מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:23 pm

לכבוד פורים קטן
האמיר געהערט פון יארמע רב זז"ג אז פארוואס ליינט מען ניש פורים קטן א קליינע מגילה
הוא מותיב והוא מפרק , ווייל א קטן איז פטור פון מצוות
איז דאך אבער שווער זאל מען אלס מצות חינוך דארפן ליינען
איז די תירוץ , ווען איז געזאגט געווארן אז מ'דארף אויסלערנען א קטן אלס מצוות חינוך , דאס אינאר אויב ער העט אמאל אויסוואקסן א גדול אבער דער פורים קטן העט קיינמאל ניש אויסוואקסן ממילא איניש דא אפילו א מצוות חינוך ודו"ק
ודברי פי חכם חריין
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

פעשען
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:29 pm

נו וואדע!!!!

פעשען
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:30 pm

נו וואדע האט געשריבן:א עלטער פאר פאלק קומען צום דאקטאר פאר א רוטינע אונטערזוכינג

דער דאקטאר נעמט בלוט פון ביידע און געט א קוק און רופט זיך אהן , אינטערעסאנט אז עטץ האטס ביידע די זעלבע טייפ בלוט

רופט זיך אהן דער מאן , "נו וואדע שוין 40 יאר וואס זי טרונקט מיין בלוט, וואס איז די גרויסע וואונדער !!!!"

;l;p- ס'מערסטע הנאה געהאט.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:15 pm

;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@ ;1@קלאטש קלאטש פאר נו וואדע שכ״ח

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:31 pm

כ'באקום היינט א קאל פון די "עץ" ניקים כ'זאל זיך משתתף זיין אין זייער מעטשינג
פרעג איך איהם: ווי זענט איר געווען פאר זעקס יאר צוריק, יעצט דערמאנט איר זיך?
ענטפערט ער: אמאל איז נאך נישט געווען אזא זאך "מעטשינג"
זאג איך איהם: איך בין א "חרדי כמו פעם..."

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:34 pm

זיי קלינגען מיר איך זאל געבן פאר די מעטשינג פון "עץ"
זאג איך איהם:
לדעתי איז נישט כדאי צו זיך פארען דערמיט,
שוין געווען אמאל איינער וואס איז געווען גרייט צו צאלן צען טויזנט שטיקער זילבער אויף צו בויען דעם "עץ"
און צום סוף האט מען איהם אליין אופגעהאנגען דערויף...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג פאברואר 19, 2019 2:12 pm

;l;p- נו וואדע פאר נו וואדע !!!

;l;p- און פאר ר' זענדל'ען
. . . . . . .

עפעס א מענטש
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm

תגובהדורך עפעס א מענטש » דינסטאג פאברואר 19, 2019 6:11 pm

געהערט נעכטן פון א בדחן לונגער בשם הרב שלום אליעזר דים אויף קול מבשר,
האט ער געפרעגט וואס איז דער חילוק צווישען א לעדלארד און א גרוש?
זאג ער אז א לענדלארד ווארט אויפן ערשטן און א גרוש ווארט אויפן צווייטן!!!!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג פאברואר 19, 2019 8:23 pm

מען האט אמאל געפרעגט א גר צדק: וואס איז די שווערסטע זאך אלץ איד?

"צוריק טראגן די סידור נאך קידוש לבנה."
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום דינסטאג פאברואר 19, 2019 10:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג פאברואר 19, 2019 8:52 pm

מענין לענין. א דעבאטע צווישן צוויי חסידים:

בערל: דו ווייסט ווי גרויס מיין רבי איז?! דעם פארגאנגענעם שבת שקלים איז אנגעקומען אין שטעטל א מחנה חסידים פיל מער ווי ערווארטעט און עס זיינען נישט געווען גענוג בילקעס צו טיילן פארן עולם; קוים געקלעקט פאר א פערטל פונעם ציבור. האט דער רבי געזאגט, "נישט געזארגט, איך וועל טיילן." ער האט געלייגט דעם שאכטל בארכעס אונטערן טיש, און עס איז אריינגעקומען אזא שפע; ער האט געטיילט און געטיילט ביז יעדער איינער אן אויסנאם, זקנים עם נערים, האבן געהאט לחם משנה!

יענקל: אויך מיר א מופת! דו ווייסט וואס מיין רבי קען?! איין חודש איז געווען אן עצירת הלבנה. דער רבי האט געגעבן א דריי מיט די פאטשיילע, די עננים האבן זיך צובלאזן און עס האבן זיך באוויזן אויפן האריזאנט 37 לבנות!

"טו מיר א טובה! מאכסט פון מיר שפאַס?!"

"אז דו וועסט נאכלאזן פון דיינע בילקעס, וועל איך נאכלאזן פון מיינע לבנות!"
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג פאברואר 19, 2019 9:10 pm

:grin: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פאר יעדעם שכח
אלץ מיט א שמייכל נאר מיט קאך לא תשקאך . ,

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 1:46 am

נו וואדע וואס זאל איך זאגן די ביסט סאך בעסער ווי גוט
אזוי צו מהנה זיין די עולם
די זכות זאל דיר ביישטיין די זאלסט אייביג זיין בשמחה
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 8:07 am

געווען א איד א קמצן קיין פרוטה נישט גענוצט אהן א פונקטליכען חשבון.
געווארן אלט און ליגט קראנק אין בעט, ער פילט דאס איז זיינע לעצטע מינוטין דא אין וועלט.

ער רופט אלע קינדער און אייניקלאך זאל קומען זיין ביי זיין יציאת הנשמה,
דער עולם קומט, און ער פרעגט מיט א שוואכער קול אלע זיינען דא?
יא זיידע אלע זיינען דא.

ביסט זיכער אלע זיינען דא?
יא יא אלע זיינען דא.

שרייט דער אלטער מיט זיין גאנצער כוח איז פארוואס איז די לעכט אין בית הכסא אנגעצונדען?????

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 10:20 am

א איד קומט אריין צום רבי׳ן מיט א פדיון פון 46 רייניש.

ס׳איז מיט אייך? פרעגט דער רבי.

איך הייס ׳דוד׳ וואס איז 14, און איך לייד ליידער אויפן הארץ, לב - 32 = 46

די רבי נעמט זיך קרעכטצן הויעך, ׳א שאָד, א שאָד׳....

וואס איז, פרעגט דער דוד מיט גרויס נייגער?

א שאד איר הייסט נישט תתשרסתא, און איר ליידט נישט אויף די שיני כרכשתא!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 11:56 am

רבי חצקל, אן עלטערער עלנדער מאן אן קיין משפחה, איז נוטה לגסיסה. רייך ווי 20 שלימים, קאַרג ווי א גרייצער. ער רופט אן א היימישער פיינענשעל אדווייזער און ער בעט אים אז ער זאל אים העלפן מסדר זיין א צוואה אויף נאך די מאה ועשרים ואחד.

דער אדווייזער האט פארשטאנען אז רבי חצקל גייט דא טיילן מוצא'ס. א מעלאנע פאר הצלה, א האלבע פאר ביקור חולים, צוויי און א פערטל פאר א 'שם הבנין' פאר די ישיבה, אא"וו.

"לאחר מאה ועשרים - הערט ער די שטילע שטימע פון רבי חצקל - זאלט איר אינוועסטירן מיינע אויסגעהארעוועטע נכסים אין א שטארקע דייווערסיפייעד פּאָרטפאָליאָ. 10% אין בלו טשיפס, 10% אין וועליו סטאקס, 5% אין גאווערנמענט באנדס, אימערדשינג מארקעטס, גראויט סטאקס, העדזש פאָנדס, פאנזי סקימס, וכו' וכו'."

והאיש משתאה לו. "רבי חצקל, איר זענט זיכער אז איר מאכט נישט קיין טעות? וואס ברויכט איר די געלט אויף נאך די הונדערט און צוואנציג?"

"אינגערמאן, איר גלייבט נישט אין תחיית המתים?!"
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:29 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:א איד קומט אריין צום רבי׳ן מיט א פדיון פון 46 רייניש.

ס׳איז מיט אייך? פרעגט דער רבי.

איך הייס ׳דוד׳ וואס איז 14, און איך לייד ליידער אויפן הארץ, לב - 32 = 46

די רבי נעמט זיך קרעכטצן הויעך, ׳א שאָד, א שאָד׳....

וואס איז, פרעגט דער דוד מיט גרויס נייגער?

א שאד איר הייסט נישט תתשרסתא, און איר ליידט נישט אויף די שיני כרכשתא!


א ענליכע מעשה צו דעם האבעך געהערט אמאל

א שטעלע מיט א ר א ש ה ק ה ל האט געזוכט א חזן
זיי האבן ארומגעשיקט מעלדן איבעראל, אז דאס שטעטעלע ב. זוכט א קאנדידאט פאר נערנות, ווער ס'איז גרייט קען קומען אויף פראבע, איזער גוט, אידאך גוט, און אז נישט העט מען שיקן ווייטער, אבער די שפעזן העט מען אים באצאלן,

טראכט זיך ר' דוד נישקשה א שבת אין שטעטעלע ב. איז נישט אוועקצומאכן, און אפשר העט עס געלונגען און מיין נערנות/חזנות העט מיר ערגעץ וואו צינוצקומען.

אומר ועושה מ'לאזטצעך ארויס אין וועג, אנגעקומען, פארברענגט א שבת ביים ברעטל, אבער .....סשטימע האט נישט אויסגענומען ביים ראש הקהל, נו גוט נו שוין, איז נישט גיימער אהיים.

פארדעם איז ער געגאנגען צום ראש הקהל זיך געזעגענען, און אפנעמען זיינע פאר רובל פאר שפעזן, פרעגט אים דער ראש הקהל, זאגט וואס איז אייער נאמען?

זאגט ער : דוד

דוד? פיין דא האט איר 14 רובל, און פארט לחיים ולשלום.

זאגט ר' דוד סהאט מיר געקאסט א 45 רובל די וועג וואס עפעס 14?

אזוי גייט עס איך באצאל די גימטריה פונעם נאמען, זאגט דער ראש הקהל, דוד איז 14 ריכטיג?

יא אבער סהאט געקאסט סך מער ??
סהאט נישט געהאלפן קיין טענות ומענות, ראש הקהל זאגט 14 איז 14 נישטא וואס צו מאכן....

אבער נישט מיט ר' דוד.
אז נישט קיין חזן, איז קיין נער אויך נישט....

גייט דורך אפאר וואכן ר' דוד דרייט ארויף דאס בארדע, פאריקט די פאות, נייט זיך א נייע קאפאטע, שיינע ברילן, און מ'איז שוין נאכמאל אויפן וועג צום שטעטל ב.

כהער איר זוכט א חזן?
יא ! איר ווילט גיין אויף פראבע?
יא!
פיין.

נאך א שבת ביים ברעטל, א שטימע קען מען נישט טוישן....
איזעס דעם ראש הקהל נישט געפאלן, נאופס נישט פאסיג פאר אונזער שטעטעלע ב.

גייט מען זיך געזעגענען, און אפנעמען די שפעזן.
און ווידער דער ראש הקהל פרעגט:
ווי רופא מען אייך?

ענטפערט ר' דוד, מיך רופא מען פ ר ש נ ד ת א ........

דער ראש הקהל עפענט זיינע צוויי קעלבערנע אויגן,
פרשנדתא?? א אינטערסאנטע נאמען, פ ר ש נ ד ת א כ'האב קיינמאל נישט געהערט אזא נאמען פ ר ש נ ד ת א ??

נו העט איר יעצט הערן! זאגט ר' דוד.

קיין צוויי ברירות האט ער נישט געהאט, האט ער אויסגעציילט
א טויזענט פונעף און דרייסיג רובל .....

ר' דוד שטייט שוין ביים טיר און דער ראש הקהל קען זיך נישט בארואיגן, נ'ער געט אים א פרעג,
זאגט נאר, פארוואס האט דיר דיין טאטע געגעבן, אזא לאנגע אונטערסאנטע נאמען?

ר' דוד דרייט זיך אויס, און גיט א זאג
אז דו ביזט א ויזתא, בין איך א פרשנדתא.....

און ער איז געפארן לחיים ולשלום
. . . . . . .

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:39 pm

;l;p-
מונאוויטש האט געשריבן:רבי חצקל, אן עלטערער עלנדער מאן אן קיין משפחה, איז נוטה לגסיסה. רייך ווי 20 שלימים, קאַרג ווי א גרייצער. ער רופט אן א היימישער פיינענשעל אדווייזער און ער בעט אים אז ער זאל אים העלפן מסדר זיין א צוואה אויף נאך די מאה ועשרים ואחד.

דער אדווייזער האט פארשטאנען אז רבי חצקל גייט דא טיילן מוצא'ס. א מעלאנע פאר הצלה, א האלבע פאר ביקור חולים, צוויי און א פערטל פאר א 'שם הבנין' פאר די ישיבה, אא"וו.

"לאחר מאה ועשרים - הערט ער די שטילע שטימע פון רבי חצקל - זאלט איר אינוועסטירן מיינע אויסגעהארעוועטע נכסים אין א שטארקע דייווערסיפייעד פּאָרטפאָליאָ. 10% אין בלו טשיפס, 10% אין וועליו סטאקס, 5% אין גאווערנמענט באנדס, אימערדשינג מארקעטס, גראויט סטאקס, העדזש פאָנדס, פאנזי סקימס, וכו' וכו'."

והאיש משתאה לו. "רבי חצקל, איר זענט זיכער אז איר מאכט נישט קיין טעות? וואס ברויכט איר די געלט אויף נאך די הונדערט און צוואנציג?"

"אינגערמאן, איר גלייבט נישט אין תחיית המתים?!"

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:24 am

א רבי האט אמאל געוואלט געבן א ׳געבענטשטע דאללער׳ פאר א איד.

זאגט ער אים, בעסער אייער׳ס א ׳פארשאלטענע הונדערטער׳!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג פאברואר 22, 2019 11:02 am

א מלמד פרעגט אמאל די קינדער אין חדר וואס ס'טייטשט "עשתנותיו"? נאך א פאר סקונדעס פון שטילקייט רופט זיך איין קינד אן "רעדער". פרעגט אים די מלמד פון ווי נעמסטו דאס? ענטפערט דער קינד זייער פשוט. תצא רוחו די לופט איז ארויסגעגאנגן, ישב לאדמתו האט ער זיך געזעצט אויף דער ערד, קומט אויס אז ביום ההוא אבדו עשתנותיו אין יענעם טאג האט ער פארלוירן זיינע רעדער...

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 978
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » פרייטאג פאברואר 22, 2019 11:22 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:א ענליכע מעשה צו דעם האבעך געהערט אמאל

א שטעלע מיט א ר א ש ה ק ה ל האט געזוכט א חזן
זיי האבן ארומגעשיקט מעלדן איבעראל, אז דאס שטעטעלע ב. זוכט א קאנדידאט פאר נערנות, ווער ס'איז גרייט קען קומען אויף פראבע, איזער גוט, אידאך גוט, און אז נישט העט מען שיקן ווייטער, אבער די שפעזן העט מען אים באצאלן,

טראכט זיך ר' דוד נישקשה א שבת אין שטעטעלע ב. איז נישט אוועקצומאכן, און אפשר העט עס געלונגען און מיין נערנות/חזנות העט מיר ערגעץ וואו צינוצקומען.

אומר ועושה מ'לאזטצעך ארויס אין וועג, אנגעקומען, פארברענגט א שבת ביים ברעטל, אבער .....סשטימע האט נישט אויסגענומען ביים ראש הקהל, נו גוט נו שוין, איז נישט גיימער אהיים.

פארדעם איז ער געגאנגען צום ראש הקהל זיך געזעגענען, און אפנעמען זיינע פאר רובל פאר שפעזן, פרעגט אים דער ראש הקהל, זאגט וואס איז אייער נאמען?

זאגט ער : דוד

דוד? פיין דא האט איר 14 רובל, און פארט לחיים ולשלום.

זאגט ר' דוד סהאט מיר געקאסט א 45 רובל די וועג וואס עפעס 14?

אזוי גייט עס איך באצאל די גימטריה פונעם נאמען, זאגט דער ראש הקהל, דוד איז 14 ריכטיג?

יא אבער סהאט געקאסט סך מער ??
סהאט נישט געהאלפן קיין טענות ומענות, ראש הקהל זאגט 14 איז 14 נישטא וואס צו מאכן....

אבער נישט מיט ר' דוד.
אז נישט קיין חזן, איז קיין נער אויך נישט....

גייט דורך אפאר וואכן ר' דוד דרייט ארויף דאס בארדע, פאריקט די פאות, נייט זיך א נייע קאפאטע, שיינע ברילן, און מ'איז שוין נאכמאל אויפן וועג צום שטעטל ב.

כהער איר זוכט א חזן?
יא ! איר ווילט גיין אויף פראבע?
יא!
פיין.

נאך א שבת ביים ברעטל, א שטימע קען מען נישט טוישן....
איזעס דעם ראש הקהל נישט געפאלן, נאופס נישט פאסיג פאר אונזער שטעטעלע ב.

גייט מען זיך געזעגענען, און אפנעמען די שפעזן.
און ווידער דער ראש הקהל פרעגט:
ווי רופא מען אייך?

ענטפערט ר' דוד, מיך רופא מען פ ר ש נ ד ת א ........

דער ראש הקהל עפענט זיינע צוויי קעלבערנע אויגן,
פרשנדתא?? א אינטערסאנטע נאמען, פ ר ש נ ד ת א כ'האב קיינמאל נישט געהערט אזא נאמען פ ר ש נ ד ת א ??

נו העט איר יעצט הערן! זאגט ר' דוד.

קיין צוויי ברירות האט ער נישט געהאט, האט ער אויסגעציילט
א טויזענט פונעף און דרייסיג רובל .....

ר' דוד שטייט שוין ביים טיר און דער ראש הקהל קען זיך נישט בארואיגן, נ'ער געט אים א פרעג,
זאגט נאר, פארוואס האט דיר דיין טאטע געגעבן, אזא לאנגע אונטערסאנטע נאמען?

ר' דוד דרייט זיך אויס, און גיט א זאג
אז דו ביזט א ויזתא, בין איך א פרשנדתא.....

און ער איז געפארן לחיים ולשלום

;l;p-
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: http://indesign.toiglicher.com/

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » זונטאג פאברואר 24, 2019 7:00 pm

זענדל האט געשריבן:זיי קלינגען מיר איך זאל געבן פאר די מעטשינג פון "עץ"
זאג איך איהם:
לדעתי איז נישט כדאי צו זיך פארען דערמיט,
שוין געווען אמאל איינער וואס איז געווען גרייט צו צאלן צען טויזנט שטיקער זילבער אויף צו בויען דעם "עץ"
און צום סוף האט מען איהם אליין אופגעהאנגען דערויף...
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

ספר תהילים מחולק לרפ"ש כ"ק אדמור מסקולען שליט"א
מרן ר' ישראל אברהם בן שיינא רחל לרפ"ש


האלט אייך געזינט!

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » זונטאג פאברואר 24, 2019 7:03 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:א איד קומט אריין צום רבי׳ן מיט א פדיון פון 46 רייניש.

ס׳איז מיט אייך? פרעגט דער רבי.

איך הייס ׳דוד׳ וואס איז 14, און איך לייד ליידער אויפן הארץ, לב - 32 = 46

די רבי נעמט זיך קרעכטצן הויעך, ׳א שאָד, א שאָד׳....

וואס איז, פרעגט דער דוד מיט גרויס נייגער?

א שאד איר הייסט נישט תתשרסתא, און איר ליידט נישט אויף די שיני כרכשתא!

מעשה שהיה נאר געטוישט די פרטים :!: :!:
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

ספר תהילים מחולק לרפ"ש כ"ק אדמור מסקולען שליט"א
מרן ר' ישראל אברהם בן שיינא רחל לרפ"ש


האלט אייך געזינט!

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג פאברואר 24, 2019 9:17 pm

אז מ'רעד פון כאפן זשאוקס האב איך געהערט נאך זאגן פון איינער פון די היינטיגע גרויסע גוט זאגערס..
גייט ער אמאל אין גאס שטעלט אים אפ איינער און זאגט אים, זאג מיר שנעל א זשאוק ווייל איך יאג זיך צו כאפן די בארא פארק באס.. שוין צום סוף האט ער נישט געכאפט די דשאוק... און נישט די באס...
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » מאנטאג פאברואר 25, 2019 9:36 am

פארוואס עפעס האבן די אידן געדארפט געבן נאר א האלבע שקל ???

ווייל די אנדערע האלב איז אריינגעקימען פון מעטשינג פאנדס!!!

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מאנטאג פאברואר 25, 2019 9:42 am

הערשקא האט געשריבן:פארוואס עפעס האבן די אידן געדארפט געבן נאר א האלבע שקל ???

ווייל די אנדערע האלב איז אריינגעקימען פון מעטשינג פאנדס!!!

;l;p-
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט