט אינץ. ווייס איך נישט אבער די משל קען מען אפטייטשן עטוואס אנדערש אז ווען דער גרויסער ליבליכער טאטע וועט אהיימקומען פונעם לאנגן גלות וועלן מיר זיך אלע אריינווארפן אין זיינע ארעמס און אוועקווארפן אלע שטותים מיט די הבלי עוה"ז, אפגעזען ווי טיף מען איז נעבעך פארזינקען דערינען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גראדער, אויף דיין ערשטע פראגע צו איך האב הנאה געהאט, גיי איך דיר נישט ענטפערן, ווייל אויב דו ווייסט נישט אליין, איז סאמטינג ראנג..

דיין ארטיקל איז א מעסטער-פיס.. סיי די וועג פון שרייבן.. (כ'רעד שוין נישט פון די חלק וואס וויכי ווערט דערמאנט..) דו ברענגסט זייער גוט ארויס דיינע פוינט'ס.. און מער פון אלעם, איז די תוכן.. געוואלדיג!!

(איך וויל אביסל מחולק זיין מיט די מציאות, (איך ווייס אז ס'איז נאר א משל..) וואס דו האסט געשריבן וועגן "ר' פאלטיאל".. דער רבש"ע פארלאנגט נישט פון אונז צו שלאפן 2 שעה, אדער נישט צו עסן ביז 7:00, די תורה הקדושה זאגט קלאר ונשמרתם מאד לנפשותיכם, א מענטש דארף זיין געזונט, און די רמב"ם (אזוי מיינעך) זאגט אז א מענטש דארף שלאפן אכט שעה.. אבער דיין קאנצעפט איז נאך אלץ שטארק..)

גראדער, טענקס.. און אויב ביסטו נייגעריג צו וויסן, יא! אונז ווארטמער אויף נאך..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

לאמיר קודם צו זיך קומען פונעם ארטיקל, דאן וועל איך מגיב זיין....
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אזא געשמאקייט, אזא זיסקייט צי ליינען דיין שריפט, זאגסט דאך אזוי גוט אין צום פינטעל,
א הארציגען דאנק אין מיר ווארטען אויף נאך.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

צו די זאך האט געשריבן:הזאת נעמי.. איז דאס אמת אז דאס איז אינזער תכלית אויף דעם וועלט.....

ביזט זייער גערעכט מיט דעם שטאלץ וואס די אייבירשטר האט פון דעם זויערן איד, אבער צו מיינט מען דאס אינץ???

דאס מייינט מען די שוואכע אידן, דעי תינוקות שנשבו, וואס זיי האבן קיינמאל אין זייער לעבן נישט געוויסט פון עפעס בעסער'ס..........

אבער אינץ..............................................................

לאמיר זיך דערמאנען, פון אינזער געשמאקע ישיבה יארן, א טעם אין א דאווענען איז נישט געווען קיי זעלטענהייט, א בלאט גמרא א חסידיש ספר............. אה........... וואסערע מתיקות

לאמיר קוקן אויף אינזערע עלטערן, אינזערע זיידעס, ווי אזוי אינז דארף מען אויסקוקן, א לעבן וואס איז א שטיק נאנטקייט צום רבש"ע....

ווער וועט בלייבן די "זיסע", אויב נישט אינץ די היימישע אידן..............

לאטץ איבער די "זויערע" פאר סענעטאר ליבערמאן פון קנעטיקוט, אדער פאר דעי, אן די קאפעלעך אויף וואל סטריט..........

אבער אינץ...........לאמיר גיין כאפן אן התלהבות'דיגע קרי"ש............ און אויפשטיין דינען דעם אייבירשטן...

א גוטע נאכט


צו דער זאך טייערער, קיינער האלט דיר נישט אפ פון גיין קויפן א עמדין סידור און אנהייבן לייענען קרי"ש של אר"י,

איך האב דיר נאר געוואלט מודיע זיין אז אפילו וויאזוי דו קוקסט יעצט אויס, ביזטו נאך אלץ "צו דער זאך"!

און דער רבש"ע שעפט נחת פון אונז צענדליגער מאל אין טאג.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב שוין אנגעהויבן לעזן דעם ארטיקל אין די צופרי שטונדן, אבער עס איז שפעט געווארן און דער 'גראדער' האט דאך אזוי גוט געשריבן אז מען טאר נישט סתם אזוי דורכלויפן די שורות, האב איך געמאכט א הפסקה, און יעצט צוגעענדיגט אפליינען דאס איבריגע. איך מוז אייך זאגען אז איר זענט א געוואלדיגער שרייבער! פארשידנארטיגע טאלאנטן האבן געפונען דאס פלאץ אין אייער שריפט, אריינגערעכנט פאסיגע משלים, בליציגע געדאנקן, פארפלאכטן מיט לאכעדיגע וויצן, אלעס אינאיינעם איז דאס א מייסטערווערק, און מיר קוקן ארויס אויף נאך.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

גראדער, כ'מוז דיר זאגן, ס'איז ממש פון די געציילטע ארטיקלען דא אין קרעטשמע, מיט אזויפיל תוכן, אזוי שיין אראפ געלייגט, כ'האב ממש נישט די ריכטיגע אויסדרוקן פאר א גוטע יישר כח.

האסטעס זייער גוט ארויס געברענגט, און יא מיר האבן שטארק הנאה געהאט, און יא מיר ווילן נאך.

יישר כחכם.
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

גראדער דיין ארטיקל האט מיך געקאסט אז כהאב פארשפעטיקט מיין מנין היינט אינדערפרי.

אבער עס האט זיך פארט געלוינט!

אזא מוסר שמועס שוין לאנג נישט געהערט, עס האט זיך גאר אנדערש געדאווענט מיט אזאנע חומר למחשבה.

יהא חלקך עם מחזקי הרבים
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

הפלא ופלא! הפלא ופלא!

ר' מיכאל בער ווייסמאנדל פלעגט זאגן אז א מעדעצין לייגט מען אריין אין א קעפסל, כדי דאס שארפקייט זאל מען נישט שפירן.

אט אזוי האב איך געשפירט ביים ליינען דיין ארטיקל, דיין טיפע זיסע מוסר רייד, איז אזוי אמת'דיג און אויפריכטיג, אז ס'וואלט זיך געזאגט אז יעדע אינגערמאן וואס גייט ארויס ארבעטן זאל דאס ליינען די צווייטע וואך פון זיין דשאב....

די סיבה וואס עס איז אזוי שטארק קאנווינסיג און מאכט די ליינער זאלן דאס ליינען מיט איין אטעם ביזן סוף, איז די קעפסל ארום די מעדעצין, דיין שפראך און צוגאנג איז הערליך און געשמאק,
(א קליינע הערה ביים נעקסטן ארטיקל, איך האף אז דו פלאנסט צו שרייבן נאך, ביטע מאך מער ספעיסינג צווישן די שטיקלעך כדי ס'זאל זיין גרינגער צו ליינען)

א הוספה קטנה:
ר' הערשלע ספינקא פלעגט זאגן (איך האב עס ציטירט אין מיין פרק שיעור פרק ב') אז א מאפע ווייזט קליינע פינטעלעך, אבער יעדע פינטל איז א שטאט, איין פינטל אין ניו יארק, איין פינטל אין אלבעני, כאטש אויף די מאפע איז דאס א קליינע פינטל איז דאס אבער באמת א גרויסע שטאט.

כמו כן א איד טוט א קליינע מצוה, אים דאכט זיך אז דאס איז א קלייניקייט, א קליינע מאך צו די אויגן אויף א סעקונדע אין די גאס נישט צו קוקן ערגעץ, איז אבער אין הימל א "שטאט"

און גלייב מיר הרב גראדער, מיט אזעלכע שטעט איז כביכול נישט באנקראט...

זיי דו אויך נישט באנקראט גיב אונז נאך אזעלכע סחורה, לאז זיי נישט שטויביג ווערן....
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

שכוח גראדער....

סאיז א מעכטיגער ארטיקעל...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

שאץ מאץ האט געשריבן:(א קליינע הערה ביים נעקסטן ארטיקל, איך האף אז דו פלאנסט צו שרייבן נאך, ביטע מאך מער ספעיסינג צווישן די שטיקלעך כדי ס'זאל זיין גרינגער צו ליינען)

.


פאראכטן. איך האף אז יעצט ביזטו צופרידן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

גראדער; איך ווייס נישט צו דו קענסט מיין מהלך, יעדע נייע ארטיקל אין קרעטשמע וואס האט מער אותיות וויפיל ס'פיט אריין אין איין סקרין, פרינט איך ארויס, און ווען מ'האט צייט ליינט מען עס. דיין יעצטיגע ארטיקל האט געשריגן עפעס צו מיר ליין מיך. כ'האב אים געפאלגט. איך קען דיר נישט זאגן ישר כח ווייל איך ווייס נישט וויאזוי מ'באדאנקט זיך פאר אזוינס, ס'איז אויסטערליש גוט, דיין סדר היום וואס דו האסט אראפגעשטעלט - פון ביידע פלטיאל'ס- איז אויסטערליש, כ'האב עס איבערגעליינט איינמאל און נאכאמאל. א רייכע מוסר ספר.

זאל דיר דער באשעפער געבן געזונט און כח זאלסט אונז ווייטער קענען מהנה זיין.

און טענקס אַגען, שטארק הנאה געהאט. מ'רופט עס אין אידיש: אריינגעפליקט אין פינטל אריין.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

יגרסהדותא האט געשריבן: מ'רופט עס אין אידיש: אריינגעפליקט אין פינטל אריין.


איי עם סארי, כהאב דיך נישט געמיינט צו פליקן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יאך בין פשוט ווערטערלאז, שכוח גראדע פאר די דברים כנים.
אוועטאר
איך_שמעק
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 5:27 pm
לאקאציע: אין אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_שמעק »

!!!!!!WWOOOOOWWW
איך האב זיך פאר אזא ארטיקל נישט גערישט, און זיכער נישט אינמיטן די ארבעט, א ישר כח.
זאג נאר איז נישט דער פיקטשער דיינע פין הרב ר' יוסף חיים ווייל אויף דעים ארטיקל זעיט אויס אז יא...

עניוועי קיפ אן, עס איז זייער גיט צו כאפן די מעסעדטש אינמיטן ארבעט
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איך_שמעק האט געשריבן:זאג נאר איז נישט דער פיקטשער דיינע פין הרב ר' יוסף חיים ווייל אויף דעים ארטיקל זעיט אויס אז יא...



נו. גילוי...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

גראדער, אין מילים!!
די שפראך, און די שריפט איז עפעס געוואלדיג!
והעולה על כולנה די מוסר חלק ווי אזוי מיר ברויכן אויסצוקוקן. און די חיזוק חלק ווי אזוי מיר קוקן אויס.
עס האט מיר געכאפט. יא צודערזאך. דער באשעפער גלייכט ביידע, אבער איך מיין אז מיר אלע ווילן זיין ענדערש די ליקעריש ווי איידער די זויערע פיקל!!
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

גראדער האט מיר געשיקט דעם ארטיקעל צו ליינען.
איך האב מתחילה געטראכט נישט מגיב צו זיין דערויף, צוליב וואס זאל איך מיט מיינע ארומע ווערטער פארטינקלען דעם ארטיקעל און די נאכפאלגענדע תגובות?

אינצווישן האב איך געליינט נאך א ארטיקעל פון גראדער הנ"ל, אבער איך בין צוריק געקומען צו דעם באשרייבונג עס איבערצוליינען, האב איך געטראכט זיכער גייען די אלע וואס האבן עס שוין געליינט, הנאה האבן עס איבעצוליינען. און די וואס האבן נאכנישט איז אפגערעדט אז ס'וועט זיי שאפן א תענוג, ע"כ בין איך יא מגיב, זאל די ווערק צוריק ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך און זאלן נאך הנאה האבן.

רעדענדיג (שרייבענדיג...) וויל איך בעטן פאר אלע וואס וועלן ליינען דיזן ארטיקעל אין א שפעטערדיגע זמן, ביטע שיקט עס נאכאמאל ארויף איך וועל זיכער הנאה האבן!
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

גראדער, דאס ערשטע מאל וואס איך ליין דעם ארטיקל איך האב שוין לאנג נישט געליינט דא אזאנס, ס'איז מוראדיג וויאזוי דו לייגסט עס אראפ און וויאזוי און וואס דו ברענגסט עס ארויס, עס איז געווען א שטארקע חיזוק. יישר כח.
איך האב שוין געשיקט א לינק אהער פאר מער ווי איינעם.
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

פשי כהאבעס קיינמאל נישט געזען!

אגב, א גוטע נאמען פלטיאל,
פאלטי, אפי' איך פאל פון די מדריגות, קל, בינעך נאכאלץ נאנט צום רבוש"ע....
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

מבין, כמיין קענסט ארויסגעבן א ספר מיט דיינע חידושים...

א נאמען? בינת המבין...

איך וועל דיר געבן א ווארימע הסכמה, אבער מעות קדימה נעם פון א צווייטן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אלעמאל בשימחה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 04, 2012 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעמאל בשימחה »

א PDF ביטע
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”