געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:26 pm
קרעמער, יור ווארק נעווער געטס אלד.
Advertisement
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:43 pm
חוץ פון דעם זיסען באשרייבונג האסטו געמאכט איין טעות. עס איז שוין די דריטע דעם זוממער. ש"ץ דו גיי נאר נאכאמאל עס איז ווערט די באשרייבונג.
דינסטאג אוגוסט 18, 2009 9:45 pm
יענסמאל איז עס נישט געווען קיין באזוך... מער אזא סארט קומזיץ וכדומה.
מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:14 am
קרעמער, טענקס, ס'ווערט נישט נמאס. יישר כחכם.
מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:38 am
הייסט עס אויב וויל איך יוצא זיין מנהג המקום, דהיינו גיין באזוכן דעם מייסד קאסמא, האבעך נישט יוצר געזאגט?
מיטוואך אוגוסט 19, 2009 1:03 pm
פרעג אן ביים בית דין הגדול של היימישע קרעטשמע.
מיטוואך אוגוסט 19, 2009 6:51 pm
אויב מען קען קומען צו דיר שווימען פארוואס רופסטו מיך נישט?

איך שוויץ דא זייער שטארק.
מיטוואך אוגוסט 19, 2009 8:25 pm
מיינסט איך דארף שוויצערס אין מיין שווים באסיין? גענוג איך..
מיטוואך אוגוסט 19, 2009 9:06 pm
ברוך האט געשריבן:חוץ פון דעם זיסען באשרייבונג האסטו געמאכט איין טעות. עס איז שוין די דריטע דעם זוממער. ש"ץ דו גיי נאר נאכאמאל עס איז ווערט די באשרייבונג.
ברוך דו ווייסט דאך יא אז יענע באזוך איז געוועהן א סוד (דו האסט דאך נאר אהער געשטעלט אלץ מיין דרייווער), סאו בלייבט עס יעצט ביים צווייטן באזוך,
באריכט פון צווייטע זייט מטבע פאלגט נאך...
.
מיטוואך אוגוסט 19, 2009 10:08 pm
אזוי ווי די וואך האב איך געהאט אביסל מער צייט ווי אגאנץ זומער, האב איך באשלאסן צו ערלעדיגן עטליכע אפגעשטופטע זאכן וואס איז שוין פארשטופט געוווארן פאר אפאר וואכן,
איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין די געגענט פון הרב קרעמער, האב איך אים געמאלדן אין די מיטאג שטונדן אז איך וועל אי"ה זיין אין יענעם געגענט,
ער טעקסט מיר צוריק "ברענגט די שווים בגדים"
פרעג איך אים: Y?
זאגט ער מיר: ביי אונז שוווימט מען 5:30,
ארום 5'ע גיב איך אים א טעקסט "דער גאסט איז דא",
ווי? פרעגט ער, זאג איך קעגן איבער,
זאגט ער מיר די נומער פון זיין באנגעלאו,
ער ווארט און ווארט און איך קום נישט אן,
איך טעקסט אים "א מעסיוו קיפקע נעבן דיר"
ער לויפט ארויס, ער קומט מיר אקעגן און לאכט מיך אויס, ער זאגט מיר אז איך דארף נישט מורא האבן פון זיי, ווייל זיי זיצן נאך דא פון פאראיאר...
וואס אידי מעשה?
פאר א יאר האב איך געשריבן ערגעץ אז דער דעברעצינער רב האט געזאגט פאר א קיפקע ווייבער וואס האבן געלאכט הויעך אז ער האט גרויס הנאה אז מ'פארברענגט אינאיינעם צוזאמען דא אונטערן בוים, גייען נישט ארויס, נישט מאווי, נישט טיאטער וכו' וכו',
אויף דעם ארויף האט מיר הרב קרעמער געשיקט אין אישי אז ס'קומט צוניץ ווייל די חברה זיצן אים אויפן קאפ סמוך ונראה, (דאס אז ער האט זיך אויסגעקליבן א באנגעלאוי דווקא נעבן בוים וועט זיין דער גורם צו די קיפקע אויף דעם האט ער נישט געטראכט)
אז מ'רעדט שוין פערצופאל האב איך געזעהן אין גמ' גיטין וועגן מוציא שם רע, אז די גדר הייסט ווען די ווייבער רעדן שוין ביי די קיפקע, (די מפרשים זאגן נשים מספרות - זיי רעדן אין אזא רינדעכיגע קיפקע) ווען מענער מאכן א קיפקע איז דאס קיינמאל נישט אזא פונקטליכע שיינע עגולה ווי זייער'ס...., מענערישע קיפקעס זענען נישט פונקליך רינדעכיג בסוד ערב פסח מצות, זייערע קיפקעס זענען אלס א פונקטליכע רונדע בסוד בית רחל מצות....
צוריק צום באזוך, גלייך צום ערשטן האט זיך קרעמער נאכגעפרעגט אויף מיין נייעם ידיד מאנ"ש קרעטשמע וואס דרייט זיך אויך אין די בערג במשך דעם זומער צו איך האב אים באגעגנט, נו וואדע,
דער זייגער שלאגט שוין 5:20, ווער ווייסט צו מ'קען שוין אריין אין פול אפשר זענען נאך די חברה דארט?, קרעמער האט פראבירט צו ניצן די קליינע קרעמערלעך פאר שליחות'ער אבער ער האט פארזעהן א גמ' "אין שליחות לקטן", זיי האבן נישט געהאלטן דערביי,
זעמיר אליין צוגאנגען צום טויער פון פול און געפענט שטאט אזוי ווי מ'וויל דערשרעקן א חבר און שרייען האָו! האָו!,
נאך בעפארן שרייען האמיר גלייך געזעהן אז קיינער איז נישט בנמצא, זעמיר אריין אין די גדרים פון דעם פול,
מיין ערשטע בליק איז געוועהן מיט אזא קרים מיט די נאז, אויך מיר א סווימינג פול, מיין סווימינג פול איז דאך 4 מאל אזוי גרויס ווי דעי, דאס איז דאך א פיצי,
יא יא, אויף דעם האבן שוין חז"ל מקדים געוועהן "אל תסתכל בקנקן אלא מה שיש בו" ווי נאר איך האב אריין געטאנצן האב איך געזעהן אז אין סייז איז ער טאקע קלענער ווי מיינער, אבער אין קעלט איז ער מיט עטליכע מדריגות קעלטער ווי מיינער, ווייל אין אזעלכע היצן איז שוין אונזער פול צווישן לוילעך און ווארעם, בכמות בין איך מער אבער באיכות איז ער מער, און צו מיין גרויס ווינדער זעה איך (שפיר איך ווייל איך שוווים געווענדליך אנע גלעזער) אז דער פול איז שמייסעדיג קאלט,
זאג נאר? מאי האי? פון ווי קומט צו דיר אזא קאלטע פול?
ער איז מיר מגלה סוד אז די פארגאנגענע נאכט האט מיר צוגעגאסן פרישע וואסער עטליכע אינטשעס און דאס איז די דירעקטע גורם צום קאלטן טעמפעראטור, אזוי האמיר געשווימען הין און צוריק,
בעוה"ר האב איך נישט געהאט אזא גירסא דינקותא פון קענען שווימען אזוי סמוט און שנעל, האב איך אבער זיך באגניגט מיטן געבן עטליכע גוטע קלעפ פארן וואסער, ווייל פעטש פארשטייט יעדער איינער, אזוי האט ער מיר דורך געלאזט פון איין עק צום צווייטן....
א האלבע שטונדע זעמיר געווועהן אין וואסער און ארויס (דער לעצטער באקומט א שמייס....) לכתחילה האב איך נישט פארשטאנען צו וואס ער הייסט מיר ברעגנען די שווים בעקיטשע, אבער איצט נאך אזא קאלטע אויפנאמע בין איך דאנקבאר געוועהן,
הה"ד כמים קרים על נפש עיפה.
.
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2009 11:54 am
קרים, איז פונקט גוט. וד"ל.