תקנות אויפן סיידוואלק: מאך פריי די וועג!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תקנות אויפן סיידוואלק: מאך פריי די וועג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

געענדיגט! גענוג געווען... דו פיסגייער טרעפיק איז איבער געגאסן די גרעניץ. עס איז א כאאס ביי די אינטערסעקשאן'ס, אזש מען ברויך זיך נעמען איינטיילן פאזיציעס. אנאנים שלעגער העקער, קראכער, הענט זעצער האקן אריין איינס אין צווייטן, איינער קומט אקעגן... גיי רעכטס גיי לינקס... אפפ... ער גייט יא רעכטס. ניין; ער גייט צום סוף די לינקע זייט, וויפיל מאל א טאג פאלט מען אריין אין אזא פאסטקע?

לאמיר זיי צוברעכן אין אפאר קאטעגראיעס אין יעדן אריינשמעלצן ווי ער באלאנגט.

ניו יארקער מאסן:

פאר די שנעלע לויפער; יאגעדיגע מאסן קערפער מיט די לויזע רגלים - פארטיג! שטעלט אייך נישט אפ, איר זענט אויפן סיידוואלק, שטייט נישט קיין איין רגע שטיין, כאפט די רעכטע זייט אפילו איר זענט א לינקער בטבע אדער איר זענט נישט אנבעסטן מיטן רעדן ענגליש, שטייט אויף די רעכטע שטיקל קאנקריט באקסל אין הייבט אהן רייטן אויף 15 מ.פ.ש. יאאאגט... אינדערמיטן וועט שוין פלאצירן די קלאָציגע פיסגייער.

עלעקטראניק דיווייס יוזערס:

דו בלעקבערי טשעטער, אימעיל עדיקטער, בריק ברעיקער שפילער, איי פאד ליסעענער, עני קיינד אף דיווייס באנוצער - שטייט אינגאנצן אויף די לינקע זייט פונעם קאנקריט וואלקעווי, איר זענט דאך גרייט צו אריינלייגן אין א סכנה, דאן שטייט ווי מיר ביים עק גאס דארט ביים לינקען זייט נעבן די צויושטע ניו יארקער בעזעם טראק דרייווער מאכן זייער רוט.

סטארבאקס קאווע קויפער אין זויפער:

אנטשולדיגט! ביז אהער, טרונקט אייער קאפי אין 'קאפי שאפ' נאו וועי... די סטריט איז נישט דיין פריוואטער קיוביקעל ווי דו סארוויסט דיר דיין טרונק כמו א קאקטעיל מעניו אינעם העלן גערויש מענשטהייט. אז דו בוזעשוועסט שוין יא דא מיט דיין קאפי, האלט נישט דיין קאווע אין די האנט 'פראנאויס' (חחח... איך דערמאן מיך פון פראנדזשאס, מאשקע דו ביסט שולדיג, ווייל דו מאכסט מיר אייביג צוריק קוקן, הו נאוס... אפשר טרונקט ער גאר פראנדזשאס). יאו! יוא!... הלאט דיין קאווע ווייט אוועק פון פיסגייער איך בין נישט אינטערעסירט צו ווערן באגאסן מיט פליסיגקייט אויף מיין פעלטי הוט, עס מעג זיין א 'קעמפ-הוט' סאו וואט? האלט דיין קאווע דארט ווי דו וואלסט געקעלרט אז דאס איז די ארגעסטע פלאץ צו ווערן באגאסן, מאָראן!

סעלפאן רעדער:

פרעפלער, רעדנער, ווערטער גיסער, מעשה דערציילער, שטותים רעדער, בויך וויי איבלער, מענשטהייט קריכער, אין יעצט אז מען ווייסט שוין ווער מייניגער וואס עס טוט זיך אין דיין הויז/אפיס וכדו', אאאאס! האסטע יעצט דערפון? סוס איינס - דו דזשונדיש!... וויל איך אייך נאר מעלדן "יו קילד יור פוירסט אימפרעשאן" אויפן פנים האסטו געסאונד קלוגער, מיט איין שמועס האסטע דאס אראפ געהארגעט, רעד נאר ווייטער... אבער נישט צווישן די פיסגייער. ווייל מיר זענען מיד פון קאטשענען פאר געלעכטער. וואס מען ווייסט שוין אין פריוואט איז איצטעט נתגלה געווארן בפומביא. (אוי איך ציטער אז דאס האט מען אריינגעשווערצט פון פומפדיתא)

אההה... ער האט פיינעלי אראפ געלייגט דער מאסן דיסטוירבער, ווילסט דייעלן נאך א נומבער? אקעי! שטיי ביים קוירב פונעם סיידוואלק, הארט ווי א פייער-היידרענט אין קוועטש אריין דיין אנאוינג נומבער דארט (אויב איינער ווייסט נישט וואס היידרענט מיינט, קען גיין אנפרעגן ביי שוועמל). דארט דייעל דיר וועכע נומבער דו וויסט שטיי אבער דארט, געדענק! דו ביסט נישט ביי דיר אין בעדרום מיט די פידזשאמעס און סליפפערס, פיריאד. די רעסעפשאן אינמיטן גאס איז עפעס בעסער? סעלפאן שפרעכלער.

צויושטע ניו יארקער:

דו צויושטער מענטשען זאק; סטאפ!... לויף נישט דורך די מאסן מענטשהייט פון די ביהיינד מיט אזא אומפעט ווי דער מעקסיקאנער צוגאנער דעליווערי בוי טוט. ביסט לעיט אין טיים? גיי ארויס דרייסיג סוקנדעס פריער אין פאטערנייעסק, האנקע נישט אין די גאסן, קריך נישט ווי א שאף אויפן עסקלעיטער.

בייקער ריידער; דרייוו נישט דיין בייק אויפן 'סיידוואלק' עסטו מיר זאגן אז די פיסגייער האבן מער נישט קיין פלאץ ווי זיך צו ראטעווען? איך ווייס אז דו בייקערס רעדן זיך איין אז זיי האבן די זעלבע דין ווי פיסגייער. איי דיסעגרי! ענד עי לאט אף פיפעל דאָ.

די סטראללער שטופער, לאנגזאם קריכער; הער אויף צו נוצן דיין סטראללער ווי א וועפאן א קעגן פיסגייער, האק נישט אין יעדן פוסגייער מיט די אפגרונד פונעם סטראללער. רעדל נישט ארויף אויף יעדע עק פון א פיס גייער וואס האט בארירט דיין קעסטעלע אויף דער ערד. הער אויף באכען יעדע דורכגייער - אויב זענט איר סטאק געבליבן אין איר בעביסיט קינדער, אין איר מוזט זיי שטופן אין די גאסן. סארי; איי פיל יור פעין, דאונט געט מיט 'אין' דעעער.

טוריסט צוגאנער:

דאאאאָ קומטעס...! יושששש דרייווען זיי איינעם ניסלעך! יוששש איז דאס א אנשיקעניש דעי צימבעלדיגע איבלער, מענטשען אויספרעגער, גאס בלאקירער, געשפעט אנפאקער, אין איין ווארט: סימפעל! שטודירט נישט אייער מאפע אינעם מענטשען געלויף גייט either at the curb or next to a building ניטאמאל גייט דארט ביים עק גאס, ווייל ביים עק גאס איז שוין אויך פיל מיט די ריזן גרינע גארבעדזש קאנעס, שטיי נישט אינמיטן וועג מיט א מאפע באטראכטענדיג דאס ווי א מיליטאנט.

לאזט פריי די שטיגן אין די סובוועי, אדער אראפ אדער ארויף - פארהאק דיין אויסגעצויגענער ריזיגער מאפע אין לאז יעדן דורכגיין, וויפיל מאל ווילסטו סטאדיען די ווארט "סאאאאארי" ? אין נאכדעם ווען מען גייט האקן אין ענק וועט עטס קענען גיין זאגן אז אין ניו יארק וואוינען ווילדע ברואים, יא יא... דו זעמלדיגער טוריסט מיר גייט נישט אהן וואס דו זאגסט, איי קאדענט קעירס לעס, אבער מאך פשוט פריי די טרעפ אויף אראפ.

אין אויב מוזט עטס גיין ווינדאוי שאפינג, צו וואס ברויכעס זיין דורכן שטיין אינמיטן סיידוואלק אין אריינקוצקענען מיט א בינאקילער? גיי אריין אין טשעק-איראוט - שטיי נישט ביים 'קוירב דראפ' אין פרעג וועכע זייט איז סאוט אדער נארט, דאס האט שוין געדארפט זיין דאן א צייט צוריק, שטייסטע מיר דא ווי א ליימענער געשטאלט מיט ווילדע פרעמדע אויגן קוקנדעיג צושויבערט אויף די געלויף, פייףף פייףףף יאג אוועק, פאר צוריק קיין יאגמערשטאלד.

אויך מיר א צערמאניע. כאפן בילדער גרופעסווייס; גאנצעטע חברה אויסגוועארפן איבערן סיידוואק שטייען זיי דארט, ווער קען דאס דודלן? זיי ווארטן אויף א גוטער מינוט צו קענען כאפן א גוטע סנעפ, גייט עס דען? עעהה... ס'פיל מיט פוסגייער, נא שטייט מען דארט... אויף ווען? נא.. דערווייל צוהארגעט מען די פוסגייער, זוי-בעד?

אין ענק סתם מעלדן אויב שטייסטו ביים דראפ קוירב, ווי דו קראסער שטייען, אין די ווילסט ווארטן ווילאנג עס גייט ווערן "וואלק" צו קענען קארסירן געזעצליך, ביטע! בלאקיר נישט די וועג - דו וועג בארויבער, אפשר וויל איינער טון א קעגן די געזעץ, אין יא קראסן ווען עס איז דאונט-וואלק? דו קראק מיטן בלויען טאשקע אנגעפליט מיט וואסער דרונקס שפאציר אוועק לאז א צווייטן גיין - כיכי כיכי איך בין אינגאנצן נישט איבער גענומען ווען ענק שלעפן זיך מיט א פארשווייסטן טי-שוירט "איי לאוו ניו יארק" - הו קעירס... העיט איט, ליוו איט, ספין איט, געט לאסט.

איך אלס ניו יארקער וויל נאך כאפן א סמאוק - קומט דער צוהיצטער טוריסט אין באקוקט דיר מיט אזא געמיינער פנים, זאגענדיג: וואס הארגסטע מיין לופט? נישט עפעס מיט גלאובעל ווארמינג? נישט עפעס מיט גאו גרין? סרוך! פאר צוריק קיין יבנה אין לאז מיר סמאוקן, גאו גרין גאו וועטדזשעיבל ס'חילללוק! גאו טעיק עי יעללא קעב, גאו פליי עי קייט, גאו... גאו... גאו...

קענט העלפ איט? ליוו ניו יארק!...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אלטר!!!!
ביסט מורא'דיג,
אזוי אראפ צו לייגן א ניו יארקע בהלה....

אין מאנטריאל איז דא א סטאפ סיין ווי דער עולם מאכט עפעס נישט געהעריג קיין ספאפסט דארט, און דער פאליס רופט עס אן דע ניו יארק סטאפ, ווייל מ'יאגט זיך דארט,

זיי מוחל אזוי שנעל ווי די פיס לויפער לויפן, שיק אהער נאך אן ארטיקל
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

איך בין דיזי, ענדליך איך בין מיך מחיה מיטן ליידיגן שטאט האסטו מיך ארייגעווארפן צוריק אין זומפ אריין ? אלטער האסט עס נישט געקענט באשרייבן ווען דער עולם איז נישט אין קאנטרי ? ענדליך אטעם איך אפ און דו ווארפסט מיך צוריק אריין אין א בהלה'דיגן קאשמאר, אזוי גוט צולייגט דעם שטאטישן רוח יום ביומו.


זייער שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

חחחחחחחחח חחחחחחחחחחחחח חחחחחחחחחחח שוין חדשים נישט אזוי געלאחחחחחחט, פאני עז אללועיז, גוד סטאף ברא.

שאצי, אפשר זאגסטו מיר וועלכע קארנער דאס איז? איך בין אסאך דארט און כאב נאך קיינמאל געהערט דערפון.
אוועטאר
מר. מצליח
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2009 12:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. מצליח »

ווער געדענקט נאך ווען זשוליאני האט געגעבן טיקעטס פאר J וואקערס ?
נישט מער געדאכט
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

אה אלטער האט זיך אויפגעוועקט מיט א בהלה, אט אזוי איז גוט, אזא גוטס קומט נאכן זיך איינהאלטן חדשים פון שרייבן ?, העי העי העי אוי איז דאס גוט צו לאכן, דאס איז אן ארטיקל צום לייענן א גאנץ יאר, דאנקע שיין אלטער, אזא ארטיקל איז פשוט א מצוה צו שרייבן, ס'הייסט ? אזויפיל שמייכלן ארויס צושלעפן פון מיר ?

מצליח... דעטס איט ?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יויש איזער גוט דער אלטער, אבער פארוואס אזוי ווייניג? ס'דערמאנט זיך די אלטע צייטן, ווען דער בחור האט קער גענומען פון זיינע ארומיגע, צו איזעס געווען די שוויגער, צו דער שכן אויפן באס וכו' וכו', און יעצט זענען ניו יארקער אויפן צימבל.

אלטער דו ביסט גוט, איך ווייס אז דו ווייסטעס אליינס, אבער ווי נישט ווי, איזעס נאך אלץ געשמאק צו הערן פון אן אנדערן אויך.

יישר כח.
סטיוו שמידט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

אאלללללטטטטעעעעעער יאו אר די מען,
לעצט פארראכטן דורך סטיוו שמידט אום דינסטאג יולי 07, 2009 3:43 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

אלטער, גאר גוט.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

אלטער אוי ביזטו גוט.

איך וואלט געשריבן מער ווען איך האב ווען די ווערטער, בעסער ארפלייגען די נוי יארקע גאסען גלייב איך נישט אז עס איז מעגליך, און בעסער ארויסברענגען די מעכטוגקייט פון אלטער ווייס איך איז נישט מעגליך, סאו בלייב מיר ביי דעם, אלטער אוי ביזטו גוט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
פעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפער »

יא פארפאלען סהאטזעך געלוינט דאס ווארטן!
דאס ארומשמיצען דו טורסטן איז מעכטיג אין פינטל.... ביי מיר האלטן זיי שוין לאנג איבער די אויערן
סאזא פרעכהייט אינדערהיים איז ער שוין פארטיג קראנק מאכן דעם ציבור קומט ער אהער אונז צושפילן די נערווען
וואס כאפסטו פיקטשערס וואס? ווילסט זען וויאזוי איך כעס'זעך, כעל באלד זעהן וויאזוי די וויינסט!
גייטס אהיים זוי ווי אלטער שרייט
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אה אלטער האט זיך אויפגעוועקט תגובה #"999"

A-1 ;l;p- :P
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

אלטער!

לעבסט נאך, שוין זייער לאנג נישט געהערט, געזעהן, געלאכט, געשמייכלט פון דיר.
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

shmate האט געשריבן:אה אלטער האט זיך אויפגעוועקט תגובה #"999"


אין ענגלאנד איז די פאליס נומ. 999
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שמאטע;

גוטע אויפפאסונג. דאס געט אונז האפענונג אויף ארטיקל נומער 1000 וואס וועט איבערשטייגן דעם 999'סטן.

אלטער-בחור'ל;

עפעס מאכט מיר טראכטן אז דו האסט געשריבן דעם ארטיקל אויפן שווארצן-בערעלע ווען ביי יעדע זאץ האקסטו אריין אין א צווייטן טוריסט.

דיינע בייפעלער - גינגאלד; דיינע ווערטער - געפונט מען נישט אין קיין ווערטער-בוך.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אלטער מעסיוו
שכוח
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בחור
דא האסטו און זיי שטיל!!
אטעטשמענטס
2009-Sienna-7.jpg
2009-Sienna-7.jpg (21.85 KiB) געזען 2898 מאל
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געלאכט האב איך?
געוויינט האב איך....
שוין לאנג נישט געניצט אזויפיל טישוס אין איין שאס,
ביי די ווערטער האסטו מיך געקילט..

יט גאו גרין? סרוך! פאר צוריק קיין יבנה אין לאז מיר סמאוקן, גאו גרין גאו וועטדזשעיבל ס'חילללוק! גאו טעיק עי יעללא קעב, גאו פליי עי קייט, גאו... גאו... גאו...

דא איז געשעהן א אויספלאץ...
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

כע כע כע אלטעלער די ביסט פיט, דזשאסט מיט דיין הוט, איך גיי דיר זאגן אז די ביסט גוט, דיין יוניק שרייב-שניט, האלחאו טעיק ע סיעט.

דאס סידאך א מארוועלעס שטיק-פיעס, זוי זיי אנצובויקערן די ביימער, אלטער יוא אר די מען, די יומער ביאינג, די שם דבר, די זאךך, וואס זאלעך דיר טייפן?...

אלטער פיס פליז, זאג אים אז ער זאל נעמען זיין וואסער באטלעך און עס אויסגיסן ביי די דיהיידרענט, דיאדרענט, וועא''מ....

אלטער די שטיי.... וואס שטיי?....גיי!!....גיי אן....שיס..... פליס... גיס....זיס....ארטיקלען.....אזש די וועלט....די ווענט זאלן ציטערן פאר געלעכטער.
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

אידעיס גוט געווען...

און, האלאו, יא דו, דו אינעם קיוביקעל נעקסט טו מי, פרעגסט פארוואס איך לאך אזוי? וועל, בחור'ל האט געשריבען...!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

אלטער יו אר סאו דעלישעס

אלטער איך האף (כמיין איך ווייס) אז דאס איז נאר א הקדמה צי דיין טויזענטסטע תגובה דעמאלט וועט זיין וינעו אמות הקרעטשמע אזאש אלע קוקיס וועלן פליען
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

און ווידעראמאל איז עס דער אלטער!

אלטער איי גאטע טעלל יו, יו אר וואן אף עי קיינד!

ערשטענס דער גאנצער ארטיקל, דיינע לשונות עפעס אזוי זאפטיג.. ס'איז א נחת צו ליינען און א מאסט צו לאכן.

צווייטענס, די אויסשטעל דערפון. אלטער ווען ער לייגט ארויף עפעס איז דאס א דבר השלם, אויבער קעפלעך מיט אינטער קעפלעך, אלעס איז אויף זיין פלאץ. (איינער ביים קוירב און דער אנדערע ביים פייערהיידרעין..)

בקיצור, א גוטער קרעטשמע ארטיקל, שוין לאנג נישט געליינט אזאנס.

כה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

עני יוניט עוועיליבל

ערגעטץ האט אלטער ארין געריקט בשתיקה זיין טויזענסטע תגובה באט איי קענט פיינד איט
ווער עס זעט עס פליז נאוטיפיי אונגי רייט עוועי

טענקס
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

אלטי, נעקסטיים האלט קאפ.. די האסט געהאלט ביי צוויי פאר 1000 שרייב קודם די 999 און דערנאך דעי..

עהה..! וואס עפעס ווארטן? די האק אריין און שרייב שוין, לאדיך נישט פון די נייע מנהגים, וועסט נאך אויסקוקן ווי מיר..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

בחור'ל, וואו קען מען קויפן א דיקשאנערי מיט דיינע ווערטער? איי לאוו'עם!
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”