די גאנצע אשכול הייבט זיך אן אינמיטן א רש''י פון דיזע וואך, ס'איז דאך עפעס צוויי סדרות די וואך האב איך זיך צוגעאיילט, אבער די אמת איז אז פון יעדע רש''י וואלט מען ווען געקענט מאכן א אשכול, און נאך הונדערט בלעטער נאך אלץ נישט האבן א השגה די טיפקייט דערפון, אבער דא איז מיר אינמיטן די רש''י –עקטשעלי מער ביים סוף- מיר איינגעפאלן עפעס מגיב צו זיין אויף א געוויסע אשכול, און אזוי שפינענדיג מיין געדאנקען איז עס צווואקסן צו א גרעסערע שמועס וואס ס'פארלאנגט זיך א אשכול באזונדער.
די מעשה הייבט זיך (נישט) אן ווען כ'בין אריינגעקומען אין שול יענעם צופרי, ס'האט אפשר אביסל גערעגנט כ'געדענק נישט פונקטלעך אבער כ'שטעל עס אויף די חזקה, קודם קלאפ איך מיר אן אין דעם אידל וואס זיצט ביי די טיר און ער בעט מיר צדקה, כ'גיב אים א קוואדער, אבער ער איז נישט צופרידן וואס איז? ער שרייט ער איז שוין לאנג נישט דא געווען, און ער פארלאנגט מ'זאל אים צאלן פעיד וועקעישאן....עפעס א שלעכטע פלאן?
טייערער איד לאמיך אייך עפעס מסביר זיין, איך גלייב אז אייער באשעפטיגונג איז זייער נישט קיין באטעם'ט עסק, אבער פארוואס דארפט איר דערציילן דעם סוד?...... האלט אייך די סוד ביי אייך, איר דארפט פארשטיין אז ווען א נודניק סטראשעט אז אויב מ'גיבט אים נישט מער וועט ער מער נישט קומען, וועט מען אים נאך געבן נאך ווייניגער, נישט אזוי?....
איך מאך דעם וועג צו די קאווע שטיבל, וואס רעד איך דא שטותים? די וועג איז שוין לאנג געמאכט איך נוץ עס נאר יעצט. קום איך אריין איז דא א אויסוואל פון דריי מינים קאווע איינס קאסט א שיבוש, און די אנדערע צוויי איז פאר אומזיסט אלץ א סערוויס פון די שול וואס אידן מתנדבים בעם געבן צושטייער.
נו וועלכע זאל איך נוצן? אודאי די פאר אומזיסט, פארוואס עפעס אויסנוצן די פאר גראשן פאר א קאווע? זע איך פון די אנדערע זייט א אידל, פאר אים איז נישט גוט די אומזיסטע ער דארף קויפן ביי די מאשין, גיי פארשטיי וואס א חילוק פון די ביז די, ביידע מאכן די דזשאב, ער דערמאנט מיר פון די רייסער וואס האט קיינמאל קיין קאווע אין מויל נישט אריינגענומען, אבער ווען ער האט געהערט ווי די חברה שמועסן פון די סטארבאקס קאפי ווי גוט דאס איז, איז ער שוין מוצאי געלאפן קויפן און ער האט נישט אויפגעהערט רעדן ווי גוט ס'איז.
אבער דער אידל גייט אן, ס'פארגייט א ריח פון די פריש אפגעבראטענע קאווע פון די מאשין, הא דאס שמעקט דאך גאר גוט, איז דער איד א בעל תאוה?......
לאו דוקא, אז מ'קוקט אריין אין רש''י די וואך זעט מען א געוואלדיגע זאך, ס'איז אודאי געזאגט געווארן נאר פאר איינער וואס קען זיך עפארדן, אבער דאס וואס ער איז מחייב איז קאי וקיים, די רש''י איז ביי די מעשה פון אדום ווי משה רבינו האט זיך געבעטן ביי אים ווי צו א גזלן, ער זאל אים דורכלאזן אריין קיין ארץ ישראל, האט ער ווי א ריכטיגע אנטיסעמיט בשום אופן נישט געלאזט, אז די ווילסט יא וויל איך דוקא נישט, און אפי' נאכדעם וואס משה רבינו האט אים מסביר געווען אז דיין עקאנאמי איז טיף אין די אדמה א דיפ דיפרעשאן, זיי נישט קיין נער, האט ער א שטייגער ווי פאליטישאן שוין נישט געפאסט נאכצוגעבן, מ'קען זיך פארשטעלן וואסערע פראטעסטן דארט איז פארגעגאנגען אזש ער האט געמוזט אריינרופן די רעוואלוציע גארד, אז מ'איז גרייט פאר א מלחמה מיט די אידן, און ווער ס'איז דערגעגן איז א פאררעטער.
זאגט רש''י אויף ולא נשתה מי באר אז מ'זאל זיך אראפלערנען פון משה רבינו אז ווען די קומסט אריין אין א גאסטהויז און די האסט עסן ביי דיר, זאלסטו פונדעסטוועגן קויפן ביי אים צועסן כדאי ער זאל הנאה האבן דערפון.
אונזער שמש אין שול צורייסט זיך גענוג אין נאך פאר אונז א גאנץ יאר ספעציעל שבתים און ימים טובים,אפשר וועט אונז איין טאג אנקומען א טאג בוך פון שץ מץ, כ'מיין אז כמעט קיינער פון אונז דא וואלט זיך נישט געטוישט מיט אים, נו, אויב האב איך קאווע פאר אומזינסט איז אזוי ווי כ'האב שוין צועסן ביי מיר, לערנט מען אונז אז ניין, קאווע זאלסטו קויפן ביי דעם משמש, ארויסצוווייזן א הכרת הטוב פאר זיין איבערגעגעבנקייט און כדאי ער זאל הנאה האבן.
דיסקלעימער, דאס איז נאר אויב דער שמש מאכט פון דעם מאשין אביסל צו די זייט.
דאס איז מיין דריטע פשט. און דאס איז געספאנסערט דורך ''באבקעס'', אמאל ווען איך בין געווען קליין פלעגן מיר שפילן מיט באבקעס און זומער, מ'פלעגט עס ווארפן אויף חברים און צומאל אויף א מלמד, היינט מיינט באבקעס, די סעיל פון די ''באז'', וואס זייט ער האט זיך געעפנט טרעפט ער אלץ אויס נעמען אויף סעילס וואס נעמט ארויס מענטשן פון די גלייזן מיט זיינע איידיעס.
יעצט וועל מיר גיין צו מיין צווייטע פשט וואס איז שוין אסאך מאל דא אויסגעשמועסט געווארן, דאס איז שוין היינט א קלענערע פראבלעם צוליב די וואוקס פונעם קרעטשמע, אבער די נקודה מעג מען איבער'חזר'ן.
פון וואס באשטייט אונזער קרעטשמע? ס'איז דא איין תירוץ, פון ארטיקלען! אן קיין ארטיקלען וואלט קיינער נשיט דא אריינגעטרעטן, איז דא דא איינער וואס קען זיך דינגען אויף דעם?.... כ'מיין אז נישט.
יעצט וואס איז די שטופ פאר דעם שרייבער צו שרייבן אן ארטיקל?..... די נאכפאלגענדע תגובות. אויף דעם וועט יעדער מודה זיין. אויב נישט בהקיץ וועט ער עס מודה זיין אין חלום, מודה זיין וועט ער.
יעצט קוקטס נאכאמאל אריין אין רש''י וועט עטס זעהן א שיינע פשט, ווען די קומסט אריין אין קרעטשמע, אפי' די האסט צועסן דאס הייסט אלס דיר אויס ביזטו שוין צופרידן מיטן ליינען, ביזט שוין זאט, פון דעסטוועגן זאלסטו זיך באדאנקען פארן שרייבער פון די שורות, פארוואס?... כדאי ער זאל הנאה האבן.
דאס איז מיין צווייטע פשט, אין דאס איז געספאנסערט דורך ''סאשי משונה'', סאשי משונה ספעציאליזירט זיך אויס אין אלע מיני משונה'דיגע סאשי'ס, זיי האבן 'אלאסקע ראל', קאליפארניע ראל, משונה ראל, און ראק נ'ראל, אויב האט איר נישט ליב סאשי, אפשר פרובירט איר סאשי משונה, אפשר איז דאס יא גוט. זיי זענען סטאנציאנירט אויף 13 טע עוו. און 51 סט. אויב מיינסטו אז ס'איז א דזשאוק קענסטו אריינוואקן דארט און וועסט אלעס זען.
און יעצט וועל איך צוקומען צו מיין ערשטע פשט, וואס אויף דעם האט זיך געבויט די ארטיקל, לאמיר ארויסנעמען א חומש, די לשון פון רש''י איז אזוי ''מכאן לאכסנאי שאף על פי שיש בידו לאכול יקנה מן החנוני, כדי ליהנות את אישפוזו'', יעצט לאמיר עס איבערטייטשן שטאטעלעך,
מכאן= פון דא לערנט מען ארויס
לאכסנאי= פאר איינער וואס קומט אריין אין קרעטשמע
שאף על פי= כאטשיג
שיש בידו לאכול= ער האט וואס צו עסן (ער האט אסאך וואס צו ליינען)
יקנה= זאל ער קויפן (ליינען צוערשט)
מן החנוני= פון ''קרעמער''
כדי ליהנות את אישפוזו= כדאי מהנה צו זיין אונזער האוסט.
און דאס איז מיין תגובה צו
די אשכול
לעצט פאראכטן דורך
bailout אום פרייטאג יולי 03, 2009 10:13 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.