טאגבוך קיץ ס"ט: באזוך #4 דער בעל חסד 'קנאי'
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 2:09 pm
מיר האבן שוין חזקה צו באשרייבן די היי-יעריגע באזוכן פון חברי הקרעטשמע ביי אונז אין קאנטרי, אבער דער פערטער באזוך איז א יוצא מן הכלל און גאר אנדערש געווען ווי די פריערדיגע באזוכענישן, מיט דעם וואס דער חשוב'ער מיטגליד איז ארויסגעגאנגען פון זיין וועג און אוועקגעשאנקן פאר מיינעטוועגן א חשבון פון עטליכע שעה, שלא על מנת לקבל פרס.
אין ספרים ווערט שטארק ארומגערעדט די בחינה פון "מאן דאכל דלאו דיליה בהית לאסתכולי באפיה" (טריאו; ביסט נאך דא?) אז דער וואס עסט עפעס וואס איז נישט זיינס, שעמט זיך צו קוקן דעם בעל הבית אין פנים אריין. ממש אזוי האב איך געשפירט נעכטן נאכט זיצנדיג אינעם קאר וואס איז געטריבן געווארן דורך "האזעי ראבינסאן קאנאו" (טריאו; יעצט ביסטו זיכער דא) פון קרעטשמע, וואס ביי אים אויפן טלית בייטל שטייט גאר א צווייטע נאמען (כאשר בעיני ראיתי אויפן הונטערשטן זיץ פונעם אויטא), און ביי אים אין הארץ פלאטערט גאר עפעס אנדערש ווי פיטשן און היטן און האום ראנס, נעמליך; א טובה טאן א איד!
די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען איינער פון די חברי הקרעטשמע האט צו מזל א שידוך געטאן מיט זיין געראטענעם זוהן בשעטומ"צ, און איך האב באשלאסן אויף אלע קאסטן זיך צו באטייליגן ביים ווארט וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל נעכטן אווענט. דער אמת איז אז דאס איז נישט די ערשטע שידוך וואס יענער שליסט זינט ער האט זיך אנגעשלאסן אין היימישע קרעטשמע, אדרבה, זינט איך בין פערזענליך באקאנט געווארן מיט יענעם איד האט ער שוין עטליכע שמחות געמאכט, אבער קיינמאל איז מיר נאכנישט אויסגעקומען צו קענען פערזענליך אנטיילנעמען דערין. האב איך אפגעמאכט יעבור עלי מה, איך וועל אנווענדן אלע מיטלן און אויסנוצן אלע קאנטאקטן נישט צו פארפאסן אט דעם שמחה.
די מינוט איך האב באקומען די ידיעה איבערן בעפארשטייענדן 'ווארט', האב איך תיכף ארויפגעשטעלט א מעלדונג אין קרעטשמע אז איך זוך א היטש פון די בערג קיין קרית יואל (ברם יזכר לטוב "כולל-יונגערמאן" וואס האט מיר געראטן צו טעקסטן 'איי ניעד היטש' צו א געוויסע נומער, איך האב תיכף באקומען א תשובה אז איינער פארט פון ווייט-לעיק קיין וויליאמסבורג. איך האב מיך נישט ארויפגעכאפט דערויף, ווייל אויסערדעם וואלט מיר נאך אויסגעפעלט צו טרעפן 2 היטשעס, איינס קיין ווייט-לעיק, און איינס פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל), אויך ביי מיין גוגעל-טאלק לאזונג און אויף טוויטער האב איך געמאלדן אז איך זוך א וועג, און א גאנצן טאג בין איך געזיצן ביי דער ארבעט מיט שפאנונג און אנגסט צודערזייט, האפנדיג און ווארטנדיג אויף א רייזע.
אינמיטן טאג איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיטן נייעם ראש הקהל שמערי-בערי נ"י, האט ער מיר פארגעשלאגן אהיימצופירן פון קרית יואל נאך די שמחה (אויף דעם אליין קומט זיך אים א גרויסן דאנק, ווייל ער וואלט געדארפט אפשטופן זיין טעגליכע רייזע מיט עטליכע שעה צוליב מיר). שפעטער ווען די הויט האט אנגעהויבן ברענען אויף מיר פאר צווייפלונג, האט ער אפילו פארגעשלאגן צו קומען א מהלך פון א שעה צייט מיר אויפצונעמען און אפפירן קיין קר"י און שפעטער צוריקברענגען אהיים (דאן האב איך אים שוין אנגעבאטן צו באצאלן, ווייל עס וואלט שוין געווען צופיל נהמא דכסופין און איך וואלט עס בשום אופן נישט איבערגעטראגן).
די צייט האט זיך געריקט און געריקט און געריקט אבער קיין וועג האט זיך נישט געמאכט. איך האב ארויסגעשיקט א טעקסט צו א חבר אין קר"י וואס האט אמאל אויסגעדרוקט גרייטקייט אונטערצונעמען אזא נסיעה'לע פאר מיינעטוועגן, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך האב אים געכאפט אין א שווערע צייט, ווען ער איז געווען פארנומען מיט פאראויסבאשטימטע פונקציעס וואס האבן נישט געקענט אפגעלייגט ווערן (און ווידעראמאל, א גרויסן יישר כח אויף די אמאליגע גרייטקייט, מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה, ועוד חזון למועד).
נאכן זעהן אז כלו כל הקיצין, האב איך געכאפט א מנחה און מתפלל געווען ביי שמע קולינו צו טרעפן א טרעמפ, זאגנדיג פארן בוכ"ע אז מיין רצון איז גאר שטארק און איך האב געטאן אלע השתדלות וואס א מענטש קען טאן (איך האב אפילו אויפגעקוקט דעם סקעדזשול פון עקסעלענט באס פירמע, צו באמערקן אז איך האב פונקט פארפאסט דעם לעצטן באס ארויס פון די בערג), און פון יעצט און ווייטער פארלאז איך מיך גענצליך אויף זיין הילף.
פון מנחה און ווייטער האב איך מיך ארומגעדרייט מיטן טעליולער אין די האנט צו קענען דערשפירן יעדן דריזל (איך בין בטוח געווען אז אט אט קומט די ישועה אין פארעם פון א טעקסט אדער א רוף), און אט קומט אריין א דעפעשע פון CANO (דער בעל האשכול) אז איך קען מיך רעכענען אויף אים אויפן וועג צוריק. דאס האט פארשטארקערט מיין בטחון, זעהנדיג אז די שווערערע חלק איז שוין ערלעדיגט (גיי טרעף א היטש פון קרית יואל צו די בערג אין אזא שפעטע נאכט שעה), איך האב נאר געקוקט אהער און אהין צו זעהן מאין יבא עזרי.
דער זייגער האט געקלאפט ארום 8:45 ווען איך האב שטייענדיג אין פארקינג לאט באמערקט אנקומען א קאר מיט היימישע אידעלעך. נאך אפאר סעקונדעס עפענען זיך די טירן און עס שפאצירן ארויס דערפון עטליכע פון מיינע נאנטע משפחה מיטגלידער, וועלכע זענען געקומען אויף א באזוך צו א צווייטן פאמיליע מיטגליד און פארן תיכף צוריק קיין ----- קרית יואל!
איך האב געהאלטן אינמיטן צושפאצירן נאנטער צו די קאר צו קוקן אויב איך האב דארט פלאץ אויפן וועג צוריק, און איינער פון די רייזנדע שטרעקט אויס די האנט צו מיר מיט א פריינטליכע שלום עליכם און פרעגט מיר וואס טוהט זיך. איך האב אים פארגעלייגט מיין פראבלעם, און ער האט מיר תיכף געזאגט אז "איך קען מיט זיי צוריקפארן"! איך האב געפרעגט אויב עס איז דא פלאץ אין די קאר, און ער האט מיר געוויזן אז אויב איינער פון די יונגערע מיטפארער וועט אריינגיין אינעם הונטערשטן זיץ איז דא פונקט גענוג פלאץ פאר מיר.
אויף מיין פראגע ווען ער פלאנט ארויסצופארן, ער האט געקוקט אויפן זייגער און געזאגט אז לויטן פלאן וועט זיך די קאר ארויסלאזן פון קאנטרי אום 9:45 פונקטליך. און צו מיין שמחה איז געווען קיין גרעניץ.
רואיגערהייט האב איך זיך אראפגעזעצט עסן א פיינעם נאכטמאל, ווען בשעת מעשה טעקסט איך צוריק די באזארגטע חברים (א שטייגער ווי שמערי-בערי און נאך) אז ב"ה עס איז געפונען געווארן א וועג... [שמערי-בערי האט געענטפערט מיט א וויינענדיגע פנים כזה :(, אבער איך האב אים בארוהיגט אז אזוי וועט ער קענען גיכער אהיימקומען און גיין פריער שלאפן א.א.וו., האט ער מיר טאקע צוריקגעשיקט א שמייכל :)].
אום 9:45 בין איך געשטאנען ביים אויטא און אנגערופן קאנוי זיכער מאכן אז איך דארף נישט מיטנעמען די טלית ותפילין ווייל ער נעמט מיך אי"ה אהיים, ער האט מיר אויפן טרייבל פארזיכערט אז אלעס איז ב"ה מסודר על צד היותר טוב (איך גלייב אז ער האט שוין דאן געהאט אנגעפרעגט אין שטוב און באקומען רשות צו טאן דעם גמילת חסד של אמת אזוי שפעט ביינאכט).
פון דארט און ווייטער איז שוין אלעס געפארן כשורה, די קאר איז אנגעקומען אין קרית יואל ארום 10:40 און מיר זענען צוגעפארן דאווענען מעריב אין גרויסן שוהל. ווארטנדיג אויף די נעקסטע מנין האבן מיר זיך אומגעקוקט ימין ושמאל ביז מיר האבן געטראפן איינעם פון די פראמינענטע מיטגלידער פון קרעטשמע, וועלכער האט אונז אויפגענומען מיט א שמייכל און פארגעשלאגן ארויפצוגיין צו אים אין שטוב אויף איבערבייס (איך האב אים דערמאנט די גוטע טעם פון די מעלאנע וואס ער האט מיר געגעבן ביי אונזער ערשטע באגעגעניש מיט 3 יאר צוריק), דערווייל האט זיך אבער צוגעשארט א בעל תפילה צום עמוד און יענער איז אהיימגעגאנגען לחיים ולשלום.
נאך מעריב האב איך באקומען א טעקסט פון קאנוי/קנאי וואו איך געפון מיך, און א מינוט דערויף איז ער געווען אין א קאר פארנט פונעם שוהל. אריינקוקנדיג אינעם קאר איז מיר גוט/שלעכט געווארן... דער דרייווער איז געווען נישט קיין אנדערער ווי מאשקע, און פון הונטן איז געזעסן קאנוי, און נעבן אים דער "ארענדער" זעלבסט, וועלכער איז זיך אויך געקומען באטייליגן אויף די שמחה פונעם מיטגליד.
מאשקע האט צוגעפירט דעם אויטא צו א טונקעלע אונטערגעסל, און איך האב כמעט געציטערט פאר מיין וואוילזיין... למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ארענדער האט בלויז געוואלט האבן א שטיקל מיטינג מיט מיר, און נאך א וויילע בין איך ארויסגעלאזט געווארן פון דארט מיט גאנצע אברים ב"ה...
אנקומענדיג צום ווארט איז שוין געווען גאנץ שפעט, רוב עולם איז זיך שוין צוגאנגען, געבליבן זענען בלויז די 2 מחותנים מיטן חתן. איך האב געגעבן געמאכט א לחיים, געגעסן עפעס, ווארים צוגעוואונטשן פאר די מחותנים, געמאכט א נאך ברכה און ארויסגעגאנגען צו קאנוי'ס קאר.
דא קומען מיר צוריק צום אנהייב ארטיקל, אז איך האב זיך ממש געשעמט צו קוקן מיין בעל אכסניא אין פנים צוליב די גמילת חסד וואס ער האט מיר געטוהן. שטעלט אייך פאר, עס איז נאנט צו 12 אזייגער ביינאכט, און דא לאזט ער זיך ארויס אויף א וועג וואס געדויערט מינימום אנדערטהאלבן שטונדע, מיטן ריינעם ציהל אפצופירן א איד צו זיין פאמיליע -- און דא רעדט מען פון א דרייווער וואס האלט נאך א פולע ארבעטס טאג און נאך געציילטע נאכט שעות דארף ער זיך ווידער באווייזן אויפן דזשאב.
דער וועג אליין איז געווען זייער איינגענעם, קיין עיר-קאנדישאן האט נישט אויסגעפעלט (דערפאר האט אונז נישט געשטערט דער פאקט אז עס איז צובראכן), און אפילו די פענסטער איז פארמאכט געווארן נאכן באמערקן אז עס שמועסט זיך געשמאקער אין די אפווענזהייט פון א רוישיגע ווינט. ווי פארשטענדליך האבן מיר לענגאויס די רייזע אויפגעפרישט זכרונות פון אלט-קרעטשמע און איבערגעקייט אינטערסאנטע אנעקדאטן וואס פארלירן נישט זייער פרישקייט, ביז מיר זענען אנגעקומען צו אונזער דעסטינאציע און זיך צושיידט לחיים ולשלום, ווען בשעת מעשה זאג איך פארן דרייווער אז איך האף אז אט-דער דאנק ארטיקל וועט עטוואס באצאלן דעם גרויסן גענאדע וואס ער האט מיר געטאן.
יישר כח CANO, יישר כח פון טיפעניש פון הארץ.