בלאט 1 פון 2

טאגבוך קיץ ס"ט: באזוכער #2 שמיי-דריי'ט זיך אריין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 8:49 pm
דורך קרעמער
שוין נעכטן אויפדערנאכט האב איך איבערגעביטן דעם סלאגאן פון מיין גוגעל-טאלק פענסטערל פון "א גוטן טאג" צו "א גרינגן תענית", האפנדיג אז אלע אידעלעך וואס וועלן זיין אריינגעסיינט צו זייער גוגעל-טאלק איבערן לאנגן פאסט-טאג וועלן זיך דערקוויקן מיט מיין ווארימע וואונטש פון טיפעניש פון ליידיגן מאגען.

מאכט זיך אבער אז דער טאג האט אין די ענדע אנגעהויבן אביסל צעגערן, עס האט אויסגעקוקט ווי די זייגערלעך פון די וועלט האבן זיך ווי אפגעשמועסט צו טרייבן קאטאוועס פון אונז פאסטער דורכן אריינשטעלן אן איבריגע סעקונדע אין יעדן מינוט, אן איבריגן מינוט אין יעדע 3, און אן איבריגן דריי אין יעדן שמיי (דאס איז שוין פשוטו כמשמעו אבי-גערעדט. נו, זאל דאס דינען אלס אריינפיר צום געהויבענעם גאסט שמיי-דריי).

ווען די נאכט האט שוין ענדליך אנגעהויבן צופאלן, שפרינגט מיר אויף א פענסטערל אויפן קאמפיוטער מיטן ניק "שמיי-דריי", ער איז קענטיג אומצופרידן מיט מיין וואונטשעוואניע און רעדט זיך אפ בפה מלא אז ער איז הונגעריג. זייענדיג באקאנט מיטן כלל אז מיט א הונגעריגן בער הייבט מען זיך נישט אן, האב איך פרובירט צו פארדרייען דעם שמועס מיט אנדערע זאכן, אבער דער חברה'מאן האט נישט נאכגעלאזט, ער איז הונגעריג און ער וויל די גאנצע וועלט זאל וויסן דערפון.

הכלל, א מינוט דערויף איז ער געפאלן אויף אן המצאה וויאזוי אדורכצושטופן דעם פארבליבענעם האלבן שטונדע פונעם טאג, נעמליך אריבערצוקומען אויף א באזוך בעצם יום צום הרביעי הזה. נו, אז א איד וויל קומען אויף געסטעריי דארף מען דאך צורישן דעם שטוב, האב איך צוערשט אנגעפרעגט אויב עס איז בכדי שיעשו, און דער ענטפער איז געווען אז מען האט שוין אנגעגרייט אויסצופאסטן כסעודת שלמה המלך בשעתו (האסט נישט געוואוסט אז שלמה האט געגעסן קעז-קיכן?), און אדרבה, יאכלו ענוים ענוים ענוים (נו, מ'טאר נישט זינגען אין די שלש שבועות).

דער שמיי-דריי האט אבער געהאט אנדערע פלענער. מנחה האט ער שוין געהאט אפגעדאוונט, און אויף מעריב האט ער שוין געוואלט צוריק זיין אין זיין קאלאניע, האבן מיר באשלאסן אז ער וועט בלייבן אין אויטא, און איך וועל ארויסגיין צו אים אויף א גאר קורצע באזוך, אין די געציילטע מינוט'קעלעך וואס זענען פארבליבן ביז די מנין ביי אונז אין קאנטרי האט זיך געשטעלט מנחה.

אין אנהייב האט דער חשוב'ער גאסט נישט געוואוסט וואו מיין באנגעלוי קאלאני געפונט זיך, האב איך אים געגעבן א פונקטליכע אדרעסע פאר די דזשי.פי.עס. מאשינקע, אבער שפעטער האט ער מיר געזאגט אז ער קען דעם ראוד גוט און עס האט נישט אויסגעפעלט (מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?).

נישט לאנג דערויף באקום איך נאך א מעסעדזש פונעם אים אויף גוגעל טאלק "איך בין אויפן וועג", איך האב אים תיכף געשריבן א ווארענונג נישט צו שרייבן אינמיטן דרייוון, און אים געגעבן מיין טעליולער ציפער צו מעלדן זיין אנקום. ווען מיין טעליולער האט זיך צופיפן האב איך געכאפט דעם היט און רעקל און ארויסגעשפרינגן פון דירה'לע מיט איין אטעם, ווייל עס איז געווען אויפן זייגער 7 מינוט צו מנחה (אפשר האט ער געוואלט ברעכן די רעקארד פון קורצסטע באזוך).

די 7 מינוט האבן זיך אבער פארצויגן, ווען בשעת מעשה זיץ איך אויפן זיץ-קבוע צו-רעכטס פונעם דרייווער און הער אויס מיט דורשט די זאפטיגע מעשה'לעך פונעם באזוכער, און נאך ארום 10 מינוט אדער מער בין איך ארויסגעשפרינגען פון דארט און צוגעלאפן צום שוהל'כל וואו מען האט פונקט געהאלטן ביים אנהייבן אשרי יושבי ביתך.

מיר האבן אפגעשמועסט אז שמיי-דריי וועט זיך נישט קענען ארויס-שמיי-דריי'ען מיט אזא געניץ פון א באזוך, און וועט עס מוזן ערגענצן ערגעץ אין די קומענדיגע טעג און וואכן אי"ה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 9:22 pm
דורך גרויזאמער
קרעמער האט געשריבן: עס האט אויסגעקוקט ווי די זייגערלעך פון די וועלט האבן זיך ווי אפגעשמועסט צו טרייבן קאטאוועס פון אונז פאסטער דורכן אריינשטעלן אן איבריגע סעקונדע אין יעדן מינוט,.


טייערע אידן, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געטוהן אין פאבליק, דער עולם קען מיר דא אלץ מער א לעבעדיגער, אבער איך מוז, די טרערן שטיקט מיר, איך מוז וויינען אין פאבליק, אבער נישט סתם וויינען נאר הויעך אויפן קול:

העעעעעעעעע...... העעעעעעעע.....

מיט א געשטיקט קול, נישט קעננדיג צוזיך קומען, שריי איך אויס צו דעם כ'ווייס נישט וואס, דער קרעמער, ער האט מיר דא געעפנט א גאר אלטע וואונד, אוטש! איי איז דאס יסורים!

קרעמער!!!!! זאג מיר, איך בעט דיך!!!! (דא שיס איך אויס אין א יאמערליך הימל שפאלטנדע געוויין)

וואס מיינט קאטאוועס??? וואס???

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 9:46 pm
דורך געלעגער
איין איינציג באשעפער ווייסט וואס אין די קאר איז פארגעקימען, שטעלט אייך פאר קרעמער מיט שמיי אין איין קאר? קיין גראד ווארט איז דארט נישט גערעדט געווארען דאס קענט עטס זיכער זיין.

קרעמער ס'איז די ערשטע מאל וואס די טרעפסטוך מיט שמיי אלס רשאקאעל? וויזוי זעהט ער אויס מיט'ן נייעם היטעל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 9:52 pm
דורך שמיי_דריי
געלעגער מאך נישט קיין טעות ער האט זיך געטראפן מיט מיר און נישט מיט שמערי בערי...

קרעמער יש"כ פארן עס באשרייבן...
דו ביסטאך עפעס מעירעדיג (מיט די ליטווישה הברב...) אזוי פונקטליך צו געדענקן יעדן איינצלהייט... אזוי אז טאמער איך האב עפעס פארגעסן האסטו זידער געמאכט מיר עס צו דערמאנען...
עניוועיס א גרויסע יש"כ פארן מיר אריין לאזן אין אייער קאנטרי.. מיר האבן זייער הנאה געהאט... מיר האפן בקרוב מו קומען נאכאמאל...
א גוטע נאכט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 10:01 pm
דורך תמים
קרעמער איך האב מורא'דיג הנאה פון דיין אייער שפייז וואס דו האסט אזוי שיין צולייגט און באשרייבן ביי דעי וועי שיק צוריק פאר'ןראש הקהל אז מען ווארט דא אין קרעטשמע אויף זיין ארטיקל מיטן מיסד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 10:07 pm
דורך וויכטיג מאכער
שמיי דריי, דו קענסט נאכנישט פארן 'נאכאמאל' צו קרעמער, דו מוזט קודם אראפשרייבן דיין זייט פון די מעשה..

יישר כח פארן גיין באזוכן קרעמער..

קרעמער, הער אויס, ס'איז מיר באמת שווער מגיב צו זיין, איך טוה עס מיט א שווער הארץ, יעדע'ס ווארט גיט מיך א דערמאן.. "וויכי" ווען גייסטו זיין ביי קרעמער?..

אבער פונדעסטוועגן האב איך הנאה געהאט.. טענקס..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 10:30 pm
דורך יאנאש
WOW דאס איז נאר נאך א זעהן מינוטיגע באזוך, שטעלט אייך פאר וואס קומט פאר א האלבע שטונדע.

קרמער, יו אר די בעסט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 10:47 pm
דורך קרעמער
גרויזאמער;

ווער נאך ווי דיר ווייסט אז מען האט שוין דעם ווארט דורכגעדראשן מיט אלע פאדעשוועס (וואס מיינט די ווארט?), דו אליינס האסט דאך צוגעצייכנט דעם מראה מקום פון (אל)געמיינער דערוועגן.

געלעגער;

האסט דיך טאקע טועה געגעסן (קרעדיט: איך הער) מיט שמערי-בערי (הלואי איך קען זיך מיט אים טרעפן...), אבער עס איז נישט אזא ווייטע טעות, ווייל לויט ווי איך שאץ אפ דעם שמיי-דריי מיט מיין געניט אויג וואלט ער זייער פאסיג געווען צו א ראש הקהל אמט. (און וועגן די היטל, איך האב נישט קיין אנונג אויב ער פארמאגט אזאנס, כאמור האב איך אים געזען דרייוון, וואס דאס באדייט געווענליך בפישוט כובע ובגד עליון).

משה קאפויער;

ליידער ליידער האב איך אסאך פרטים ארויסגעלאזט, צוליב דעם וואס איך האב דעם באריכט אפגעשריבן אין גרויס איילעניש מחמת סיבות שונות. אפשר וועט די איבריגע נאכפאלגן נאך די פארזעצונג פונעם באזוך, אדער ווען שמיי-דריי וועט באשרייבן זיין זייט פון די געשיכטע.

שמיי-דריי;

שקר ווי די געטשקע, איך האב דיר נישט אריינגעלאזט אין מיין קאנטרי! והא ראיה ביסט געבליבן שטעקן אין פארקינג לאט.

תמים;

יישר כח. ראש הקהל ארויף ראש הקהל אראפ, דער מעסעדזש איז האפנטליך אנגעקומען - מיר ווארטן אויף זיין באשרייבונג.

וויכטיג-מאכער;

גלייב מיר איך שרייב די ווערטער מיט א שווער הארץ... אבער "ווען גייסטו זיין ביי קרעמער?"...

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 8:20 am
דורך גרויזאמער
קרעמער, איים סארי, איי דיד'נט געט איט! (קרעדיט: טעלמי).

דו קענסט מיר ענטפערן וואס דער ווארט "קאטאוועס" מיינט, אן קיין מראי מקומות צו אנדערע?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 8:23 am
דורך טיטאניק
קאטאוועס: שפאס

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 9:37 am
דורך שמיי_דריי
אזוי ווי איך בין אין די בערג און איך האב נישט דא א קאמפיוטער מוז איך שרייבן פון די בלעקבערי און אויב זעהט איר א טעות אין די ספעלינג זייט וויסן אז עס איז וועגן איך האב געשריבן פון די בלעקבערי...

איך האב נישט געפלאנט צו באשרייבן מיין חלק. פון די באזוך ביז מאנטאג ווען איך וועל זיין מוריק אין ארבייט נאר איך האב מיר בארעכנט אז ווען איך וועל צוריק קומען מאנטאג אין ארבייט וועט זיכער זיין צופיל ארבייט און איך וועל נישט האבן קיין צייט צו שרייבן מיין חלק ממילא שרייב איך יעצט (נאכן ענדיגן דאווענען..) מיין חלק..

אנגעהויבן האט זיך עס פאר צוויי וואכן צוריק ווען איך האב מיר באקענט מיט הרב קרעמער שליט"א אבער איך האב נישט געהאט קיין אנונג ווי אזוי ער קוקט אויס... איך האב נאר געוויסט זיין נאמען.. און איך האב זייער שטארק געקענט באשטיין צו זעהן דמות של אותו קרעמער.. אבער עס האט זיך נישט געמאכט קיין געלעגענהייט..

ווי באקאנט אין א פאסט טאג פרובירט מען אייביג מיט וואס מען קען נאר דורך צו שטופן די טאג גרינג אז מען זאל פארגעסן פון די תענית.. האב איך אויך אזוי געטוהן.. איך בין אויפגעשטאנען צו סוף זמן קר"ש און געגאנגען אין מקוה, דאווענען און איך בין אהיים געקומען איז שוין געוועהן ארום 12:30 איך בין געבליבן אין באנגעלוי פאר א האלבע שעה און מ'האמיר זיך ארויסגעלאזט שאפינג.. מען איז געגאנגען צו וואל מארט און צו א קאנטרי דערנעבן באזוכן א פריינד (ער האט נישט קיין ניק דא... עכ"פ לפי ידיעתי..) און נאכדעם איז שוין געוועהן צוויי אזייגער האבן מיר שוין אנגעהויבן קלערן וואס מען מאכט היינט פאר נאכטמאל... נאך א האלבע שעה דיסקאסטן וואס מען מאכו זענען מיר צוגעפארן צו די גראסערי נעבן איחוד באנגעלוי קאלאני און מ'האמיר איינגעקויפט די אינגרידיענס. זיי האבן נישט געהאט אפאר זאכן זענען מיר צוגעפארן צו מאונטענס פוד און דארט צוגעענדיגט איינקויפן די זאכן. פון דארט זענען מיר געגאנגען צו שטפ רייט קויפן וואסער מעלוינעס, נישט ווייל די גראסערי האט נישט, נאר ווייל ווי שוין פריער געזאגט, האב איך געזוכט ווי צו שטופן די טאג..

איך בין אהיים געקומען איז שוין געוועהן ארום זעקסע צייט, דעמאלטס האב איך מיר אראפ געזעצט לערנען פאר א שעה צייט און נאכדעם געכאפט א דרימל און געדאווענט מנחה אין א דערנעבענדיגע באנגעלוי קאלאני און נאך דאס אלעס האט דער זייגער געוויזן אז עס איז יעצט 8:15. דעמאלטס האב איך געגעבן א קוק אויף גוגל שמועס צו זעהן ווער עס איז גרין און אוועילעבעל..

פון דא און ווייטער איז פאר ווער עס האט געווארט אויף מיין באריכט... (פריער איז נאר געוועהן אביסל פון מיינע בויך קרעמפען)

איך האב געזעהן אז קרעמער איז גרין און ביי זיין מעסעטש שטייט א גרינגן תענית. האב אים גלייך פארגעווארפן אז מיטן וואונטשן א גרינגן תענית האסטו גארנישט ווייל איך ברויך יעצט צו עסן און נישט קיין ברכות... און דא איז מיר בייגעפאלן די איינפאל פון גיין באזוכן קרעמער'ן. איך האב מיר געמאכט א חשבון אז עס איז נאך ממילא דא א שעה אהאלב צו גיין נו א באזוך ביי קרעמער וואלט נישט געוועהן א שלעכטע זאך עס האט גענומען אפאר מינוט ביז ווי לאנג איך האב מיר אריין געזעצט אין קאר און אנגערופן א חבר פאר דירעקציעס צו קרעמערס קאנטרי און אזוי ווי איך האב עס באקומען האט מען אנגעצינדן די קאר און ויסעו...

איך האב געוויסט אז די וועג ברויך צו נעמען בערך 10 מינוט אבער נאכן פארן צעהן מינוט און נישט געזעהן יענע ראוד ווי קרעמער איז בין איך געווארן פארצווייפלט צו איך פאר אויף די ריכטיגע וועג. איך בין אבער ווייטער געפארן ביז איך בין אנגעקומען צו א גאז סטאנציע ווי אפאר אידעלעך האבן זיך געדרייט און זיי אנגעפערעגט "ווי קרעמערס קאנטרי איז..." און זיי האבן מיר אנגעוויזן אז נאך צוויי דריי מינוט דארף איך מאכן א רעכטס און דארט איז קרעמער..

פיינעלי, איך בין אנגעקומען צו קרעמערס קאנטרי... ווי קרעמער האט שוין דערמאנט האט ער מיר געגעבען זיין טעלעפאן ציפערן איך זאל אים רופן ווען איך בין דא אבער מיין טעלעפאון האט נישט געהאט קיין סערוויס אין קרעמער'ס קאנטרי.. האב איך געגעבן א קוק האב איך באמערקט אז מיין טעלעפאון איז אנגעשטעלט אויף ספרינט נאר (sprint only) איך האב עס געטוישט צו ראומינג און איך האב גערופן קרעמער אז איך זיץ אינדרויסן אין א אנגעצינדענע קאר.. ער זאל אראפקומען..

ויבבבבווואא קרעמער, קרעמער איז דא.. איך האמיר געציפט די באקן צו עס איז אמת.. קרעמער זאגט מיר נאך אז ער האט נישט געחלומט אז ער וועט מיר נאך אמאל טרעפן..

פון דא און ווייטער האבן מיר געשמועסט אזוי אנגענעם פאר א 10 מינוט (3 מינוט לענגער ווי ערלויבט..) מער ווייניגער האב איך גערעדט און קרעמער האט אויסגעהערט און ווען ער האט געוואלט אנהייבן רעדן האט ער שוין געברויכט לויפן דאווענען מנחה..

קרעמער פאר ער איז ארויס פון קאר האט ער מיר געזאגט אז איך וועל מוזן קומען נאכאמאל ווייל מען קען נישט אלעס פארציילן על רגל אחת
איך האב געוואלט פרעגן אין קאר פון קרעמער צוויי זאכן אבער ער האט שוין געהאט ארויסגעלאפן..
1. ביזט געזיצן און נישט געשטאנען פארוואס זאגסטו על רגל אחת??...
2. לאמיר שוין זאגן אז רגל אחת קען מיינען זיצענדיג אויך שטימט ווייטער נישט ווייל איך האב קלאר געזעהן ווי דו האסט ביידע פיס אויף דער ערד... איז וואס איז געוועהן פשט פון די סטעיט-מינט???

פון דא און ווייטער איז נישט מער אזוי אינטערסאנט.. ווייל עס איז פלעין אפאר ווערטער...
און איך בין אהיים געפארן...

אההה. איימעניט.. פאר איך פארגעס.. ווען איך האב געשריבן פאר קרעמער אז איך בין אויפן וועג האב איך געהאט געסטאפט ביי א רויטע לעמפל ווייל אינמיטן דרייוון טעקסט איך נישט (איך הער זאגן...) והא ראי' אז איך בין גערעכט איז ווייל ווען ער האט מיר צוריק געשריבן אז איך זאל נישט שרייבן אינמיטן דרייוון האב איך אים מער נישט צוריק געענטפערט ווייל איך בין שוין נישט געוועהן ביי די רויט לייט...

נ.ב. א עקסטרע גרויסע יש"כ קומצעך פאר וויכי פארן מיר ארויסהעלפן. וויכי האט מיר אמאל געזאגט אז ווען ער שרייבט א לאנגע תגובה שרייבט ער עס ביי קאמפאוז מעיל אין דזשימעיל. איך האב נאך קיינמאל בעפאר נישט געשריבן א לאנגע ארטיקל אין קרעטשמע פון די בלעקבערי ממילא האב איך יעצט געטוהן אזוי ווי וויכי האט מיר דעמאלטס געזאגט.. למעשה אינמיטן האב איך געברויכט אויפהערן שרייבן פאר אפאר מינוט און ווען איך בין ארויסגעגאנגען האט גוגל זייער שטארק געוואלט וויסן וואס מיין פלאן איז... מו איך גיי עס באלד פארטיגן אדער איך וויל עס אויסמעקן... וואס גייט אים אן?.. אבער אז ער וויל אזוי שטארק וויסן האב איך אים געענטפערט אז יא איך וויל עס באלד פארטיגן.. און ער איז געוועהן צופרידן פון מיין תירוץ ווייל ער האט מיר נישט נאכאמאל געפרעגט...
נאכדעם ווען איך האב עס געוואלט צו ענדיגן האב איך עס נישט געקענט טרעפן איך בין געוועהן אויס מענטש ווייל איך שרייב און שרייב און עס איז מיר מקויים געווארן ח"ו די קללה פון ושמת לריק כחכם.. למעשה אבער האט מיר וויכי אנגעצייגט ווי עס ליגט... נאכאמאל א גרויסע יש"כ וויכי

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין שרייבער און איך קען נישט די כללים ווי עס קומט א פינטעלע כזו . און ווי עס קומט א שטרעכעלע כזו , און ווי אויך קען איך נישט קיין שרייבערישע ווערטער ממילא זייט מיר מוחל אויב עס איז נישט אזוי באקוועם צן לייענען...

ובזה יוצא חובתי פון שרייבן מיין חלק פון די באזוך.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 10:22 am
דורך וויכטיג מאכער
שמיי דריי, כ'מזל דו ביסט נישט קיין שרייבער, איך וואק אויפן גאס, מיט די ב"ב אין די האנט, אין איך לאך, קענסטעך פארשטעלן ווען דו ביסט יא א שרייבער, איך וואלט נישט געקענט סטאפן צו לאכן..

דו ביסט עכט גוט.. מעגסט שרייבן מער אפט..

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 11:02 am
דורך קרעמער
איך הער זאגען אז דו ביסט נישט קיין שרייבער... מיין קאנטרי לאזט נאר אריין שרייבער...

אההה, יעצט כאפ איך אז דו ביסט טאקע נישט קיין שרייבער, ווייל שרייבערס ווייסן אז "על רגל אחת" איז אזא אויסדרוק וואס מען נוצט אויף א קורצע צייט-אפשניט, א שטייגער ווי 'קאטאוועס' וואס מען נוצט פאר 'קאטאוועס'...

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 11:13 am
דורך קרעמער
גרויזאמער האט געשריבן:קרעמער, איים סארי, איי דיד'נט געט איט! (קרעדיט: טעלמי).

דו קענסט מיר ענטפערן וואס דער ווארט "קאטאוועס" מיינט, אן קיין מראי מקומות צו אנדערע?

אקעי, איך וועל נישט מראי מקומ'ן צו אנדערע, נאר צו דיר אליינס:
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 11:27 am
דורך הערשי קניהויז
שמיי דריי האלטעך נישט אזוי קליין, דו האסט עס זייער גוט אראפגלייגט, און עס איז יא געוועהן באקוועם צו ליינען, און גראדע איז נישט דא קיין צו סאך טעותים, און מעגסט טאקע שרייבן אפטער.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 12:00 pm
דורך געלעגער
יעצט באמערקט מיין טעות, סארי שמיי'לי,
(בדוו, עטס זעטס אויס גאנץ ענליך,
צוויי אויגן אין נאכדעם א שטיקעל א שטיקעל פלייש אינדערמיט אין נאכדעם קימט אראפ אזא שטיקעל ס'זעהט אויס ווי א מ'לופים... אקעי איך קען מער נישט שרייבן ס'איז גילי...)

אבער ס'זעהט גארנישט אויס ווי דער שמיי'לי איז אזא אינטערשטעלעדיגער
שרייב שרייב מיר גלייכן אייער שריפט,

גרויזי די ביסט שאגער,,,

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 12:16 pm
דורך גרויזאמער
עטץ האלטס מיט ווי קרעמער דרייט זיך ארויס? ער ווייזט נישט קיין מראי מקומות, נאר ער ווייזט איין מראה מקום...

קרעמער, קענסט מיר ענטפערן גראד? וואס מיינט קאטאוועס? פארוואס דארף דארף איך זיך בעטן ווי א גזלן?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 12:20 pm
דורך קרעמער
ווייסטו וואס? פאר קיין מאלי, כאפ א רייזע צו די הויכע ספערן, אדער פאר מיט גוגעל-מאפעס קיין בארא פארק... אבער טרייסל דיך אפ פון מיין זאטעל ווייל איך צוגיי אונטער דיין דרוק.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 12:27 pm
דורך גרויזאמער
גאט איט, איך האב זיך נישט געראכטן אויף אזאנס, את אשר יגורנו בא, נאך יארן פון אנגעצויגנקייט צווישן דער אלגעמיינער און קרעמער האלט מיר ביי אלף, אוי, ווער האט זיך געגלייבט? די מויל וויל דאס נישט זאגן, די לעפצן בייגן זיך אריין צווישן די ציין, עס איז אבער א פאקט, אוי, קרעמער... ווייסט נישט... וואס קאטאוועס מיינט! איי איי איי!

קרעטשמע תתן (קאקע) קולה, עני דרינק, עפעס, איך פאל אראפ, מי מלל ומי פלל?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 10, 2009 2:32 pm
דורך תמים
שמי דריי איך האב מורא דיג שטארק ליב געהאט דיין סטייל. עס איז ממש צום אויף עסן. איך קען מיר נישט פארשטעלן וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט א קאנפרענטץ באזוך פון קרעמער סאכדעס און שמיי דריי. עס וואלט זיך ווען איבער געדרייט די גאנצע קרעטשמע

גרויזאמער איך פארשטיי דיר און גאנצן נישט. יעדע צייטונג פאברעצירט אייגענע ווערטער. און פארוואס אזא פאפעלערע וועב זייטל זאל זיין ווייניגער. כך דרכן של שרייבערס

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 7:43 am
דורך יאנאש
שמיי, זייער פיין אראפגעלייגט, איין שורה האט מיר געכאפט דעם אויג, אז דו האסט גערעדט און קרעמער האט נאר אויסגעהערט, אוי איז דאס פיין אראפגעלייגט אונזער מייסטער שרייבער פון דאהי, אינעם ווירטואלן וועלט קאן מען אים נישט פארשווייגן, אבער אין ריעלעטי איז ער שטיל ווי א פישל.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 12:19 pm
דורך בןהרחמן
שיינע באריכטן פון קרעמער און שמיידריי יעדעס איינס פאר זיך א געשמאק, כה לחי.

יעצט קומט א באריכט פון הונטער די קוליסען (גרויזאמער פרעג נישט וואסעמיינט . .), אז אזוי ווי עס האט געהערשט א שטיקל צומישעניש דא און עטליכע האבן געמיינט אז דער באזוך איז פארגעקומען דורכן היצטיגן ראשעקאהעל ערעב שמערי בערי נ"י (איך מוז שרייבן אביסל דערעכערעצדיג אזויווי רש"י זאגט אין פר' ויחי בעידנא סגיד לי'), האט דער ראשעהקאהעל באשלאסן וואס עפעס בין איך א ראזשינקע, איך וועל טאקע שוין גיין מאכן א באזוך ביי קרעמער'ן, און נישט סתם אזוי זיצן אין קאר אפאר מינוטקעלעך נאר טאקע אזוינס און אזעלכעס אז די איבריגע באזוכן וועלן זיך פארשטעקן דערפון, לאמיר איהם טאקע וואונטשען אז דער באזוך זאל דורכגיין מיט גרויס סוקסעס, און מיר ווארטן צו שמאלצן די הערינג (אנטשולדיג איך מיין . . צו הערן די שמאלציגע) באריכטן פונעם באזוך און פון די נסיעה.

---

יאנאש, דיך פארשטיי איך אינגאנצן נישט, ביזט שוין אזויפיהל יארן דא פון אונזער חבריא און דו זאגסט אויף קרעמער שטיל ווי א פיש??? אתמהה??? אפשר טאקע מיט א נייע פנים דעם ערשטן מאהל גיסט זיך נאכנישט אזוי איבער, אבער איינמאל ער ווערט היימיש לא פסק פומי' מגערשטעלעך (קרעדיט: מיין קיבאורד) צי במילי דעלמא צי במילי דשמיא. ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 12:53 pm
דורך וויכטיג מאכער
יאפ הער סעקרעטאר, מיר האבן זיך דערוואוסט אבער פון "העכער" די קוליסן אז אונזער "ראש הקהל" גייט פארן, און איז געפארן צום "מייסד"..

מיט שפאנונג און געדולד האבעך שוין גערעדט.. זיי זענען אויפן וועג... דערווייל העמער ווארטן אליין..

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 1:21 pm
דורך אונגארישער
קרעמער איך וויל ווינטשעוואניען א הארציגען יישר כח פאר דיינע באריכט פינעם באזיך איט איס וועדי סוויט

יעצט העמער גיין ליינען שמיי דרייס זייט פין די מעשה

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 1:21 pm
דורך יאנאש
בעני, זעהט אויס אז דו האסט זיך ווינציג געטראפן מיט אונזער מייסד.