Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יולי 05, 2009 7:04 pm

וויכטיג-מאכער און פארשלאפן;

איך געפון מיך צווישן די בערג, הארט נעבן ראוד, ארומגענומען מיט ביימער. אין א כאטקע וואס ליגט צווישן גראז און בלאטע, אין א צירקע פון פריינט רינגס-און-ארום.

איר זענט אלע ווילקאמען צו יעדע צייט. יוקאן'ס אריינגערעכנט.

Advertisement

זונטאג יולי 05, 2009 7:21 pm

העי איך בין ארויס פון צירקע (האט עפעס מיט סירקוס?)?

זונטאג יולי 05, 2009 7:48 pm

שוין איינמאל געליינט. ושניתי(און איך האב הנאה געהאט) ושילישי(און איך האב געלאכט) עס איז דא נאך פשטים אבער ועוד נחמו חאלעמאוד. ווי מיר האבן שוין געשריבן און אישית גלייכן מיר זייער די סטייל, ווי מען פלעגט דאס צו רופן און די קאנטרי אלד-פעשאנט. עס איז אמת מיט גזמאות אחת למעלה ושבע למטה(ווי קומט דאס אריין?) שוין יארן וואס משפחת הברכי גרייט זיך אפצושטאטן א באזוך ביים מייסד. אבער דערוייל ולא עלתה. אפשר איז טאקע דא דאס ארט זיך צו באדאנקן פאר אים'ן פארן באזוך וואס ער האט אפגעשטאט און מיין סעקאנד האום און די שטאט. ווען עס האט זיך אמאל אויסגעפעלט לצורך. ער האט זיך זייער מענטשעלעך אויפגעפירט ער האט געהאלטן צייטליך און די רוימיום. און שץ'ל און די פראנט סיט. הכלל צו מאכן די תגובה לענגער, האבן געקלערט אז אפשר ביים קומענדיגן קומזיץ און מאונטען ווען דער פידעלע וועט זיך לאזן הערן מיט די סטרונעס העט מען גיין. האטעס אבער צוויי פראבלעמען. 1. ווער ווייסט צו עס גייט נאך בכלל אן? 2. מען וועט שוין ברויכן ווארטן ביז נאך שבת נחמו. דעריבער איזעס דערווייל אויף האלד.
והעיקר והעיקר שלא לפחד. נע נישט דאס האבעך געוואלט. ווען זאלסט ווען וויסן וועלכע שמש מיר פארמאגן וואלט איר אים ווען סך מער רעספעקטירט, ווי עס איז שוין היינט נישט קיין סוד ווערט דער דייען צודרייט אויף די בערג און עס הייבט זיך שוין אן פארן זומער מען ברויך דאך טריקענען די בורות. איזער סאו נייס געווען. און געאפערט א פייער יו איך פארפאר, מיך צו קומען באזוכן און די באנגעלא (נישט ממש מיך,אבער די באנגעלא) איזענט הי נייס? אבער צוליב אישות/אישית איזעס ליידער נישט צושטאנד געקומען.
אבער דאס פטר'ט דיך נישט פון אן ארטיקל.
סאו קרעמער, סאכדעס קיפעט אפ.

דינסטאג יולי 07, 2009 9:53 am

דו ביסט עפעס א נביא? א בן נביא?

אנדערש ווי סאכדעס דרייוו איך נישט אליין, אלזא אויב ווילסטו זיין מיין שאופער, קען מען רעדן פון גומלין - אנדערש וועל איך בלייבן ביים גולמ'ן.

מיטוואך יולי 08, 2009 11:24 pm

אקעי קרעמער איך האב שוין מער ווייניגער ארויס און וועלכע אטמאספער די געפונסט דיר, ווי למשל(אייביג מיט זיינע משלים..)

"צווישן די בערג" מיינטאך אוואדע אינעם טאל?!..

"הארט נעבן ראוד" מיינסט אוואדע דארט ווי די קארס פארן?!..

"ארומגענומען מיט ביימער" שוין, דאס איז שוין א סתורה מיט דעים אז ביסט לעבן ראוד?! אבער איך וועל אננעמען אז טעות לעולם חוזק..

"א כאדקע צווישן גראז" בין איך שוין אינגאנצען צומישט, אדער צווישן ביימער? אדער צווישן גראז? אפשר ביידע?? איי(גארנישט מיטן סייט..)פארוואס עפעס דאפעלט? דאפעלט איז שטערקער.. הו מותיב והו פאריקט..

מיטוואך יולי 08, 2009 11:25 pm

הכלל, לייג אריין די אלע אינפארמאציע אינעם GPS און שטעל עס אויף AUTO-DRIVE (זאג א לאנגע תפילת הדרך...).

דאנערשטאג יולי 09, 2009 12:15 am

איך האב אביסל מורה פון די גרויזאמער מעשה וואס ער האט געהאט נישט לאנג צוריקט מיט גוגל ווי ער איז אראפגעפאלן, ווער ווייסט ווי איך וועל אנקומען מיט די חברה?! איך מיין איך שטעל נישט איין..
שרייב א תגובה

Advertisement