בלאט 1 פון 2

טאגבוך קיץ ס"ט: באזוך #1 דער דאיען

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 3:05 pm
דורך קרעמער
עס איז נישט קיין סוד אז די יעצטיגע טעג און וואכן בין איך מיך משתתף בצרתן של ישראל (צרה מלשון ענגשאפט, ווען מען נעמט א קינדער געבענטשטע פאמיליע בליעה"ר און מען דרוקט זיי צוזאמען אין א אוהל משופע וואס באשטייט פון עטליכע צימערן וואס זענען קוים מחויב במזוזה) אין איינע פון די פולצאליגע באנגעלוי קאלאניס וואס זענען אויסגעשפרייט אויפן אמאליגן בארשט-בעלט (אזוי האב איך געזען אין די אידישע צייטונגען) פון די קעטסקיל בערג אין אפסטעיט ניו יארק.

מיר זענען דא אזוי פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען, אז עס האט געדויערט נאנט צו א וואך פון אונזער אנקומען ביז מיר האבן זיך געקענט פארבינדן מיטן אלוועלטליכן אידנטום דורך די וועלט-ברייטע-געוועב (הגם דער טעלעפאן אפאראט האט שוין געארבעט יענעם מיטוואך אויפדערנאכט ביים אנקומען און אויספאקן די שאכטלן). אבער יעצט אז מיר זענען דא, און מיר האבן שוין עספיהט צו ליינען אלע אשכולות פון די אידישע וועלט פארומס (אפזיצנדיג דערויף נעכטן נאכט ביז נאך 2 אזייגער), איז געקומען די רייע צו באשרייבן די ערשטע באזוך צו וואס מיר האבן זוכה געווען דעם זוממער דא אין די קאנטרי.

עס איז געווען פרייטאג פארמיטאג ארום 11 אזייגער ווען מיין טעליולער (פאר די וואס געדענקן נישט: דאס איז מיין אויפגעטראפענע פארקורצונג פון סעליולער-טעלעפאן, אנדערש און שענער ווי די אנגענומענע סעלפאון) צודריזלט זיך און אויפן פענסטער באווייזט זיך די ווירקליכע נאמען פונעם חשוב'ן קרעטשמע'ר דאיען שליט"א (ה"ה מוה"ר ר' התאחדות, בעסער באקאנט דורך די ניק פון זיין שמש 'סאכדעס'). שטייענדיג מיט די טלית ותפילין אנגעטוהן האב איך אויפגעהויבן דעם דעקל מיט גרויס יראת הכבוד און זוכה געווען צו הערן דעם נעימות'דיגן קול פון דיינו שליט"א, וועלכער האט זיך פאראינטערסירט אין וועלכן טייל פון די קאנטרי איך געפון מיך צו די יעצטיגע צייט, ווייל ער איז אהערגעקומען מיט זיין פריוואטע אויטא (געטריבן דורך סאכדעס) און שטייט אינדרויסן אינעם פארקינג לאט.

איך האב געענטפערט אז איך געפון זיך אין בית המדרש און האלט איידער'ן מעביר סדרה זיין. דער דאיען האט געזאגט אז ער דארף סייווי צופארן ערגעץ אויף א וויילע (איך האב נישט געהאט די חוצפה צו פרעגן דעם דאיען שליט"א וואו ער גייט, איך שטעל מיך אבער פאר אז דאס האט צוטאן געהאט מיט די מקואות וואס מען האט יענע טעג גע'כשר'ט אין די געגענט פארן באנוץ פון די זוממער איינוואוינער) און ער האפט צוריקצוזיין ביז א האלבע שעה. נמנו וגמרו אז מעביר סדרה זיין געדויערט טאקע בערך א האלבע שעה, און דערנאך וועלן מיר זיך צוזאמטרעפן מיט כבודו ירום הודו.

למעשה האט זיך דער דאיען עטוואס פארשפעטיגט, און איך האב שוין געהאלטן נאך פרישטאג ווען ער האט מיר געקלינגען פרעגן וואו איך געפון מיך אויפן מאמענט. איך האב אים געגעבן פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו דערגרייכן מיין באנגעלוי (וואס איז נישט די זעלבע ווי פאראיאר, וואו דער דאיען האט שוין אפגעשטאט א באזוך כמבואר בטאגבוך קיץ תשס"ח עיין שם) און ביז געציילטע מינוטן בין איך ארויסגעגאנגען אים מקבל פנים זיין אין פארקינג לאט, ווי עס פאסט פאר אזעלכע גוטע חברים מאז ומקדם.

צוליב די טירדות פון ערב שבת קודש האט זיך דער דאיען נישט געקענט צו לאנג פארזוימען אין אונזערע גלילות, אבער די פאר מינוטן וואס איז יא פארבליבן פאר אונזער געשפרעך האבן מיר ב"ה פיין פארברענגט, אנגעהויבן אינעם דאיען'ס אויטא, שפעטער אין די באנגעלוי (וואו דער דאיען איז געקומען איבערלאזן עטליכע ברכות, אריינגערעכנט אשר יצר), דערנאך האבן מיר צוריקבאגלייט דעם דאיען צום אויטא, פון וואו מיר האבן אנגערופן דעם ראש הקהל אין באנגעלוי און געמאלדן איבער דעם באזוך (אויפן אנדערן זייט טרייבל האט מען געהערט העפטיגע הכנות צום שבת, ווי אויך אפרעדענישן אויף דעם פאקט אז די גאז און הייס וואסער ארבעטן נאכנישט אין זיין כאטקע, לאמיר האפן ער וועט דאס אליינס באשרייבן מיט אלע דעטאלן, וויאזוי נאר ער קען) און זיך געזעגנט לחיים ולשלום.

וכאן המקום צו מעלדן אז די שעות וואס מען קען קומען מבקר זיין זענען פון סוף זמן קריאת שמע ביז חצות הלילה, אלע 7 טעג פון די וואך. די וואוילטעטיגע ארגעניזאציע "חסד" נעמט דערווייל נישט אן קיין רעזערוואציעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 4:16 pm
דורך farshlufen
קרעמער, איך האב געשמייכעלט אזש ווי פון דיינע אמאליגע געשרייבעכצער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 4:25 pm
דורך צייטליך
ומכאן הקריאה יוצאת. ווער עס האט הענט און פוס זאל ביטע גיין מנחם א.. כ'מיין באזיכן קרעמער'ן, דאס וועט ברענגען א פלייץ פון ארטיקלן דא דורך מעלת כבודו.

קרעמער, איך האב שטארק הנאה.

איך ווארט אין די ליין...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 6:00 pm
דורך געלעגער
די ווייסט אז איך האב אנאע פין דיין פעדער, אמת?

שאק'ד בין איך געווארען ווען די האסט געשריבן אז ער נעמט קער פין מקוה'ס... דאס האב איך נישט ליב..
איך האלט אז דאס איז מער א חסרון ווי א מעלה אין די היינטיגע טעג..

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 6:23 pm
דורך וויכטיג מאכער
איי די קאנטרע.. די זוממער איז שוין דא, האלבער עולם ווערט דיפרעסט, און האלבער עולם ווערט העפי.. די ווייבער זענען נישטא, אההה ממש א מחי'...

אבער פאר די יודן פון קרעטשמע איז זיכער א פלעזשער די זוממער וואכן, ניין, נישט ווייל מ'צוקוועטשט זיך אריין אין די 1.5 בעדרום'דיגע באנגעלאו צווישן די מאראסטיגע גראז, אויך נישט ווייל מ'קען הערן די שכן'טע שרייט אויף די קליינע און מ'ווערט געוואור אז די אייגענע ווייב איז נאך א רואיגע.. איך קען דא אויסרעכענען נאך אסאאאך זאכן וואס זענען 'נישט' די סיבות פאר אונזער העפינעס..

אבער דער עיקר איז דעך וואס יא, וואס איז די פרייד?.. ולשמחה מה זו עשה?.. דער תירוץ ווייסט שוין יעדער, ווייל יעדעס יאר אין די זוממער טעג, (שוין פאר די לעצטע 50 יאר.. חח..) קומען פאר גאר געהויבענע באזוכן דורך חשובה געסט, ביים מייסד, און ער לייגטעס אראפ פארן עולם ווי ס'ברויך צו זיין, זיך צו באלעקן די פינגער..

קרעמער, איך בין העפי אז ס'איז שוין זוממער, איך קען שוין קוים ווארטן אויף די נעקסטע וויזיט, (אפשר גיי איך קוממען, ווארט ביי די געיט..)

קרעמער, טענקס פאר די באשרייבונג, סאכדעס, טענקס פאר די באזוך.... וויכי..

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 7:19 pm
דורך איך_הער
גיי איך אויך ווערן אזוי באשריבן? אפשר וועלעך קומען.

באט ס'מידעך נישט זיין דייקא איך, ווער ס'וויל האבן דא וואס צו ליינען, זאל אהין אריין פאלן, און ער וועט שוין קער נעמען פון אים'ען. יישר כח פאר דערווייל.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 10:37 pm
דורך סאכדעס
קרעמער, זייער גוט. רבותי, ליהווי ידיע, קרעמער פון די ערשטע זאכן אין קאנטרי, הענגט ער אויף א זמן קרי"ש צעטל אויפן קליין ווענטל פון די קליינע כאטקע. א בחי' פון כיס בתוך כיס.

אז כעל האבן צייט, העלעך מער מאריך זיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 10:39 pm
דורך שמערי בערי
קרעמער, יוי, דו דערמאנסט מיר פון די פאריעריגע באזוכן...

איי איז דאס א געשמאק!, קרעמער, מיר ווארטן אויף נאך.

סאכדעס, נאר נישט הונטערשטעליג, מיר ווארטן אויף דיין זייט פונעם באזוך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 11:02 am
דורך קרעמער
גם אני מצטרף צו שמערי בערי, אויסער די זמן קריאת שמע צעטל האט דער דאיען זיכער באמערקט פארשידענע אנדערע פונקטן וואס זענען כדאי אויסצופראקן לעיני העדה, להחיות בהם נפש כל חי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 1:18 pm
דורך יאנאש
קרעמער, גוד סטארט פאאר עי לאנג סאממער, קיפן קאומינג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 1:57 pm
דורך bailout
דא האב איך מגיב געווען

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 7:03 am
דורך תמים
קרעמער איך האב זייער הנאה אז דו האסט מיטגענעמען דיין פענע אין קאנטרי.

א קיצור קרעמער ביזט פיינע נייעס

איך קען נישט צו לאנג מאריך זיין מיט טיטלען ווייל איך ערווארט נאך עטליכע אייזענע אריטקלעך. און איך דארף דאך איבערלאזן קאמפלימענטן פאר דארט

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 10:39 am
דורך קרעמער
קענסט ווארטן ביז מארגן, דער עולם האלט עפעס נישט ביים קומען היי יאר... אפשר די עקאנאמיע?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 11:30 am
דורך סאכדעס
איז אזוי, האט דאך דער עולם שוין געהערט, נישט ממש געהערט, געליינט, געלעזן, געקוקט, אז דער דאיען האט זיך ארויסגעלאזט (א מין ווארט דאס) יענע פרייטאג צו די מאנטענס, נעבאדע, נאר צוליב מקוואות. מקוה, ווייסן דאך שוין די אלטגעזעסנע, איז דאך דען דאיענס פריארעטי. אין אלט שטאט האט נאך דער דאיען געבויעט א מקוה, וואס איז נאך היינט אין באנוץ פאר די מיליאנען אידן וואס וואוינען נאך דארט. און אפילו פאר די אלע וואס שטאטן אפ צומאל א באזוך דארט, קענען געניסן פון דעם ריזן פראיעקט. ווי באוואוסט, איז דאך טהרתן של ישראל פון די וויכטיגסטע זאכן. און יא, דער דאיען שרעקט זיך נישט פון די אלע האט-ליינס למיניהם, וואס פרובירן אים אראפצורייסן לעיני השמש, (אדער לעיני העלעקטער, ווענצעך לפי המצב, אויב האט מען א טעליולער, איז עס שמש. אויב א קארד-לעס, קען אויך זיין. אלענדליין, מיט א קורצע ווייער, מוז מען זאגן עלעקטער.) מיט אויפווייזן סברות קריזיאס, אשר לא שמעתן הויזן, אויסער די וואס הערן עס נעבעך אויס. און אזוי קלעטערט דער דאיען ארום אויף שטעגן און וועגן, אויף דעכער און אויף ווענט, זיכער צו מאכן אז עס איז כשר וישר.

און אז מ'דרייט זיך שוין יא אין די בערג, ווי אידישע קינדער האבן דארט -לפלא- יא באשלאסן צו מאכן ערובי חצירות, א_ווי שלמה המלך האט מתקן געווען. קוקט מען זיך שוין אום אויף די עירובין אויך. און מ'זעט דא און דארט וואו מ'דארף פארעכטן, מ'פרוביט מיט אלע כוחות אידישע קינדער זאלן קענען היטן שבת ווי עס באדארף צו זיין. נישט אריינגייענדיג צי מ'מעג טראגן אין ברוקלין צי נישט, קען איך אבער זאגן: "הלוואי זאל אין יעדע קאנטרי זיין אזא כשר'ע עירוב ווי אין בארא פארק" כ'רעדט פון די הידור.

און אז דער דאיען איז שוין דארט, מאכט מען זיכער אז אומ'כשר'ע פראדוקטן זאלן זיך נישט געפינען זייער פלאץ אויף די גראסערי שעלווס פון די קאנטרי. כמעט אין יעדע גראסערי האט שוין דער דאיען באזוכט. בפרט מאכט ער זיכער אז ביי די אייזקרים עריע, זאל זיך נישט פארווארפן עפעס נישט כשר'ס.

איז דאך דער לעצטער פרייטאג געווען פון די סאמע העכסטע מאמענטן. אט דער פרייטאג, איז דער ערשטער פרייטאג אינעם יאר, וואס טויזענטער אידן קומען זיך צענויף אין די קאנטריס, און זיי וויילן דארט אויף צוויי חדשים בערך. עס זענען דא וואס זענען דארט פונקט 9 וואכן, אנדערע 8 און א האלב, ווידעראום זענען דא פון 8 און אראפ. דאס איז גאר אן ערענסטע טעמע צווישן די פרויען רינגס אין די קאנטרי, פונקטליך ווען מ'גייט אהיימפארן. ווייל דאס פלאץ אליינס ענדזשויעט מען דאך נישט, דארף מען רעדן פון אהיים פארן.
אלזא, ווייס מיר דאך אז כל התחלות קשות, און דאס ערשטע פרייטאג, ווען מ'האלט נאך אינמיטן אויספאקן די אייער און וואסער באקסעס, און מ'טרעפט זיך אן מיט די שימל און שפין-געוועב פון פאר א יאר, ווער קען דען אינזינען האבן דאס סאמע וויכטיגסטע, ווי מקוה און עירוב? באמת, עס זענען דא קאנטריס וואס זיי שטעלן עמיצין א תלמיד פון א חכם, וואס ער געבט זיך אפ דערמיט מרישא לסיפא, און עס איז טאקע ראוי להילול. אוי ווי שיין איז געווען צו זעהן אידן קלעטערן אויף לייטערס און ביימער, צו קענען אהערשטעלן א נאגל פאר'ן בענדל, מי כעמך ישראל...
איז דאך דער דאיען ארויסגעפארן, און אז דער דאעין פארט ארויס, דאן פארט דאך מיט דאס גאנצע פמליא של מטה, יעדער וויל דאך מיטהאלטן די געהויבענע רייזע. און פארשטייצעך, אלע קומען טאקע מיט (נאר וואדען?) און אזוי לאזט זיך דער דאיען ארויס אויף די אלע שטעגן און וועגן וואס פירן ארויף צו די בערג. מ'הויבט אן ביי עקזיט 109, און מ'פארט און מ'פארט ארינגס און ארום ס'גאנצע בערג, ימה וקדמה צפעינו ונגבה. פארשטייצעך ווען מ'קומט אן אדורכצופארן דעם געהויבענעם אפרו-ארט פון מורינו המייסד, דאן כאפט טשילס אין אלע וועסטעלעך און בעקישעס. דער דאיען בכבודו האט גענומען סאכדעס'נס סעל, און אפגערופן דעם מייסד. ווי ערווארטעט האט דער מייסד אויפגעהויבן מיט חרדת קודש, און געזאגט א גוטן ערב שבת. למעשה, האט דער מייסד געהאלטן נאך פאר העברת הסדרה, און דער דאיען האט - מחמת כמה וכמה סיבות שונות ומשונות - נישט געהאט אויף די מינוט קיין צייט אריינצושפרייזן אין בית המדרש דשם. האט מען אפגערעדט אויף שפעטער.

עס איז פארלאפן איין האלבע שעה, און דאן נאך איינע, און ווידער א האלבע שעה, עס האט זיך געצויגן א וויילע. דא האט מען געדארפט ערלעדיגן א געהעריגן דאך, דארט האט מען געברויכט פארעכטן די בור מן הצד, אקיצור הערט דעם טעלעפאון וועט איר שוין אלץ וויסן. ביז דער דאיען האט עספיעט צוריק צו קומען פאר אן עמטליכען באזוך ביי די קרעמער פאמילע. דער דאיען האט געברויכט אן אשכ יצר צו מאכן, האט ער געבעטן ס'ערשטע זאך אז דער מייסד זאל אים ערלויבן א באזוך צו טון אין בית הכבוד. (בכלל האט דער דאיען א מנהג, אויב געט מען אים נישט קיין כבוד, נעמט ער אליינס. איא יאכער?) און אזוי גיימער דורך די בעק צום מייסד'ס כאטקע. מיט א געניט אויג האט דער דאיען באלד אויפגעכאפט אז מ'דארף ערלעדיגן דעם עירוב דארט, עס איז געווען געהעריג אפן, אן א צורת הפתח. דער מייסד האצעך פארענפערט אז דער יעניגער וואס נעמט קער איז נאכנישט דא, דערווייל איז מלך פורץ גדר. (יא, אזוי ווי איר הערט, דער מייסד האט עס אליינס מגלה געווען) אקיצער קום ער אריין דארט אין די צווישן פון די כאטקעס, און אזוי פלוצים טרעפט דער דאיען אן אלטער חבר, אויך א שטיקל בן תלמיד חכם, אוי האצעך יענער געפרייט. (ער האט געמיינט אז דער דאיען קומט אויפן זוממער אין יענע קאנטרי.... איי נעבעך די שטאטישע ענוויירעמענט.) יאך, נישט וועלנדיג עובר זיין אויף גילוי, האב איך כלאחר יד אים געזאגט, אז איך דארף אויפפיקן א תשובה להלכה פונ'ם מייסד, און ביי דעם האצעך עס גענדיגט. (ער ווייסט מסתמא ניש אז ער האט אימעיל...)

אקיצער קומער אן צו די כאטקע, דלת על דלת איז ברייט געזאגט, מ'קען ווען זאגן שלש על שלש, אבער דאכצעך דאס איז נאר לעניני טהרה. וויזוי דו וויסט נישט, זעמיר קום אריין אין פארטש, וואס ווען דער מייסד איז אריין, אין קיך, האט דער דאיען הערשט געקאנט אריינסטעפן דערינען. וואזאלעכייך זאגן? די לעקטער האט געברענט דארט העכערן טיר, עס האט אויסגעזען זייער פאר'יתומ'ט, פרעג מיך נישט פארוואס. פון קאך ביז די כבוד, איז געווען שפאן, כ'זאגייך א שפאן, מיינעכעס. כ'מוז אייך נישט ערקלערן ווי זויבער און עלעגאנט די וואנע קוקט אויס, ווייל עס דארף זיך גארנישט שעמען פאר קיין שום אנדערע כאטקע קאלאני. אזוי הערליך בלוי, געפעינט, געפעדזשט, עס איז פולפארביג. אויב האבעך נישט קיין טעות, ליקט דארט די וואסער אביסל.

דער דאיען האצעך פארגעפרעמט אביסל וואסער צו טרינקן, און אזוי איז טאקען געווען, דער דאיען האט עס געקראגן. כדי נישט צו באלעסטיגן די רביצין פונ'ם מייסד, - וואס האט געמוזט ארויסגיין פון די כאטקע - האט דער דאיען נישט צופיל פארברענגט. אויפן פארטש אויפן וועג ארויס, האט דער דאיען זיך אנגעשטאלפערט מיטן גרויסן ארגענייזער פונ'ם מייסד. אנדערע רופן עס לעפטאפ, אבער מיר וועלן זיך נישט א ריר געבן קיין סוס כל שהיא. און פארשטייט זיך, עס האט זיך פארקירעוועט א שמועס אין עניני ארגענייזערס, זה בכה וזה בפוי (שוין אן אלטע אויסדרוק, אבער נאך אלץ גוט), און דער דאיען האט פארציילט פארן מייסד, אז נישט לאנג איז געשען נעבעך א טראגעדיע, א גרויסער תלמיד חכם האט פארלוירן זיין לעפטאפ, און אנגעבאטן 1000 דאלער - צוליב די ווערטפולע אינפארמאציע דערפון - ווער עס וועט עס געפינען. האמיר זיך געמוטשעט פארוואס האט ער נישט געהאט קיין בעקאפ, אבער למעשה, זאגט מיר דער מייסד, אז ער האט אויך נישט. אויף דעם האט דער דאיען ארויסגענומען זיין יוספ'ל, (ווער געדענקט נאך די באנדאזש מעשה?) און געצייגט צום מייסד: "אט דא ליגט דער הונט באגראבן וועא"מ" האט דער דאיען אויסגערופן ספאנטאניש... און דער מייסד מיט אקסישע (סעפעס קעלבערנע?) אויגן קוקט זיך אזוי צו, ווי איז מעגליך אז אלעס זאל אריינפיטן דערין? (דיסקלעימער # 2, עיין ערך מאשקע).

אקיצער, דער דאיען מיטן קרעמער, זענען געגאנען צום בעקצו, צו די קאר, און דאן האט עס פאסירט. דער דאיען רופט אן צייטליכ'ן, און ער האט געהאט געדולד ווי איך צו א רעגן. אבער נאך פאר ער האט עספיעט אראפצוהאקן די פאון, האט דער מייסד איבערגענומען די פאון, (צייטליך, נעם איבער, כ'אנישט פארשטאנען וואס ענק האבן גערעדט) און אראפגעלייגט. מ'האמיר זיך געזעגנט, און זיך געוואונטשן א גוט שבת.

און שוין.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 12:07 pm
דורך קרעמער
סאכדעס האט געשריבן:
און אז דער דאיען איז שוין דארט, מאכט מען זיכער אז אומ'כשר'ע פראדוקטן זאלן זיך נישט געפינען זייער פלאץ אויף די גראסערי שעלווס פון די קאנטרי. כמעט אין יעדע גראסערי האט שוין דער דאיען באזוכט. בפרט מאכט ער זיכער אז ביי די אייזקרים עריע, זאל זיך נישט פארווארפן עפעס נישט כשר'ס. אמר קרעמער: דער גראסערי אייגנטומער האט זיך באדאנקט פאר די נאבעלע אקט פונעם דאיען אויסצוראטן דאס שלעכטס פון צווישן די געמיינדע, ער וואונדערט זיך נאר וואו אלע כשר'ע אייזקריעם'ס זענען מיסטעריעז אהינגעקומען. איך קען ליידער נישט זאגען "גם בעיני יפלא".

איז דאך דער דאיען ארויסגעפארן, און אז דער דאעין פארט ארויס, דאן פארט דאך מיט דאס גאנצע פמליא של מטה, יעדער וויל דאך מיטהאלטן די געהויבענע רייזע. און פארשטייצעך, אלע קומען טאקע מיט (נאר וואדען?) און אזוי לאזט זיך דער דאיען ארויס אויף די אלע שטעגן און וועגן וואס פירן ארויף צו די בערג. מ'הויבט אן ביי עקזיט 109, און מ'פארט און מ'פארט ארינגס און ארום ס'גאנצע בערג, ימה וקדמה צפעינו ונגבה. פארשטייצעך ווען מ'קומט אן אדורכצופארן דעם געהויבענעם אפרו-ארט פון מורינו המייסד, דאן כאפט טשילס אין אלע וועסטעלעך און בעקישעס אמר קרעמער: אזש מחמת גרויס טשיל איז דאס בעקיטשע אפגעשפרינגען פון גוף, און דער דאיען איז אנגעקומען כמעט אנטבלעזט. .

מיט א געניט אויג האט דער דאיען באלד אויפגעכאפט אז מ'דארף ערלעדיגן דעם עירוב דארט, עס איז געווען געהעריג אפן, אן א צורת הפתח. דער מייסד האצעך פארענפערט אז דער יעניגער וואס נעמט קער איז נאכנישט דא, דערווייל איז מלך פורץ גדר. (יא, אזוי ווי איר הערט, דער מייסד האט עס אליינס מגלה געווען) אמר קרעמער: פרעגנדיג דעם עירוב-מאכער האט ער מיר געזאגט אז אויף יענעם פלאץ פעלט בכלל נישט אויס קיין צוים, ווייל עס איז נישט פון די מחיצות פונעם עירוב. דאס נעמט אבער נישט אוועק דעם אמת'דיגקייט פון "מלך פורץ גדר".

אקיצער קום ער אריין דארט אין די צווישן פון די כאטקעס, און אזוי פלוצים טרעפט דער דאיען אן אלטער חבר, אויך א שטיקל בן תלמיד חכם אמר קרעמער: יענעמס זוהן איז גראדע אויך א בן תלמיד חכם.

יאך, נישט וועלנדיג עובר זיין אויף גילוי, האב איך כלאחר יד אים געזאגט, אז איך דארף אויפפיקן א תשובה להלכה פונ'ם מייסד, און ביי דעם האצעך עס גענדיגט. (ער ווייסט מסתמא ניש אז ער האט אימעיל...) אמר קרעמער: ער ווייסט גראדע יא, און ער האט זיך שוין עטליכע מאל באנוצט דערמיט.

אקיצער קומער אן צו די כאטקע, דלת על דלת איז ברייט געזאגט, מ'קען ווען זאגן שלש על שלש, אבער דאכצעך דאס איז נאר לעניני טהרה. וויזוי דו וויסט נישט, זעמיר קום אריין אין פארטש, וואס ווען דער מייסד איז אריין, אין קיך, האט דער דאיען הערשט געקאנט אריינסטעפן דערינען. וואזאלעכייך זאגן? די לעקטער האט געברענט דארט העכערן טיר, עס האט אויסגעזען זייער פאר'יתומ'ט, פרעג מיך נישט פארוואס. פון קאך ביז די כבוד, איז געווען שפאן, כ'זאגייך א שפאן, מיינעכעס. כ'מוז אייך נישט ערקלערן ווי זויבער און עלעגאנט די וואנע קוקט אויס, ווייל עס דארף זיך גארנישט שעמען פאר קיין שום אנדערע כאטקע קאלאני. אזוי הערליך בלוי, געפעינט, געפעדזשט, עס איז פולפארביג. אויב האבעך נישט קיין טעות, ליקט דארט די וואסער אביסל. אמר קרעמער: די וואנע איז טאקע פאר די ביכער (מיין קעמרע איז אביסל צובראכן, ווען נישט וואלט איך אפשר געלייגט א בילד דערפון ביי "אינטערסאנטע פיקטשערס"... בנוגע די 'ליעק', ביז דער דאיען געקומען איז אלעס פיין געווען...


און שוין.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 12:45 pm
דורך cano
קרעמער רופט מיין סמארט פאון טעליולער, און דער דיין רופט מיין לאבעס דעקל (וואו גלייך איך האב איינס) ארגינייזער, מיין ווייב רופט מיין פאון טיים אוייט, אין מיינע קינדערלך רופן עס פיש טאנק (ע"ש די געים אינסעניקוועריערם וואס איז אינסטאלירט אין מיין סענטראו).

צערוקטע נושא, אוי וויי וואס גייט פאר מיט מיר וואס זאג איך דא?, צוריק צום נושא (אה דאס מאכט שוין מער סענדז) וועגן עירוב וועל איך נישט אריינרעדן איך קען נישט הלכות עירב, אבער מקואות וואלט איך יא געוואלט פרעגן איין שאלה, ווייסט דאך אז מען קוקט שוין יא מקואות, וועט איר דאך זיכער וויסען צו ענטפערן, די שאוערס דארט אין די מקוה האבען אויך די קאנטראול אלט דיליט באטען?? איך מיין צו פרעגן די שאוערס דארטען אין די בארשטיגע בערג, דארף מען אויך ריפרעשן יעדע פאר סעקונדעס?? אוואו דזשעי נעט'ס מעיל באקס, טאמער צעקוועטש מען נישט די אינבאקס קנעפל ווייזט דאס נישט קיין פרישע אינקאמינג מעיל, די זעלבע מיט די היאוגע מקואות אז מען צעדריקט נישט די קנעפל וועט קיין וואסער נישט קימען, אוי נערווירט עס מיך, איך ווארט שוין קוים מען זאל אפירקימען מיט עפעס א קרעק אויף די שאוער סיסטעם, אפסס שוין ווייטער פארפארען.

צוריק צום נושא, הער דיין מיטען הער מייסד מיר האבען דערווייל גרויס הנאה געהאט.
עמער מיזען ווארטען נאך איינער זאל באזיכען?? אדער קען מען אויך באשרייבען מאק באזיכען? שטייצעך נישט איך שרייבען זאל יענער איך וועל נאר ליינען.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 1:24 pm
דורך scy4851
קאנא,
גיי פאר א באזוך ביים מיסד, וועסטו האבען וואס צי ליינען. דער מיסד'ס באשרייבונג פון דיין וויזיט....

פארעפענטליכט: שבת יולי 04, 2009 10:17 pm
דורך סאכדעס
קנאי, נהנתי. בעיקר דארט וואו דו ביסט פארפארן.

פארעפענטליכט: שבת יולי 04, 2009 11:39 pm
דורך וויכטיג מאכער
קען מיר איינער זאגן וואו קרעמער געפונט זיך?.. כ'מיין.. לויט ווי די צוויי שרייבען דא, דארף אזא באזוך זיין אסאאאך פאן.. איך מוז עס אויספראבירן..

קרעמער, מ'מעג קומען מיט א יוקאן?..

סאכדעס, כ'האב שוין געליינט דיין זייט פון די מעשה ערב שבת, אבער כאניש אנגעיאגט מגיב צו זיין, אבער אזויפיל געדענקעך, איך האב אפאר מאל געלאכט צו הויעך, אז מיין ווייב האט מיך געבעטן איז זאל שוין אוועקלייגן די בב.. (טאקע פארדעם האב איך נישט געקענט מגיב זיין..)

טענק יו..

פארעפענטליכט: שבת יולי 04, 2009 11:49 pm
דורך איך_הער
קנאי, איך האב אויסגעשאסן פון דיין איידיע וויזוי דו רופסט דעם 'נערוועז מאכער' קנעפל.

סאכדעס, און יעצט קענעך מיך קערן צו דיר. זייער שיין באשריבן, און א גרויסן יישר כח, מ'האמער (נישט די מיט די רעדלעך.) הנאה געהאט ב"ה. און עקסטער א יישר כח פארן מיך דערמאנען אינצווישן, כאטש איך ווייס נישט וואס איך קום דארט אריין מער ווי אן אנדערער.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 05, 2009 12:35 am
דורך אנאנימער
כבוד הרב מייסד (דאיען! דיינע טיטלען קומען נאך) דיין באטעמטע פעדער איז פשוט און פראסט געשמאק צו ליינען.

און צום כ"ק מרן סאכדעס שליט"א (זייט די מעשה אין מומבעי שרייב איך נישט ירום הודו) וויל איך זאגן אז עס געווען א פלעזשער צו זען דעם דיין אויסטאן דעם ריבצענער בעקיטשע און באקעמלען די שלעקעס ביים ארויפקריכן אויף'ן האלב פארבליבענעם דאך פונעם מקוה צו באטראכטן די שיגעלעס, בכלל ווי קומט עס צום דיין איבער צולאזן א שמוציג פלאץ אומצאמגענומען??? גיי פארצייל פאר קרעמרן אז ווען נישט דעם אשר יצר כיבוד וואס די האסט בורח געווען אחריו העט ער ווען געווארט נאך אזעלכע פון טשאקלאד צו טשולאנט שעה'ן

קאנאו, זייער גוט ארויסגעברענגט די זאך איך האב מיך אויסדריקליך נישט געהאלטן ביי די זייטן נאר געלאכט פולי.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 05, 2009 8:07 am
דורך געלעגער
קנא מיר האבען שטארק ג'שמייכלט פין דיין אויסדריק,

סאכ(ד)ת, ביי די שטיקל ווי איר רעד פונם באדע צימער האבען מיר געלאכט אויפן קול..
איך פאנג אן צי טראכטן אז א ליעק איז פארט פין די קאנטרי קאנטרעקט,
איך מיין אז יעדער האט עס איינער דא אין איינער דארט,

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 05, 2009 8:32 am
דורך farshlufen
האללאו! דער דיין איז אינדערהיים?

כבוד ר' סאכדעס ור' כהנא רבא, הריני מודה ומתודה אז מיר האבן זיך געקיפעלט פאר געלעכטער.

א שאדע אז מיר האבן דעם גרויסן וויזיט פארפאסט [ דאס איז אזא גאטונג ווארט מיט 3 באדייטן, פארפאסט - מחבר געווען / פארפאסט - אזוי ווי פארפעלט / פארפאסט - דאס וואס מיר אלע גייען טאן דעם דאנערשטאג פארן עלות, והבוחר יבחר וועלכעס מ'נוצט דא צום בעסטן] העטן מיר ווען געוואוסט פון פראנהויס העט מער ווען געקאנט ארענדזש'ירן אביסל כיבוד ווי עס פאסט פאר אזא כינוס לצדיקים.

קרעמער, די ועד המארגן [אויף לשה"ק טייטשט מען דאס וועבערס..] ווילן וויסן אויף ווען צובאשטעלן דעם שאטער אויף די גרויסהאלטיגע מלוה מלכה וואס ווערט געפלאנט ביים מייסד אין דערפל, ר' וויכי וידידו ר' עתי זענען שוין געזיצן מיט די גרויסע קעפ, מען ווארט בלויז אויף אייער צושטימונג צו לאזן און גאנג דעם פלאן ובשם ה' נעשה ונצליח לרומם ולעלה את בית תפארתינו.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 05, 2009 8:55 am
דורך סאכדעס
וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאכדעס, כ'האב שוין געליינט דיין זייט פון די מעשה ערב שבת, אבער כאניש אנגעיאגט מגיב צו זיין, אבער אזויפיל געדענקעך, איך האב אפאר מאל געלאכט צו הויעך, אז מיין ווייב האט מיך געבעטן איז זאל שוין אוועקלייגן די בב.. (טאקע פארדעם האב איך נישט געקענט מגיב זיין..)

טענק יו..

אז זי בעט און זי פארלאנגט נישט, געב איר נאך. יישר כוח פאר די געשמאקע אינפארמאציע.

איך_הער האט געשריבן:סאכדעס, און יעצט קענעך מיך קערן צו דיר. זייער שיין באשריבן, און א גרויסן יישר כח, מ'האמער (נישט די מיט די רעדלעך.) הנאה געהאט ב"ה. און עקסטער א יישר כח פארן מיך דערמאנען אינצווישן, כאטש איך ווייס נישט וואס איך קום דארט אריין מער ווי אן אנדערער.

נו, ווער עס געדענקט דעם שמינית שבשמינית ענין, דער ווייסט. בכלל, דאכצאך דו ווערסט אלעמאל ערגעצעוואו מוזכר.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 05, 2009 8:58 am
דורך סאכדעס
אנאנימער האט געשריבן:כבוד הרב מייסד (דאיען! דיינע טיטלען קומען נאך) דיין באטעמטע פעדער איז פשוט און פראסט געשמאק צו ליינען.

און צום כ"ק מרן סאכדעס שליט"א (זייט די מעשה אין מומבעי שרייב איך נישט ירום הודו) וויל איך זאגן אז עס געווען א פלעזשער צו זען דעם דיין אויסטאן דעם ריבצענער בעקיטשע און באקעמלען די שלעקעס ביים ארויפקריכן אויף'ן האלב פארבליבענעם דאך פונעם מקוה צו באטראכטן די שיגעלעס, בכלל ווי קומט עס צום דיין איבער צולאזן א שמוציג פלאץ אומצאמגענומען??? גיי פארצייל פאר קרעמרן אז ווען נישט דעם אשר יצר כיבוד וואס די האסט בורח געווען אחריו העט ער ווען געווארט נאך אזעלכע פון טשאקלאד צו טשולאנט שעה'ן

אזוי אינג, און פארט אן אלטער, (אזוי קוקסטו מיר אויס, פארפאלן.) קודם יישר כוח פאר'ן באווארענען אז עס קומט נאך, שנית, דיין ווערטל איבער די טשאקלאד טשולנט שעות, איז עמוק עמוק.

געלעגער האט געשריבן:סאכ(ד)ת, ביי די שטיקל ווי איר רעד פונם באדע צימער האבען מיר געלאכט אויפן קול..
איך פאנג אן צי טראכטן אז א ליעק איז פארט פין די קאנטרי קאנטרעקט,
איך מיין אז יעדער האט עס איינער דא אין איינער דארט,

איך כאפ נישט די עמקות פון די איינגערינגלטע, אבער מסתמא ליגט עפעס דערונטער.
יא, די ליעקס, זענען נישט באשרייבלעך.

farshlufen האט געשריבן:האללאו! דער דיין איז אינדערהיים?

כבוד ר' סאכדעס ור' כהנא רבא, הריני מודה ומתודה אז מיר האבן זיך געקיפעלט פאר געלעכטער.

א שאדע אז מיר האבן דעם גרויסן וויזיט פארפאסט [ דאס איז אזא גאטונג ווארט מיט 3 באדייטן, פארפאסט - מחבר געווען / פארפאסט - אזוי ווי פארפעלט / פארפאסט - דאס וואס מיר אלע גייען טאן דעם דאנערשטאג פארן עלות, והבוחר יבחר וועלכעס מ'נוצט דא צום בעסטן] העטן מיר ווען געוואוסט פון פראנהויס העט מער ווען געקאנט ארענדזש'ירן אביסל כיבוד ווי עס פאסט פאר אזא כינוס לצדיקים.

קרעמער, די ועד המארגן [אויף לשה"ק טייטשט מען דאס וועבערס..] ווילן וויסן אויף ווען צובאשטעלן דעם שאטער אויף די גרויסהאלטיגע מלוה מלכה וואס ווערט געפלאנט ביים מייסד אין דערפל, ר' וויכי וידידו ר' עתי זענען שוין געזיצן מיט די גרויסע קעפ, מען ווארט בלויז אויף אייער צושטימונג צו לאזן און גאנג דעם פלאן ובשם ה' נעשה ונצליח לרומם ולעלה את בית תפארתינו.

פארשלאפן, הודאת בעל דין, כמאה עדים דמי...