בלאט 1 פון 2
טאגבוך קיץ ס"ט: באזוך #5 דער בעל הטאגבוך (שאץ-מאץ)
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 6:07 pm
דורך קרעמער
קוים געענדיגט אפשרייבן דעם פערטן באזוך, וואס איז גראדע נישט געווען קיין אמת'ע באזוך ווי ערקלערט דארט, און שוין האט זיך א פינפטער גאסט איינגעמאלדן. געקומען איז דאס אין פארעם פון א טעקסט מעסעדזש וואס וויכטיג-מאכער האט מיר געשיקט אין נאמען פון שאץ-מאץ, פרעגנדיג מיין טעליולער ציפער. אזוי ווי איך האב מיך שוין לאנג באקענט פון דער נאנט מיט שאץ-מאץ, האב איך נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט (נאך אלץ איז זייער שיין געווען פון וויכטיג-מאכער ספעציעל אנצופרעגן רשות בעפאר ער האט דאס ארויסגעגעבן) און געענטפערט פאזיטיוו.
א קורצע וויילע דערויף שרייבט ער מיר צוריק דעם טעלעפאן נומער פון שאץ-מאץ, מיט א פארלאנג איך זאל גאר רופן שאץ'ן. איך האב פראגראמירט דעם נומער אין מיין טעלעפאון (וואו איך פארמאג יעצט אויפן מאמענט - אגב - 98 קאנטאקטן, כמנין צ"ח קללות... דאס שטימט מעכטיג מיט מיין אלטע ווערטל אז א סעלפאון איז א קללה, והא ראיה אדם הראשון האט נישט געהאט קיין סעלפאון ביז ער האט געגעסן פונעם עץ הדעת. איי, ווער זאגט מיר אזוי? גאנץ פשוט, ער האט ניטאמאל געהאט א גארטל אויף וואס אנצוהענגן דעם סעלפאון... ווי נאר ער האט געזינדיגט איז ער פארשאלטן געווארן און באקומען א חגורה אויף וואס אנצוהענגן די אלע כלי משחית), אבער נישט תיכף אנגערופן, מכמה סיבות (איינס, האב איך געהאלטן טיף אינמיטן ארבעטן, און דאס שוין נאכן אראפנעמען א לענגערע צייט צו באשרייבן דעם בעל חסד 'קנאי'. צווייטנס, בין איך מער אויף די צוריקגעצויגענע זייט ווען עס האנדלט זיך פון אנרופן א מענטש אויפן טעלעפאן, כידוע ליודעים).
גייט נישט אדורך קיין דריי-פערטל שעה און דער בחור אליינס רופט אריין מיט א בשורה טובה אז ער געפונט זיך שוין סמוך ונראה צו מיין קאנטרי און וויל זיכער מאכן אז מען 'נעמט יעצט אויף'. איך האב אים געגעבן פונקטליכערע אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען צו מיר, און שנעל א כאפ געטאן דעם היט און רעקל ארויסצוגיין קעגן דעם חשוב'ן שאצער רבי'ן פון אידישע וועלט.
דער באזוך זעלבסט איז פארגעקומען אין פארעם פון א שפאציר על פני השדה, גייענדיג ארויף און אראפ, אראפ און ארויף, אהין און אהער, רעכטס און לינקס, לענגאויס און ברייט-אויס (נייע ווארט!) דעם היינט-שוין-באקאנטן פארקינג לאט (משום גילוי האב איך אים נישט צוגעוויזן דעם מקום קבוע פונעם ראש הקהל אין פארקינג לאט... ווייל ער פלאנט נאך צו קומען אהער עטליכע מאל, און עס פעלט מיר נישט אויס אז מען זאל שפיאנירן אויף דעם מקום קבוע), ווען בשעת מעשה טוען מיר אדורך דברים העומדים והיושבים והשוכבים ברומו ובתחתיתו של עולם העליון והשפל, אנגעהויבן ביי שלום בית און געענדיגט ביי חינוך ילדים (וואס ווי באקאנט איז דער שאץ-מאץ א מייסטער מומחה אין אלע פעלדער, ממש א כלבו לעניני ענינים).
צווישן אנדערע האט ער מיר פארטרויעט א סוד גלוי וידוע (סארי, דא באלאנגט כמוס טמיר ונעלם) אז ער האט שוין אנגעהויבן צוזאמצושטעלן אן ארטיקל וואס וועט אראפשטעלן דעם סדר היום פון א פ......ר (איך ווייס נישט אויב איך מעג שוין שרייבן דערוועגן, איך האף ער וועט נישט בייז זיין אויפן רמז). ער האט מיר אנגעהויבן פארליינען גאנצע שטיקער פונעם ארטיקל, און איך האב מיך שוין דערזעהן מגיב זיין דערויף... למעשה האב איך אים געזאגט ער זאל מיר איבערלאזן עפעס צום ליינען, און די שמועס האט זיך פארקירעוועט צו אלטע ארטיקלן און פארשידענע אנדערע קרעטשמערישע אנגעלעגנהייטן.
איין אינטערסאנטע זאך בין איך געוואויר געווארן אינמיטן שמועסן מיט אים, אז דער שאץ-מאץ האט נאך אין זיין לעבן נישט פארזוכט קיין תבן ומספוא! (עי' רש"י בכורות ל"ח ע"ב).
נאך א שטיקל צייט האבן מיר זיך פונאנדערגעשיידט איינער פון צווייטן, ווען איך האב געוואנדן מיינע טריט צו מיין "בעסטע" קאנטרי, און ער צו זיין "בעסטע" קאנטרי, והכל על מקומו יבא בשלום.
ווער איז נעקסט?...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 6:16 pm
דורך געלעגער
שיין שיין,
קרעמער די דארפסט צי זיין א מומחה אין קענען שמיעסן מיט יעדעם אויפ זיין שטייגער,
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 8:21 pm
דורך שמיי_דריי
קרעמער זייער שיין באשריבן... עס הייבט מיר שוין אן צו גלוסטן צו קומען נאכאמאל...
איין זאך מיט וואס דו האסט מיר מסדר געוועהן יעצט איז אז איך האב ארויסגענומען א בכורות גמרא...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 9:38 pm
דורך scy4851
ישר כוח הרב מייסד
פון דער וויזיט האב איך דאס מערסטע הנאה. איך האב יעצט אויסגעפונען אז איך בין און גאר גוטע קאמפעני.
איך האב אויך און מיין לעבען נישט פארזיכט קיין תבן ומספוא! (אוויא רש"י טייטשט דארט)
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 10:05 pm
דורך פאטאקי08
איך בין געווען זייער נייגעריג איך האב מיך אויפגעשטעלט און נאך געקוקט אין גמרא אין בכורות און כאב אויסגעפלאצט
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 11:00 pm
דורך שאץ מאץ
קרעמער, וויאזוי פירט מען זיך?, קודם לאזט מען דעם עולם מגיב זיין און נאכדעם שרייבט מען צו אליין דעם אנדערן זייט באזוך, אדער מ'שרייבט די אנדערע זייט באזוך מכל מקום נישט קיין חילוק צו דערוילעם איז מגיב צו נישט?
די אלע באזוכן ביי קרעמער וואס איך האב געליינט ביז היינט איז מיר געוועהן גאר אינטרעסאנט, אבער היינט צו טאג וויסנדיג די אנדערע זייט אויך, זעה וויפיל כשרון און טעם ס'ליגט אין יעדע באזוך – באשרייבונג,
מיין באזוך ביים מייסד הרב קרעמער האט אן הקדמה, איך בין נישט געפארן אהין מיטן ציל כדי צו ווערן באשריבן, איך האב אבער יא געהאט א חשבון צדדי זיך צו טרעפן מיט קרעמער, איך האב געהאט א ציל זיך צו טרעפן מיט אן אנדערע שרייבער (פון די גאר אינגע און פרישע) ווייל יענער איז פארשפארט אין גלות קאנטרי אנע קאנעקשאנ'ס, און האט אפי' נישט קיין געהעריגע טעלעפאן ליין,
מיין באזוך אין יענע געגענט האט אויך געדינט פאר א קורצע באזוך אין א ישיבה פאר בחורים מיט שוואכע כשרונות, (אפשר וועל איך מאכן א סדר היום פון א באגרעניצטע בחור....), זייענדיג דארט אין ישיבה אלס נאנטע קרוב פון איינע פון די אייגעשטעלטע האב איך געגעבן מאראלישע שטיצע פאר די ישיבה, (פשוט איך האב מצרף געוועהן צו מנין מנחה....) און געמאכט א שנעלע אבסערוואציע איבער די בחורים מיט די ישיבה,
דאס איבריגע איז שוין היסאטריע, איך האב געטעקסט וויכי זאל מיר טעקסטן קרעמערס נומ. ווי וויכי האט בנשימה אחת ארויס געליפערט 2 טעקסט מעסידשעס, פאר מיר קרעמער'ס נומ., און פאר קרעמער מיין נומ., אז ער שיקט 2 טעקס אויפאמאל האב איך געטראכט ער קען זיך ווען אין איילעניש פארמישן צווישן די צוויי טעקסטן און שטעל דיך פאר אויב די מעשה איז פארקערט און קרעמער באקומט קרעמער'ס נומ. און איך באקום מיין נומ....
דער באזוך איז אריבער ווי קרעמער האט שוין באריכטעט איבער טעמעס מטעמעס שונים, לויפנדיג צו פון אישוי צו אישוי, ער וויל נאר וויסן צו מיין שלום ארטיקל איז אפציעל, צו איך טו אין דעם און צו דאס איז מיין ליין..... (א קושיא וואס מ'פרעגט מיר נאך יעדע טאג בוך ארטיקל, דו טוסט אין דעם אגאנץ יאר?.....)
איך מוז מודה זיין על האמת (בפרט נאכדעם וואס קרעמער האט דאס שוין מגלה געוועהן דא) ס'איז אמת אז איך האב נאכנישט טועם געוועהן קיין "פיצא" אין מיין לעבן, פשוט איך פארטראג נישט קיין קעטשאפ, א מקור אויף די מאכל בהמה פון א רש"י אין בכורות איז מיר נישט בייגעפאלן, די צייט איז ממש געפלויגן במשך די גאנצע באזוך, כ'האב ממש נישט געפילט ווי די זייגער רוקט זיך חוץ ווען די אשת מפחידי האט געמאכט ציטערן מיין סעלפאן, האב איך מרגיש געוועהן (דורך איר ציטער) אז דער זייגער רוקט זיך,
שאץ מאץ (ווי קרעמער רופט מיך בעל הטאג בוך, נאך מזל ער רופט מיר נישט בעל החלומות) מיט קרעמער זענען זיך צוגאנגען מיט א שטארקן רושם פונעם באזוך, די לצים זאגן אז נאך א מזל רושם וועגט נישט, ווייל ווען רושם וואלט געוואויגן וואלטן מענטש נאך אזויפיל רבנישע באזוך אין שטעט וואס לאזן איבער א רושם פשוט געמוזט גיין איינגעבויגן מיטן רוקן צוליב דעם גרויסן געוויכט פון די אלע רושם'ס,
איצט לאזן מיר אנדערע אויך זיין "אונטערן רושם",
קרעמער זאגט אויס סודות פון חדר אז מיין נעקסטע טאג ביך גייט זיין איבער א פ______ר, היות ער האט דאס שוין געמאלדן ברמז, וויל איך טאקע פארשלאגן א פלאן, ווער ס'גייט כאפט דעם רמז וועט באקומען דעם ארטיקל בעפאר ס'גייט ארויף מיטן "שוק עס" קנעפל צו מגי' זיין,
מסכים?
ווער ווייסט?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 11:02 pm
דורך שאץ מאץ
scy4851 האט געשריבן:ישר כוח הרב מייסד
פון דער וויזיט האב איך דאס מערסטע הנאה. איך האב יעצט אויסגעפונען אז איך בין און גאר גוטע קאמפעני.
איך האב אויך און מיין לעבען נישט פארזיכט קיין תבן ומספוא! (אוויא רש"י טייטשט דארט)
ר' שמחה גראדע האמיר גערעדט פון אייך אינמיטן אונזער שמועס (איר האט נישט געשליקעטסט?...)
אז מיר ביידע דארפן ווען אפשטאטן א באזוך ביי ר' שמחה אין שטאט....
אז איר ווילט ברעגנען כיבוד ווייסט איר שוין וואס צו ברענגען יא?
.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 11:37 pm
דורך scy4851
שא"ץ
די ביסט אלוועיס וועלקאם!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 1:36 am
דורך וויכטיג מאכער
ווי איז מיכאל?.. איינער האט עם געזעהן?.. וויזוי זאגט מען נאר די WOW!!!?.. זאג מיר קרעמער, די אלע באזוכן זענען טאקע יעדע איינע אנדערש, צו דו שרייבסט נאר אזוי, איינעם אין די באנגעלאו, איינעם אין די פארקינג לאט, איינעם אויף די פעלד, קרעמער מיין באזוך וועט מוזן זיין אדער אויף די גליטשער, אדער ביי די סווינגס.. מעכטיג איז נישט דאס ווארט...
ביידעוועי, אז מ'רעדט שוין פון נאמבער'ס, ברענגסטו אויף די פארווייטאגטע סאבדזשעקט פון פארגאנגענעם זוממער, ווען דו האסט יא געהאט מיין נאמבער, און איך בין געווען אין שכינות.. געדענקסט?.. האסטעך שוין טאקע אנטשולדיגט, אבער דו ברענגסט מיך אויף זכרונות.. שוין לאמער נישט רעדן...
שאצי, איך האב באמת הנאה סיי פון דיין ציהל, וואו דו ביסט געפארן, און סיי וואו דו ביסט למעשה אנגעקומען..
איך האב נישט קיין געדולד צו טראכטן וואס די האלטסט אינמיטן באשרייבן, אבער איך מיין אז דו נעקסטע זאך וואס דו זאלסט שרייבן זאל זיין, "א טאג בוך פון קרעמער"..
טענקס, קרעמער, און טענקס שאצי..
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 6:56 am
דורך bailout
זייער שיין, קרעמער כ'האב געמוזט נאכקוקן, און יא - כ'האב הנאה געהאט, הגם איך שטעל מיך פאר אז וויטעביקס האט שאץ שוין יא געגעסן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:16 am
דורך יאנאש
גוד סטאף, קרעמער דו ביסט קרעמער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 8:19 am
דורך cano
קודם כל קרעמער גיי אן, עס ליינט זיך באטעמט.
און וועגען פ..ר אפשר רעדט מען פון א פיקטשער מאכער צו פיש כאפער גאר? גיי רעכען דיך אויס מיט די פראופעשענעל'ס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 11:44 am
דורך שאץ מאץ
איך גיב אפאר אפציעס
פייער לעשער (מצילי אש)
פאריקטער
פארטראכטער
פונקטליכער
פויער
פינפע-נאטער
פרישער
פשטעל'דיגער
פרומער
פליער
פאבריצירער
פליקער
פויקער
פארשטענדליכער
פיש כאפער (קרעדיט קענא)
פרעשור
פרייער
פייפער
פאסט טרעגער
פאפא'ער
פראפעסאר
אבער ס'איז נאך אלץ נישט דאס ריכטיגע......
.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 11:52 am
דורך קרעמער
לאזט אייך אפ פון די אלע סימנים, פרובירט צוצוטרעפן דעם פ......ר לויט די פונקטליכע צאל פינטעלעך וואס איך האב אריינגעשטעלט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 11:56 am
דורך 3x0
זייער שיין באשריבן די באגעגעניש, ביידע פון ענק.
(איך בין שוין גרייט צו ליינען די ארטיקל פונעם פארהערער...)
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 12:27 pm
דורך קרעמער
א גוט קעפל! דיין פארהערער איז זיכער געווען שטאלץ מיר דיר.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 12:28 pm
דורך שאץ מאץ
העי!!!!!!!
טריאו.....
ווער האט דיר געזאגט?
.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 12:30 pm
דורך 3x0
מיין פארהערעה שטאלץ מיט מיר? דו האסט נישט געלערנט מיט מיר אין איין חדר... פונקט ווי דא, האב איך דארט אויך געקענט נאר ביים אינטערזאגן...
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 12:40 pm
דורך איך_הער
נאכאמאזל כ'בין אנגעקומען שפעט, אזוי האבעך געשאסן צוויי פייגל מיט איין שאס, (אין אויסדרוק אשכול אריין.) אויך מיר פייגל, דאס זענען שוין גארנישט קיין פייגל, וואס יא זאגעך נישט.
כ'האב ברוך השם שטארק הנאה געהאט פון די הערליכע (כמעט טעגליכע) טאג בוך, אנגעהויבן מיט קרעמער, און מיט א המשך פון שאצ'ל, הערליך אראפ געלייגט ביידע צדדים.
יישר כחכם אייך ביידע, קרעמער, דו נעם אן נאך באזוכער, (כ'ווייס אז דו נעמסט.) און שאץ דו גיי באזוך נאך חברה, אזוי עמער דאפעלט הנאה האבן.
און טיפיקל איך הער, וועלעך לכאורה נישט נעמען קיין גמרות איבער צו קוקן פון וואס קרעמער רעדט, (חוץ אויב שאצל'ס אריין טייטש פון פיצא מיט קעטשאפ האט דאס געמיינט.) סאו אז איינער קען זיך נעמען ס'מיה אין אריין קאפיען אהער די שטיקל רש"י, זאלעסעם צו תגובה גערעכענט ווערן.
ווי אויך עלעך מיך נישט צו שטארק מושטענען צו טראכטן וואסארא ווארט ס'קומט צווישן די פ' מיט די ר', איך האב גענוג און נאך געדולד צו ווארטן, ביז שאץ וועטצעך נעמען ס'מיה און אהער אריין שלח'ן די ארטיקל, סייווי אין די מינטיים איז דא גענוג און נאך וואס צו ליינען און מגיב זיין.
נאכאמאל צוריק צום ענין, יישר כח אייך ביידע.
און יעצט זע איך די אריין געהאקטע, אז טריאו האט טאקע צוגעטראפן, האבעך שוין לאנג געוואוסט אז טריאו טויג, ועכשיו ביותר.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 12:43 pm
דורך סתם_אזוי
אפשר מיינט עס "פיצא עסער"?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 9:28 pm
דורך אינטעליגענט
קרעמער
איך האב פארגעניגן פון אלע דיינע שרייבעכצער, בפרט פון די באזוכן.
איך קען נישט מגיב זיין ביי יעדעס איינע, מחמת וואס איך האב נישט שטענדיג קיין צייט, אבער איך זאג דיר דאס איינמאל פאר אלעמאל, ס'זאל דיר אריינגיין אין קאפ.... דיין שרייבעריי זענען מתוק מ'קרעמיש קעיק.
טענקס, זייער שיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 3:14 pm
דורך שמערי בערי
א גמרא האבעך נישט אין אפיס, אבער וויקטקסט האבעך יא. וז"ל:
אכל לח ויבש של גשמים - אם האכילוהו לרפואה תבן ומספוא שקורין פיצ"א:
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 3:17 pm
דורך איך_הער
יישר כח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 5:17 pm
דורך הערשי קניהויז
טריאו האסט באקומען די פארהער ארטיקל פאר עס איז אפגעשיקט געווארן?
שכוח קרעמער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 4:33 pm
דורך קרעמער
יום ג' שופטים, כ"ח מנחם אב תשס"ט:
אומגעפער 3 שעה צוריק מעלדט זיך דער שאצער מו"ץ איין אויף א באזוך אין מיינע גלילות, איך פירקל אים צוריק ער זאל ביטע מיטברענגן די שווים קליידער, אויף זיין פראגע פארוואס, קומט אן ענטפער אז ביי אונז שווימט מען אום 5:30.
דער זייגער קלאפט 5:00 און דער בעל הטאגבוך (לעצטנס באקאנט געווארן מיט די הערליכע אנווייזונגען פאר א טאטע ביים שבת טיש) זאגט הנני. דער גאסטגעבער שרייבט צוריק אז ער געפונט זיך אין באנגעלוי, אבער דער שאצער קען עפעס נישט געפונען דאס וועג צווישן די טורבאן געזעמלעך. בלית ברירה גייען מיר ארויס פון כאטקע און זענען מקבל פנים דעם חברה'מאן מיטן בלויזן העמד און געלבליכן טלית קטן דערויף. עס ווערט געזען א זעקל אין זיינע הענט, שטעלט זיך ארויס ער האט ווירקליך אויסגעפאלגט די אנווייזונגען מיטצוברענגען די שווים בגדים.
א שמועס ווערט אנטוויקלט איבער לעצטערע פאסירונגען אינערהאלב די קרעטשמע, און ווען דער זייגער קלאפט נאנט צו האלבער לויף איך אריין אין באנגעלוי א כאפ טאן דעם שווים הויז און נאז באנד מיט האנטוך, און מען לאזט זיך צום ריכטונג פון שווים באסיין.
דארף איך שילדערן וויאזוי עס האט אויסגעזען א שווים מיט א קאלעגע קרעטשמעריסט? איך גלייב אז עס איז זעלבסטפארשטעלבאר (א נייע ווארט?) אז דאס איז געווען א געשמאקע פארברענג וואס נאר איינער וואס האט דאס זעלבסט מיטגעהאלטן קען דאס ארויסהאבן במילואו. צווישן איין שווים און די אנדערע האבן זיך עראינערט מיט זכרונות פון די קינדער יארן און מער לעצטערע זכרונות פון קרעטשמע, ביז דאס וואסער האט אונז אויסגעשפיגן אויף די יבשה א האלבע שעה דערויף, און מיר האבן זיך געזעצט באשרייבן דעם קורת רוח אונזערן פונעם צווייטן באזוך פון שאץ-מאץ קיץ ס"ט.