טאגבוך קיץ ס"ט: באזוך #3 דער ראש הקהל!!! (שמערי בערי)
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 1:46 pm
די סאניטאציע דעפארטמענט פון אפסטעיט והגלילות איז נאך יעצט פארנומען אפצורייניגן די מאסיווע טאנען שמוץ וואס האבן זיך אנגעזאמעלט דאהי דעם היינטיגן נאכמיטאג, ווען כל הקהל הקודש, אנגעהויבן פון די אינגווארג און געענדיגט ארום 2 אזייגער האבן זיך ארויסגעלאזט מקבל פנים זיין דעם פרישסטן ראש הקהל פון "היימישע קרעטשמע", הלא הוא מורינו הרב שמערי-בערי ירום הודו, וועלכער איז געקומען אפשטאטן א באגעגעניש-באזוך מיטן מייסד וועלכער וויילט די טעג צווישן די בערג און ביימער און קוקט ארויס אויף די באזוכן פון וואוילטעטיגע קרעטשמע געניסער.
אנגעהויבן האט זיך מיטן באשרייבונג פון שמיי-דריי'ס באזוך פארגאנגענעם דאנערשטאג, וואו טייל פון די ליינער האבן גרייזיג ארויסגענומען אז אט דער אוידיענץ צווישן מייסד און ראש הקהל איז שוין פארגעקומען, פון דארט האבן נאר נאכגעפאלגט 2 אישית אויסטוישן במשך דעם פרייטאג'דיגן טאג, און א פונקטליכע טאג און צייט איז מוצאי שבת שפעט ביינאכט אויסגעארבעט געווארן צווישן ביידע צדדים.
זונטאג מיטאג. ווי נאר דער זייגער האט געקלאפט 12:01 האט דער ערוויילטער ראש הקהל איבערראשט מיין טעליולער מיט א טעקסט מעסעדזש וואס האט געלויטעט אז א קאר לאזט זיך יעצט ארויס פון .... וואו דער ראש הקהל וויילט אויף דאטשע, און דער שאפער וויל וויסן אויב איך בין גרייט אויפצונעמען געסט. שטייענדיג מיט די טלית ותפילין (בעוה"ר האבן מיר געדאווענט נאך סוף זמן תפילה) האבן מיר בלויז באשטעטיגט אז אויף זיין אנקום וועלן מיר אי"ה זיין גרייט. דערווייל האב איך אנגעטוהן רבינו תם תפילין, געלערנט אביסל חומש ורש"י און אויסגעטאן די תפילין וטלית. אנקומענדיג אין באנגעלוי האב איך אין איילעניש צוזאמגעקלאפט א פרישטאג, ווייל אט אט און דער ראש הקהל שטייט ביים שוועל.
בעפאר איך גיי ווייטער מיטן עצם באזוך, שפיר איך פאר וויכטיג מקדים צו זיין א נקודה צוויי. דער עולם מיינט אז מיר מנהלים פירן אן די וואלן פון אונטער די קוליסן, ס'טייטש אזוי: מיר האבן אריינגעשטעלט מאשקע אלס ראש הקהל, מיר האבן אויסגעקליבן צייטליך, און מיר האבן ערלעדיגט דורך פארשידענע דריידלעך און מאכינאציעס אז יגר'ל מיט אלטער-בחור'ל זאלן באקומען זייער פאזיציע. וויל איך דא מכריז זיין בקול ראם-באל אז דאס איז אלעס שקר וכזב, הס כי לא להזכיר, קיינער - און איך ווידערהאול קיינער - האט נישט מאנעוורירט קיין אויסגאנג פון קיין שום וואל סעזאן. אלע וואלן וואס ווערן אפגעהאלטן אינערהאלב היימישע קרעטשמע, שטייען פולשטענדיג אונטער די עינא פקיחא פון אונזער סעקרעטאר איך-הער, און עס איז אבסורד צו זאגען אז יעמאנד שטייט אונטער די געווינסן.
והא ראיה, דא איז געקומען א שמערי-בערי, וועלכער איז ממש געווען דער אנטי-עסטאבלישמענט קאנדידאט לויפנדיג אקעגן מאשקע, און ער האט ענדגילטיג געווינען (מיט די הילף פון זיין קאמפיין מענעדזשער לוסטיג, און די אקטיווע שטיצע פון וויכטיג-מאכער). דאס דארף דינען אלס לעקציע פאר אלע תושבי הקרעטשמע אז נישט דער וואס האט פארבינדונגען מיט די באהערדע אדער קען זיך פערזענליך מיט אסאך פון די מיטגלידער האט דאס מערסטע אויסזיכטן צו געווינען, נאר "דער וואס קאמפיינט אומאויפהערליך און לייגט זיך פולשטענדיג אריין אינעם פיבערהאפטיגן וואל סעזאן" דער איז פארזיכערט מיט א געווינס.
צוריק צום באזוך (באלד קומט שוין שמיי-דריי צוריק משלים זיין זיין פריערדיגע באזוך - אזוי שרייבט ער מיר אין גוגעל-טאלק, און מען דארף זיך א שאקל טאן מיט די באשרייבונג. אבער רבונו של שלמה [קרעדיט: זארעכפעפער ע"ה] וואו קען איך אריינשטופן א באזוך פון איבער א שעה צייט אויפן קעמפ זייגער אין איין ארטיקל וואס ווערט געשריבן אויף 2 פיס אבער מיט די יאגעניש פון על רגל אחת??), אפגעבענטשט פון פרישטאג און א דעפעשע ווערט געזענדעט דורכן ראש הקהל צו מיין פלאפלער, אנזאגנדיג אז הנה זה בא, ער שטייט אויפן זייט פונעם שאסיי נישט ווייט פון מיין קאנטרי און ווארט אז די עסקנים זאלן אים צואווייזן די פונקטליכע דירעקציעס צו מיין כאטקע.
איך לויף ארויס צום הויפט שאסיי און שטעל זיך אנידער הארט אונטער דעם ברוך הבא שילד וואס איז אין גרויס איילעניש אויפגעפירקלט געווארן דורך איינע פון די אומערפארענע גראפיקער ביי אונז אין שטעטל, איך קלינג אן דעם ראש הקהל און פרעג אים זיין פונקטליכע לאקאציע, און אט זעה איך ווי ער קומט צופארן ממולי -- אקעגן מיר צו רייסן. ער געט זיך א האסטיגן שטעל אפ נעבן מיר, און איך שפרינג אריין אין פאדערשטן זיץ, און צייג אים אן וואו צו שטעלן דעם אויטא (ביני לביני האט א ביציקליסט פון די בני חם געלאזט פאלן א קללה אויפן חשבון פונעם ראש הקהל'ישן צילינדער, מיינענדיג - און מיט רעכט - אז מיר ווילן אים פריצייטיג איבערהאקן די לעבנסטעג).
דער ראש הקהל האט זיך אריינגעצויגן אינעם גרויסן פארקינג לאט און געכאפט א פלאץ אויף די רעכטע זייט, און א שמועס האט זיך אנטוויקלט צווישן די 2 אידעלעך וואס האבן זיך נארוואס צום ערשטן מאל אין לעבן צוזאמגעטראפן (אלע פרואוון צו כאפן פון וואו איך קען זיין צורה, האבן בלויז געפירט צו זיין אוועיטער...). אנגעהויבן האט זיך מיט א הארציגע ברכת מזל טוב פאר זיין ראש הקהל'שאפט, אויף וואס ער האט בלויז צוגעשמייכלט מיט זיין באקאנטע פריינטליכע שמייכל. שפעטער זענען מיר אריינגעגאנגען אין דעטאלן פון די ראש הקהל'שאפט, איך האב אים איבערגעגעבן די אפיציעלע פונקציעס און ער האט געענטפערט על הן הן ועל לאו לאו (די גאנצע געשפרעך האט געדויערט א האלבע מינוט, און איז בלויז פארגעקומען אין מיין חלום של שחרית, צווישן דעם נץ און סוף זמן קריאת שמע על משכבי, זיך גרייטנדיג מיט פארכט צום לאנג-ערווארטעטן באגעגעניש).
אינמיטן א געשמאקע שמועס געט זיך דער ראש הקהל ספאנטאן א שטעל אפ, און פארלאנגט קאטעגאריש מיר זאלן אויסשטייגן פונעם אויטא. איך האב זיך פרובירט צו האלטן פעסט צום מאמר חז"ל כל מה שיאמר לך ראש הקהל עשה חוץ מצא, אבער ער האט געוויזן ווער עס איז שטארקער מיטן פארלעשן די עיר-קאנדישאן... נו, אונס רחמנא פטריה, זענען מיר ארויס אויף א שפאציר אין ריכטונג פון מיין ביורא. אנקומענדיג האבן מיר זיך אנידערגעזעצט אויפן פארטש, סמוך ונראה צו מיין לעפטאפ און קלאפער-געצייג (דער ראש הקהל האט באוואונדערט די אויסגעריבענע קנעפלעך פון מיין קיעבאורד, דאס וועט פילייכט אמאל געפונען דאס פלאץ אין ליאזנע רבי'נס אידישע מוזעאום).
וויפיל מאל איך האב שוין געשריבן געשמאקער ראש הקהל און געשמאקע שמועס במשך דעם ארטיקל, איז עס אלץ צו ווינציג און וואלט געמעגט איבערגע'חזר'ט ווערן מיט אייפער און פאטאס. היימישע קרעטשמע דארף זיין שטאלץ צו האבן אזא זאפטיגן אידל אלס פירער, און די וואס האבן געשטימט פאר אים קענען זיין שטאלץ דערמיט (איבריג צו זאגען אז קומענדיגע מאל קען ער זיך לייכט רעכענען אויף מיין שטימע).
אויסער די געוואלדיגע מצוה פון ביקור 'חולם' האט שמערי-בערי אריינגעכאפט צו-דער-זייט א פרישע גמילת חסד'ל, ווען ער האט מיר אפגעפירט צו א זייטיגע קאלאניע וואו איך האב געדארפט ערלעדיגן עפעס אן עסק (די פונקטליכע פרטים פון יענע רייזע, האף איך אז ער וועט באשרייבן בעסער ווי מיר, איך בין געווען טרוד ארומצולויפן אויפזוכן "וואו וואוינט משה און אהרן", בעת ער איז געזיצן אויפן פאדערשטן זיץ פונעם אויטא און געלאכט אין די פויסטן), דערנאך האט ער מיר צוריקגעברענגט אהיים און די באזוך האט זיך געשלאסן מיט א באשלוס אז איין באזוך איבערן לאנגן זוממער איז העט-ווייט פון גענוג, און א המשך דערצו וועט גאנץ-זיכער אנקומען בעזרתו יתברך שמו.