מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעסטל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:30 pm

תגובהדורך קעסטל » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 2:42 am

​​א קלוגער עלטערער איד האט אמאל אנגעזאגט פאר א אינגערמאן, "ווילסט האבן א גוטע שלום בית? דאן לויף יעדן טאג 10 מייל"

פרעגט אים דער אינגערמאן, "נו, וואס וועט מיר די לויפן העלפן?"

זאגט דער איד, "טראכט גוט אריין, נאך א וואך לויפן, וועסטו זיין 70 מייל ווייט אוועק פונדערהיים!"...
די גדולה פון א קעסטל? פול מיט לעכער, אבער שטארק ווי א קעסטל...!!!

yoy
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 10:14 am

האט שוין עמעצער גשריבען די מעשה פון סאטמאר רב מיטן פלאמער?

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 10:25 am

yoy האט געשריבן:האט שוין עמעצער גשריבען די מעשה פון סאטמאר רב מיטן פלאמער?

איך געדענק נישט, און אפילו אויב יא קענסטו עס איבער שרייבן.
מעשה אבות סימן לבנים

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1465
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:10 pm

nmi האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:האט שוין עמעצער גשריבען די מעשה פון סאטמאר רב מיטן פלאמער?

איך געדענק נישט, און אפילו אויב יא קענסטו עס איבער שרייבן.
מעשה אבות סימן לבנים

נא??? מיר שטייען מיט נייגער

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:20 pm

​​ א קלוגער איד האט אמאל געזאגט פאר א פרוי

אויב וויסטו א מאן וואס העט דיר אייביג צוהערן און טוהן אייביג וואס דו הייסט אים און ער העט דיר טראגן אייביג ווי דו וויסט ..............................................................................יעמאלטס גיי אריין אין א טעקסי........!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:21 pm

איינער זאגט מיר, אז ער שנארכעצט ניש...

...ער חלומ'ט נאר מיט סאַונד אָן!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:21 pm

מ'דערציילט אז אין 2016 פאר די פרעזידענטליכע וואלן איז הילערי קלינטאן געווען אין פלארידא אינמיטן האט זי געזעהן אווי א עלטערע פרוי האט זיך אויסגעגליטשט איז זי צוגעלאפן העלפן ס'עלטערע פרוי זיך אויפהייבן

זאגט איר הילערי , "כ'בין הילערי קלינטאן פארגעס ניש צו וואוטען פאר מיר "

רופט זיך אהן דאס עלטערע פרוי "הילערי כ'בין געפאלן אויפן הונטערשטן , ניש אויפן קאפ !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:22 pm

א טערעפיסט האט אמאל געזאגט פאר א פרוי

אויב וויסטו עכט אויפרעגן דיין מאן , שיק אים אין גראסערי און ענטפער ניש זיינע מעסעדזשעס אדער פאון קאולס !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:22 pm

טשאקאלאד איז מיין גרעסטע פיינט

אבער אוועקלויפן פון פיינט איז נאר געמאכט פאר פחדנים !!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:22 pm

וען מ'ווערט א בן שישים איז דא א מעלה מיט א חסרון

די חסרון , אז מ'זעהט ניש אותיות נאר פון דער נאנט

די מעלה, אז מ'זעהט א אידיוט פון גאר ווייט !"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:23 pm

מ'האט געקאולט איינעם פונעם באנק צו סעטלען זיין מיינוס

פרעגט ער דעם באנק מענעדזשער , איז מיין מיינוס קליין אדער גרויס

זאגט אים דער באנק מענעדזשער, גרויס

זאגט ער , "נו זאל ער זיך אליינס סעטלען !!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:23 pm

איינער זאגט מיר היינט אז ווען מ'פרעגט אים פארוואס ער איז גראב געווארן
ענטפערט ער " סעלף דיפענס" .......................................................די הונגער האט זיך געשלאגן מיט מיר !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:25 pm

איינער זאגט מיר

אז ער איז נעכטן געזיצן אזוי לאנג אין טרעפיק אז ווען ער איז אהיים געקומען איז שוין וועיז געווען הייזעריג.....................................!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:26 pm

א מיידל קומט צו איר אלטע באבע באזוכן און זאגט איר , "באבי כ'האב אינסטעגראם"


פרעגט די באבע , "און וואס זאגט דער דאקטאר דערצו ?"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

איינער זאגט מיר היינט אז 3 זאכן איז דא אין גיהינום:
קאלטע ביר אהנע געז.....
ציגארעטן אהן פייער......
לשון הרע אהנע נעמען....................
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:32 pm

א וווארט אויפן (פריערדיגע) פרשה:
רחל האט צו גענומען דע תרפים פון איר טאטע לבן, לבן האט באמערגט און נאכגעלאפן יעקב אין געזוכט, רחל דארף זיך פארענפערן מיט תירוצים שונים פארוואס זי קען נישט אויפשטיין.
שטעלט זיך די קושיא, פארוואס האט יעקב נישט געקענט זאגן פאר לבן אזוי ויא זיין זיידע אברהם, וואס האט געהאט א גאנצע מעשה מיט א געטשקע וואס האט גענומען א שטעקן אין געקנאקט אלע אנדערע, ער האט אויך געדארפט פאנטעזירן א מעשה אז איינע פון דע תרפים האט זיך אנגערופן פאר זיינע אלע חברים זאלן הייבן פיס און אנטלויפן וכך הוה........
נאר זעהט זיך אויס, אז נישט אלעס וואס מ'קען איינרעדן פאר א טאטע, קען מען איינרעדן פאר א שווער..........

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:34 pm

אליעזר עבד אברהם האט צוגעשפארט דע מויל פון דע גמלים.
פארוואס????
ווייל ער איז געווען אויפן וועג צו א שידוך, און ביי א שידוך דארף מען איין בהמה זאל אויף מאכן זיין מויל, און מ'קען זאגן קדיש אויפן גאנצע שידוך.............

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:38 pm

אליעזר הייבט אן זיינע ווערטער צו בתואל, און ער זאגט "עבד אברהם אנוכי",
וואס האט דאס אויסגעפעלט צו זאגן.
נאר אליעזר האט זיי געזאגט, אז אברהם איז דע גרעסטע רבי אין דער וועלט, אין נאכן 120 גייט יצחק זיין רבי, און אויב זיי וועלן געבן רבקה, וועט רבקה זיין דע רעבעצין.
האט בתואל געהאט א טענה, ווער זאגט אז יצחק וועט זיין דע רבי, אפשר ישמעאל וועט עס נעמען???
זאגט זיי אליעזר - "עבד אברהם אנוכי", איך בין גבאי, און איך בין מחליט ווער גייט זיין רבי...........

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 3:28 pm

בחור מישיבה קטנה חסידית נסע הלילה להילולת הבת עין המשגיח בישיבה שאל ככה נסעת באמצע הזמן בלי רשות? השיב הבחור מינה וביה: "דין צפת כדין ירושלים"
היינו דאמרי אינשי ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
דביה תחדי נפשא

בנפול איביך
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 11:44 am

תגובהדורך בנפול איביך » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:00 pm

אברהם האט געזאגט שבו לכם פה עם החמור, ווען אליעזר דער גבאי גייט ווען מיט וואלט ער זיכער גע'שחט'ן זיין זוהן.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 4:35 pm

אן א"י איד איז מיר גענומען אמאל באזוכן, וועם פלוצעם זעה כ'עם בלאס ווי מייק פענס, וואס איז פרעג איך אים מיט שרעק,
אן ארויסרעדן א ווארט טייטעלט ער מיר צום קיטשען...
הער איך ווי מיין ווייב שרייט,
"ווער האט געמאכט די mess דא?" "אין ווער האט אראפ געשאסן די cup?"
-----
אין אן אנדערע געלעגענהייט האבעך געהאט אויף שבת אן א"י איד וואס קאן נאר העברעיש, האב איך פאר קידוש געפרעגט מיט מיין צובראכענע עברית, "אתה יוציא לבד או אני מוציא אותך עכשיו?
דער איד האט אזאנס געהויבן פיס....
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 6:49 pm

געהערט דעס ווארט, א אמת'דיגע מעשה אויף א איש חשוב א חסידישער איד וואס רעדט נישט פאר קידוש נאר לשה"ק, האט ער עס געפרעגט זיין גאסט:
מה אתה רוצה? שאני אוציא אותך? או אתה תוציא את עצמך?

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:01 pm

nmi האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:האט שוין עמעצער גשריבען די מעשה פון סאטמאר רב מיטן פלאמער?

איך געדענק נישט, און אפילו אויב יא קענסטו עס איבער שרייבן.
מעשה אבות סימן לבנים

נא??? מיר שטייען מיט נייגער

נא................. וואס וועט זיין........
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:02 pm

:lol: ולא חשב רגע והוציא את עצמו!! :lol:
. . . . . . .

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:29 pm

זאגט יארמע רב זז״ג אז פון אלע וויזניצער רבי׳ס האלט ער די מערסטע פונעם בארא פארקער ווייל ערז די איינציגסטע בן אחר בן...
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פּינטער, פראצעדור און 33 געסט