בלאט 1 פון 1

ווער הייסט א שרייבער?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 4:24 pm
דורך מעסטערמיינד
אויף איינע פון די פארק'ישע פארומ'ס איז דא א גאנץ געטוהעכץ איבער היימש געמאכטע ווערטער, אין די אידשע שפראכע, האט מיך עס דערמאנט א פראגע וואס עגבערט מיך שוין א לענגערע צייט.

ווער ווערט אנגערופען א שרייבער?, די פראגע איז אויך אויף נאך פארשידענע טיטלען, נאר וויבאלד די רעדע איז אויף שרייבעריי, וועל איך מיך באצוהען אויפן טיטל שרייבער

לאמיר עס צולייגען אויף קליין געלט, אויב ווילן מיר אנרופן איינעם א שרייבער ווייל ער שרייבט גוט, צו ווייל ער שרייבט ווי עס איז אויסגעהאלטן לויט אלע שרייבערישע געזעצען, ס'הייסט ער ווייסט וואו אריין צו לייגען די אלע קאממע'ס, פינטעלעך, אד"ג, צו ווייל ער לייגט גוט אראפ א געהשעהניש, עפיזאד, ארטיקל, מיט א זאפטיגע שפראך, וואס ליינט זוך גרונג און פליסענד, צו ווייל ער שרייבט הומאריסטיש, וואלט מען לויט ווי איך פארשטיי אים ענדערש בעדארפט צו באטיטלען, אלץ, א גוטער שרייבער, זיסער שרייבער, זאפטיגער שרייבער, אבער נישט שרייבער אליין.

פארוואס? לאמיר עס פראבירען צו פארגלייכען צום טיטל דרייווער. "פלוני אלמוני איז א גוטער דרייווער" אדער קען מען זאגן, "פלוני אלמוני איז א פארזיכטיגער דרייווער", אא"וו, אבער דרייווער אליין, איז יעדער איינער וואס פירט א מאשין, איצטערט ביי שרייבעריי וואלט איך אויך פארשטאנען אז א שרייבער איז איינער וואס שרייבט, נישט קיין חילוק אויב ער שרייבט נח מיט זיבן גרייזען צו נאר מיט איינס, וויבאלד ער שרייבט איז ער א שרייבער.

כ'וואלט פארשטאנען ווען מ'זאל זאגען, " פלוני אלמוני איז א שריפט-שטעלער", צו "פלוני אלמוני האט א רייכע פענע" אד"ג אבער געוואלד, שרייבען קען איך דאך אויך,

ווי יגר'ל זאגט, ער איז אויך א שרייבער, ער שרייבט מצוה צעטל'עך פאר זיינע קינדער'לעך . כ'זאג נישט אז צו שרייבען אין צייטונג, זאל מען נישט דארפען האבן אביסל שרייבערישע טאלאנטען, פארקערט, אויף צו שרייבען אין א צייטונג אדער מאגאזין, ברויך מען קענען כאטש דאס מינימאלסטע וויסענשאפט, אין די געזעצען פון שרייבעריי, און ווי אויך א גרינגע פענע.

דאס זעלבע קען געפרעגט ווערן אויפן טיטל רעדנער, נאר איך האב נישט די געדולד דאס צו טוהן, כ'רעד פון מיין געדולד, נישט פון אייער, אז איר ווילט נישט מוזט איר נישט ליינען,

ביטע, קומט מיר נישט איצטערט קריטיקירען, אויף דאס אויסוואל און אויסלייג, פון מיינע ווערטער, יא, איך ווייס, איך בין נישט מער ווי א שרייבער,

נו, ווער קען מיך אביסל באלייכטען, מיט א שטיקל פארשטאנד אויף מיין פראגע?,

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 5:09 pm
דורך יגרסהדותא
איך זעה עכט נישט וואס ס'קען דיר דא באדערען, האסט ארויסגעברענגט אלע נקודות זייער גוט; זאג, ווען דו זעסט א לעבעדיגן ארטיקל טראכסטו צוויי מאל פארן ליינען ווייל אפשר איז דער שרייבער גאר קיין שרייבער נישט?

זאג מיר ווער ס'וויל נישט אנערקענען דיין דרשה?, מ'רעדט בעיקר ארום ווער ס'איז דער שרייבער בה"א הידוע (איי ווי קומט אריין אן אומשולדיגע ה"א אין שרייבער?).

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 10:36 pm
דורך שוועמל
איך הייס נישט א. שרייבער

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 03, 2006 10:52 pm
דורך איך_הער
יגר'ל האט געשריבן אז די קשיא גייט ארויף אויף ה. שרייבער

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 12:53 pm
דורך זארעכפעפער
די אלע וואס "שרייבן" מצוה צעטליך, "דרייווען" אן א לייסענס, "רעדן" ביי דינערס אלס גבירים, די אלע זענען דען שרייבער'ס, דרייווערס אדער רעדנער'ס?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 1:14 pm
דורך יגרסהדותא
זארעך, נישט פערזענדליך...

און אויף דיין פראגע, אוודאי אזוי, דער עושר וואס רעדט ער מאכט די בעסטע דזשאב עפ"י רוב... אדער רופט מען אים: אוי האט ער צוזאמגערעדט...

דער ריינער אמת איז, מ'רופט אים א שלעכטער רעדנער, אבער א רעדנער איז ער, און -זאל דיר נישט גערעכנט ווערן- ווען דו זיצט דארט ביסטו איינע פון די צוהערער'ס

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 4:41 pm
דורך זארעכפעפער
הייסט זאגסט אזוי:

בעצם איז יעדער א תלמוד חכם. איי מען זעט דאך אז ער קען נישט לערנען? אהא... יא... ער איז אזא עם הארץ'דיגער תלמוד חכם...

בעצם איז יעדער א זינגער. איי זיין זינגען גריזשעט דאך אין די אויער אריין? אהא... יא... ער איז א שלעכטע זינגער, אבער א זינגער איז ער!. פון וואו ווייסטו דאס? וואס הייסט פון וואו... והא ראי' ער זינגט...

בעצם איז יעדער א קעכער. איי ער האט דא אויפגעגעבן א מאכל וואס איז נישט אין מויל צו נעמען? אהא... יא... ער איז א שלעכטע קעכער...

ס'הייסט יעדער מענטש אין דער וועלט קען אלעס... גאנץ א שיינער חידוש

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 4:57 pm
דורך מאשקע
מיין רבי פלעגט זאגן: א טראק דרייווער הייסט נישט איינער וואס "קען" דרייוון א טראק, נאר איינער וואס דרייווט טאקע א טראק...
א תלמיד חכם הייסט נישט איינער וואס "קען" לערנען, נאר איינער וואס לערנט טאקע...
כך שמעתי מפי רבותי.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 04, 2006 5:44 pm
דורך מעסטערמיינד
זארעכ,

ווי דער קליינער האט שוין נאכגעזאגט, איז ער טאקע גערעכט, לגבי א תלמוד חכם, ווערט מען טאקע נאר אזוי אנגערופן אויב מ'קען לערנען, ווידעראום א קעכער הייסט איינער וואס קאכט, איז קען טאקע זיין א גוטער קעכער און קען טאקע זיין א שלעכטער קעכער, און דאס זעלביגע איז ביי די אנדערע פעלער, זעהסטו איך וואלט נישט געזאגט אז סתם ווען איינער שרייבט בלויז א מצוה צעטעל זאל מען אים באטיטלען אלץ א שרייבער, אבער אויב שרייבט ער אסאך דארף ער טאקע ווערן אנגערופן א שרייבער, און דערנאך קענסטו שוין אריינגיין מער אינערליך, איז ער גוטער שרייבער אדער נישט, אא"וו,

פארשטייסט מיין כאפ?

פשוט ס'געפעלט מיר ווען איינער פרעגט זיין חבר, "האסט געזעהן וואס פלוני אלמוני שרייבער האט געשריבן"? ענטפערט זיין חבר, "אויך מיר א שרייבער, איך שרייב בעסער ווי אים".

קען טאקע זיין אז דו שרייבסט בעסער ווי אים אבער ער בלייבט נאך אלץ א שרייבער,

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 11:24 pm
דורך מומחה יוחס
נו ווער הייסט היינט א שרייבער ???

מען מעג שוין ממשיך זיין צו דן זיין..

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 11:31 pm
דורך שטארק זיך
ווער ס׳הייסט א שרייבער איז איין שאלה,

וואס איז זיכער, די חברה - מעסטערמיינד זארעכ (גלגול ראשון) יגר, זיי דארף מען הייסן שרייבן, הערסט באבויקערן די ביינער דארף מען זע, אויב פאלגן זע ניש...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 12:13 am
דורך ישלהוסיף
אני הקטן בין דיירעקט נישט קיין שרייבער, אבער דאס האלט מיר אבער נישט צוריק פין מוסיף צו זיין. וואו הייס איך א מוסיפין... גיי רוף עס ווי די ווילסט, כבין וואס איך בין.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 12:30 am
דורך אויפריכטיג
איך פארשטיי בכלל נישט דער דיון!

די טיטול'ן "שרייבער" אדער "זינגער", זענען טיטול'ן וואס מען באקרוינט א מענטש וואס באפאסט זיך מיט די זאכן און ער האט דערין זיין פראפעסיע. דאס אז אלע מענטשן וואס באנוצן זיך מיט א פעדער אדער זינגען זמירות זאלן ערהאלטן דעם טיטול איז ווי צו אנריפן איינער וואס גייט דעפאזיטן א טשעק אין באנק, "באנקיר"...

שרייבן און זינגען און גלייכן זענען א פאך, און כדי א מענטש זאל בא'טיטול'ט ווערן מיט'ן נאמען "שרייבער" אדער "זינגער", פעלט זיך אויס ער זאל דאס טון אויף א רעגלמעסיגן פארנעם און ער זאל זיין באהאווענט און זיך האלטן צו די כללים פון די פאך.

דערנאך וואס א מענטש באווייזט זיינע קענטעניסן אין די פעלד איז ער פאסיג אז מען זאל אויף אים צוקלעבן דעם טיטול "שרייבער"/"זינגער". און אצינד קען מען דן זיין וואספארא סארט שרייבער ער איז, הומאריסטיש, שפאנענד, דראמאטיש/ ווארעם, הארציג, הארמאניש.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 6:39 am
דורך msp
דער הייליגער חת"ם סופר איז געווען א שרייבער....

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 7:13 am
דורך יוסף שרייבער
איך בין זיכער א שרייבער.... יעדער איז מסכים?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 7:29 am
דורך msp
יוסל
באקומסט מיין וואוט שוין זיכער....
זאג אפשר מאכט מען א קומזיץ ביי אונז אין מנשסתר?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 11:22 am
דורך ים רויבער
מאשקע האט געשריבן:מיין רבי פלעגט זאגן: א טראק דרייווער הייסט נישט איינער וואס "קען" דרייוון א טראק, נאר איינער וואס דרייווט טאקע א טראק...
א תלמיד חכם הייסט נישט איינער וואס "קען" לערנען, נאר איינער וואס לערנט טאקע...
כך שמעתי מפי רבותי.

איך בין זיך מחולק אויף די פרט פון א טראק דרייווער
לדעתי איז א טראק דרייווער א מהות, מ'מוז נישט במציאות דרייווען א טראק ער קען אפי' זיצען אין ביהמ"ד אבער ער איז נאך אלץ א טראק דרייווער
ווי איך האב אמאל געהערט זאגן אויף איינעם אז "דער איז א מגולח, נאר זיין בארד פארשטעלט עס"

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 11:28 am
דורך msp
אבער די שאלה פון אלע שאלות איז צו אני הקטן הייסט א שרייבער?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 1:08 pm
דורך המעתיק
לפי הבנתי הייסט א שרייבער דער וואס שרייבט, די שאלה איז ווער הייסט א 'גוטע' שרייבער
דער הייליגער חתם סופר זי"ע איז געווען א גוטע שרייבער (כך נראה מספריו הקדושים, אם הוא בעצמו כתבן)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 1:13 pm
דורך צולייגער
ים רויבער כבר קדמך רביה"ק זי"ע, במאמרו "מען מעג דרייוון א טראק אבער מען זאל נישט זיין קיין טראק דרייווער"

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 1:20 pm
דורך סביב העולם
msp האט געשריבן:אבער די שאלה פון אלע שאלות איז צו אני הקטן הייסט א שרייבער?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 8:51 pm
דורך אויפריכטיג
צוריק צום פריערדיגן כלל. אויב איינער שרייבט דא אויף איי-וועלט רעגלמעסיג און ער האלט זיך צו די כללים און די תקנות, דאן איז ער א "שרייבער אויף איי-וועלט"...