מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג פאברואר 02, 2018 1:28 pm

א מאן וואס האט געהאט א פרוי א שקלאפטע האט אויסגעהויעכט זיין נשמה

אזוי טראגענדיג דעם ארון אים צו בא'ערדיגן הייבט מען אהן הערן זעצן אויפן ארון און ער שרייט , לאזטס מיר ארויס פון דא כ'לעב.

שרייט אים אריין די ווייב, "יענקל זיי שטיל ,די דאקטוירים ווייסן בעסער פון דיר!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג פאברואר 02, 2018 1:28 pm

דער דזשאדזש פרעגט דעם גנב , "פארוואס האסטו גע'גנב'עט פון באנק ?"

ענטפערט ער , "די באנק האט אנגעהויבן!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג פאברואר 02, 2018 1:29 pm

א פרוי זאגט פאר איר מאן , משה אונז דארף מיר רעדן .

רופט ער זיך אהן , אבער כ'בין הייזעריג יעצט.

זאגט זי, "כאב דען געזאגט אז דו דארפסט רעדן?! כאב געזאגט "אונז" דארף מיר רעדן !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:43 am

געהערט פון ר' פישל שעכטער

א רבי רופט אן כל העולם כולו נאך חנוכה ער מיינט נישט זיך אבער היתכן מען האט נישט גענומען בילדער ווי ער צינדט די מנורה, האט מען אים געזאגט נישט קיין פראבלעם מען וועט יעצט אריבער שיקן איינער, געזאגט און געטוהן מען נעמט צוריק ארויס די מנורה, דו רבי נעמט דאס לעכטעלע און צינדט עס אן און דער פאטאגראפירער כאפט בילדער, פלוצלינג גליטש זיך די רבי אויס און ליגט אזוי פלאך מיטן לעכטל אויפן ערד און דער פאטאגראפירער הערט נישט אויף צו כאפן בילדער זאגענדיג א שאד נישט אריין צו כאפן בדיקת חמץ אויך.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 8:18 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:געהערט פון ר' פישל שעכטער

א רבי רופט אן כל העולם כולו נאך חנוכה ער מיינט נישט זיך אבער היתכן מען האט נישט גענומען בילדער ווי ער צינדט די מנורה, האט מען אים געזאגט נישט קיין פראבלעם מען וועט יעצט אריבער שיקן איינער, געזאגט און געטוהן מען נעמט צוריק ארויס די מנורה, דו רבי נעמט דאס לעכטעלע און צינדט עס אן און דער פאטאגראפירער כאפט בילדער, פלוצלינג גליטש זיך די רבי אויס און ליגט אזוי פלאך מיטן לעכטל אויפן ערד און דער פאטאגראפירער הערט נישט אויף צו כאפן בילדער זאגענדיג א שאד נישט אריין צו כאפן בדיקת חמץ אויך.



לאחאחתי ולאחאחתי בלי שום הפסק!!
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
מאדנע מענטש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 10:24 pm
לאקאציע: אין מיין שכנ'ס שעד.

תגובהדורך מאדנע מענטש » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 9:28 pm

א גוט ווארט מעג איך אויך אמאל זאגן...

גייט זיך דשאני אויף לי עוויניו, באטראכט די גראסעריס, הארדווער סטארס, קליידער געשעפטן, א.א.וו.

ווער איז דשאני?

וואס זיכט ער אויף לי עוויניו?

דשאני איז א פאלנער שייגעץ ג', קומט סטרעיט פון משוגעים הויז, און וויבאלד מ'האט אים אט נאר וואס ארויס געווארפן, איז ער געקומען קיין לי עוויניו זיכען א נייעם משוגעים הויז...
דשאני טראכט צו זיך "געלט .. געלט .. געלט! דאס איז וואס כ'דארף.
גייט ער אריין אין טיוו-טאוו, און זיין אויג פאלט אויפן פאליצע.. וואס זעט ער דארט? .. "א עכטע גאן" "א גלא גאן"!!! זיין פרייד רינט איבער אלע גרעניצן, "דאס וועט מיר זיין די ריכטיגע הילף!!! זאגט אים זיין געוויסן.. ער גיט עס א שלייך אונטער אונטער זיין טישערט, און פיצט ארויס פון געשעפט.

יעצט דארף עס ווערן שרעקעוודיג...
ס'שפעט ביינאכט, א קאלט ער ווינט דשומעוועט אין די אויערן, א לייכטע שניי הייבט אן צו פאלן.. ביים ווינקל פון גאס קען מען בכלל נישט דערקענען דעם פערזאן וואס באהאלט זיך דארט אונטער די דאמפסטער.
ר' יעקב זלמן שנייגארטן, אן עלטערער כאניאקישער איד, גייט אהיים פון ביהמ"ד נאכן פראווען א דביקות'דיגן תיקון חצות. אזוי גייט ער, און ער גייט, נאך א טריט, און דערנאך נאך א טריט, ער קומט נענטער, און נענטער, און נענטער... דשאני שטעלט אריין דעם גלא גאן אין זיין רעכטע האנט, זיין צווייטע פינגער שטעלט ער אויפן קנעפל פונעם גאן... ר' יעקב זלמן קומט נענטער, און נענטער.. און דערנאך נאך נענטער.

האלדאפ!!! יאר מאני ענד יאר לייוו!!!!!!
ר' יעקב זלמן שנייגארטן ווערט נישט פארלוירן, ער נעמט ארויס זיין בערזל און צייגט פאר דשאני אז ס'ליגט דארט אינעווייניג אפאר אלטע אויסגעבלאזענע טישאס אנשטאט געלט... דשאני גיבט נישט נאך, "כ'האב מורא אז דו וועסט גיין באלד מיך אויסזאגן פאר די פאליציי" האט ער ארויס געדינערט פון צווישן זיינע פאלשע ציין.. "הענט אויף ארויף"!!! ר' יעקב זלמן הייבט אויף זיינע הענט און דשאני שטרעקט אויס דעם גאן און ער דריקט דעם קנעפל, וואונדער איבער וואונדער!!! ס'שיסט נישט!
דשאני פארשטייט אז דא שטייט פאר אים א געטליכער מאן. ער פאלט אים צו די פיס און בעט מחילה.

אבער ר' יעקב זלמן מיט זיין גרויס ענוה גיבט צו פארשטיין פאר דשאני: "גיב א קוק, ס'האט נישט געשאסן, פשוט ווייל ס'נישט געווען איינגעפלאגט. די סארט פראדוקט קומט צו ניצן מיט א פלאג"...
יו . . .
כ'האב פארגעסן וואס איך וויל דא שרייבן . . . . .

. . .

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 10:29 pm

;l;p- ;l;p-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » פרייטאג פאברואר 09, 2018 10:01 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:50 pm

?עס איז דא עפעס א דשאוק וועגן קויבע הוטן א תירוץ פארוואס ער גייט ארויף מיט'ן פרייז, איינער ווייסט דערפון
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:18 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:?עס איז דא עפעס א דשאוק וועגן קויבע הוטן א תירוץ פארוואס ער גייט ארויף מיט'ן פרייז, איינער ווייסט דערפון

עס וועט דיר זיין אינטערסאנט צו וויסען
אז הוט \ HAT איז אויף לשון הקודש כובע און פון דעם נעמט זיך דער נאמען KOVA HATS
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג פאברואר 13, 2018 6:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג פאברואר 13, 2018 6:28 pm

זאגט מיר איינער
חכמי ישראל גיין אריין צו דוד המלך ע"ה, און זאגן אים עמך ישראל צריכים פרנסה, וכו', זאגט ער זיי צום סוף פשטו ידיכם בגדוד

וואס איז פשט

נאר וואס, דוד המלך האט מגלה סוד געווען, אז ס'וועט ווערן א מחלוקת וועט שוין פליסן געלט, ס'וועט זיך בויען בנינים ס'וועט זיין נאך ארבייט'ס פלעצער וכו'.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג פאברואר 13, 2018 11:08 pm

א איד טרעפט א קאפל אויף די גאס און גייט צו א דיין פרעגן אויב ער מעג עס האלטן, זאגט אים די דיין אז יא צוליב דעם וואס עס האט נישט קיין סימן.

א טאג שפעטער טרעפט ער א ברעסליווער נ נח קאפל, און פרעגט די דיין צו עס האט די זעלבע הלכה און צו ער מעג עס האלטן, ענטפערט די דיין: ניין, א נ נח קאפל האט אן אנדערע דין וויבאלד אין ברעסליוו איז נישטא קיין יואש און די בעל הבית האט זיך נאך זיכער נישט מייאש געווען...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 14, 2018 9:04 am

גראמער האט געשריבן:א איד טרעפט א קאפל אויף די גאס און גייט צו א דיין פרעגן אויב ער מעג עס האלטן, זאגט אים די דיין אז יא צוליב דעם וואס עס האט נישט קיין סימן.

א טאג שפעטער טרעפט ער א ברעסליווער נ נח קאפל, און פרעגט די דיין צו עס האט די זעלבע הלכה און צו ער מעג עס האלטן, ענטפערט די דיין: ניין, א נ נח קאפל האט אן אנדערע דין וויבאלד אין ברעסליוו איז נישטא קיין יואש און די בעל הבית האט זיך נאך זיכער נישט מייאש געווען...

ביי וועלכע מהדורא פון דעם וויץ האלט מען שוין ?

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » מיטוואך פאברואר 14, 2018 11:30 am

קיקיו.ן האט געשריבן:
גרא.מער האט געשריבן:א איד טרעפט א קאפל אויף די גאס און גייט צו א דיין פרעגן אויב ער מעג עס האלטן, זאגט אים די דיין אז יא צוליב דעם וואס עס האט נישט קיין סימן.

א טאג שפעטער טרעפט ער א ברעסליווער נ נח קאפל, און פרעגט די דיין צו עס האט די זעלבע הלכה און צו ער מעג עס האלטן, ענטפערט די דיין: ניין, א נ נח קאפל האט אן אנדערע דין וויבאלד אין ברעסליוו איז נישטא קיין יואש און די בעל הבית האט זיך נאך זיכער נישט מייאש געווען...

ביי וועלכע מהדורא פון דעם וויץ האלט מען שוין ?

;l;p-

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך פאברואר 14, 2018 7:36 pm

יאוש

אוועטאר
מאדנע מענטש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2018 10:24 pm
לאקאציע: אין מיין שכנ'ס שעד.

תגובהדורך מאדנע מענטש » מיטוואך פאברואר 14, 2018 8:55 pm

גארגארפיק האט געשריבן:
קיקיו.ן האט געשריבן:
גרא.מער האט געשריבן:א איד טרעפט א קאפל אויף די גאס און גייט צו א דיין פרעגן אויב ער מעג עס האלטן, זאגט אים די דיין אז יא צוליב דעם וואס עס האט נישט קיין סימן.

א טאג שפעטער טרעפט ער א ברעסליווער נ נח קאפל, און פרעגט די דיין צו עס האט די זעלבע הלכה און צו ער מעג עס האלטן, ענטפערט די דיין: ניין, א נ נח קאפל האט אן אנדערע דין וויבאלד אין ברעסליוו איז נישטא קיין יואש און די בעל הבית האט זיך נאך זיכער נישט מייאש געווען...

ביי וועלכע מהדורא פון דעם וויץ האלט מען שוין ?

;l;p-

דאס איבער מאכן דעם דשאוק אזוי פיל מאל ווייזט אז מ'איז זיך נישט מייאוש, אפשר וועט מען דאך לאכן...
יו . . .
כ'האב פארגעסן וואס איך וויל דא שרייבן . . . . .

. . .

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:39 pm

א אינגערמאן קומט אריין היינט צופריה אין מקוה און זעהט אז די וואסער אין בור קומט אים אהן נאר ביז די קניען

הייבט ער אהן שרייען צום מקוה איד , שמש , די וואסער קומט מיר נאר אהן ביז די קניען ,


זאגט אים דער מקוה איד , "אוי סאררי כאב אינגאנצן פארגעסן צו צוגיסן היינט די כלארין !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:39 pm

איינער זאגט מיר אז זיין ווייב האט אים איבערגעלאזט
לאזענדיג א צעטל אויפן פרידזשידער "סאררי ס'ארבעט ניש , כ'גיי מיר אוועק"


זאגט ער , ער האט גע'עפנט די פרידזשידער און זעהט אז ס'ארבעט פיין , דעי שקלאפטע האט אים סתם אזוי איבערגעלאזט..........
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:39 pm

איינער זאגט מיר אז ער איז א ריסייקעלט וועדזשעטעריען

פרעג איך אים , דהיינו ?

זאגט ער , די קוען עסן גראז און ער עסט קוען
לעצט פאראכטן דורך נו וואדע אום זונטאג פאברואר 18, 2018 3:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:40 pm

איינער איז אמאל געווען צו גאסט ביי א גרויסע קמצן

דער קמצן איז אים מכבד מיט א קאווע און פרעגט אים ,וואס קען איך געבן פאר צובייס

זאגט אים יענער , אינדערהיים נעם איך איין קיפעלע , דא עליך נעמען 4 קיפעלעך

נאך א מינוט קומט צוריק דער קמצן מיט איין קיפעלע און זאגט אים "פיל דיר דא אווי ביי דיר אינדערהיים !!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:40 pm

מ'האט אמאל געפרעגט א טיפש פארוואס ער זעצט זיך אייביג אין בעק פון די באס

האט ער גע'ענטפערט " אז מ'זאל ניש קענען רעדן אונטער מיין רוקן !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:41 pm

געווען א היימיש ווייבל וואס האט געפרעגט איהר מאן , געדענקסט אפשר אין וועלכע האטעל אונז זעמיר געווען פאר יאר , רופט זיך אהן דער מאן "איין מינוט כ'דארף גיין טשעקן אויף די האנטוכער"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:41 pm

געווען אמאל א גוי וואס האט געהאט יעדע שטיק צייט א גניבה ביי זיך אינדערהיים נעבן אים האט געוואוינט א היימיש יודל און דער האט קיינמאל ניש געהאט קיין גניבה , איין טאג פרעגט אים דער גוי הלמאי כ'האב גניבות און די ניש , ווייזט אים אהן דער יוד אויף זיין מזוזה און זאגט אים דאס היט אונז , זאגט אים דער גוי אפשר קעניך האבן איינס זאגט אים דער שכן גערנהארציג , גייט דורך צוויי וואכן און דער גוי קומט צוריק און ווארפט דעי מזוזה דעם איד אין פנים אריין , פרעגט אים דער איד וואס גייט פאר , זאגט אים דער גוי "ס'בעסער צו האבן א גניבה איינמאל אין צוויי וואכן ווי צו האבן א שנאררער יעדע צוויי מינוט "
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:41 pm

געווען א איד וואס איז געקומען צו א באבא פאר א ברכה , זאגט אים דער באבא קודם צאל 600 טאלער , פרעגט אים דער איד אינטערעסאנט ביינונז אין ביהמ"ד בענטשן די כהנים יעדן טאג און נעמען ניש קיין פעני , ענטפערט אים דער באבא "נו טאקע פאר דעם גייען זיי בארפוסיג"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » זונטאג פאברואר 18, 2018 3:42 pm

א איד האט געזוכט פארקינג אין מאנהעטען נאכן זיך ארום דרייען א האלבע שעה הייבט ער אויף די אויגן צום הימל און זאגט, טאטע אין הימל אויב טרעף איך פארקינג געביך 180 פאר ר' מאיר בעל הנס ,כ'לייג צו נאך א פילטער אויף מיין סמארטפאון ,און איך נעם מיר אונטער איין שעה א טאג ניש צו רעדן לשון הרע, און ממש פאר זיין נאז פארט א קאר ארויס פון א פארקינג ספאט , רופט ער זיך אהן "רבש"ע כ'האב געמאכט א טעות כ'האב מיר שוין אליינס מסדר געווען"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 29 געסט